היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

איכאדאמרי האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:עס איז דא עטליכע רביס וואס גייען נישט מיט ווייסע זאקען
סקלען שיבט הלוי איך מיין רחמסטריווקע גייט אויך נישט

הרב וואזנער זצ"ל איז געגאנגען שבת מיט ווייסע זאקן, און שבת חזון מיט שווארצע זאקן (די איינציגסטע שינוי און שבת חזון).

איז הרב וואזנר זצ"ל נישט געגאנגען מיט לאנגע הויזן?

מ'רעדט דאך דא פון זאקן אונטער די לאנגע הויזן.
(זעה די שמועס אויבן)
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

פארווייטאגט האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:ריכטיג.
לאנגע אראפגעלאזטע הויזן מיט שיך און ווייסע זאקן איז ביי מיר נישט זיכער אז עס האט צוטון מיט א מנהג.
(אגב, דער בילד איז פון סקווירא ב"פ.)

---
האקט ענדליכס.

און דער אלטער סקווירא רבי ז’’ל האט דאס אויך נישט פארדעקט מיט שטיוול נאר ער איז געגאנגען מיט לאנגע הויזן אונטער די שטיוול, די קאליר פון די זאקן דערונטער ווייס איך נישט

אױסצוקלארן, כ״ק ר׳ דוד׳ל סקװירער איז געגאנגען װײסע זאקן (דא איז א בילד, ס׳נאר פארדעקט מיט די לאנגע בעקיטשע) זײן זוהן כ״ק הרה״ק ר׳ יעקב יוסף זי״ע איז אױך געגאנגען װײסע זאקן נאר האט דאס צוגעדעקט מיט שטיװל לכבודו פון זײן עלטערן ברודער ר׳ איציקל קעשינובער זצ״ל - פון װעמען ער האט זיך געהאלטן אלס א שטיקל תלמיד נאכדעם װאס ר׳ דוד׳ל זצ״ל איז אװעק װען ער איז נאך געװען 18 יאר אלט, אום יומה״ק קען יעדער זעהן כ״ק מרן אדמו״ר מ׳סקװירא שליט״א מיט ארױפגעצױגענע װײסע זאקן, אום תשעה באב מיט ארױפגעצױגענע שװארצע זאקן,
דאס אז די עולם גײט מיט שטװל איז בערך 30 יאר אלט געװיסע האבן אנגעהױבן צוביסלעך האט דער עולם אױך אנגעטהון אלס א מלבוש לכבוד שבת ויו״ט (לפי הסיבה הנ״ל האט דאס נישט דוקא מיט שבת און אזױ גײען טאקע די קינדער און אײניקלעך פון רבי׳ן שליט״א) און הײנט שטופט דאס דער רבי שליט״א צו אלס א חסידי׳שע מלבוש,

עס איז דא עטליכע רביס וואס גייען נישט מיט ווייסע זאקען
סקלען שיבט הלוי איך מיין רחמסטריווקע גייט אויך נישט

קענסט צולייגן נאך רבי'ס....
אדמו"רים פון אמונת ישראל לדורותיהם, זענען אויך נישט געגאנגען קיין ווייסע זאקן.
כ"ק אדמו"ר הגר"ב אייזנבערגער גייט אויך נישט....

כ'מיין.....
שוין......
ס'גוט, זאל זיין אזוי.

:lol: :P :lol:
אוועטאר
סעקאנד אפינניען
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 1:21 am

Re: ווייסע זאקן / שטיוול ביי רבנים און אדמורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעקאנד אפינניען »

א לאנגע צייט צירוק איז שוין דא אופן געוועב ארומגערעדט געווארן די היסטוריא פון שטיוועל אין סקווער.
כדאי א תושב זאל ציברענגען די מראה מקום,
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:עס איז אינטערסאנט די גאנצע ענין פין גיין מיט ווייסע זאקען קימט פין דעים אז אמהל איז געווען א מאדערנע זאך צי גיין מיט לאנגע הויזען
(מען קען זען די בילד אויף די צוויייער אפיל די גוים פלעגן גיין מיט ארויפגעצויגענע הויזען)
במילא זענען חסידשע אידען נישט געגאנגען ארויף געצויגען אין די ווייסע זאקען איז ווייל מען פלעיג גיין שבת מיט 4 ווייסע בגדים
היינט איז עס שוין א מער פרימערע חסידשע מלביש אזוי גייען זאכען

זאקען זענען נישט פון די 4 מלבושים פין שב"ק.
Zeltzer
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

Re: ווייסע זאקן / שטיוול ביי רבנים און אדמורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zeltzer »

סעקאנד אפינניען האט געשריבן:א לאנגע צייט צירוק איז שוין דא אופן געוועב ארומגערעדט געווארן די היסטוריא פון שטיוועל אין סקווער.
כדאי א תושב זאל ציברענגען די מראה מקום,

זעה דא
חכם צבי
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 22, 2012 4:52 pm

געפעפעטע הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם צבי »

וואס איז די טעם פארן גיין מיט געפעפעטע הויזן ? ביי וועלכע פלעצער איז מען אזוי געיגענגען ? פארוואס ? ווען האט זיך דאס אנגעהויבן ?
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: געפעפעטע הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

חכם צבי האט געשריבן:וואס איז די טעם פארן גיין מיט געפעפעטע הויזן ? ביי וועלכע פלעצער איז מען אזוי געיגענגען ? פארוואס ? ווען האט זיך דאס אנגעהויבן ?

פאר ווען איינער ענטפערט וועל איך זאגן אז נאך די פרשה פון אם המרעיבה פון הדסה, וואס די דאקטוירים האבן געטענה'ט אז די מאמע האט א מחלה פון טשעפען די קינדער וואס הייסט מינכה אוזן. האט עמיצער געפרעגט וויאזוי הייסט די מחלה פון טשעפען די ברודער. האט יענער גענטפערט "געפעפעטע הויזן"... ודפח"ח.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: געפעפעטע הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

חכם צבי האט געשריבן:וואס איז די טעם פארן גיין מיט געפעפעטע הויזן ? ביי וועלכע פלעצער איז מען אזוי געיגענגען ? פארוואס ? ווען האט זיך דאס אנגעהויבן ?

מן הסתם כדי נישט צו גיין שווארץ (כמו בלויע בעקיטשע'ס).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כמדומני, אז די ענין איז געווען נישט צו גיין מיט בגדי צמר, איז מען געגאנגען מיט די מין סחורה, וואס פלעגט זיין געמאכט פון א זאק סטייל (פלעגט הייסן צייגענע הויזן אויך).
חוח בין השושנים האט געשריבן:
טאהש'ער אייניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm

געפעפעטע הויזען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאהש'ער אייניקעל »

איינער וויסט וואס איז דער מקור פין גיין מיט געפעפעטע הויזען
אין אויך איז דא דא א בילד פין ערב ראש השנה ביי תולדות אהרון אין מ'זעט דארטן מענטשן מיט געפעפעטע הויזען אויב איינער ווייסט וואס צי זאגען וועגן דעמ ווייל איך האב געזעהן לעצטנס א בילד פין דער תולדות אברהם יצחח'ן רבי מיט שווארצע הויזען https://ci3.googleusercontent.com/proxy ... nts_29.jpg
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:עס איז דא עטליכע רביס וואס גייען נישט מיט ווייסע זאקען
סקלען שיבט הלוי איך מיין רחמסטריווקע גייט אויך נישט

צווייטע דריטע און פערטע דור תלמידי בעל שם זענען נאכנישט געגאנגען ווייסע זאקן, ס'האט זיך אנגעהויבן ביי תלמידי החוזה בעיקר
סקולען מיט שבט הלוי זענען דאך דריטע און פערטע דור...

במח״ג.
גיין ווייסע זאקן, אז א פארצייטישע מלבוש - יודן און אריסטאקראטישע גוים צוגלייך.
די גוים האבן זיך מאדערניזירט, יודן נישט.

פוילישע יודן פלעגן גיין אינדערוואכן, מיט א בעקעשע און ווייסע זאקן.
ס׳האט זיך קיינמאל נישט ״אנגעהויבן״״ ס׳האט זיך ס״ה קיינמאל נישט ״געענדיגט״.

עווענטועל, האט זיך די ווייסע זאקן געטוישט צו שווארצע אינדערוואכן, די בעקעשע איז קורצער געווארן (ס׳פלעגט זיין לענגער ווי היינט, און די אונטערשטע טייל איז געווען ברייטער), די פערטל שיך איז געווארן האלבע שיך.
די ספאדיקל האט זיך געביטן צו א קאפעליש.
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

איטשע האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:עס איז דא עטליכע רביס וואס גייען נישט מיט ווייסע זאקען
סקלען שיבט הלוי איך מיין רחמסטריווקע גייט אויך נישט

צווייטע דריטע און פערטע דור תלמידי בעל שם זענען נאכנישט געגאנגען ווייסע זאקן, ס'האט זיך אנגעהויבן ביי תלמידי החוזה בעיקר
סקולען מיט שבט הלוי זענען דאך דריטע און פערטע דור...

במח״ג.
גיין ווייסע זאקן, אז א פארצייטישע מלבוש - יודן און אריסטאקראטישע גוים צוגלייך.
די גוים האבן זיך מאדערניזירט, יודן נישט.

פוילישע יודן פלעגן גיין אינדערוואכן, מיט א בעקעשע און ווייסע זאקן.
ס׳האט זיך קיינמאל נישט ״אנגעהויבן״״ ס׳האט זיך ס״ה קיינמאל נישט ״געענדיגט״.

עווענטועל, האט זיך די ווייסע זאקן געטוישט צו שווארצע אינדערוואכן, די בעקעשע איז קורצער געווארן (ס׳פלעגט זיין לענגער ווי היינט, און די אונטערשטע טייל איז געווען ברייטער), די פערטל שיך איז געווארן האלבע שיך.
די ספאדיקל האט זיך געביטן צו א קאפעליש.

וואס איז די חילוק צווישן פערטעל אין האלבע שיך אין וואס איז די מקור?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כשמו כן הוא.
דער מקור איז דער שוסטער.
אוועטאר
קראטשין
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 21, 2021 12:46 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראטשין »

איטשע האט געשריבן:במח״ג.
גיין ווייסע זאקן, אז א פארצייטישע מלבוש - יודן און אריסטאקראטישע גוים צוגלייך.
די גוים האבן זיך מאדערניזירט, יודן נישט.

פוילישע יודן פלעגן גיין אינדערוואכן, מיט א בעקעשע און ווייסע זאקן.
ס׳האט זיך קיינמאל נישט ״אנגעהויבן״״ ס׳האט זיך ס״ה קיינמאל נישט ״געענדיגט״.

עווענטועל, האט זיך די ווייסע זאקן געטוישט צו שווארצע אינדערוואכן, די בעקעשע איז קורצער געווארן (ס׳פלעגט זיין לענגער ווי היינט, און די אונטערשטע טייל איז געווען ברייטער), די פערטל שיך איז געווארן האלבע שיך.
די ספאדיקל האט זיך געביטן צו א קאפעליש.

משא"כ ביי די גאליציאנע יודן, איז די וויסע זאקן אינדערוואכן געבליבן ביי די א חלק פון די רבי'ס, אין די המון עם האבן פארלענגערט די הויזן.
טייערע אידן העלפט ארויס ידידינו מרביץ תורה הגה"צ ר' איבערלעבר שליט"א
איי וועלט ברעכט היסטאריע! - $38,000 קאמפיין אין איין וואך פאר "איבערלעבער"
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
המבקש לכבוד התורה
הק' אבד"ק קראטשין
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

איטשע האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:עס איז דא עטליכע רביס וואס גייען נישט מיט ווייסע זאקען
סקלען שיבט הלוי איך מיין רחמסטריווקע גייט אויך נישט

צווייטע דריטע און פערטע דור תלמידי בעל שם זענען נאכנישט געגאנגען ווייסע זאקן, ס'האט זיך אנגעהויבן ביי תלמידי החוזה בעיקר
סקולען מיט שבט הלוי זענען דאך דריטע און פערטע דור...

פוילישע יודן פלעגן גיין אינדערוואכן, מיט א בעקעשע און ווייסע זאקן.

בעקישע איז יא א חסידישן מלבוש וויבאלד מ'האט נישט געוואלט גיין מיט בגדי צמר.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

הרב מגאליציען האט געשריבן:

נישט אמת.
אשכנז׳ישער יודן זענען אויך געגאנגען מיט בעקעשעס אין פוילן.

אונזערע הייליגע רבי׳ס זענען נישט געווען קיין פעשן דעזיינערס...
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: געפעפעטע הויזען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:איינער וויסט וואס איז דער מקור פין גיין מיט געפעפעטע הויזען
אין אויך איז דא דא א בילד פין ערב ראש השנה ביי תולדות אהרון אין מ'זעט דארטן מענטשן מיט געפעפעטע הויזען אויב איינער ווייסט וואס צי זאגען וועגן דעמ ווייל איך האב געזעהן לעצטנס א בילד פין דער תולדות אברהם יצחח'ן רבי מיט שווארצע הויזען https://ci3.googleusercontent.com/proxy ... nts_29.jpg

דער תולדות אברהם יצחק רבי, גייט הויזן אזוי ווי זיין רבי דער אמרי חיים (טונקל בלוי מיט לעכטיגערע בלויע שטרייפן)
תולדות אהרן רבי גייט אזוי ווי זיין טאטע (וכן הולכים בניו) מיט געפעפעטע הויזן
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

איטשע האט געשריבן:
הרב מגאליציען האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
עס וועט זיין גיט האט געשריבן:עס איז דא עטליכע רביס וואס גייען נישט מיט ווייסע זאקען
סקלען שיבט הלוי איך מיין רחמסטריווקע גייט אויך נישט

צווייטע דריטע און פערטע דור תלמידי בעל שם זענען נאכנישט געגאנגען ווייסע זאקן, ס'האט זיך אנגעהויבן ביי תלמידי החוזה בעיקר
סקולען מיט שבט הלוי זענען דאך דריטע און פערטע דור...

פוילישע יודן פלעגן גיין אינדערוואכן, מיט א בעקעשע און ווייסע זאקן.

בעקישע איז יא א חסידישן מלבוש וויבאלד מ'האט נישט געוואלט גיין מיט בגדי צמר.

נישט אמת.
אשכנז׳ישער יודן זענען אויך געגאנגען מיט בעקעשעס אין פוילן.

אונזערע הייליגע רבי׳ס זענען נישט געווען קיין פעשן דעזיינערס...

רבותינו תלמידי הבעש"ט האבען נישט ערפונדן דאס זיידענע בעקישע. דאס איז געווען א בגד ​חשוב וואס שיינע יודען זענען אלעמאל אזוי געגאנגען. שטעט'ישע אידן זענען געגאנגען דערין נאר אום שבת אדער אויף אנדער חשוב'ע מאורע וכדו' [אדמור"י בית באבוב זצ"ל פלעגן זאגן א בעקישע איז א בגד חשוב נישט דוקא א בגד שבת]. אינדערוואכן זענען זיי געגאנגען אנגעטוהן אין א וואלענע אנצוג. ביז ס'זענען אנגעקומען די חסידים וואס האבן באזונדערס שטארק מקפיד געווען דערויף א גאנצע וואך אויך כידוע מתשובות הישמח משה וחת"ס.

איך קען ברענגן צענדליגע מקורות דערויף ואין עיתותי בידי מחמת יום הקדוש המשמש ובא, בלויז פאר אינטערסאנטקייט צייכן איך אהן די ווערטער פונ'ם חיד"א אין ברכי יוסף יו"ד סימן רצ"ט אז דאס איז געווען א מנהג בלויז ביי חסידים. און א שטיקל קהלת יעקב (ערך נש נשמה ד''ה ובדרוש) פון הרה"ק ר' יענקל'ע דינובער זי"ע די מלא הרועים וואו ס'איז מבואר מדבריו הקדושים אז די המון עם איז געגאנגען אין בגדי משי בלויז אום שבת.
אטעטשמענטס
image_2021-09-15_021633.png
image_2021-09-15_021633.png (91.59 KiB) געזען 1460 מאל
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

זיכער זענען געווען פון די המון עם וואס איז געגאנגען מיט זייד בלויז אום שבת קודש.
אבער דאס האט גארניקס מיט ״חסידים״.
פילע אשכנזישע יודן פלעגן אויך גיין מיט זיידענע בעקעשעס און ווייסע זאקן אינדערוואכן.

חסידים האבן ס״ה מער ״מקפיד״ געווען דערויף, כמבואר בברכ״י - הגם ס׳איז נישט בהכרח אז די מדובר דארט אז פון חסידים, קען פונקט אזוי זיין פוילישע אשכנז׳ישע יודן.
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

בקיצור מיר דינגן זיך נישט אין דער מציאות הדברים נאר אין די הגדרה, צו מען קען אנרופן א בעקישע אינדערוואכן א חסיד'ישן לבוש.
דאס זענט איר עכ"פ מודה אז א בעקישע און ווייסע זאקן אינדערוואכן לאו בחדא מחתא מחתינהו. א בעקישע האט געהערט צו שיינע אידן רבנים וכדו', לעומת ווייסע זאקן וואס "יעדער" האט זיי געטראגן אפילו אינדערוואכן - עפעס אנדערש איז נישט געוועזן.

בנוגע דער ברכ"י עיין היטב בדבריו ער רעדט קלאר פון א נייע סעקטע.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

נישט רבנים, סתם שיינע יודן זענען אויך געגאנגען מיט בעקעשעס.
קיצור, ס׳האט גארניקס מיט חסידות.
נישט די בעקעשעס
נישט די ווייסע זאקן
נישט די שטריימלעך
נישט די סטראקעס

ס״ה דער יודישער פוילישער מלבוש.
מיט די יארן האט מען זיך מאדערענעזירט.
די המון עם שנעלער
די רבנים די שטייטסטע
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

עכ"פ אזוי האט איר אויסגעפיגורט לויט ווי איר ווייסט איצט אויפן מאמענט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: נייעס און קרישקלעך פון אלע חצרות הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:
צווייטע דריטע און פערטע דור תלמידי בעל שם זענען נאכנישט געגאנגען ווייסע זאקן, ס'האט זיך אנגעהויבן ביי תלמידי החוזה בעיקר
סקולען מיט שבט הלוי זענען דאך דריטע און פערטע דור...

דער שבט הלוי איז נישט געווען קיין רבי, במקורו איז ער בעצם געווען אן אויבערלענדער, סאיז נישט שייך צו דן זיין גארנישט פון זיין לבוש

נישט יעדער געווארנער חסיד האט מקבל געווען די גאנצע לבוש ווי ווייסע זאקן וכו'
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

farshlufen האט געשריבן:עכ"פ אזוי האט איר אויסגעפיגורט לויט ווי איר ווייסט איצט אויפן מאמענט.

כמובן.
דאס איז באזירט אויף מיינע ידיעות וואס איך האב ווען איך האב עס געשריבן.
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

איטשע האט געשריבן:נישט רבנים, סתם שיינע יודן זענען אויך געגאנגען מיט בעקעשעס.
קיצור, ס׳האט גארניקס מיט חסידות.
נישט די בעקעשעס
נישט די ווייסע זאקן
נישט די שטריימלעך
נישט די סטראקעס

ס״ה דער יודישער פוילישער מלבוש.
מיט די יארן האט מען זיך מאדערענעזירט.
די המון עם שנעלער
די רבנים די שטייטסטע שטייטע
די רבי'ס די שטייטסטע

מסתבר כדבריך, הערט זיך אויפ'ן שכל (איך האב דאס נישט מלבן געווען) און ניכר בציורים ישנים
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”