בלאט 24 פון 27

געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2015 10:46 am
דורך נחמן נתן
יוראפ האט געשריבן:אינעם ליכט פונעם יארצייט פון דעם ירושלימער צדיק וואס ליגט אין מט ציון סעמעטערי האבן מיר געהאט די זכי' צו זיין דארט ביום היא"צ, אזוי שטייענדיג אין איינע פון די העכערע פלעצער זעענדיג נאר א חלק פונעם ריזיגן ביה"ח איז מיר אריינגעקומען א מחשבה'לע, אז אין די בתי חיים פון מאנסי סקווירא ק"י וכדו' ווען מ'גייט אהין טוט זיך דארט א פארקער פון צענדליגע צענדליגע אידן וואס גייען אהין מתפלל זיין על קברי אבותיהם ורבותיהם, און דא איז דא א ביה"ח מיט איבער 110,000! יא 6 דיזשיטס! קברים, און קיין נפש חי האט זיך נישט באוויזן דארט, חוץ די הייפעלע אידן וואס זענען נתעורר געווארן דורך די פעולת המורשת לכבוד די יא"צ הנ"ל, לויט די פריערדערמאנטע בתי חיים וואלט געדארפט זיין געפאקט נישט מיט 100'ער אידן אידן טאג נאר מיט 1000'ער....

דער סיבה איז פשוט ווייל אונזערע זיידעס; רבי'ס; באקאנטע וכדו' ליגן אין די היימישע בתי חיים, משא"כ רוב פון די אלע אור-אלטע בתי חיים זענען אנגעפילט מיט אזעלכע וואס זייערע אייניקלעך דרייען זיך נישט אזוי צווישן היימישן עולם.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2015 10:48 am
דורך יוראפ
נחמן נתן האט געשריבן:

והבן - דאס האב איך געמיינט טאקע ארויסצוברענגען נעבעך

געשריבן: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:02 am
דורך קיקיון
אני הצעיר האט געשריבן: איך געדענק נאך ווען אין אנההייב תש"כ יארען האט געוואנט אין דעם MAID'S ROOM
ביי אינזערע שכנים אין קראון הייטס א רעטייערטער יוניאן שוחט ר' יוסף ראזען ז"ל
א קרוב מיט דעם ראגאטשאווער
א ת"ח וואס איז געזעסען א גאנצען טאג אין באבוב אין געלערנט
דער איד האט פשוט אויפגעלעבט זייו איו א סביבה פון ערליכע אידען
קיין נחת פון די קינדער האט ער ניט געהאט, אינזער שכן האט אינז דערציילט די בכיות מיט וואס ער איז אהיים געקומען
פון אן אייניקעלס חתונה.ער האט זיך מצער געווען אז ער האט געקויפט א שותפתדיגע קרקע מיט איר,"ניט געניג אז זי
האט קאליע געמאכט די קינדער דארך מען נאך לאחר מאה ועשרים __ " ער האט געגבען פאר מיין שכן $200 פאר
תפילין םאר זיינע צווילינג אינגלעך זאל כאטש אימיצער לייגען זיינע תפילין

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 6:42 pm
דורך יציב פתגם
מיללער האט געשריבן:אין די הקדמה פונעם ספר עטרת צבי לר' צבי לאס דומ"ץ בניו יארק, שרייבט דער מחבר אז לעולם האט ער געוואלט ארויסגעבן א ספר פון זיינע שו"ת, זייענדיג א חבר בבית דינו של הרב הכולל ר' יעקב יוסף ז"ל, האט ער זיך אפגעגעבן מיט די השגחות בכשרות הבשר ממילא איז אים אויסגעקומען צו באהאנדלען אסאך שאלות העומדים על הפרק, אבער זייענדיג דא אין אמעריקא 'פה עולם חדש נראה לפני, פה עסק ההלכה הוא בשפל המדריגה, ואך חלק האגדה והדרוש יעלה נצה כפורחת, כי כל כחם של יושבי הארץ הזאת אינן אלא בפיהם'.

דער הרב לאס, איז מתחילה געווען רב אין א שטעטל יעזנא אין רוסלאנד נאר מחמת חוסר פרנסה איז ער געווען געצווינגען צו קומען קיין אמעריקא וואס ווי דערמאנט האט ער געדינט אלס דיין אונטער דעם רב הכולל, עס איז כדאי צו דערמאנען נאך צוויי חברי הבד"צ אין יענעם בית דין, ר' בנימין בינוש זאלקינד ראבינער און ר' שלמה נתן קאטלער ר"י רי"א.

9900.png

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 3:50 pm
דורך יציב פתגם
הרב שרגא פייוול מענדלאוויץ זצ"ל אין זיינע יונגע יארן

8871.jpg

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2016 12:44 pm
דורך קיקיון
בילד
עס איז געווען א גאנגבארע ארטיקעל ? פעריצען יאר ביז די נעקסטע מהדורא
בילד

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2016 3:43 pm
דורך נא_שכל
זייער אינטערסאנט הרב קיקיון, דאס שטימט מיט דעם אז טויזענטער אידן האבן אין יענע יארן אויסגעוואנדערט פון דארט צוליב פארשידענע גזירות אין "באוואריה", אין ספר הישיבה הרמה בפיורדא סוף חלק ג' האט ער אן אריכות און די פונקטליכע דעטאלען וויפיל אידן זענען דאן געקומען קיין אמעריקא.

***
יעצט האביך נאכמאל אריינגעבליקט אין ספר הנ"ל זע איך ער ברענגט טאקע א בילד פון דעם סידור ביים אנהייב פרק "הגירה המונית לאמריקה" אין סוף ח"ג.

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2016 11:15 pm
דורך ממעתיקי השמועה
נא_שכל האט געשריבן:... אין ספר הישיבה הרמה בפיורדא סוף חלק ג' האט ער אן אריכות און די פונקטליכע דעטאלען וויפיל אידן זענען דאן געקומען קיין אמעריקא... פרק "הגירה המונית לאמריקה" אין סוף ח"ג.
ווי קען מען האבן דעהם ספר, און איז עס אפשר דא אויף היברובאק"ס ?

געשריבן: זונטאג פעברואר 14, 2016 11:17 pm
דורך נא_שכל
ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:... אין ספר הישיבה הרמה בפיורדא סוף חלק ג' האט ער אן אריכות און די פונקטליכע דעטאלען וויפיל אידן זענען דאן געקומען קיין אמעריקא... פרק "הגירה המונית לאמריקה" אין סוף ח"ג.
ווי קען מען האבן דעהם ספר, און איז עס אפשר דא אויף היברובאק"ס ?

ס'דא אין די ספרים געשעפטען, און ס'אויך דא אויף אוצר החכמה (מהדו' 13 און ווייטער)

אויב ברויכסטו א קליין חלק שיק מיר אן אישי.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 15, 2016 8:25 am
דורך farshlufen
דעם פרק הנ"ל בספר הנ"ל איז אינטערעסאנט ווייט פון א דבר השלם.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 15, 2016 2:09 pm
דורך קיקיון
מאכענדיג סדר אין מיין קאמפיוטער האב איך געטראפען וואס עס זעט אויס צו זיין גאר אינהאלטרייכער און אינפארמאטיווער ארטיקל
"דאס איבערקלייבונג פון חסידות צו די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא":
בילד
וואס ליגט שוין פיר יאר פולס און איך בין נישט אנגעקומען צו ליינען נור איידער איך מעק עס אויס
וויל איך געבען א געלעגינהייט פאר די וואס האבען יא געדולד דורכליינען 44 בלעטער
דער וואס איז אינטערסירט קען זיך פארבינדען מיט מיר

געשריבן: דינסטאג פעברואר 16, 2016 8:22 pm
דורך ממעתיקי השמועה
א גרויסען יישר כח קיקיון פארן עס גלייך אריינשיקן נאך דעהם ערשטען ביטע !!!
קענסט עס אויך באקומען דורך איהם בעטן, ס'קען פשוט נישט ארויפגיין ס'וועגט צופיל, הצלחה.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 13, 2017 12:41 pm
דורך מיללער
יוסף שרייבער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איזה קהלה הוא זה ומי הוא הדרשן? שייך למונקאטש?

הרב דר. מאיר גבריאל הלוי מעהרער נזכר פה ,גם כתב מאמר "קהלת ווינא לפני חורבנה" בתלפיות שנה ב' חוברת ג-ד (תש"ה-ו)

http://kevarim.com/rabbi-meir-gavriel-chaim-mehrer/

געשריבן: מאנטאג יאנואר 16, 2017 9:13 am
דורך קיקיון
קיקיון האט געשריבן:מאכענדיג סדר אין מיין קאמפיוטער האב איך געטראפען וואס עס זעט אויס צו זיין גאר אינהאלטרייכער און אינפארמאטיווער ארטיקל
"דאס איבערקלייבונג פון חסידות צו די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא"
וואס ליגט שוין פיר יאר פולס און איך בין נישט אנגעקומען צו ליינען נור איידער איך מעק עס אויס
וויל איך געבען א געלעגינהייט פאר די וואס האבען יא געדולד דורכליינען 44 בלעטער
דער וואס איז אינטערסירט קען זיך פארבינדען מיט מיר

לעצטענס האבען צוויי איי ניקלעך געבעטען דעם ארטיקעל
אזוי ווי איך האב עס שוין אויסגעמעקט פון מיין קאמפיוטער האב איך געמאכט א SEARCH און געטראפען
בן בוזי האט געשריבן:דער בארימטער פראפעסער, יצחק לעווין, שרייבער און פארשער איבער אידישקייט אין אמעריקא, האט עס ארויף געשטעלט אויף זיין וועב זייטל לתועלת
דאס איבערקלייבונג פון חסידות

צום באמערקן, אז עס זענען פארראכטן געווארן געוויסע טעותים אין דאס וואס איז געגאנגען צום דרוק, און אויך געווויסע זאכן האבן פארמאגט אן אנדערע פארמאט, ווי דער בילדער קאלעקציע פון אדמורים.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2017 12:41 pm
דורך היטשינער
67-1816.jpg

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2017 1:49 pm
דורך נחום וואהלינער
קיקיון האט געשריבן:מאכענדיג סדר אין מיין קאמפיוטער האב איך געטראפען וואס עס זעט אויס צו זיין גאר אינהאלטרייכער און אינפארמאטיווער ארטיקל
"דאס איבערקלייבונג פון חסידות צו די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא":
בילד
וואס ליגט שוין פיר יאר פולס און איך בין נישט אנגעקומען צו ליינען נור איידער איך מעק עס אויס
וויל איך געבען א געלעגינהייט פאר די וואס האבען יא געדולד דורכליינען 44 בלעטער
דער וואס איז אינטערסירט קען זיך פארבינדען מיט מיר

איך בין דער דריטער וואס האט אים געבעטען באישי
נישט האבענדיג באמערקט אז ער האט געשריבען אז ער האט
דאס שוין געמעקט
איז ביטע עם איינשפארן די צציט און נישט בעטען

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2017 12:37 pm
דורך קיקיון
קיקיון האט געשריבן:תרפ-צ יארען אויך קדמוניות ?
געזעהן אן ארטיקעל פון ר' גור ארי' הרציג וועגען הגאון רבי יהודה דעוויס זצ”ל מייסד הישיבה זכרון מאיר במאונטנדעיל
לויט דר יצחק לעווין איז ער געווען דער וואס האט משפיע געווען אויף
הגאונים הצדיקים ר אביגדור מיללער, ר נתן וואכטפאגעל און ר מרדכ גיפטער זצ"ל זאלען פארען אין די אייראפעישע ישיבות
דאס הייסט א גרויסער חלק פון אידישקייט און ארה"ב איז עם צו פארדאנקען
און פלאי פלאים אויזער א ביסעל אויף ענגליש האב איך גארניט געטראפען אויף דעם איד

יעצט געוואיר געווארען פון נאך גאר א חשובען חלק אין אמעריקאנער אידישקייט וואס איז צו פארדאנקען הגאון רבי יהודה דעוויס זצ”ל

יערסלוב האט געשריבן:אבל כבד בעולם התורה בארה"ב
בבוקר יום טוב שני של שביעי של פסח השיב את נשמתו ליוצרה זקן ראשי הישיבות בארה"ב,
ראש ישיבת "שערי יושר", הגאון הצדיק רבי אברהם יוסף רוזנבלום זצ"ל, והוא בן 90 בפטירתו. .........................ראש הישיבה זצ"ל הוא יליד בלגיה. היה מראשוני תלמידיו של הגראי"ל שטיינמן בשוויץ והיה חתנו של הגאון רבי יהודה דעוויס זצ"ל, ראש ישיבת זכרון מאיר במאנטענדעיל . ..................
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

הרב דר בינענפעלד מנוי יארק

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:51 pm
דורך dovidal
כתב בקובץ שערי תורה ווארשא ווייסט איינער פון מער אינפא איבער אים

בארא פארק הסכמה

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:52 pm
דורך dovidal
תרע"ז

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:53 pm
דורך dovidal
dovidal האט געשריבן:תרע"ז

אגב אינטערעסאנט שהספר אינו בהיברו בוקס

דר ישרא' בינענפעלד

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 6:35 pm
דורך קיקיון
dovidal האט געשריבן:כתב בקובץ שערי תורה ווארשא ווייסט איינער פון מער אינפא איבער אים

וואס זיין אור אייניקעל הרב יעקב שרייבט

Untitled.gif
Untitled.gif (130.98 KiB) געזען 3054 מאל

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 7:07 pm
דורך קיקיון
Untitled.gif
Untitled.gif (54.23 KiB) געזען 3051 מאל

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 10:47 pm
דורך farshlufen
דוד'ל וואס איז דער חידוש פון ר' מאיר פריימאן ז"ל?

הי' בעה"ב יר"ש ועוסק בתורה עושה ומעשה וחיבר ספרים יקרים, מנוח"כ בביה"ח הר ציון שבמעספעט נעוויארק בחלקת משפחתו.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 11:13 pm
דורך dovidal
farshlufen האט געשריבן:דוד'ל וואס איז דער חידוש פון ר' מאיר פריימאן ז"ל?

הי' בעה"ב יר"ש ועוסק בתורה עושה ומעשה וחיבר ספרים יקרים, מנוח"כ בביה"ח הר ציון שבמעספעט נעוויארק בחלקת משפחתו.

לפענ"ד יש לו הסכמה ראשונה מרב "בבארא פארק"

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 11:42 pm
דורך קיקיון
farshlufen האט געשריבן:דוד'ל וואס איז דער חידוש פון ר' מאיר פריימאן ז"ל?

הי' בעה"ב יר"ש ועוסק בתורה עושה ומעשה וחיבר ספרים יקרים, מנוח"כ בביה"ח הר ציון שבמעספעט נעוויארק בחלקת משפחתו.

און היינט איז נישט אזט איד ווערט מען זאל כאפען התפעלות
ק"ו א אין די תר"פ יארען