קרית יואל אמאל

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

קרית יואל אמאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

ווי אזוי פלעגט ר' יו"ט ערליך זינגען:

קרית יואל א מחי'....

פרעגט מיר נישט ווי אזוי ס'גייט ווייטער ווייל כ'ווייס נישט, אבער מיט די ניגון בים איך אויפגעוואקסן, און דאס פלעגט מיין מאמע זינגען שטענדיג.
און יא נישט פארגעסן ווען מען איז צוריקגעקומען פון א טריפ און געזינגען
"מיר זענען געקומען קיין קרית יואל צו לערנען די הייליגע תורה"
און די הומאריסטן פלעגן זינען צו: כאפן פעטש, צו... ווייס איך וואס, עפעס א דזשאוק וואס האט געמאלטס קורסירט ביי אונז אינגלעך.

יעצט על פי בקשת "אלף בית" צו עפענען א אשכול איבער קרית יואל אמאל, ס'טאקע נישט שיין אונטערן נאמען מאריא אויסצורעכענען די נאסטאלאגישע זכרונות פון קרית יואל
איז במקום שאין איש...

לאמיר דערציילן לאמיר דערציילן, אן א סדר, וויפיל מען דערמאנט זיך

ווען גרענד פוד מארקעט איז געווען... כ'דענק שוין נישט וועלכע גאס, אבער אין עפעס א טרעילאר
האללענדער איז געווען ביי קארנער העיס
מאשקאוויטש אויף קראלי
אלי' מוהדיב האט געפירט די ספרים סטאר
ר' אברהם יצחק זיכערמאן די דזשעלי רבי
ר' ישעי' יעקב שטויבער פלעגט קומען זאגן די שובבי"ם דרשות כ"ח תמוז פארן גיין צום ציון פון רבין ז"ל
ר' יעקב ישראל פריינד מיט ר' אלי' שלמה קאהן וואטשן ביים ליינען
ערעב קלמן'ס נייע באס
ווען מען האט געלערנט דארט ווי די מצה בעקערי איז הינט (צעירים בילדינג)


המשך יבא...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מיר פלעגן פארן אויף זומער'ס איז געווען דארט עפעס א פוטיפר אין חדר געדענקט איינער עפעס דערפון
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס פונקציאנירט ערגעץ אן אשכול "ווער געדענקט נאך ווען", דארט זענען שוין פילייכט אויסגערעכנט רוב פון די אויבנדערמאנטע, און נאך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווארד2007 האט געשריבן:ווען גרענד פוד מארקעט איז געווען... כ'דענק שוין נישט וועלכע גאס, אבער אין עפעס א טרעילאר
האללענדער איז געווען ביי קארנער העיס

קיינמאל, אויף ביידע, גרענד פוד איז נישט געווען אין א טרעילאר און האללענדער איז נישט געווען אויף העיס.

ווייזט אויס אז איר זענט אויסגעוואקסן אין יארע צוויי טויזענט אין זיבן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

מסתמא מיינט ער פרענקלס, זיי זענען געווען אין א טרעילאר אויף סאטמאר-העיס.

געדענקט נאך איינער ווען מען האט געמופט קיין "דאבעילו פי" (ס'הייסט נאך היינט אזוי?)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שמערל, פרענקל איז געווען אין די טרעילערס ביז אזוי שפעט ווי שנת תשנ"ה.
לעצט פארראכטן דורך farshlufen אום מאנטאג מאי 04, 2009 5:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' מרדכי לאנדא'ס גראסערי איז געווען אין א טרעילער אויפן פלאץ וואו איצט איז די פארקינג לאט פון ביהמ"ד עם... עזרת חולים, עס האט זיך פארברייטערט לויט די וואוקס פון שטעטל, א יעדע עטליכע יאר האט מען צוגעשטעלט נאך א טרעילאר און ס'איז געווארן אן הרוחה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דאבערליו פי האט מען עס גערופן צוליב די ווילסאן באס דרייווערס
די קאודס זענען געווען בערך אזוי
געציל בערגער ת"ת: UTA
ווידער פאלעטשעק: WP
בית רחל (אהל ברכה סימא) BR
בית רחל (פאראדייס) WPK
לעצט פארראכטן דורך אלף בית אום מאנטאג מאי 04, 2009 5:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ווארד2007 האט געשריבן:ווען גרענד פוד מארקעט איז געווען... כ'דענק שוין נישט וועלכע גאס, אבער אין עפעס א טרעילאר
המשך יבא...

ר' גרשון מענדל ניימאן האט געהאט זיין גראסערי אין די בעיסמענט פון בילדונג 3 אין די רויטע הייזער.

ווער געדענקט נאך ווען חדר יחזקאל אין ביהמ"ד הגדול איז געווען די קאווע שטיבל?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יענער קאווע שטיבל [ר' יצחק ערנפעלד'ס] איז באשטאנען סך הכל פון איין קעסל ביים רעכטן ווינקל, אויף די גאנצע וואנט ביז דארט איז געווען א ווייסע סינק נוסח קר"י ביהמ"ד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

פארשלאפן, חדר יחזקאל און יצחק עהרענפעלד'ס קאווע שטיבל זענען צוויי באזינדערע שטיבער. נאך היינט אויך.

אינטערסאנט, איך בין נייגעריג אויב ר' יצחק עהרענפעלד'ס קאווע פונקצענירט נאך. אלץ קינד ווען איך פלעג אויפשטיין צו "חברת תהילים" (וואס איז אגב דאן געווען ממש א נייער זאך וואס ר' שלמה אפרים סאנדל האט מייסד געווען אין פאליש פון ביהמ"ד) פלעג איך נאך טרינקען מיט מיין טאטען זז"ג די קאווע דארט אויבן.

איך האב שוין נישט געטרינקען פון יענער קאווע באלד 15 יאר. איך האב שוין נישט געהאט די זכיה דאס צו זעהן אפען פארן דאווענען זינט דאן, היינט צוטאג ווען איך קום קיין ק"י זעה איך נאר ווי ר' משה מאסרי פארשפארט די קאווע אינטן.

אגב, איך וויל נאך היינט וויסן וואספארא ריחין ושדים האבן זיך געדרייט אונעם בודקע וואס איז געווען אינמיטן וואלד אויף פארעסט ראוד ווי עס איז היינט אויפגעבויעט גארליץ רד.

מ'קען שוין היינט רעדן פונעם "אמאליגען" השבת אבידה שטיבל פון וואס עס איז היינט פארבליבן נאר א פרוכט ביימל אינמטן פארקינג לאט פון ביהמ"ד הגדול.

דער אמאליגער "עזרת חולים" העלט סענטער "בית שרה" ווי עס איז געווען סטאנצירט דאקטאר ווערצבערגער'ס אפיס.

איך בין נייגעריג אויב "גאלדבערגער'ס" טוי געשעפט שטייט נאך אויף סאטמאר דרייוו קעגן ארשיווע. אז צוויי אידן זענען אריין האבן די איבעריגע געברויכט ווארטן אינדרויסן.

געדענקט איר נאך ווען די באסעס פון "חיים פריינד" זענען געווען פארקירט אויפן פארקינג לאט פון ביהמ"ד הגדול און מ'האט דאס געמופט ווען מ'האט אנגעפאנגען צו בויען דעם בנין "מבצר הכוללים".
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צייטליך האט געשריבן:פארשלאפן, חדר יחזקאל און יצחק עהרענפעלד'ס קאווע שטיבל זענען צוויי באזינדערע שטיבער. נאך היינט אויך.

ביסט שוין פון יונגן דור, עס איז געווען איינס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

צייטליך האט געשריבן:איך בין נייגעריג אויב "גאלדבערגער'ס" טוי געשעפט שטייט נאך אויף סאטמאר דרייוו קעגן ארשיווע. אז צוויי אידן זענען אריין האבן די איבעריגע געברויכט ווארטן אינדרויסן.


צייטליך, דו גייסט כאפן, גאלדבערגערס "טוי סטאר?", גאלבערגערס "דשעמיס-וועי!!!"....

כ'געדענק אז דארט האט מען נישט געקענט אריין גיין אויב מען האט עפעס ספעסיפיק געוואלט קויפן, דארט איז מען קודם אריין געגאנגען, און וואס זיי האבן געהאט האט מען געקענט קויפן....
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

צייטי אזוי שפעט קימסטו אין שיל ווען די ביסט אין ק"י ? :wink:
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

געדענקט איינער די ניגון
"מ'פארט ארויף אין יעילעטשעשיעם....."
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ווען די מיני באס איז געווען א גרויסער געלער באס און נאכדעם צוריק געווארן מיני און היינט א סיטי באס
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

קרית יואל מילעך קען אפשר איינער דא ארויף לייגגען א בילד פון א באטעל מילך?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

צייטליך האט געשריבן:איך בין נייגעריג אויב "גאלדבערגער'ס" טוי געשעפט שטייט נאך אויף סאטמאר דרייוו קעגן ארשיווע. אז צוויי אידן זענען אריין האבן די איבעריגע געברויכט ווארטן אינדרויסן.


צי די סטאר שטייט צי נישט ווייסעך נישט
אבער איך באקומם נאך פון אים טעלעפאון קאלס צענע ביינאכט אז דער טראק גייט זיין היינט אין קרית יואל פון 9 ביז 7
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ווען יצחק חיים ביקל האט נישט געלאזט קלאפן ביי ארור המן ווייל די מענטשן אונטטן ווערן דערשראקן...
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

צו געדענקן ווען ר' אברהם יצחק זיכערמאן איז געווען די דזשעלי רבי דארף מען נישט זיין אזוי אלט,
ווען יצחק ערענפעלדס קאווע איז געווען אין חדר יחזקאל געדענק איך נישט, אבער פון מיין ברודער האב איך געהערט אז עס האט אמאל געהייסן חדר הסינקס
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

האלענדער האט געהאט זיין געשעפט ביי זיך אין בעיסמענט אויף קוויקוועי (היינט אפטא).

ווער געדענקט נאך ווען ר' אברהם אירגאס פלעגט זיין דער פורים רב?

ווער געדענקט נאך די האלצערנע טרעפ ביים ארון הקודש אין גרויסן שול?
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

צייטליך האט געשריבן:דער אמאליגער "עזרת חולים" העלט סענטער "בית שרה" ווי עס איז געווען סטאנצירט דאקטאר ווערצבערגער'ס אפיס.
".


כא כא כ'דערמאן זיך.
ווען כ'בין געווען א קינד האב איך געזאגט פארוואס דער בנין הייסט בית שרה ווייל סהאט טירן אויף אלע פיר זייטן (שיק עס אריין צו די מעלות)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

פאטאקי08 האט געשריבן:קרית יואל מילעך קען אפשר איינער דא ארויף לייגגען א בילד פון א באטעל מילך?


כ'האב אמאל געזעהן ווי רבי עקיבא'לע שליט"א ליידיגט אויס די וואנט פושקעס אין ביהמ"ד הגדול, האב איך געזעהן א די געלט אינעווייניג ליגט אין צישניטענע קרית יואל מילך באטלעך.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

שמערי בערי האט געשריבן:געדענקט איינער די ניגון
"מ'פארט ארויף אין יעילעטשעשיעם....."

כ'מיין אז ניגון זינגען נאך אלץ די קינדער יעדעס מאל וואס די באס פאר ארויף א בארג. זיי ווייסן אפילו נישט פשט דערפון.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”