מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רוימישער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

איז דא א נאמבער וויפיל אייניקלעך ס'האלט היינט?
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1959
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

איר לוי'
אטעטשמענטס
New Picture (2).png
New Picture (2).png (401.76 KiB) געזען 2161 מאל
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

רוימישער האט געשריבן:איז דא א נאמבער וויפיל אייניקלעך ס'האלט היינט?

איז דא איינער וואס ווייסט עפעס אינפארמאציע?
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

היינט נאכט האט חתונה איר אינגסטע אייניקל אין מאנסי
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

רוימישער האט געשריבן:איז דא א נאמבער וויפיל אייניקלעך ס'האלט היינט?

אפי' נישט קיין נומבער נאר עפעס א מושג פון ווי גרויס איז די משפחה? אויף יעדע קר''י גאס איז דא אן אייניקעל?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

טשעירמאן האט געשריבן:

פרעגסט אגער זאגסט?
שיר דברי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 10:01 am

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיר דברי »

יארצייט
פאלאטשעק
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 4:59 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלאטשעק »

יארצייט
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

כ'האב געהערט אמאל א מעשה,

אז איינמאל זייענדיג אין שנה ראשונה קומט זי אהן צו איר טאטע אהיים, אז זי איז נישט צופרידן פון איר מאן, זי וויל צוריק קומען אהיים,
איר טאטע האט איר געזאגט, כ'האב דיר חתונה געמאכט, דו גייסט צוריק, איך לאז דיר נישט אריין צוריק אין מיין שטוב, זי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריק געגאנגען
אזוי זענען ארויסגעקומען די אלע טויזענטער אייניקלעך, א פחד פון א מעשה
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8346
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שמן זית האט געשריבן:
כ'האב געהערט אמאל א מעשה,

אז איינמאל זייענדיג אין שנה ראשונה קומט זי אהן צו איר טאטע אהיים, אז זי איז נישט צופרידן פון איר מאן, זי וויל צוריק קומען אהיים,
איר טאטע האט איר געזאגט, כ'האב דיר חתונה געמאכט, דו גייסט צוריק, איך לאז דיר נישט אריין צוריק אין מיין שטוב, זי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריק געגאנגען
אזוי זענען ארויסגעקומען די אלע טויזענטער אייניקלעך, א פחד פון א מעשה
שוין געהערט פון א צווייטן איד פונעם פריערדיגן דור אויך אזא מעשה מיט זיין שווער

שטעל דיר פאר היינט...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

שמן זית האט געשריבן:
כ'האב געהערט אמאל א מעשה,

אז איינמאל זייענדיג אין שנה ראשונה קומט זי אהן צו איר טאטע אהיים, אז זי איז נישט צופרידן פון איר מאן, זי וויל צוריק קומען אהיים,
איר טאטע האט איר געזאגט, כ'האב דיר חתונה געמאכט, דו גייסט צוריק, איך לאז דיר נישט אריין צוריק אין מיין שטוב, זי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריק געגאנגען
אזוי זענען ארויסגעקומען די אלע טויזענטער אייניקלעך, א פחד פון א מעשה
פון וואו קומט דיין מעשה?
אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 06, 2014 9:25 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוזדור »

טשעירמאן האט געשריבן:
מיט וואס איז באבי שווארץ געווען ספעציעל? אנדערש ווי אנדערע אידישע באבעס?
אנדערש ווי אנדערע אידישע באבעס ווייס איך נישט ווייל נאר איר האב איך געקענט אבער לאמיר פרובירן...

* די שווארטץ באבע איז געווען גאר א שטארקע כאראקטער פון אינסייד אוט שטארקע מיינונגען מיט פעסטע יסודות. פארט האסטו געקענט מיט איר שמועסן ווי א חבר איבער אלעס און אלעם.

* איר נאנטשאפט צו די סאטמארע רעביצין אלטע פייגא ע"ה האט איר אריינגעברעגט לבית צדיק און איר געהויבן אין די וועלט פון צדקה וחסד.

* אלעמאל איז זי געווען פארקאכט אין שאפן ריזיגע געלטער פאר אירע צוועקן, גענומען פון רייכע און געטיילט פאר ארימע לצרכי רפואות, הכנסת כלה, מסדר זיין שטובער וכו',

* אין איר שטוב האט מען געאטעמט די רבי ז"ל - כאטשיק וואס איר מאן ר' יהוסף ע"ה איז געווען א חסיד לבית קאסאני האבן זיי די קינדער געשיקט לערנען קיין סאטמאר און געפירט א שטוב דבוק ומקושר צום רבין כל ימיו.

מיט דעם וואס זי איז געווען געבענטשט מיט טויזענטער אייניקלעך קעה"ר האט זי וואונדערליך געהאט א פערזענליכע קשר מיט יעדען אייניקל באזונדער פון גרויס ביז קליין.

* זי איז געווען אינטערסירט 'דיך' צו הייבן אד"ג קיינמאל גערעדט אדער געקוועטשט פון זיך.

* זי פלעגט גאר שטארק מחשיב זיין און שטיצן אירע אייניקלעך תלמידי חכמים ובפרט איר זוהן הרה"צ ר' שמשון ע"ה מברסלב מיט וועם זי האט זיך געטשאטשקעט.

* פלעגט זיך אלעמאל אינטערסירן אין דיין פרנסה און געוואלט פארשטיין יעדע דעטאל און געגבן עצות..

* א ריז אין הכנסת אורחים. געהאט 16 קינדער צו פיטערן און חתונה מאכן אבער געהאט אן אפען שטוב ווי יעדער נצרך האט זיך געשפירט היימיש באכילה שתיה לינה ובפרט אין אירע ווילאמסבורגע יארן איידערן מופן קיין קרית יואל.

* איר נאטור איז געווען נאכצולויפן צו טון מצוות און מעשים טובים, זי פלעגט גיין אין שפיטעלער מבקר חולה זיין עלענדע און צובראכענע.

* א באזונדערע זיסע צוגאנג האט זי געהאט מיט אפגעפארענע וועמען זי האט שטארק מקרב געווען און געקענט שמועסן מיט זיי כאלו לא היה אבער דאך מעורר געווען צו תשובה למשל דורך זינגען עפעס א פארצייטישע ניגון באגלייט מיט א טרערלע...

* אלעמאל ארום איר האט זיך געשפירט א גוטע ענערגי און א פאזיטיווע ווייב.

* זי האט געפירט גאר א פרומע און אפגעהיטענע סאטמארע חסידישע שטוב ווי אלע שמועסן האבן זיך געדרייט ארום דעם רבין זי"ע און זיין שיטה הק' און האט אסאך געמאנט אז משפחת שווארטץ זאל נישט משנה זיין פון די לבוש ובפרט ביי די פרויען מען זאל זיין שטאלץ מיט די פרומע אויסזעהן.

* זי האט אסאך יסורים מיטגעמאכט אין לעבן סיי ביים קריג און נאכן קריג ביי די מעשה מיטן יונגעלע אין קעמפ אבער קיינמאל גערעדט דערפון און אוודאי זיך נישט אפגערעט. און לאמיר נישט פארגעסן 38 יאר איז זי געווען אן אלמנה פון איר מאן ר' יהוסף ע"ה.

* זי פלעגט קעמפן קעגן יעדע נייע מאדע מיט אזא ליצניתא דע"ז. אבער נישט געגאנגן פריוואט און נישט געווען ביטער, האסט געזעהן זי מיינט עס לשם שמים.

* בכלל איז זי געווען א פרייליכע אידענע, מיט איר יוניק קאקאש טיכל און מיט איר לעכטיגע שמייכעל באגלייט מיט א גוט ווערטעל האט זי באלאכטן דעם צימער אדער זאל.

* איר דאווענען איז געווען ווי א פארצייטישע רעבעצין. עס איז געווען וואס צו זעהן.

זאל זי זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע אמן סלה.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

WOW
זייער שיין, מזאגט אז גוטע זאכן קען מען און מען מעג זיך לערנען פון יעדעם.. איך ליין דא אז פון איר קען מען זיך ''אסאך'' לערנען..
בפרט די פאזעטיוועטי
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: על קידוש שמך - צווייטע וועלט מלחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

ר' יהוסף'ס טאטע ר' משה ע"ה האט אויך איבערגעלעבט די קריג, אוועק אין די כ'ס מיין איך
ד"א ר' יהוסף האט טאקע געשיקט די קינדער אויף סאטמאר, אבער ער אליין האט קיינמאל נישט געדאווענט דארט, אייביג געדאווענט אין סאלקא אויף קליימער/יוז סטרייט

איינמאל א יאר הושענה רבה איז ער געגאנגען אויף סאטמאר
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: על קידוש שמך - צווייטע וועלט מלחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

היסטאריקער האט געשריבן:

און אראפגענומען די קיישעלעך פאר הלל.., כמנהג קאסאן
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: על קידוש שמך - צווייטע וועלט מלחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

טעם וריח האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
ר' יהוסף'ס טאטע ר' משה ע"ה האט אויך איבערגעלעבט די קריג, אוועק אין די כ'ס מיין איך
ד"א ר' יהוסף האט טאקע געשיקט די קינדער אויף סאטמאר, אבער ער אליין האט קיינמאל נישט געדאווענט דארט, אייביג געדאווענט אין סאלקא אויף קליימער/יוז סטרייט

איינמאל א יאר הושענה רבה איז ער געגאנגען אויף סאטמאר
און אראפגענומען די קיישעלעך פאר הלל.., כמנהג קאסאן
א קאסאניער קענסטו נישט פארדרייען, דאס איז אין די בלוט דורך און דורך
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

אז מען דערמאנט הרה"ח רבי יהוסף ז"ל וויל איז מיטטיילן אן אנעקדאט וואס איך האב לעצטנס געהערט פון זיין זין הרה"ח רבי נחום ני"ו.

נאכ'ן קריג ווען די משפחה איז געווען מטולטל אין א קעמפ - לאגער (ערגעץ וואו כ'דענק נישט), איינמאל שבת צופרי איז א אמעריקאנער סאלדאט דורכגעפארן און ער האט געזען דא א משפחה מיט קינדער בלי משען ומשענה מ'קען זיך פארשטעלן זייער ענגן מצב תיכף נאכן קריג, האט ער ארויסגעשלעפט א הונדערטער, א ריזיגע סכום געלט בימים ההם, און אהין דערלאנגט פאר ר' יהוסף ס'געלט, מיט א פייערדיגע שטימע האט זיך ר' יהוסף צושריגן 'נא, שבת! שבת! שבת! און בשו"א נישט געוואלט איבערנעמען דאס געלט...

(זיין רעביצן האט אבער געהייסן דעם גוי לייגן ס'געלט אין א זייט...)

*
נאך האט איך געהערט מהנ"ל.

דעם ערשטן שבת דארט אין קעמפ, איז ר' יהוסף אריינגעקומען פרייטאג צו נאכט'ס אין שוהל, און מיט א קאסענע פלאקער אנגעהויבן הודו און זיך צופאטשט מיט די הענט, איי הודו לה' כי טוב!!

איינער דארט האט נישט אויסגעהאלטן די ברען, און צוגעגאנגען צו ר' יהוסף און געפרעגט מיט שפאס, "סאיז דא פייגעלעך דא? פארוואס פאטשסטו מיט די הענט?!

אבל הוא משלו איז אנגעגאנגן מיט זיין ברען און קאך ואל יבוש מפני המלעיגים.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שמן זית האט געשריבן:
כ'האב געהערט אמאל א מעשה,

אז איינמאל זייענדיג אין שנה ראשונה קומט זי אהן צו איר טאטע אהיים, אז זי איז נישט צופרידן פון איר מאן, זי וויל צוריק קומען אהיים,
איר טאטע האט איר געזאגט, כ'האב דיר חתונה געמאכט, דו גייסט צוריק, איך לאז דיר נישט אריין צוריק אין מיין שטוב, זי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריק געגאנגען
אזוי זענען ארויסגעקומען די אלע טויזענטער אייניקלעך, א פחד פון א מעשה
א פחד פון די תוצאה...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

אין די מעלות איז געווען א זיסע אנקעדאט אז איינמאל ווען זי האט באזוכט אירע אייניקליך אין קעמפ האט זיך איין מיידעל זיך אריינגעדרייט צוווישען אירע אייניקלעך און די (צוחגעקומענע) באבע האט איר באהאנדעלט כאילו זי איז איר אייניקעל..
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
טעמטי
פורים רב תשפ"ג
תגובות: 4078
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 04, 2021 12:29 am
לאקאציע: עראונד די אנדערע קארנער
פארבינד זיך:

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמטי »

צו געזונט האט געשריבן:
שמן זית האט געשריבן:
כ'האב געהערט אמאל א מעשה,

אז איינמאל זייענדיג אין שנה ראשונה קומט זי אהן צו איר טאטע אהיים, אז זי איז נישט צופרידן פון איר מאן, זי וויל צוריק קומען אהיים,
איר טאטע האט איר געזאגט, כ'האב דיר חתונה געמאכט, דו גייסט צוריק, איך לאז דיר נישט אריין צוריק אין מיין שטוב, זי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריק געגאנגען
אזוי זענען ארויסגעקומען די אלע טויזענטער אייניקלעך, א פחד פון א מעשה
א פחד פון די תוצאה...
:lol:

א תוצאה וואס ווארפט א פחד...
א מענטש טראכט, און טעמטי שרייבט.

אני מתנחל, כן

טעמו וראו, כי...
שיר דברי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 10:01 am

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיר דברי »

שמן זית האט געשריבן:
כ'האב געהערט אמאל א מעשה,

אז איינמאל זייענדיג אין שנה ראשונה קומט זי אהן צו איר טאטע אהיים, אז זי איז נישט צופרידן פון איר מאן, זי וויל צוריק קומען אהיים,
איר טאטע האט איר געזאגט, כ'האב דיר חתונה געמאכט, דו גייסט צוריק, איך לאז דיר נישט אריין צוריק אין מיין שטוב, זי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריק געגאנגען
אזוי זענען ארויסגעקומען די אלע טויזענטער אייניקלעך, א פחד פון א מעשה
די מעשה איז 100% שקר
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

טשעירמאן האט געשריבן:
אין די מעלות איז געווען א זיסע אנקעדאט אז איינמאל ווען זי האט באזוכט אירע אייניקליך אין קעמפ האט זיך איין מיידעל זיך אריינגעדרייט צוווישען אירע אייניקלעך און די (צוחגעקומענע) באבע האט איר באהאנדעלט כאילו זי איז איר אייניקעל..
--- און געזאגט "אדער ביסטו מיין אייניקל אדער וועסטו זיין."
רוימישער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:56 pm

Re: מרת יוטא ב"ר נחום שווארטץ, אשת ר' יהוסף שווארטץ - י"ח טבת תש"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוימישער »

טעמטי האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
שמן זית האט געשריבן:
כ'האב געהערט אמאל א מעשה,

אז איינמאל זייענדיג אין שנה ראשונה קומט זי אהן צו איר טאטע אהיים, אז זי איז נישט צופרידן פון איר מאן, זי וויל צוריק קומען אהיים,
איר טאטע האט איר געזאגט, כ'האב דיר חתונה געמאכט, דו גייסט צוריק, איך לאז דיר נישט אריין צוריק אין מיין שטוב, זי האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צוריק געגאנגען
אזוי זענען ארויסגעקומען די אלע טויזענטער אייניקלעך, א פחד פון א מעשה
א פחד פון די תוצאה...
:lol:

א תוצאה וואס ווארפט א פחד...
:lol: :lol:
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”