די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אביסל טיפער האט געשריבן:יוני 22 1935

טאוולן וואס זענען ערשינען ביי העפענטליכע פלעצער שרייבענדיג "אידן זענען נישט וואלקאם" זענען היינט פארשוואונדן געווארן,
@בבקשה די ווייסט די סיבה?

לאמיר איבערגיין די לעצטע געשענישען

מאי 21, גרויסע שלום דרשה פון היטלער
יוני 3, דרשה פון די אינערען מיניסטער ווילהעלם פריק, אויפצוהערען מיט סתם אטאקעס אויף אידן נאר ענדערש ווארטן ביז די רעגירונג וועט מחליט זיין וואס צו טוהן.
יוני 11, דייטשלאנד פאנגט אן זען פירות, קרוין פרינץ אלבערט רופט פאר קירוב לבבות צעווישען ענגלאנד און דייטשלאנד (דורך דעם וואס די וועטעראנען וועלען זיך טרעפען איינעם מיט צווייטען)
יוני 18, דייטשלאנד לאנדעט א געווינס, מיט ענגלישע ים אפמאך
יוני 22, דייטשלאנד נעמט אראפ אנטיסעמיטשע טאוולען

ווי איך זעה, איז דא צוויי הסברים, איינס, די אלע דרוק וואס מען האט געלייגט אויף היטלער האבן ענדליך געשלאגען ווארצלען, און ער גייט אויפהערען מיט זיינע שלעכטע מעשים. צוויי, עס איז אלעס א שפיל פון היטלער, היטלער וויל אז די וועלט זאל לייגן ווייניגער דרוק, מילא טוהט ער די שריט אז די וועלט זאל זיך בארואיגען.

צו דעם אלעם דארף מען נעמען אין באטראכט אז אויב די דייטשע רעגירונג האט אביסל אפגעשטילט די אנטי-סעמיטיזם אין לאנד, איז די זעלבע נישט אמת מיט די נאצי פרעס, יוליוס שטרייכער ימ"ש העצט קעגן די אידן פונקט ווי ביז יעצט, אויב עפעס נאך מער ווי ביז יעצט. (וזאת אומרות אז די גאנצע זאך איז א שפיל, ווייל היטלער האט בידו אפצושטלען שטרייכער, און נישט נאר וואס ער האט עם נישט אפגעשטעלט, ער האט נאך געלאזט אז שטרייכער זאל פרברייטערען זיין צייטונג די שטורמער, מיט עפענען א אפיס אין בערלין, חוץ די אפיס וואס ער האט שוין אין נורעבורג, נאר די צייטונג גייט נישט אן צו שטארק פאר היטלער, זינט די ענגלענדער און פראנצויזן קענען בדרך כל נישט ליינען א צייטונג געדרוקט אין דויטש, אבער אפענע זאכן פרובירט ער אביסל צו אפשטילן)

איין סטראשע וואס היטלער האט זייער מורא פון, איז, אז די אלימיפעק שפילן וואס זענען געפלאנט אז זיי זאלן פארקומען אין בערלין אין בערך 6 א האלב חדשים, זאל נישט געפירט ווערען צו אן אנדערע לאנד, מילא זענען זיי אויסן צו באהאלטען ווי ווייט זייער אנטי-סעמיטיזם גייט.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יישר כוח. אז מען רעדט שוין פון די אלימפיקס, היטלער וויל ביזדערווייל נישט לאזן קיין שום איד זאל אטיילנעמען און די דייטשע דעלעגאציע,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

די לעצטע פאר וואכן, הערט מען פון די אפיציעלע דייטשע רעגירונג, אז זיי טוען אביסל נאכלאזן פון זייערע אנטי סעמיטיזם, מאידך גיסא, הערט מען פון געוויסע נאצי פארטיי איינגעשטעלטע, בעיקר יוליס שטרייכער און אלפערד ראזענעבערג, א שטייפערע שנאה צו אידן, דארף מען פארשטיין וואס גייט פאר? פארוואס די אפיציעלע נאציס לאזן נאך אביסל די אנטיסעמיטיזם, אבער די אנדערע ווערען נאר שטייפער? וואס איז פשט אויך, אז כאטש וואס שטרייכער גייט קעגן די שטעלע פון אפיציעלע נאצי פארטיי, אז מען האט געלאזט ער זאל פארברייטערען זיין צייטונג די שטורמער, מיט'ן לאזן עפענען א אפיס אין בערלין (בנוסף צו זיין ביז יעצטיגע אפיס אין נורעמבורג)?

אביסל די טעריעס האב איך שוין אויסגעשמועסט אין מיין לעצטע תגובה, אבער איך וויל אויסברייטערען

טעריע 1. די דרוק פון די וועלט האט עושה רושם געווען, אין די נאצי פארטיי פלאנט באמת אפצושטילן די אנטיסעמיטיזם, און פארדעם ברויזן שטרייכער און ראזענבערג, ווייל זיי קענען דאס נישט אויסהאלטען, איי פארוואס האט מען געלאזט פארברייטערען די שטורמער? קען זיין אז היטלער האט מורא פון שטרייכער, אדער ער וויל עם ווארפען א ביינדל

טעריע 2. אלעס איז א שפיל, היטלער וויל אפשטילן די דרוק פון די וועלט, מילא שפילט ווי ער ווערט ווייניגער אנטיסעמיט, שטרייכער ברויזט ווייל ער ווייסט נישט דאס איז א שפיל, און די פארביירטיגונג פון די שטורמער איז ווייל היטלער קען יא באשטיין עס זאל זיין אנטיסעמיטיזם.

טעריע 3. עס איז דא צוויי חלקים פון די נאצי פארטיי, 1, אלטע נאציס, וואס האבן געשטיצט היטלער ווען ער איז נאך נישט געווען די פירער, זיי זענען וויסטע אנטיסעמיטען, דערנאך איז דא א חלק פון די נאצי פארטיי, מענטשען ווי גענעראל בלאמבורג, אדער געוועזענע וויצע פרעזידענט וואן פאפען, וואס האבן נישט ליב די אנטיסעמיטיזם פון די נאצי פארטיי, אבער גלייכן אנדערע חלקים פון די נאצי פארטיי, היטלער ארבייט אז די מענטשען זאלן אויך אריינקומען אין די נאצי פארטיי, מילא שטילט אביסל די אפיציעלע אנטיסעמיטיזם, מאידך גיסא קען ער און וויל ער אז די אלע זאלן ווערען אנטיסעמיטען, מילא וויל ער אז שטרייכער זאל פארגרעסערען די אנטי סעמיטישע פראפאגאנדע, אזוי אז עווענטואל וועלן אויך די "נייע" נאציס ווערען אנטיסעמיטען, און דאן וועט ער קענען צוריק אנפאנגען מיט די אנטיסעמיטיזם, און אפשר נאך מער ווי בעפאר.

טעריע 4. די נאצי פארטיי פלאנט עפעס גרויס, און ביזדערווייל וויל ער אביסל שטילן די אנטיסעמיטיזם, כדי אז עס זאל כאפן די אידן אין שאק ווען עס קומט, שטרייכער בלאזט ווייל ער ווייסט נישט דערפון.

וואס האלט די עולם? וועלעכע טעריע איז ריכטיג? איז דא אן אנדערע טעריע וואס קען מסביר זיין די לעצטע געשעענישען?
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

מיין מיינונג איז אז עס האט פשוט מיט די אלימפיקס
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אביסל טיפער האט געשריבן:מיין מיינונג איז אז עס האט פשוט מיט די אלימפיקס

די אלימפיקס איז טאקע וויכטיג פאר עם, אבער ממש פאר דעם אפצושטעלען די אנטיסעמיטיזם? און פארוואס יעצט? ער האט נאך 6 חדשים צו גיין?
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

בבקשה האט געשריבן:

עס איז דא פרעשור פון אידישע און אנדערע גרופעס מען זאל אוועקפירן די אלימפיקס פון בערלין צו אן אנדערע פלאץ, צוליב היטלער אנטיסעמיטיזם און רעטאריק, מעגליך וועגן דעם טרייט ער עס צו שטילער מאכן די רעטאריק מצד די רעגירונג,

אביסל טיפער האט געשריבן:

קען זיין אז דאס איז די סיבה, אויב איז דאס טאקע די סיבה, מיינט דאס אז פאר די נעקסטע 6 חדשים ביז נאך די געימס, קען מען ערווארטען אז די אפענע אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד מצד די מדינה וועט שטילער ווערען אביסל.

לכאורה,
נ.ב. ווער עס מיינט אז פרעשור קען אפשטעלן היטלער אינגאנצן, דארף מען אנווייזן אז אפילו ער האט אפגעשטעלט צו אנטיסעמיטיזם מצד די רעגירונג, איז ער אבער נישט גרייט צו ערלויבן אידן אנטייל צונעמען און די דייטשע דעלעגאציע,
פארט א שונא ישראל
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד
יוני 26

די דייטשע קאבינעט (ווער פרעגט די פאלק ערוועלטע פארלאמענט) האט היינט באשטעטיגט די "רייכס ארבעטן סערוויס געזעץ" פארלאנגענדיג אלע דייטשן און יאהרגאנג 18-25 צו ארבעטן און די רייכס ארבעטער ארגאניזאציע, הויפטזעכליך מיליטערישע אינדוסטריעס און אין אגריקאלטשור,
די ארגאניזאציע איז אויפגעשטעלט געווארן נאך די גרויסע רעסעסיע אלס אן וואלענטיר ארגאניזאציע אראפצוברענגן די ארבעטסלאזיקייט און לאנד,

די קאבינעט האט היינט באשטעטיגט די "לופט פארטיידיגונגס געזעץ" גרינדענדיג די לאנדס ציווילע לופט פארטיידונגס סיסטעם,
די צוויי געזעצן קענען אביסל אנשטרענגן אנדערע אייראפעאישע לענדער, ווייל ווי עס קוקט אויס טראכט נאך אלס היטלער פון זיין חלום פון שאפן לעבנס פלאץ פאר די דייטשן, וואס הייסט אייננעמען נאך טעריטאריעס
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד,
יוני 29

און א רעדע צו נאציאנאל סאציאל ארגאניזאציעס און בערלין, האט דער נאצישע פראפאגאנדע מיניסטער יאסעף גאבעלס געהייסן דורכפירן ווילדע אקציעס און געוואלטאטן אקעגן אידן, זאגענדיג "אידן ווילן זיך ווידער פארשפרייטן, און געוויסע רייכע און אינטעלעקטואלן פראבירן זיי צי העלפן"

יוני 30

היטלער איז קוים צוויי יאהר ביי די מאכט, און עס ווערט באריכטעט און אן אמעריקע צייטונג, אז ער האט זיך איינגעהאנדלט א צווילינג - דאס הייסט איינער וואס קוקט אויס, רעדט, און פירט זיך, אויפן האר ווי היטלער - וואס ער פלאנט איהם צו שיקן צו אפעציעלע פארזאמלונגן, אזוי און פאל איינער וויל איהם עלעמינירן זאל ער הרג'נען זיין צווילינג
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

יוני 24
די קעניג קארל פון ראמעניע פארשפרעכט לוחם צו זיין קעגן אנטיסעמיטזים אין רומעניע, ער זאגט אז אידן דארפ'ן נישט מורא האבן פון אנטיסעמיטיזם אין זיין לאנד

יוני 26
א נאצי בישאף געבט א דרשה ווי ער זאגט אז מען קען נישט סובל זיין די פאקט אז די אנטיסעמיטיזם אין דייטשלאנד שטילט זיך אביסל, ער קען נישט סובל זיין אז עס זענען נאך דא קריסטען וואס קויפן אין אידישע געשעפטען.

אין עסטרייך, האט די באר אסאסיעיטשען מודיע געווען, אז די פירער פון די אסאציע וועלען געשטעלט ווערען דורך די רעגירונג, און נישט דורך וואלן ווי ביז היינט, די סיבה איז ווייל עסטרייך וויל זיכער מאכן אז אידן זאלן נישט קענען באקומען קיין פירערשאפט פאזעציעס און דעם אסאציע.

יוני 27
די דייטשע רעגירונג האט פארבאטן דאס דרוקן פון די אידישע צענטרעלע-פאראיין צייטונג פאר די נעקסטע 3 חדשים

יוני 30
אין דייטשלאנד פרובירט מען שטיל צו מאכן יוליוס שטרייכער'ס קאמפיין נישט איינצוקויפן אין אידישע געשפעטען. זיי ווילן נישט אז עס זאל ארויסרינען צום אלגעמיינעם גאס אז אין דייטשלאנד איז דא א קאמפיין נישט צו קויפן אין אידישע געשעפטען.

אין ציריך האט מען פארבאטן צו פארקויפן יוליוס שטרייכער'ס אנטיסעמיטישע צייטונג דער שטורמער.

אין ענגלאנד איז די סאציעלטישער שרייבער בערנאד שאו (ער איז אויך "יושר'דיג" צו היטלער, גיי פארשטיי א סאציעליסט וואס גלייכט היטלער), געגעבן אן אינטעוויו, תוך הדברים זאגט ער אז ס'איז דא אסאך צו זאגן וועגן היטלער, אבער ער פארשטייט נישט זיין אנטיסעמיטיזם, בעיקר פארשטייט ער נישט די פארבאט פאר גויים חתונה צו האבן מיט אידן, ער זאגט אז זיין עצה פאר היטלער איז, אז מען צווינגען אידן חתונה צו האבן מיט גויים, אזוי ארום וועט אויסגעמעקט ווערען כלל ישארל היל"ת, נאך זאגט ער, אז די ציוניסטישע באיקאט קעגן דייטשלאנד איז נאר'יש און היטלער נוצט עס נאר אויס צו ווייזען אז די אידן קאנטרילירען טאקע די וועלט.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יולי 1 1935

היטלער - לעכצענדיג אז זיינע מיינונגן איבער ראסע זאל ווערן אנגענומען איבער די אקעדעמישע וועלט - האט געגרינדעט א פארשונג אינסטיטוציע אינערהאלב די עס. עס. מיטן ציהל צו פארשן די אפשטאם פון דייטשלאנד,

היטלער ווי באקאנט האלט אז די גאנצע פארשריט און די וועלט קומט פון אריענס - דאס הייסט דייטשע אפשטאמיגע - וואס רעכענט אריין אגריקאלטור, מוזיק, ארטס, סייענס, און נאך, אבער די וועלט אנערקענט עס נישט, במילא האט ער באשלאסן צו גרינדען אן אייגענע אינסטיטוציע צו אינטערשטיצן זיין מיינונג, שטעלענדיג דער רייכספירער היינריך הימלער און שפיץ,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

יולי 1 1935

בערלינער פאליציי האבן פארבאטן פאר אידן זיך צוזאמצוקומען דורכאויס די חודש יולי

דייטשלאנד פארלאנט פון פוילן אז זי זאל אפשטעלן די אנטי-נאצי באיקאט וואס געוויסע אידן האבן געמאכט.

יולי 2

די סיטי קאונסיל אין די שטאט לאדז (לעמבערג) איז אויפגעלעזט געווארען דורך די פולישע רעגירונג, דאס קומט נאכדעם וואס די סיטי קאונסיל איז געווארען שטארק אנטיסעמיטיש

נאכדעם וואס די שטאט ציריך האט פארבאטען צו פארקויפן דער שטורמער, קומט די נייעס אז די לאנד שווייץ וועט אויף פארבאטען צו פארקויפן ״דער שטורמער״ ווי אויך נאך 2 נאצי צייטונגען, די שריט פון שווייץ קומט אלץ נקמה צו דעם וואס האט דייטשלאנד האט פארבאטען צו פארקויפן א שווייצער צייטונג אין דייטשלאנד.

די אינטערנאצינאלע שלום קאנגרעס, וועלעכע טרעפט זיך יעצט אין ענגלאנד, האט געשיקט א בריוו צו די דייטשע עמביסי אין ענגלאנד, אז די נאצי אנטיסעמיטיזם טוהט אנשטרענגען די דיישטע-ענגלישע באציאונגען, און אז אויב דייטשלאנד וועט אויפהערען מיט די אנטיסעמיטיזם, וועט זייערע באציאונגען מיט ענגלאנד בעסער ווערען.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

נאך נייעס פון יולי 2

די פראנקפורטער פאלקסבלאט באריכטעט אז די וואצלער דיסטריקט ריכטער האט געגעבן רעכט פאר א לאקאלער באאמטער וואס האט אפגעזאגט א געפלאנטע געמישטע חתונה צווישן א איד און א דייטש,

דער לאקאלער באאמטער האט עס טאקע געטוהן וועגן אנטיסעמיטיזם, אבער אונז ערליכע אידן דארפן דאנקן דעם אייבערשטן אז די פלענער פון א אידישע נשמה זיך אפצורייסן פון כלל ישראל רח"ל, איז נישט צושטאנד געקומען,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד יולי 3,

די פוילישער אויסערן מיניסטער "דזשאוסעף בעק" איז געפארן קיין בערלין אויף צוויי טעג געשפרעכן מיט היטלער אויף די זיכערהייט פון אייראפע,

און דאנציג זענען 26 ערוועלטע באאמטע ארעסטירט געווארן, ווייל זייענדיג פון די פרא נאצישע פארטיי האבן זיי קריטיקירט די פארטיי,

@בבקשה האסט מער דעטאלן?
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד יולי 4,

די ערוויילטע מיטגלידער אויף די "אדאלף היטלער פאנד פון דייטשע האנדל און אינדוסטריעס" (געגרינדעט געווארן און יוני 1 1933, צו שטיצן די נאצי פארטיי דורך דייטשע ארבעטער און אינדוסטריעס)
האט און אדרעסס צו דייטשע פאבריקאנטן, געבעטן זיי זאלן מנדב זיין פאר די ארמיי 3 פון טויזענט וואס זיי האבן אויסגעגעבן פאר געהאלטן
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד יולי 5,

די שטראפן פארשריפטן איז היינט געטוישט געווארן און דייטשלאנד, און לויט די נייע פארשריפטן וועלן מענטשן קענען פאראורטיילט ווערן צו טורמע, אפילו זיי זענען נישט באגאנגן קיין קרימינאלע אקט,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד יולי 8,

די דייטשע ערציהונגס מיניסטעריום האט היינט ארויסגעגעבן אן פארארדענונג פאר ווער עס וויל זיך איינשרייבן און דייטשלאנדס אוניווערסיטעטן, אז זיי מוזן אויפווייזן זייער דייטשע אפשטאם,
וואס דאס איז די ערשטע מאל וואס היטלערס "העכערע אריען ראסע" אידעאלאגיע, ווערט אדאפטירט און אן אפעציעלע רעגירונגס אגענטור,

בערלין האט היינט געמאלדן פלענער צו בויען עטליכע קריגסשיפן, אריינגערעכנט אן עראפלאן טרעגער שיף ביז 1936
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד יולי 10,

א קריסטליכע מיסיאנערישע ארגאניזאציע באזירט און ענגלאנד, האט געשיקט א בריוו צו היטלער פארלאנגענדיג צו אויפלעזן די קאנסערטראציע לאגערן, און אויפהערן מיט די ברוטאלע אקטן מיט וואס די נאציס באנעמען זיך,
לאמיר האפן אז עס וועט עפעס אויפטוהן
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד יולי 13

דער פארזיצער פון די דייטשע "טשעמבער אף מוזיק" האט היינט רעזיגנירט, פארוואס?
ווייל ער האט פארלעצט א געזעץ? ניין. האט ער איינעם אטאקירט? ניין.
אפשר האט ער פארשעמט היטלער אדער די לאנד? כמעט צוגעטראפן. ער האט נישט מער און נישט ווייניגער גענוצט א פאררעטע... כמיין א איד זאל איהם פארשרייבן וואס ער דארף זאגן ביי אן שפיל און א אפערע הויז, נו.. פאר אזא פארברעכן איז ער נאך גרינג אפגעקומען,

און קארלסרואון דייטשלאנד זענען 5 מיטגלידער פון א סטודענטן גרופע אריינשפאצירט און א שענק הויז בשעת מען הערט אויף די ראדיא און די שענק, א רעדע פון היטלער, און די סטודענטן האבן גענומען בלאזן מיט שאמפעין באטלעך (לאו דווקא אלס פראטעסט אקעגן היטלער)
און די 5 סטודענטן זענען אפגעפירט געווארן און...... א קאנסערטראציע לאגער,
באמערקונגן זענען איבריג,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד יולי 15,

מיטגלידער פון די שוין אפגעשוואכטע עס. עי. זענען באפאלן אידישע דורכגייער אויף די קורפירסטעדאם עוויניו (זייער א פאפולערע גאס און בערלין, מיט גרויסע געשעפטן און רעסטוראנטן) ווערענדיג אנגעהעצט פון א שוועדישע אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע פילם

די וואטיקאנס אפעציעלע צייטונג "לאסערוואטאר ראמאנא" האט און א שארפע עדיטאריעל שטארק אראפגעריסן די דייטשע רעגירונג, פארן נישט ערפילן אן אפמאך דערגרייכט צווישן דייטשלאנד און די וואטיקאן צוריק און סעפטעמבער 1933 (די וואטיקאן ווערט שטארק אראפגעריסן פאר די אפמאך, זייענדיג פון די ערשטע און די וועלט צו געבן לעגעטימיטעט פאר היטלער, נאך דעם וואס היטלער האט דורכגעפירט די אינעבל עקט, ווערענדיג די דיקטאטור און דייטשלאנד)
עס איז ערווארטעט אז היטלער וועט נישט שטיל בלייבן פאר אזא "חוצפה" נאר צוריק ענטפערן אויף זיין שטייגער
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד יולי 16

בערלין האט היינט ווי ערווארטעט "געענטפערט אויף די עדיטאריעל פון די וואטיקאן, ווען דער פריים מיניסטער, און הויפט פון די געהיים פאליציי.-עס. עס.- האט פארארדענט צו נעמען שטרענגע שריט אקעגן סיי וועלכע גלח וואס איז םארמישט אין פאליטישע אקטיוויטעטן, זאגענדיג.
"אויב קאטוילישע גרופעס וועלן נישט גענצליך טוישן זייערע מיינונגן, וועלן זיי באטראכט ווערן אלס פאליטישע פארטייען, און פארבאטן ווערן" (מן הסתם איז אריינגערעכנט זייערע פירער וועלן פארשיקט ווערן אין קאנסערטראציע לאגערן, וואס וואלט נישט געווען א שלעכטע זאך אז די דורות לאנגע אידן האסער און העצער וועלן פארשטילט ווערן)

נאכפאלגענדיג די נעכטיגע איבערפעלער און אטאקעס פון די עס. עי. אויף אידישע דורכגייער, האט דער בערלינער פאליציי הויפט "מאגנוס פאן לעוועצקאו" פארבאטן די עס. עי. צו מאשירן אויף די גאסן פון בערלין, (נישט אז דייטשלאנד נעמט זיך אן פאר די אידן חס ושלום, נאר לכאורה פאר זייער אנזעהן אין די וועלט)
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד

יולי 17

צוויי אידן וואס האבן ליידער חתונה געהאט מיט דייטשע פרויען רח"ל פאר א פאר טעג צוריק אין סטראלסונד, זענען איינגעזעצט געווארן אין א ספעציעלע קאמער אין טורמע,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

קורצע נייעס און קרישקעלעך פון דייטשלאנד יולי 19

ווי באריכטעט, האט דער בערלינער פאליציי הויפט "לעוועצקאו פארבאטן די עס. עי. פון מארשירן און בערלין, נאך די פארבאט איז דער פאליציי הויפט איבערגעפאלן געווארן אין בערלין, היינט האט היטלער פארארדענט צו ערזעצן לעוועצקאו מיט די יעצטיגער נאצישער רייכסטאג מיטגליד "וואלף היינריך גראף פאן העלדארף" א באקאנטער אנטיסעמיט
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”