זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

wow wow wow!!!

אזאנס אראפצולייגען קען אודאי נאר די וואן אנד אונלי @איינס!

האסט אונז נישט אנטוישט.
זייער אינטרעסאנט.

קיפ איט קאמינג.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ידעתי אז כ'וועל עפענען וועט פליסן
וועל איך אביסל צולייגן מה שעלה בזכרוני בעת הקריאה (פולע זאכן לאנג שוין פארגעסן).
איינס האט געשריבן:פיין פיין ברודערקע איז געקומען העלפן....
בערל פון שוק (מהאט נישט געטארט קראצן די נאז אין פראנט פון איהם, און ווי ירושלימער קינדערלאך קענען האט מען דיקא יא געטון...)

שוין איינמאל גוטע זכרונות, ער פלעגט זיך פארשטעלן מיטן הוט ער זאל חלילה נישט זעהן ווי מען קראטצט זיך (גערעדט האט מען אז דאס איז שיריים פונעם קריג).
וואס איך בין יארן שפעטער געוואר געווארן, אז מען קען כאפן מיט אים א נארמאלן שמועס אויך, געווען איז דאס, ווען איך האב אים געטראפן אין א ביהמ"ד זיצן, און פארפירט א געשמאקן שמועס מיט אים, ער איז א גרויסער חזן אויך (פלעגט זיצן אין סוכה פון תוא"י אויף דעם גאס פארנט פון זייער ביהמ"ד, (דארף א באשרייבונג פאר זיך ווי אזוי ר' יונה פערל האט פארמאכט א גאס דורך מאכן טרעפ, און חסל הלכות רחוב, ונעשה חצר בית המדרש, וואס דינט פאר א סוכה יאר יערליך, פון פאר א' סליחות ביז נאך שמחת תורה), דארט האט ער אראפגעלייגט געוואלדיגע שטיקלעך חזנות, וואס נאר ער אליינ'ס האט פארשטאנען דערצו...

איינס האט געשריבן:פייוול וואלערשטיין מיט די רעבעצין, אי איי איי מי יחדש לנו ימי קדם.

יא יא, יעדע מאל איך טרינק אראק ביי א שמחה, איז דאס על שמו ולזכרו...
אלע מאל האט ער געהאט צו פארקויפן, ווען מען האט געפרעגט, צו ער האט טאמאטע'ס, איז קיינמאל געווען די תשובה ניין, נאר געזאגט, איך האב קארטאפל.
אזוי אויך, האט ער געהאט אחריות שלש שנים אויף די פירות...
און דער נעקסטדאר שכן זיינער, וואס פארקויפט אויך פירות במדה ובמשקל (נאך אפן היינטיגע צייטן מיין איך), איז ווערט אן ארטיקל פאר זיך (און קעגן איבער דעם ממש ביים טויער צו בהר"ן, איז געווען א געשעפט 'הפלא ופלא' עפעס אזוי.

און וואס איז מיט די געשעפט פון 'לוי', און די טאבאקע געשעפט קעגן איבער (הדר) ווי מ'קען קויפן זאמד צו מאכן אליינ'ס טבק, און דער שוק אין שוק מאה שערים (וואס אינטרעסאנט אבער שטייט נאך עד עצם היום הזה).

איינס האט געשריבן:קעגן רויזנער פיש איז אייביג געווען א טוסטוס, און ביי רוזנר פלעגט מען קראכן די באליס (איך מיין סאיז די לינגען פון די פיש) און אויך אריינגיין שפילן מיט די לעבעדיגע פיש...

אין בארא פארק האט זיין ברודער א גראסערי ביי 14 קאר' 45, דארט ביי ראזנער איז מען געגאנגען מאכן כפרות אמאל נאכדעם וואס דער עוף איז געווען טרייף, האט מען געמאכט כפרות מיט א לעבעדיגן פיש.

איינס האט געשריבן:און צוריק צו זכרון משה אדער בעסער געזגאט הערשל גראמן׳ס (מזעהט איהם טאנצן אויף די קידוש קליפ) חברה
אהרלע כהנא, אברהם מאיר גינז, הלל ריבלין מיט די בלינדע ווייב (לאנדאן וועט שוין ברענען....) ער פלעגט עסן טאביק, און א תקופה פלעגט ער פארבן זיין בארד שוארץ, טעשטעיק מיט זיינע אטאקעס און וואדע חצקל טורנהיים (א פעטער פאר בעריש טורנהיים) מיט די באבא פייגא, אמאל געגעאנגען פעטש מיט איהם און מה עשה הקדוש ברוך הוא ער האט מיר אנגעבראכן די ביינער און צוגענומען מיין הוט.

אזוי בנשמיה אחת, יעדער פון זיי דארף אן ארטיקל (דא וואלטן זיי שוין אלע געווען ל"ז צדיקים נסתרים).
אברהם מאיר גינז אייניקל פון רעק"א, בעט יעדן איבער, און מען דארף זאגן מוחל, זיינע שלייקעס איז ווערט א בילד, שנארט אסאך, און רומער'ס זאגן אז ער האט אסאך געלט (כמנהג ירושלים צו גלייבן אז יעדער משוגענער איז אן עושר).

די שווארצע בארד פון הלל ריבלין דערמאנט פולע זכרונות.

און שיעור נישט פארגעסן, די ווייבאלע אין שוק וואס פלעגט נאכלויפן מיט א שטעקן יעדער וואס האט זיך געקראצט דעם קאפ (א שותף לדבר מצוה פון בערל...) געוואוינט אויף חוני המעגל, דאכט זיך מיר מען האט איר גערופן חאנאלע מיט די שטעקן).

טשעטשיק איז א נשמה פאר זיך, און חאצקל טורנהיים דארף אן אינטעוויאו אויף קול מבשר איבער די באבע פייגע.
איינס האט געשריבן:און דארף מען פארציילן איבער די גני העיר (פארקס) וואס איז באשטאנען מער ווייניגער פון א גליטשער, וואס דאס איז געווען די ענטרעס פאר די מקלטים...

גן העיר, יא יא, די איינציגסטע 'גרויסע' גן העיר איז געווען אויף רחוב חנה קעגן איבער חב"ד, אבער ווער האט געדארפט גרויסע, די אראפגאנג צו די מקלטים איז געווען פונקט גענוג, און די מקלטים האט מען גענוצט צו באהאלטן די העלצער פון ער"פ ביז ל"ג בעומר, ווען ס'איז געווען א תחרות (רעיס) ווער ס'מאכט א גרעסערע ל"ג בעומר פייער... גיי דערצייל...

איינס האט געשריבן:גלייך דארט (נעבן די הויז פון ראש ישיבת מיר) איז געווען די שירותים ציבוריים וואס האט געסרחט א רויעך, קעגן איבער האט אויך געוואוינט א זקן וזקנה דענק איך נישט זייער נאמען.

איך מיין די שירותים שטייט נאך (אפשר נישט אין באנוץ, דעמאלט'ס האט מען דאס שוין אויך געדארפט ארויס נעמען פון באנוץ).

איינס האט געשריבן:און צו בית ישראל, פליישמאן (וואס דער עולם האט זיך לעצנטס דערוויסט פון איהם נאך די שרעקליכע מעשה וואס מהאט איהם איינגעזעצט אימיטן נאכט) דענק איך איהם אין בעסערע צייטן.

טאר מען נישט שרייבן, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן, געדענק איך א היינטיגער גרויסער אדמו"ר (באמת אן ערליכער הייליגער איד) האט געוואוינט נעבן די בית ישראל שטיבלאך, און געווען פון די מענשטן וואס מען האט פארצייכנט אלץ משוגענער, ביז די שטיבלאך האבן פארגרעסערט, און אפגעקויפט/גענומען זיין הויז. דעמאלט'ס האט ער געעפנט אן אייגענער ביהמ"ד, און כלל ישראל האט זוכה געווען צו געניסן פון זיין אור.

איינס האט געשריבן:און חאנא באנאנא אין ווארשעווער הייזער

אין מיינע צייטן האט זי געהייסן חיה רבקה (אדער איז דאס א צווייטע) א דיקלעכע נעבעכ'דיגע פרוי, פלעגט ליגן אויף די תחנה (אזוי האט מען דאס גערופן, געווען ווי א לענגליכע מציבה), און געמאכט קולות יעדן טאג, צום איבעראשונג, זי האט צוויי געלונגענע קינדער הבן עם הבת, וואס האבן זיך געשעמט פון איר, אבער אויפגעשטעלט ערליכע אידישע דורות.

איינס האט געשריבן:יעצט שרייבנדיג דערמאן איך מיר יוסל קרויזער (קען אויך פארנעמען א באשרייבונג) האט אמאל געפרעגט: וועלכע אידישקייט זאך איז דא אין מאה שערים וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט?
נטורי קרתא? ניין
דאס יענטס? ניין
די ווייבאלע אין מאה שערים (פון די אהל יעקב ספרדישע שול) וואס שטעלט צוזאם א מנין, מנחא מנחא מנחא!!!!!
דאס איז א זאך וואס ווער סהאט נישט מיטגעהאלטן האט פארפאסט א שטיק מאה שערים,

זי פלעגט האבן א חברת תהלים און טיילן די אייסעס געפריזערדט פטל אין בעגס

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי אזוי דער שול גייט נאך אן, ס'איז גרויס ממש א ד' על ד', אבער עד עצם היום הזה, גייט דארט אן שחרית מנחה ומעריב, יעדן איינציגסטן טאג פון יאר (כולל ר"ה און יוה"כ שמח"ת וכו'). זעהט אויס עפעס א זכות האט דער ביהמ"ד.

אגב אין שוק איז דא א טוץ פון שולן וואס יעדע איינע דארף אן ארטיקל פאר זיך
אנגעהויבן ביהמ"ד תולדות אברהם יצחק
נחלי נצח (שובו בנים)
אהל יעקב (די ספרד'ישע ווייבאלע).
חב"ד
מאה שערים שטיבלאך
תפארת בחורים (העכער די שטיבלאך ווי הרב אלישיב פלעגט פארלערנען זיין שיעור)
ישועות יעקב שול (דארט איז אראפ געפאלן א באנק ביי די לויה פון ר' חיים ברים זצ"ל).
תורה ויראה
אהל שרה (נטורא קרטא) אוועק פון תורה ויראה
טשארטקוב'ער שול
אמעריקאנער שול (האט אויך א טיר פון רחוב מאה שערים)
אפשר האב איך אויסגעלאזט נאך א שול, בין איך נישט זיכער.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איינס האט געשריבן:גלייך ביים אריינגאנג צו מאה שערים (נעבן ויסברג) איז געווען א געשעפט איזנבאך וואס האט געהאט א מאדעל פונעם משכן
קעגן איבער איז געווען די אפיס פון הירשלער (קומט כסדר אורויס דא נאך געלט) מיט זיין שותף דער צווייטער ברסלבר (דענק איך נישט זיין נאמען) דארט פלעגן זיי פארטיילן די פלייש פאר די ברסלבר בעלי תשובות

קעגן איבער וואוינט איינער וואס מאכט זייער א שיינע סוכה, ועולים לשם כל סוכות עם כל המשפחות.

איינס האט געשריבן:אין שוק איז געווען דער בלעכער, ווי מהאט געקענט מיטהאלטן ווי פון א שטיקל בלעך ווערט א כלי, מהאט מיטגעהאלטן די פראסעס מתחילה ועד סוף
ובענין זה די אלע סטאלערס אין בית ישראל זוננפלד ווי מהאט מיגעהאלטן ווי א שאפע בויטע זיך,יעדן טאג נאכן חיידער איז מען געגאנגען האלטן חשבון וואס מהאט היינט צוגעלייגט

דער בלעכער מיין איך איז נאך דא.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמו איך האב מיר דא געריסן פאר געלעכטער פון דיין תגובה
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמו האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:גלייך ביים אריינגאנג צו מאה שערים (נעבן ויסברג) איז געווען א געשעפט איזנבאך וואס האט געהאט א מאדעל פונעם משכן
קעגן איבער איז געווען די אפיס פון הירשלער (קומט כסדר אורויס דא נאך געלט) מיט זיין שותף דער צווייטער ברסלבר (דענק איך נישט זיין נאמען) דארט פלעגן זיי פארטיילן די פלייש פאר די ברסלבר בעלי תשובות

קעגן איבער וואוינט איינער וואס מאכט זייער א שיינע סוכה, ועולים לשם כל סוכות עם כל המשפחות.

יא דאס איז וויסברג אנהייב אשכול האב איך געלייגט א לינק צו א אשכול איבער איהם
ער לעבט שוין נישט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איינס האט געשריבן:די טעלעפאון ציבוריים וואס פלעגט זיין נעבן נחמה

געווען א תקופה וואס מפלעגט ניצן אסאך טשייניזער ארבעטער (סינים) טאקע ישיבת מיר בית ישעי האבן געבויעט סינים

זיי פלעגן אפזיצן שעות ארוכות און רעדן אויף די פאונס

אין בית שמש האט מען א תקופה שבת צוגעבינדן די פאונס מיט א טשעין אראפ צום אייזן, פלעגן זיי זיצן איינגעבויגן שעות ארוכות

יא יא, נאך חדר פלעגט מען גיין צו די זכרון משה שטיבלאך, פון איין טלפון קלינגען 100 (משטרה) און פון די אנדערע 102 (מכבי אש) און בינדן איין טעלעפון פארקערט צום אנדערן, און הנאה האבן ווי די צוויי רייסן זיך דארט (ילד תוריד את הטלפון) ביז א ניידת איז געקומען, און געכאפט דעם שפיצל).

אזוי אויך די טלכרט וואס מען פלעגט אריין לייגן אין די טלפונים (איבערנעמענדיג דעם אסימון מיטן לאך, וואס מיט א בענדל האט מען דאס געקענט ארויס שלעפן, און פון דעם קומט דער שפריך ווארט, נפל האסימון).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איינס האט געשריבן:שמו איך האב מיר דא געריסן פאר געלעכטער פון דיין תגובה
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אדרבה

נאר וואס יא, איך נעם זיך נישט אונטער צו באשרייבן
ווייל דיין שפראך איז אזוי זאפטיג און געשמאק, איך וויל נישט צונעמען דאס געשמאק פון די ליינער'ס.

אבער יא, האסט מיר צוריק געשטופט א שיינע בינטל יארן, זיך צו דערמאנען גירסא דינקותא.

אגב נעבן זכרון משה, האט געוואוינט די שווארצע ווייבאלע, און די ווייסע ווייבאלע, וואס יעדע פון זיי איז געווען א מסכתא פאר זיך (די שווארצע ווייבאלע האט געוואוינט נישט ווייט פון הגאון רבי ישראל יעקב פישער, און געהאט רח"ל טלביזיע אין שטוב, די קינדער האבן געהערט פון מלמד אז שעטנז האלט אפ די אנטענא פון ארבעטן, האט מען געמאכט א שטריק פון א ציצית מיט פשתן, און מיט מסירות נפש ארויפגעקראכן אויף די דאך פון די ווייבאלע, און ארום געבינדן די אנטענע, און מיר האבן געגלייבט אז מער קען זי נישט קוקן אויף דעם טעלעוויזיע.

אויף רחוב הרידב"ז נעבן ווי ס'איז געווען געוויסע קלאסן פון ת"ת סקווירא (קעגן איבער דאס אריינגאנג צו ת"ת באיאן, ווי ס'פלעגט פארקומען די בחירות, און מען האט מיטגעהאלטן ווי מ'רופט כח אדם, צו ארויסראטעווען א מענטש וואס איז געגאנגען די פערדע מאל אויף א אנדערע נאמען כדי ג' זאל האבן מער קולות). האט געוואוינט א איד מיטן נאמען, דאוויד (דוד) פאר אים פלעגט מען זינגען 'דוד מלך ישראל חי וקים', און ער פלעגט ארויס קומען זיך רעגן אויף די קינדער (נעבעך), ער האט געהאט איין צימער וואס איז געווען א חידוש אין די בריה, א קאך, נאכדעם א סינק, נאכדעם א וואש מאשין, און נאכדעם א בית הכבוד, אבער אן קיין טירן, און העכער די וואנע, איז געווען א פאליצע (שעלוו) פאר זיינע ספרים מ'שטיינס געזאגט.

דארט אויף הרידב"ז האט אויך געוואוינט אן אלטער איד, אֶלִיַהוּ, וואס פלעגט טיילן לעקער'ס (לאלי'ס) פאר די קינדער, און בארעקאס, וואס איז געווען אמאל פריש, זיין מחסן האט אלעמאל געשטינקען פון אלטע שמאטעס.

אויף משה חגיז, האט געוואוינט דער בעל הבית פון א פרה אדומה.

און יוסל גוטפארב פלעגט אלעמאל קומען פריילעך מאכן די קינדער מיט זיין שיך אויף די נאז, (צביקה פלעגט נאר שנעל אדורך לויפן זיך נישט צו פאראנקערן אויף די שטיינדלעך אויף דער ערד...).

נאך א מיטגעמאכטע נשמה פלעגט זיך דארט דרייען, מיט א רעבישן טראגע, געדענק איך שוין נישט זיין נאמען

און אזוי שרייבנדיג דערמאן איך זיך פון משיח בן דוד מיטן שופר, וואס פלעגט בלאזן מיטן שופר הגיע זמן גאולתכם.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמו האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:שמו איך האב מיר דא געריסן פאר געלעכטער פון דיין תגובה
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אדרבה

נאר וואס יא, איך נעם זיך נישט אונטער צו באשרייבן
ווייל דיין שפראך איז אזוי זאפטיג און געשמאק, איך וויל נישט צונעמען דאס געשמאק פון די ליינער'ס.

נאך איינמאל דו מאכסט אוועק דיין שפראך כאפסטו א פראסק!
און איך רעד פון א ירושלימער פראסק!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמו האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:די טעלעפאון ציבוריים וואס פלעגט זיין נעבן נחמה

געווען א תקופה וואס מפלעגט ניצן אסאך טשייניזער ארבעטער (סינים) טאקע ישיבת מיר בית ישעי האבן געבויעט סינים

זיי פלעגן אפזיצן שעות ארוכות און רעדן אויף די פאונס

אין בית שמש האט מען א תקופה שבת צוגעבינדן די פאונס מיט א טשעין אראפ צום אייזן, פלעגן זיי זיצן איינגעבויגן שעות ארוכות

יא יא, נאך חדר פלעגט מען גיין צו די זכרון משה שטיבלאך, פון איין טלפון קלינגען 100 (משטרה) און פון די אנדערע 102 (מכבי אש) און בינדן איין טעלעפון פארקערט צום אנדערן, און הנאה האבן ווי די צוויי רייסן זיך דארט (ילד תוריד את הטלפון) ביז א ניידת איז געקומען, און געכאפט דעם שפיצל).

חחחח

דערמאנסט מיר טאקע
ביי אונז פלעגט מען זאגן אז די בלעבל אונטער פאון איז א אויגעלע פון די פאליציי
פלעגט מען צודעקן מיט די האנט אז זיי זאלן נישט קענען זעהן ווער סקאלט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמו האט געשריבן:
און יוסל גוטפארב פלעגט אלעמאל קומען פריילעך מאכן די קינדער מיט זיין שיך אויף די נאז, (צביקה פלעגט נאר שנעל אדורך לויפן זיך נישט צו פאראנקערן אויף די שטיינדלעך אויף דער ערד...).

נאך א מיטגעמאכטע נשמה פלעגט זיך דארט דרייען, מיט א רעבישן טראגע, געדענק איך שוין נישט זיין נאמען

און אזוי שרייבנדיג דערמאן איך זיך פון משיח בן דוד מיטן שופר, וואס פלעגט בלאזן מיטן שופר הגיע זמן גאולתכם.

צביקה דענק איך די נאמען איך קען מיר נישט דערמאנען זיין פנים

משיח מיינסטו דער וואס מפרעגט איהם נאכשרייען משיח שקר..
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איינס האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:שמו איך האב מיר דא געריסן פאר געלעכטער פון דיין תגובה
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אדרבה

נאר וואס יא, איך נעם זיך נישט אונטער צו באשרייבן
ווייל דיין שפראך איז אזוי זאפטיג און געשמאק, איך וויל נישט צונעמען דאס געשמאק פון די ליינער'ס.

נאך איינמאל דו מאכסט אוועק דיין שפראך כאפסטו א פראסק!
און איך רעד פון א ירושלימער פראסק!

פון א טשאלמער פראסק האב איך מורא.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איינס האט געשריבן:צביקה דענק איך די נאמען איך קען מיר נישט דערמאנען זיין פנים

צביקה, איז דער פארגייער פון יוסל גודפארב, ער גייט אויף אהין און צוריק, יעדעס מאל זיין פיס ווערט ממש פאראנקערט אין א שטיינדל (וואס נאר מיט א מיקרוסקופ קען מען דאס באמערקן) מוז ער גיין אויף צוריק, און מיט אימפעט גיין שנעל אויף פאראויס נישט זיך צו פאראנקערן נאכאמאל.

איינס האט געשריבן:משיח מיינסטו דער וואס מפרעגט איהם נאכשרייען משיח שקר..

יא יא

גראדע דערמאן איך זיך יעצט פון קאלעמייע רבי, (ווייס איך נישט וואס איז היינט מיט אים)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ברויך אריינגיין אין זכור ימות עולם.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18798
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שמו האט געשריבן:גראדע דערמאן איך זיך יעצט פון קאלעמייע רבי, (ווייס איך נישט וואס איז היינט מיט אים)

מי הוא זה?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

איינס האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:גראדע דערמאן איך זיך יעצט פון קאלעמייע רבי, (ווייס איך נישט וואס איז היינט מיט אים)

מי הוא זה?

גיי געדענק זיין נאמען (אויב איך האב בכלל אמאל געוויסט)

ער פלעגט קומען אין חיידער שרייען קוקוריקו, נאכמאכן דעם האן

מיט אפאר יאר צוריק איז געווען א בילד ווי ער רייזט ארום אויף אזא עלעקטראנישע געצייג מיט צוויי רעדער (וואס קינדער ניצן - ווייס איך נישט ווי אזוי די כלי הייסט).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איינס האט געשריבן:בילד
לב טהור...

לב טהור וואס??
דאס איז פינת שמעון רוקח און זוננפלד, אויפן צווייטן שטאק איז געווען מיין צווייטע דירה אין ירושלים שט'מער געדאכט, אינטן וואוינט א ספרדי'שע נגיד מיטן נאמען יאזדי, ער פלייגט דרייוון א לוקסוריעזע מאזדא שלוש...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איינס האט געשריבן:עפעס אויסגעלאזט?

יא, א בילד פון דיר מיט'ן שטריימל...
אוועטאר
כ'לאך
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:40 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'לאך »

איך האב אמאל געזען א ספר/בוך וואס האט אראפגעלייגט זייער שיין און דעטילירט יעדע פון די נשמות וואס האבן זיך געדרייט דארט איך מיין אז ס׳איז עטליכע בענדער
כ׳לאך ווען ס׳איז מיר גוט. נישט ווען דער פאטאגריפער הייסט
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

איינס האט געשריבן:כמעט..
יענטס האט געהאט א קליינע גדר

איין געסאלע ארויף צו

פון וואו האסטו די בילד, גוגל מעפס איז נישט דא דארט

אליין געכאפט.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

איינס האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:דאכט זיך אז די קינדער פלעגן זיך שפילן קאטאר עם באיים (קטרים באים...), ניין?
און וואסי מיט 'רעבאלע כאפ מיר'? (עפעס אזוי)

כדורים באים, אדער ווי אין ירושלים וואו מהאט נישט געוואלט רעדן עברית האט מען געשפילט ׳טאבעס קומען׳, טאבע איז א באלל - כדור.

די שפיל איז געווען אז יעדער איז געשטאנען אויפן סייד וואלק (טרעפל- מדרכה) און איינער איז געשטאנען אינמיטן און געשריגן ״כאדארים באייים״ און מהאט געדארפט אריבערלויפן צום צווייטן זייט קעגן איבער אן דער וואס שטייט אינמיטן זאלן כאפן.

רעבאלע כאפן איז וואס מרופט תופסת, אדער אין אמעריקע ׳קעטש׳, סאיז געווען א רעבאלע און ער האט געדארפט כאפן.

למען הדיוק קדרים באים.
דער למדן ברענגט צו א מקור אין גמרא אויף דער שפיל - הקדרין והזגגין שהיו מהלכין זה אחר זה, נתקל הראשון ונפל, ונתקל השני בראשון והשלישי בשני - ראשון חייב בנזקי שני ושני חייב בנזקי שלישי
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

איינס האט געשריבן:בין איך דא געלבין דער איינציגסטער טשאלמער :(

ווי זענטס עטס מיינע ברודערקעס?! אייך לאזן מיר אליין רעדן צו די פיר ווענט?

ברויכסטע שיקן א פריוואטן איינלאדענונג,

זייער הנאה געהאט פון דיינע באשרייבונגען, הגם איך האלט בלויז ביי עמוד 2

זאג נאר, אין דיינע צייטן איז נאך נישט געווען די פארגעשריטענע שיך פישקעס אדזשואים מיט א מנוע?
אטעטשמענטס
unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (62.81 KiB) געזען 497 מאל
2_490.jpg
2_490.jpg (119.78 KiB) געזען 497 מאל
image_2021-06-22_132304.png
image_2021-06-22_132304.png (81.38 KiB) געזען 499 מאל
לעצט פארראכטן דורך דבר החרדים מירושלים אום דינסטאג יוני 22, 2021 6:27 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

בכדי זיך צו נעמען צו אלע באקאנטע אידעלעך ברויך מען אנהייבן פון סאטמאר יואל,

די מנין פון חצות דארף לכאורה א עקסטערע אפטיילונג, ווארום רוב פון אירע באקאנטע דאווענערס זענען שוין נישט דארט,

אבער פרייליכע און זיך-פרייליך-געמאכטע אידאלאך האט מען געהאט דארט 24 שעה א טאג,

יוסקה יאקאב האט א גאנצע סעט פון 5 בענדער זכרונות מאה שערים

דארט קענסטו טרעפן אלע אנדערע מעשוגויים וואס ירושלים איז געווען געבענטשט מיט זיי

די גוטפארב'ס בכלל, אויסער ר' יוסל, קענען אויך באקומען א עקסטערן אשכול,

קומענדיגע מאל קלינג מיר ווען די בסיט לעבעדיג אויף וועלטל וועט די אפעטיט צו שרייבן זיין גרעסער

אוי.... ארעבארלע מיט א ווייסע קאפעלע מיט א.........
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

איינס, איך האב זיך שוין באדאנקט איינמאל אבער איך באדאנק זיך נאכאמאל, איך בין זיך ממש מחיה!
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: זכרונות פון צווישן די ירושלים׳ער געסאלאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

שמו האט געשריבן:הלל ריבלין דארף אן עקסטערע באשרייבונג.

גראדע לעצטנס באגעגנט, ער האלט שוין ביי נשמת...
אמאל מיטגעהאלטן ווען ער איז אריין אין א שטריימיל געשעפט (אויף רחוב הישיבה) זיך מעסטן א שטריימל, נישט מער אין נישט ווייניגער, און ער העט פארשטייט זיך מיטגענומען זיין בלינדע אשת חייל זאל אים זאגן ווי אזוי ער זעט אויס מיט דעם... דאס איז געווען א מחזה נאדר...
אלס קינד האמיר געגלייבט אז ער איז א ברודער פון רובי ריבלין.
איינס האט געשריבן:ווי דערמאנט אויבן ער טענהט אז ער האט געפועלט א ישועה פארן רחמסטריווקא רבין אין קבר רחל
איך דענק נישט די פרטים אויב איינער קען פארשאפן...

יאסקע מיטן ראחמיסטריווקא רבי'ן (-פאר'ן התגלות פארשטייט זיך) האבן געזוכט א לבנה אויף קידוש לבנה טיף אין די לעצטע נאכט, ס'איז שוין נישט געווען צו טרעפן אין ערגעץ, זענען זיי געפארן זוכן אין בית לחם, און דארט האט מען געפראוועט עפעס א מופת.
איינס האט געשריבן:שלמה קלעפער... איי איי איי איז דאס געווען א מיטמאכעניש ווען מהאט זיך גענומען צו זיינע ביינער...
דערמאן איך מיר יעצט טאקע די גאנצע מערכה מיט קלעצקין...

אהא! דו האלטסט פון דפוס מרום! שייגעץ...
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:גראדע חאצקל טורנהיים איז א ברודער, ענטשו... א ברודערקע, פונעם פעטער טורנהיים-טראמפ. און טאקע א פעטער פון ר' בעריש.

ניין נישט קיין ברודער פון יענער טורנהיים
ועוד שמעתי מאחורי הפרגוד אז דער טורנהיים פון לוד האט גארנישט מיט נעפיו טורנהיים סאיז געווען א שידוך פון קול מבדר, כך שמעתי פון איינעם טורנהיים (איך בין נאכנישט זיכער צו איך גלייב יענעם, אבער אזוי טענהט ער...)

טרעסאנט. כ'אב אייביג געוויסט אז חאצקל איז א ברודער פון ר' בעריש'ס טאטע לרפו"ש.

א וודאי!
וואלבעראזש'ע רבי זז"ג (אלטער יעקב נתנאל חיים בן ליבא מרים), פארדינט אויך א באזונדערע באשרייבונג.
פנימחדשות האט געשריבן:וואס איז פשט אז פיל קינדער גייען שווארצע ט"ק, ווי

פשוט, מ'איז געגאנגען די ט"ק אויף די העמד, און אנשטאט ס'זאל שמוציג ווערן ביז צען מינוט, האט מען עס לכתחילה שמוציג געמאכט... כמיין, געפארבט שווארץ/גראה.

און יש"כ ר' איינס (כ'מיין אז אזא אשכול וואלסטו געמעגט אנהייבן מיט א הילכיגן 'איינס-איינס, צוויי, שומע שומע?'...)
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”