זכרונות און היסטאריע פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איש ליזענסק האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:די רבי שליט"א אין שטאט ליזענסק פאר ארום 20 יאר צוריק
מערקט ר' ליפמאן ברייער נ"י רעכטס פון רבי'ן

עס איז און פארנקפורט נעבן ציון פון ר' יונתן אייבעשיץ און ר' יעקב עמדין

א וואס?
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

אם המצא תמצא דא יוצאי ישיבתנו הק' וואס נפשם אותה להעלות זכרונות מימי קדם עלי גליון, אבער הכר"ת פניה"ם ענת"ה בם און מחמת חשש גילוי זענען זיי כובש נביאתם, קאנען זיי זיך מתחבר זיין באישי אדער און אימעיל ,צי שיקן מה שמצודתם מעלה און מיר וועלן עס מעלה זיין להנאות בהם בני אדם, ותשוח"ח להם.
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

איינמאל האט ר' שמעי' פארגעלערנט א תוס' אין קידושין מ"ב לגבי דער קנין פון א קטן און אויסגעשמועסט דערויף א ר' ברוך בער. די סאטמארער בחורים האבן געטענה'ט אז אין חידושי סוגיות שטעלט זיך דער רבי אויף דעם תוס' און ענטפערט דער זעלבער תירוץ פון ר' ברוך בער וואס איז געוויס געווען א געוואלדיגע שמחה אז דער רבי זאגט בריסקער תורות. טראץ וואס דעם רבינ'ס פשט האט געהאט געוויסע ענליכקייטן האט ר' שמעי' זייער שנעל געבאסט דעם באבל און קונצליך אפגעטיילט צווישן די צוויי תירוצים.

געווען א בחור א למדן ימ"ה וואס פלעגט ארויסגיין שבת קידוש מאכן ביים ליינען, ווען כ'האב אים אמאל געפרעגט דערויף האט ער געזאגט אז ער איז פשוט מחמיר אויף שי' ר' חידקא אז שבת דארף האבן פיר סעודות.

דער רבי איז געווען דער נדבן פאר די פאפולערע סאטמארער מחזורי דברי יואל לעילו נשמת זיין פאטער ר' שם טוב ז"ל (כמדומה געהאט א פלייש באנק), אין די מחזורים ווערט ער באטיטלט אלס אב"ד ליזענסק ונשיא מוסדות נועם אלימלך, ערשט שפעטער איז דער רבי געווארן אדמו"ר מליזענסק.

מיין זיידע האט מיר געזאגט אז דער רבי האט פלייסיג געלערנט אלס בחור.

ר' שמעי' פלעגט נישט אזויפיל ברענגען ממרחק לחמו און רוב מאל האבן זיך די שיעורים געדרייט ארום די קלאסישע גדולי אחרונים אויפ'ן פלאץ (ובעצם יש להאריך בסגנון שיעריו ועוד חזון). איין סוגיא (תחילת האומר בהא דקידש מעכשיו ולאחר ל' יום וברשב"א שם) האט ר' שמעי' אויסגעשמועסט גאר א לומדישן ביאור פון שו"ת דברי חיים אין הל' פסח (או"ח יט) והיה בזה משום חידוש.

שבת פלעגן בחורים צוגיין זאגן דברי תורה פאר ר' פנחס. איינמאל האב איך געטראפן א תורה אויף די וואכעדיגע סדרה אין חזון איש (סוף סדר מתן תורה או"ח קכה) והיה לפלא בעיני האב איך גענומען די דרייסט און איבערגעזאגט די תורה פאר ר' פנחס. ער האט מיך אויסגעהערט אן די מינדעסטע עקסייטמענט און געווארט איך זאל ענדיגן און דאן געזאגט זיינע אייגענע תורות אויף די סדרה.
(חזו"א פרעגט על הפסוק בשלח ויסב אלוקים דרך מדבר משום ושבו מצרימה לכאורה איז הר סיני דערוועלט געווארן פריער כלשון הקרא תעבדון את האלוקים על ההר הזה. חד מתירציו שם אז אפשר האבן די אידן קודם געדארפט אריינגיין אין ארץ ישראל און דערנאך צוריקגיין אין מדבר מקבל זיין די תורה וואס שטימט נישט מיט דער ווארט פון רבי'ן אויף דער הגדה אז ס'שטייט נישט אלו קרבנו לארץ ישראל ולא ניתן לנו את התורה ווייל ארץ ישראל אן תורה איז גארנישט...)

איינמאל האב איך געטראפן א ישיבישער סארט יונגערמאן און ווען ער האט געהערט אז איך לערן אין ליזענסק האט ער מיר דערציילט א מעשה פלא ווי א פרוי איז פארלוירן געווארן און דער רבי האט מכוון גענוי וואו איר צו זוכן, געווען א חידוש נפלא אז אין ישיבישע קרייזן ווייסט מען פון רבי'ן און ער איז באקאנט גאר אלס אן איש מופת.

איבער קניני גניבה און די חיוב אחריות האט ר' שמעי' געהאט א מחודשדיגע מהלך באזירט אויף א תשובה אין חת"ס (כמדומה חו"מ קל"ב). באופן כללי לא היה רגיל כ"כ בספרי מרן זולת לעיתים.

ביי די עק פון די שמאלע האלוועי מיט די גלאזערנע וואנט פלעגט זיין א פאבליק פאן אויף וועלכע מ'פלעגט קענען הערן קול מבשר מיט א רואיגקייט, וזכרני ימים מקדם די גוטע צייטן ווען זלמן פלעגט רעדן א האלבע שעה רצוף פון האריקעין קאטארינע אדער די מידטוירם וואלן פון 06' וקשה לצייר וואס קול מבשר האט געמיינט פאר א בחור וואס וויילט אין ישיבה פאר פיר וואכן אויפאמאל און ס'איז זיין איינציגע וועג צו וויסן אז די וועלט עקזיסטירט נאך. אויב האט מען פלייסיג געלערנט האט זיך ר' סיני געמאכט ווי ער זעט נישט און געלאזט בלייבן ביים טעלעפאן אפילו נאך בעד-טיים.

(באמת יש להאריך על ר' סינ לרפו"ש שהיה איש אציל ועדין ויש לי עליו המון הכרת הטוב. היה בעל נפש ובעל אחריות עם אהבה לבחורים ואיידלקייט און סענסיטיווקייט, געווען זאכן וואס מ'האט געקענט ביי אים שנעלער ארלעדיגן און מער געטרויען ווי אנדערע משגיחים און ער האט אלץ פארשטאנען אויפ'ן ווינק. לבי לבי על מצבו וממרום ישלח לו רפו"ש).

ביינאכט פלעגט זיין א סדר מוסר פאר מעריב, רמ"ב פלעגט זאגן מ'זאל לערנען אליין און נישט מיט א חברותא ווייל ווען מ'לערנט בחברותא, טרעפטסטו אין מוסר ספר דיין חבר און דיין חבר טרעפט דיך.

געווען אמאל א התרשלות ביי נאכט סדר ובפרט ביי סדר מוסר און רמ"ב האט געווארנט אז ער וועט צוריקקומען אין ישיבה ביינאכט וכך הוה. ער איז ארומגעלאפן וועקיומען אלע געביידעס און דארמס והיה בהלה גדולה. למזלי היה לי שיעור על הטעלעפאן הנ"ל ביים ווינקל אם אברך בספר מסילת ישרים והנה זע איך ווי ר' משה ברוך קומט אין מיין ריכטונג מיט שטייטע טריט ווי ער האט געכאפט דעם גנב אליין ווען דער סילוק ליגט אים אויפ'ן צונג. צוקומענדיג נענטער און זעענדיג אז איך האלט אינמיטן לערנען איז ממש געווען פושט צורה ולובש צורה, מיט'ן גרעסטן רעספעקט האט ער מיך געוויזן איך זאל ממשיך זיין און זיך נישט שטערן. (ויש בעובדא זו משום אישית של רמ"ב וועמען מ'האט גרינג געקענט אפקויפן און ווי שטרענג ער איז געווען האט ער ממש געשעצט ווען ער האט געזען א גוטע זאך פלעגט אים פערזענליך דערפרייען און ער האט אלעמאל ארויסגעוויזן הוקרה והערצה.)
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

שבתי בוים האט געשריבן:מיין זיידע האט מיר געזאגט אז דער רבי האט פלייסיג געלערנט אלס בחור.

איך האב א קאפיע פון א חיבור בכת"י אויף יו"ד געשריבן אלס בחור
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

איינמאל איז דער אמן איד ר' מאיר מרדכי גרינוואלד פון ארץ ישראל געקומען רעדן א פייערדיגע דרשה איבער אמן יהא ש"ר נאך אין אלטן ביהמ"ד (יש לו סגנון יחידי עם הרבה דראמא וחזיונות ומופתים וגילויים נוראים מיועד קצת לילדים וכו') און נאך דער דרשה האט איינער געזאגט קדיש. די דאך איז כמעט אראפגעקומען ביי אמן.

רבי יעקב מרדכי טייטלבוים האט מיר אמאל געזאגט אז די תחילת מחשבה פון א איד ווען ער טוט א דבר רוחני אדער גשמי איז אז ער טוט עס פאר'ן אויבערשטן והכל בתר רישא גריר און מער איז א מענטש נישט אחראי ונשאר בקרבי הווארט הזה.

הרב בנציון פעלדמאן איז אמאל געקומען האלטן א דרשה כמדומה פאר שבועות, ער האט גערעדט און גערעדט האלב חסידות האלב קבלה און נאך אפשר א שעה האט ער זיך געגעבן ווי א כאפ אויף פון שלאף און געפרעגט מיט א גרויס שמייכל, וויפיל אזייגער איז? איינער האט אים געוויזן די זייגער, ער האט זיך נאכמער צעשמייכלט און מיט דעם געענדיגט די דרשה. די נאטירליכקייט איז געווען שטוינענד. ( אגב אמר לאחי אז די גרויסע חסידות'ער היינט איז א גוטע זאך, אבער פאר'ן יחיד איז לאו דוקא אז ער זאל האבן א שייכות ודי).

חנוכה אין ישיבה פלעגט אויסזען ווי סעודת המפסקת ווען יעדער זיצט זיך אין זיין ווינקל מורמלט זיך די זמירות. דארט האב איך צום ערשטן מאל געזען דעם מנהג פון איבערזאגן זיבן מאל אנא אנא בכח בכח וכו'.

די מקוה פארטאגס פלעגט זיין ביטער הייס. מ'האט געשמועסט אז סאיז אנגעשטעלט אויף 103.

איינמאל האט רבי יהושע העשיל הערשבערג געהאלטן א דרשה האט ער נאכגעזאגט דאס ווארט פון רוזשינער אויף די פיר פסוקים פון מה, מה אנוש, מה ה' שואל ממך, מה רבו מעשיך, מה רב טובך, אז געווען אמאל א קעניג געבעטן פייער פון א פויער, האט דער קעניג געזאגט, קוק ווער ס'בעט און פון וועמען בעט ער, און וואס בעט ער שוין, און וואס איז ער גרייט צו צאלן דערפאר.

רבי שמעי האט מיר אמאל געזאגט, מ'קען זיצן מיט א דייעט קאוק אין ביהמ"ד (געווען א פאס לעמאנעיד אין שול (ביליגער ווי קאווע) און א בחור האט געקוקט קרום דערויף) און לערנען געשמאק (היינו שהחיצוניות אינו נוגע כל כך והעיקר מחשבתו של אדם ורצונותיו.)

ר' לוי יצחק האט מיר אמאל געזאגט, אין אמעריקע האסטו נישט קיין בעסערע ישיבה, אפשר אין ארץ ישראל.
אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:41 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משק ביתי »

[quote="שבתי בוים"][/quote]

דער איז דאך א שפרידלדיגע בוים!! א מעיין דלא פסיק !! יישר כח ר' שבתי פארן אויפפרישן די בעקנדע זכרונות פון יענע לעכטיגע יארן, און שטייטצעך פאר די קרישקעלעך וואס כ'האב נישט מיטגעהאלטן, און איך שלינג עס מיט דארשט!!
ברענג מער ר' שבתי!
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

אדאנק
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

איך האב נישט געלערנט אין נועם אלימלך
איך דערקויק מיך מיט יעדער ווארט וואס דער שבתי שרייבט
די גרעסטע חידוש איז ווי די געדענקסט די אלע פרטים
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

עפעס בילדער?

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

קהילת יקנה''ז האט געשריבן:עפעס בילדער?



וואספארא בילדער זיכסטו?
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

עפעס אלטע בילדער פון די ישיבה.

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

א בילד פון די ערשטע היכל הביהמ"ד אונם נייעם בנין הנקרא "כולל"
אטעטשמענטס
Image (61).jpg
Image (61).jpg (161.41 KiB) געזען 2140 מאל
איש ליזענסק
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 15, 2020 3:04 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש ליזענסק »

איינער האט נאך בילדער פונ'ם לעכטיגן אמאל?
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

איש ליזענסק האט געשריבן:א בילד פון די ערשטע היכל הביהמ"ד אונם נייעם בנין הנקרא "כולל"



גוז באמפס...
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

איש ליזענסק האט געשריבן:א בילד פון די ערשטע היכל הביהמ"ד אונם נייעם בנין הנקרא "כולל"

איך זע גוט?
איינער שטייט מיט א טלית אויפן קאפ, ביים ארון הקודש, און זאגט א דרשה פאר א ליידיגע טונקעלע בית מדרש?
ווי ס'קוקט אויס האט שוין ר' סיני - דרייענדיג מיטן קייטל - פארלאשן האלב לעקטער'ס אין בית מדרש צו קענען אויסליידיגן און אריינטרייבן דעם עולם אין די בעטן ווייל "ס'איז שוין באלד נאך האלב עלעף"

מערקט אויבן אויף די רעכטע זייט דעם פענסטער צום רבין'ס שטוב

דאס בילד ברענגט א ים מיט זכרונות

מ'זעמיר ר' משה ברוך שפאצירן אין בית מדרש ביים דאווענען מיט א Map אין האנט, ווער יעדע בחור איז, און ווי ער זיצט,
איי, ווען א בחור האט בטעות געכאפט א פסק זיצענדיג בטעות אויף א צווייטן'ס פלאץ

רמ"ב'ס טרערן ביי הלל ראש חודש איבערהויפט ווען ש"ש פלעגט דאווענען פארן עמוד
די טשילאר איז געווען דעזעגנירט פאר ראש חודש און שבת, חלילה וחס אויב מ'האט עס אנגעצידן אין א וואכן טאג, דאס האט שוין באדייט הוללות

די רבי זז"ג פלעגט לערנען שבת צופרי אין בית מדרש בחברותא מיט....
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

d.png
d.png (491 KiB) געזען 2057 מאל




דאס קומט ארויף ביי גוגל מעפס
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
evernote
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך evernote »

DSC_0144.JPG
DSC_0144.JPG (287.03 KiB) געזען 2039 מאל
DSC_0157.JPG
DSC_0157.JPG (194.03 KiB) געזען 2039 מאל
DSC_0178.JPG
DSC_0178.JPG (284.65 KiB) געזען 2039 מאל
פאר דערווייל
evernote
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך evernote »

DSC_0107.JPG
DSC_0107.JPG (381.22 KiB) געזען 2039 מאל
DSC_0114.JPG
DSC_0114.JPG (374.96 KiB) געזען 2039 מאל
DSC_0136.JPG
DSC_0136.JPG (347.94 KiB) געזען 2039 מאל
evernote
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך evernote »

DSC_0077.JPG
DSC_0077.JPG (373.02 KiB) געזען 2039 מאל
DSC_0094.JPG
DSC_0094.JPG (362.83 KiB) געזען 2039 מאל
DSC_0105.JPG
DSC_0105.JPG (369.44 KiB) געזען 2039 מאל
evernote
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 04, 2015 5:33 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך evernote »

דאס איז פאר דערווייל,
ווייסט איינער פארוואס מ'האט אריבערגעצויגן דעם ביהמ"ד? ס'איז שוין געווען נאך מיינע צייטן.
אוועטאר
אייער_קיכל
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער_קיכל »

וואו איז כהיום דער ביהמ"ד? כ'דערקען נישט דעם פלאץ פון די בילדער
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

evernote האט געשריבן:
DSC_0144.JPG
DSC_0157.JPG
DSC_0178.JPG
פאר דערווייל


הערליך.
וועלכע יאר זענען די בילדער?
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Wow דאס איז אין מיינע יארן
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Please add more
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

Re: זכרונות און היסטוריה פון ישיבת נועם אלימלך ליזענסק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

וואף סארא אשכול דאס, יא האבן מיר דא אויך פארבראכט,צו אסאך צו דערציילן.
!!THANK YOU BANAA#
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”