טיטאניק: די אידישע היסטאריע דערפון

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

טיטאניק: די אידישע היסטאריע דערפון

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 10, 2009 10:19 am

מיט די הילף פון די 'מכתבים בלאג' זענען מיר באקאנט געווארן מיט עטליכע היסטארישע ענינים ווי דער 'טיטאניק טראגעדיע' ווערט באהאנדעלט און ספרים וכתבים פון א אידישען שטאנדפונקט.

ווי באקאנט איז דער מעכטיגער 'טיטאניק' לוקסוריעזע שיף געווען אויף איר ערשטע רייזע פון אייראפע קיין אמעריקע מיט אריבער פופצן-הונדערט רייזענדע און מאנשאפט פערזאנען ווען דער שיף האט אריינגעקלאפט און א מעכטיגען אייז-בארג וואס האט צוטיילט דעם שיף און צווייען און אריינגעשליידערט רוב פון אירע מיטפארער במצולות ים אשר לא יזכרו ולא יפקדו רח"ל, א קליינע צאל מיטפארער האבן זיך באוויזען צו ראטעווען בדרך נס מיט די רעטונגס-שיפלעך וועלכע זענען געווען אויף די שיף און מיט די הילף פון דרויסענדיגע רעטונגס קראפטן.

עטליכע אידישע רייזענדע זענען אויך געווען אויפן שיף און האבן מיטגעטיילט די גורל פון רוב מיטפארער, ווערנדיג דערטראנקען רח"ל און מים שאין להם סוף, וואס פון א הלכה'דיגען שטאנדפונקט ווערט א גרויסע שאלה בהתרת עגונות נאכדעם ווי די הלכה לייגט פאר שוועריקייטן ביים מתיר זיין א פרוי וואס איר מאן איז אוועקגעקומען און א ים אין וועלכע עס איז שווער צו זאגען אויף זיכער אז ער איז שוין נישט בין החיים, היות עס קען גאר געמאלט זיין אז ער איז ארויסגעקומען מעבר לים און קיינער ווייסט מיטאמאל אז ער לעבט.

הגאון ר' יעקב מעסקין ז"ל אב"ד קהל חיי אדם בעיר בוירלינגטאן, ווערמאנט, ולאחריו בבראנקס, ניו יארק; בספרו בית יעקב סימן מ"ט איז געווארן אנגעפרעגט אזא שאלה דורך די פרוי פון 'שמעון מייזנער' וועלכער איז אנוועזנד געווען אויפן טיטאניק, און די עלנדע עגונה האט אים געבעטן א היתר, די שאלה איז נאך געקומען צו אים אלס רב אין רוסלאנד אין שטאט 'נאווא-פראגא' ווי דער באטרעפננדער מייזנער האט געוואונט.
הרב מעסקין האט זיך געוואנדען צום פאנעוויזשער רב ר' יצחק יעקב ראבינאוויץ המכונה ר' איצה'לע פאנעוויזשער פאר הילף, און דער פאנעוויזשער רב אליינס איז נישט אזוי ברור בהתירא (עיי"ש ווי הרב מעסקין ברענגט א ראי' פון א תשובה פון רי"א מקאוונא בספרו עין יצחק איבער א ענליכע טראגעדיע מיט א שיף פון האמבורג קיין אמעריקא, ועי' בספר 'אזני יהושע' לר' יהושע סיגעל מניו יארק המכונה 'שערפסער עילוי' סי' כ"ט שדן בהנידון)

דער זעלבער ר' יעקב מעסקין, דערמאנט די טראגעדיע בספרו אבן יעקב סי' ס"ח אלס א משל ווי וויכטיג די תשב"ר זענען פאר כלל ישראל אין גלות צווישען די גלי הים וואס ווילען פארשוועמען דאס אידישע פאלג, זענען די קינדער די וואס ראטעווען אונז, פונקט ווי ביים טיטאניק וואס די סיבה פארוואס אזויפיל מענשט זענען דערטראנקען געווארען און נישט געראטוועט געווארען, איז געווען ווייל ביים אפשיקען די שיף אין וואסער האט מען אלעס אנגעגרייט מכי טוב וכל טוב, אבער פונעם עיקר דאס הייסט פון די קליינע רעטונגס-שיפלעך האט מען פארגעסן, נישט צושטעלנדיג גענוג שיפלען פאר אלע מיטפארער, א זאך וואס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט פאטאל רח"ל.

נאך אן אמעריקאנער גדול וועלכער דערמאנט די טראגעדיע איז ר' גדלי' סילווערסטאון אב"ד וואשינגטאן די. סי. בספרו
פנינים יקרים ח"ב סי' י"ז ביי א דרשה וואס דער רב האט געזאגט ביי א חופה, רעדט ער דארט צו חתן וכלה אז זיי טרינקען אונטער די חופה פונעם זעלבן גלעזל מרמז צו זיין אז פון היינט און ווייטער גייען זיי זיין אייניגע שותפים אין ליידן און אין פריידען, ברענגט ער ארויס אז נישט לאנג צוריק ביי די 'טיטאניק' טראגעדיע, צווישען די רייזענדע זענען געווען די פרייע-אידישע 'שטרויס' פארפאלק, דער מאן איזידאר שטרויס פון דייטשען אפשטאם איז געווען א עושר מופלג און א שותף און די באקאנטע 'מעיסיס' דעפארטמענט געשעפטן, מיט זיין ווייב איידע זענען געווען אויפן וועג אהיים פון דייטשלאנד קיין אמעריקא ווען די שיף האט אנגעהויבען זינקען און דער קאפיטאן האט אויסגערופען אז פרויען און קינדער האבן פארצוג געראטעוועט צו ווערן דורך די שיפלעך, דערציילט די לעגענדע אז מר. שטרויס האט זיך געזעגנט פון זיין פרוי צושטימנדיג אז כאטש זי זאל גיין זיך פרובירען צו ראטעווען, האט זי אבער געזאגט 'מיר האבן אינאיינעם געטרינקען דעם כוס העשירות ביים לעבן, וויל איך אינאיינעם טרינקען דעם כוס התרעלה און נקבר ווערן דא צוזאמען מיט דיר'.

למעשה איז איר וואונטש ערפילט געווארן און צוזאמען מיט נאך הונדערטער רייזנדע איז די שטרויס פארפאלק איינגעזינקען במצולות ים, מיט יארען שפעטער האט א בריטישע קארגא-שיף אנטעדקט די קערפער פון איזידאר, און ער איז געקומען לקבר ישראל אין וואדלאון סעמעטערי אין די בראנקס.

ר' יוסף מאיר לעווין פון סינסינעטי אין זיין חיבור 'לבית דוד סי' ט"ז שרייבט אראפ א הספד וואס ער האט געזאגט אין זיין קהילה נאך די טראגעדיע, ווי ער באוויינט מיט פארביגע קאלירען דאס טויס פון מר. ומרס. שטרויס און ברענגט ארויס די מעשי הצדקה וואס זיי האבן געטאן בחייהם.

יהודה דוד אייזנשטיין, דער באקאנטער אמעריקאנער חוקר און שרייבער, דערמאנט די 'טיטאניק' טראגעדיע און זיין טאג-בוך אוצר זכרונותי זייט 122 ווי ער פארציילט די שטרויס עפיזאד.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג יולי 12, 2009 8:12 am

אמעיזינג וואס דער מיללער שלעפט אלץ צוזאם, א גרויסן שכוח פאר די אומבאוויסטע פאקטן פון די אזוי באקאנטע טראגעדיע.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג יולי 12, 2009 8:54 am

גם אני מצטרף ליאנאש,
איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז אידן זענען געוועהן אויפן שיף,

א שיינעם דאנק ר' מיללער שליט"א

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » זונטאג יולי 12, 2009 10:53 am

גם אני מצטרף ל'גלעגער' שכתוב;
געלעגער האט געשריבן:גם אני מצטרף ליאנאש,
איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז אידן זענען געוועהן אויפן שיף,

א שיינעם דאנק ר' מיללער שליט"א

אוודאי האסטו נישט געוויסט.. ס'איז נאכנישט געווען קיין "קרעטשמע" דאן ווי צובאשרייבן באריכטן פונעם קומזיץ אויפן טיטאניק...

אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:02 pm

תגובהדורך ביזנעסקאפ » זונטאג יולי 12, 2009 11:46 am

יש"כ הרב מיללער פאר די אינטערסאנטע פאקטן דערפון, אפשר וואלט ראטזאם געווען צו מאכן א שטיקל באשרייבונג דערפון, מיר וואלטען שטארק הנאה געהאט און אפי' געצאלט אפאר טאלעער דערפאר. 
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג יולי 12, 2009 6:14 pm

יאסאלע ראזנבלאט אין זיין ק'ל מלא רחמים זינגט ער "אנשי טיטאניק"
.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג יולי 14, 2009 4:32 pm

מיללער די האסט מיך ארויס געברענגט פון די כלים, איך האב זייער ליעב היסטארי און ווען איך האב געזען דיין ארטיקל האט איך ביזי געמאכט מיין טעלעפון און גיט דורך געליינט
א גרויסן ישר כח
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
צוביילטער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2008 1:09 pm
לאקאציע: אין בעט

תגובהדורך צוביילטער » דינסטאג יולי 14, 2009 5:39 pm

זייער אינטערסאנט רב מיללער, א גרויסן יישר כח.

נישט לאנג צוריק ווען איך בין געווען ביים ציון הק' פון די פשעווארסק'ע גדולים זי"ע, האמיר באמערקט דארט א מציבה פון א בחור וואס איז ל"ע אומגעקומען אויפן טיטאניק. אויב איך גערענק גוט איז דארט אפילו געשטאנען אז דער מציבה איז בלויז אלץ אנדענק, און מ'האט אים קיינמאל געפונען.

ת.נ.צ.ב.ה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 14, 2009 5:52 pm

צוביילטער האט געשריבן:זייער אינטערסאנט רב מיללער, א גרויסן יישר כח.

נישט לאנג צוריק ווען איך בין געווען ביים ציון הק' פון די פשעווארסק'ע גדולים זי"ע, האמיר באמערקט דארט א מציבה פון א בחור וואס איז ל"ע אומגעקומען אויפן טיטאניק. אויב איך גערענק גוט איז דארט אפילו געשטאנען אז דער מציבה איז בלויז אלץ אנדענק, און מ'האט אים קיינמאל געפונען.

ת.נ.צ.ב.ה.


אינטערעסאנט, עס וואלט כדאי געווען צו פארשאאפען א בילד פון די מצבה.

שאץ,
כ'האב שוין דעם יאסעלע שטיקל געהערט, ווייסט איינער צו ער דאס געזינגען ביי אן אפיציעלער צערעמאניע פאר הרוגי טיטאניק?

צדיק מושל
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 1:34 am

תגובהדורך צדיק מושל » מיטוואך יולי 15, 2009 6:11 pm

מיללער האט געשריבן:צווישען די רייזענדע זענען געווען די פרייע-אידישע 'שטרויס' פארפאלק, דער מאן איזידאר שטרויס פון דייטשען אפשטאם איז געווען א עושר מופלג און א שותף און די באקאנטע 'מעיסיס' דעפארטמענט געשעפטן, מיט זיין ווייב איידע זענען געווען אויפן וועג אהיים פון דייטשלאנד קיין אמעריקא ווען די שיף האט אנגעהויבען זינקען און דער קאפיטאן האט אויסגערופען אז פרויען און קינדער האבן פארצוג געראטעוועט צו ווערן דורך די שיפלעך, דערציילט די לעגענדע אז מר. שטרויס האט זיך געזעגנט פון זיין פרוי צושטימנדיג אז כאטש זי זאל גיין זיך פרובירען צו ראטעווען, האט זי אבער געזאגט 'מיר האבן אינאיינעם געטרינקען דעם כוס העשירות ביים לעבן, וויל איך אינאיינעם טרינקען דעם כוס התרעלה און נקבר ווערן דא צוזאמען מיט דיר'.

למעשה איז איר וואונטש ערפילט געווארן און צוזאמען מיט נאך הונדערטער רייזנדע איז די שטרויס פארפאלק איינגעזינקען במצולות ים, מיט יארען שפעטער האט א בריטישע קארגא-שיף אנטעדקט די קערפער פון איזידאר, און ער איז געקומען לקבר ישראל אין וואדלאון סעמעטערי אין די בראנקס.

ר' יוסף מאיר לעווין פון סינסינעטי אין זיין חיבור 'לבית דוד סי' ט"ז שרייבט אראפ א הספד וואס ער האט געזאגט אין זיין קהילה נאך די טראגעדיע, ווי ער באוויינט מיט פארביגע קאלירען דאס טויס פון מר. ומרס. שטרויס און ברענגט ארויס די מעשי הצדקה וואס זיי האבן געטאן בחייהם.

יהודה דוד אייזנשטיין, דער באקאנטער אמעריקאנער חוקר און שרייבער, דערמאנט די 'טיטאניק' טראגעדיע און זיין טאג-בוך אוצר זכרונותי זייט 122 ווי ער פארציילט די שטרויס עפיזאד.

מדה טובה מרובה, וואלט ווען געווען כדאי צו דערמאנען דא זיין ברודער נתן שטרויס,
וועלכער האט גאר אסאך געהאלפן בממון דעם ישוב הישן אין ירושלם עיה"ק תובב"א,
און צוליב רחמנות [פון זיין ווייב] איז ער דארט געבליבן העלפן און געראטעוועט געווארן בגוף פון דעם טיטאניק טראגעדיע.

צדיק מושל
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 1:34 am

תגובהדורך צדיק מושל » מיטוואך יולי 15, 2009 6:12 pm

צוביילטער האט געשריבן:נישט לאנג צוריק ווען איך בין געווען ביים ציון הק' פון די פשעווארסק'ע גדולים זי"ע, האמיר באמערקט דארט א מציבה פון א בחור וואס איז ל"ע אומגעקומען אויפן טיטאניק. אויב איך גערענק גוט איז דארט אפילו געשטאנען אז דער מציבה איז בלויז אלץ אנדענק, און מ'האט אים קיינמאל געפונען.

ת.נ.צ.ב.ה.

אויף די מצבה איז אויס געקריצט א שיף.

צדיק מושל
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 1:34 am

תגובהדורך צדיק מושל » מיטוואך יולי 15, 2009 6:13 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:יאסאלע ראזנבלאט אין זיין ק'ל מלא רחמים זינגט ער "אנשי טיטאניק"
.
ער דערמאנט אויך די הרוגי המלחמה.



דיסקלעימער :

פון די ערשטע וועלט קריג.

אוועטאר
אנאנימער
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 03, 2009 5:00 pm

תגובהדורך אנאנימער » דאנארשטאג יולי 16, 2009 2:14 am

who spoke on condition of anonymity because...... (AP Network news)

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » דאנארשטאג יולי 16, 2009 8:29 am

אנאנימער, ישר כח פאר די לינק, ס'איז מורא'דיג.

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דאנארשטאג יולי 16, 2009 7:52 pm

זייער שיין הרב מילער. איך האב אויך געזען די מציבה אינעם חלקה פון מחזיקי הדת אין אנטווערפן, פון א בחור פונעם טיטאניק, מיט א בילד פון א שיף דערויף.

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג יולי 26, 2009 4:50 pm

איך האב אויך געזעהן די מציבה פונעם בחור וועלכער איז געווען אויפן שיף, איך געדענק נישט אז עס זאל שטיין די ווערטער אז דאס איז נאר א זכר, ווי צוביילטע"ר האט געשריבן.

ומדי דברי איז כדאי צו דערמאנען אז אפאר רעגירונגען האבן שוין כמ"פ פרובירט ארויסצונעמען דעם שיף פון וואסער, ווי מען טוט היינט צוטאג'ס כסדר, אבער - ווי א קללה וואס רוהט דערויף - האבן זיך זיך די קייטן איבערגעריסן אינמיטן ארויפשלעפן דעם שיף. (כ'דענק נישט וועלכע יאר דאס איז געווען).

נאך איז אינטרעסאנט אז די געראטעוועטע פונעם שיף זענען בעיקר געווען פרויען און אינגלעך, וויבאלד די מענער האבן געהאלטן אינמיטן הוליען און האבן נישט געגלייבט אז עס איז דא א לאך און אט אט וועט די שיף איינזינקען.
לחיים ולברכה!

טיטאניק
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2009 12:05 pm

תגובהדורך טיטאניק » מאנטאג יולי 27, 2009 12:02 pm

נחמן נתן האט געשריבן:נאך איז אינטרעסאנט אז די געראטעוועטע פונעם שיף זענען בעיקר געווען פרויען און אינגלעך, וויבאלד די מענער האבן געהאלטן אינמיטן הוליען און האבן נישט געגלייבט אז עס איז דא א לאך און אט אט וועט די שיף איינזינקען.

דאס איז בעיקר ווייל מ'האט ארויף געלאזט אויף די באגרעניצטע צאל לייף באוטס קודם נאר פרויען און קינדער, יעדער האט געוואוסט אז ס'איז דא א לאך אין שיף.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 18, 2009 4:44 pm

צדיק מושל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:צווישען די רייזענדע זענען געווען די פרייע-אידישע 'שטרויס' פארפאלק, דער מאן איזידאר שטרויס פון דייטשען אפשטאם איז געווען א עושר מופלג און א שותף און די באקאנטע 'מעיסיס' דעפארטמענט געשעפטן, מיט זיין ווייב איידע זענען געווען אויפן וועג אהיים פון דייטשלאנד קיין אמעריקא ווען די שיף האט אנגעהויבען זינקען און דער קאפיטאן האט אויסגערופען אז פרויען און קינדער האבן פארצוג געראטעוועט צו ווערן דורך די שיפלעך, דערציילט די לעגענדע אז מר. שטרויס האט זיך געזעגנט פון זיין פרוי צושטימנדיג אז כאטש זי זאל גיין זיך פרובירען צו ראטעווען, האט זי אבער געזאגט 'מיר האבן אינאיינעם געטרינקען דעם כוס העשירות ביים לעבן, וויל איך אינאיינעם טרינקען דעם כוס התרעלה און נקבר ווערן דא צוזאמען מיט דיר'.

מדה טובה מרובה, וואלט ווען געווען כדאי צו דערמאנען דא זיין ברודער נתן שטרויס,
וועלכער האט גאר אסאך געהאלפן בממון דעם ישוב הישן אין ירושלם עיה"ק תובב"א,
און צוליב רחמנות [פון זיין ווייב] איז ער דארט געבליבן העלפן און געראטעוועט געווארן בגוף פון דעם טיטאניק טראגעדיע.


די 'ברוקלין דעילי איגעל'
באריכטעט די לויה פון לאזארוס שטרויס, דער פאטער פון די ברודער נתן און איזידאר.

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 10:48 am

על אסון "הטיטאניק" ושירתו של יוסלה מ''קוראי עונג'' פרשת קרח תשס''ג
צוגעלייגטע
20101108131143 1.pdf
(183.02 KiB) דאונלאודעד 206 מאל

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 12:08 pm

נחמן נתן האט געשריבן:איך האב אויך געזעהן די מציבה פונעם בחור וועלכער איז געווען אויפן שיף, איך געדענק נישט אז עס זאל שטיין די ווערטער אז דאס איז נאר א זכר, ווי צוביילטע"ר האט געשריבן.



לויט ווי איך געדענק שטייט צוויי דאטומען איינס ווען מען האט אים געטראפן די צווייטע ווען ער איז געקומען לקבורה וואס איז געווען איטליכע חדשים נאכן געפונען ווערן

באט כבין נישט זיכער

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 4:44 pm

כ'מיין אז אין אשכול פון "ביה"ח דקהלת מחזיקי הדת אנטווערפען" איז דא א בילד פונעם מציבה פון בחור פון טיטאניק

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » מאנטאג נובעמבער 08, 2010 5:03 pm

איך האב געזוכט אינעם אשכול דארט אין נישט געטראפען. א בילד וואלט געקענט קלאר שטעלען די זאך

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 7:36 am

שכוח זאמלער.
מ'מעג וויסען וואספארא גליון איז דאס "קוראי עונג"?

הרב מיללער ווי ווייט מיר וויסן, האט ער דעמאלט ארויסגעגעבן א רעקארד מיטן "קל מלא" לזכר די הרוגי טיטאניק.
(אין בלאט פאריאר איז געווען א בילד דערפון).
ס'איז מסתבר אז ער איז נאכנישט געווען אזוי פאפולער אין אמעריקע, אז מ'זאל אים רופן אויף אלגעמיינע צערעמאניעס. און אפי' יא, גלויב איך נישט אז ס'איז שוין דאן געווען מעגליך אפצוכאפן פון א 'לייף' צערעמאניע. (רוב רעקארדס זענען פונעם סטודיא).

אגב, ר' בערל שווארץ שרייבט, אז דער טיטאניק אומגליק האט אפגעהאלטן יאסעלען פון קומען אויף אמעריקע פאר אפאר חדשים.
לכאורה צוליב די שרעק פון די ב"ב צו פארן אויף א שיף.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 3:15 pm

(טאבאקא, איך בין געווען נאכאמאל אויף דער יארכע...)

ראמני 08 האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:איך האב אויך געזעהן די מציבה פונעם בחור וועלכער איז געווען אויפן שיף, איך געדענק נישט אז עס זאל שטיין די ווערטער אז דאס איז נאר א זכר, ווי צוביילטע"ר האט געשריבן.



לויט ווי איך געדענק שטייט צוויי דאטומען איינס ווען מען האט אים געטראפן די צווייטע ווען ער איז געקומען לקבורה וואס איז געווען איטליכע חדשים נאכן געפונען ווערן

באט כבין נישט זיכער


בייגעלייגט בילדער פון דעם אינטערעסאנטן מציבה
און דער אויפשריפט דערויף:

פ"נ‬‬
‫‫הבחור המשכיל יעקב ז"ל בן מו' ירוחם‬‬
‫‫בירנבוים מקראקא, בן כה שנים‬‬
נטבע בשבר טיטאניק ביום כ"ח ניסן‬‬
‫‫ואחר י"ב ימים נמצאה גויתו על הים‬‬
‫‫והובל לקברות ביום א"ח (לכאו' אסרו חג) שבועות‬‬
תרע"ב לפ"ק‬‬
‫‫י"י משפטיך תהום רבה‬‬
‫‫עול ימים בחיר בשנים ירד מצולה‬‬
קבר מצא ?? חיים בארץ הנשיה‬‬
במרומים תמצא נפשו תחיה‬‬
‫‫תנצב"ה‬‬

Titanic copy.jpg
Titanic top.jpg
Titanic words.jpg


--------------------------------

אויך האב איך געפונען אן אנציקלאפידיע איבער'ן טיטאניק און זיינע קרבנות:


‫‫http://www.encyclopedia-titanica.org/titanic-victim/jakob-birnbaum.html‬‬

אמר ה' מבשן אשיב אשיב ממצולות ים
לעצט פאראכטן דורך יואל ווייס אום דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 09, 2010 4:25 pm

זייער אינטערעסאנט יואלי ווייס, ער איז געווען א 24 יעריגער בחור געפארן אין די ערשטע קלאס, עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו טרעפן מער איבער דעם בחור.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט