די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7264
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואס האבן די נאציס דערפון? איז דא עפעס וואס זיי קענען איינקעשן מיטן האבן קאנטראל אויף דאנציג? ס'איז דאך אזוי ווייט פון דייטשלאנד?

זיי דארפן נישט נאר דאס, נאר אויך די געגנט צווישן דייטשלאנד און דאנציג.

אז העסט קוקן אויף @בבקשה'ס מאפע, איז דא א שמאלע פלאץ וואס הייסט די "קארידאר", ס'האט נישט אייביג באלאנגט פאר פוילן, פאר די גרויסע מלחמה, איז יענע גאנצע שטיקל געווען דייטשלאנד'ס, נאך די מלחמה האט מען באשלאסן צו געבן פאר פוילן צוטריט צו די וואסער (פארדעם איז פוילן געווען ארומגענומען נאר מיט לאנד), און מ'האט אריינגעשניטן א שטיקל אין דייטשלאנד און דאס געגעבן פאר פוילן.
היטלער חלום'ט פון אנעקסירן די גאנצע קארידאר (דאס וועט פאראייניגן דייטשלאנד מיט דייטשלאנד/מזרח פרייסן), נאר די הויפט רעדע איז איבער דאנציג.
לעצט פארראכטן דורך וואס טוט זיך אום דינסטאג אקטאבער 27, 2020 12:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

אפריל 15 1935
די נאכווייען פון די נאצישע סוקסעס און דייטשלאנד פארשפרייט זיך און נאך, און נאך וואס זעהט זיך שטארק אן ביי די וואלן, און די קומענדיגע אויף די רייע איז טשעכאסלאוואקיי, ווי עס גייען אפגעהאלטן ווערן פארלאמענט וואלן און מאי 19,
קודם די היסטאריע,
די לאנד טשעכא-סלאוואקיי - א צוזאמשטעל פון די צוויי פראווינצן טשעכיי און סאלאוואקיי - איז פאר די גרויסע קריג געווען א חלק, פון די געוועזענע גרויסמאכט עסטרייך-אונגארין, די צוויי אחס עקסטרע פראווינצן האבן לאנג קאמפיינט פאר זעלבסשטענדיקייט און דורן אויס די גרויסע קריג האבן זיי אויפגעשטעלט די "טשעכאסלאוואקיי לעגיאן" ארויס צו העלפן די אליאירטע אקעגן עסטרייך-אונגארין,
און אסאך זענען געגאנגן קיין רוסלאנד זיי ארויסצוהעלפן, פארן צוזאג פאר זעלבסשטענדיקייט,
נאך בשעת די קריג האט איינער פון זייערע גרעסטע שטאאטסמענער - און יעצטיגער פרעזידענט - "טאמאס מאסאריק" אנגעפאנגן שטארק צו קאמפיינען צווישן די אליאירטע לענדער פאר זעלבסשטענדיקייט, וואס איז געווארן פראקלאמירט און אקטאבער 18 1918 און פראג די הויפט שטאט,

די לאנד איז צוזאמגעשטעלט פון עטליכע עטנישע גרופעס, וואס נעמט אריין
טשעכיי 51%
סלאוואקיי 16
דייטשן 22%.
קארפאטהא רוסן 4%.
די צוזאמשטעל האט געפירט צו היבש אנגעצויגנקייטן ובעיקר צווישן די דייטשן און אנדערע מינאריטעטן, אבער אויך א חלק סלאוואקן, די פילאזאפיע פון דעם פרעזידענט מאסאריק איז אז עס עקזעסטירט מער נישט די צוויי פראווינצן טשעכיי און סלאוואקיי, נאר איין לאנד טשעכאסלאוואקיי, מיט קיין שום פאליטישע אטאנאמיע פאר מינאריטעטן, די מינאריטעטן דארט בעיקר די דייטשן - קאנסערטריט און סודעטנלאנד פילן זיך זייער אונטערדריקט, און זיי דרוקן אויס זייער מיינונג זייער אפען, און יעצט פאר די קומענדיגע וואלן האבן זיי אויפגעשטעלט א נייע פארטיי "סודעטן דייטשע פארטיי" מיט די נאצישע פאשיסטישע אידעאלאגיע, און איז ערווארטעט אריינצוקומען אלס איינע פון די גרעסטע פארטייען פון לאנד, עקספערטן זאגן אז זייער שטיצע קומט נישט נאר פון די דייטשע מינאריטעט און לאנד נאר אויך פון די סלאוואקן וואס זענען אויך נישט צופריעדן פון די פעדעראלע רעגירונג,
וועלן מיר ווארטן און זעהן.
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בנוגע דאנציג, דאס אז די נאציס האבן באקומען ווייניגער פון 60% פון די שטימען, ווי אויך אז זיי האבן באקומען 44 פון די 78 זיצן אין די סענעט, מיינט אז זיי קענען נישט זיך פאראייניגען מיט דייטשלאנד, ווייל כדי זוך צו פאראייניגען מיט דייטשלאנד, וואלטען די נאציס געדארפט צוויי דריטעל פון די סענעט (52 זיצן). באריכטען געבן איבער אז ראשושניג איז אנטלאפען פון דאנציג, צוליב מורא אז די נאציס וועלען עם באשולדיגען אין זייער פארלוסט, און זיי וועלן זיך נוקם זיין אין עם
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אפריל 14 1935

אין די שטאט סטרעסע האט זיך יעצט געענדיגט א קאנפרענס, צעווישען ענגלאנד, פראנקרייך און איטאליע, די 3 מדינות האבן שטארק אראפגעריסן די דייטשע אויפבוי פון די מיליטער און לופטוואפע, פראנקרייך האט שוין געהאט אריינגעגעבען א פראטעסט צו די פעלקער ליגע, יעצט האבן די 3 מדינות אפגעשמועסט צו ארבייטען צוזאמען אין די ליגע איבער ווייטערדיגע שריט. די 3 מדינות האבן אויך איבער'גע'חזר'ט זייערע צוזאג צו עסטרייך אז זיי וועלען איהר באשיצן קעגן דייטשלאנד, אין פאל אז דייטשלאנד וועט זיי וועלען איבערנעמען.

זיי האבן אויך גערעדט איבער אראפנעמען די באגרעניציגען פון עסטרייך צו קענען בויען א מיליטער, אבער ס'איז געבליבן אז מען מוז קודם בעטן רשות פון די שכינות'דיג'ע מדינות ווי יוגעסלאוויע, רומעניע און אנדערע.

זיי האבן אויך איבערגעחזר'ט זייער פארשלאג צו דייטשלאנד, אז מען זאל באגרעניצען די מילטערען פון אלע מדינות און אייראפע, און אז דייטשלאנד'ס מיליטער וועט זיין אייניג (נישט קלענער) מיט אלע אנדערע מדינות.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

נאך די סטרעסע קאנפרענס דארפ די פראצויזשע אויסערען מיניסטער פליען קיין רוסלאנד,כדי צו פארהאנדלען מיט די סאוויטישע רוסלאנד איבער אן אפמאך. דאס איז א ריזיגע חידוש אז פראנקרייך איז גרייט צו פארהאנדלען מיט די קאמיוניסעטן קעגן די נאציס. ווי עס קוקט מיר אויס, זענען די פראנצויזען היפש אנגעצויגען איבער דייטשלאנד, אבער ענגלאנד לאכט זיך אויס, און טוהט נישט גארנישט ביז פראנקרייך צווינגט איהר עפעס צו טוהן, די איטאליענער טוהן שוין מער קעגן דייטשלאנד פון וויפיל ענגלאנד טוהט.

פון אמעריקע הערט מען אפילו נישט גארנישט, זיי זענען צו פארנומען מיט די אייגענע צרות, ווייל ביי די אמעריקאנער איז גארנישט דא חוץ דער דאללער, און אז מען איז אין אן עקנאמישער קלעם, קען די גאנצע וועלט ברענען, און אמעריקע וועט שלאפען, חוץ מזה וואס פרעזידענט רוזוועלט איז צו א גרויסע שוואכלינג זיך צו שלאגען מיט די פאשיסטען און פאסיפיסטען אינערהאלב אמעריקע. (אויך איז רוזוועלט פארנומען זיך שלאגען מיט אידישע שוחטים אין געריכט, די שעכטער ברידער האלטען אינמיטען א קעיס וואס קען אונטערברענגען א גרויסען חלק פון רוזוועלט'ס ניו דיעל, די שעכטער ברידער האבן פארלעצט א חלק פון די נייע געזעצען פון די ניו דיעל, און מען האט זיי געקלאגט, די ברידער טענה'ן אבער אז די געזעץ איז נישט אויסגעהאלטען לויט די אמעריקאנער קאנסטוטציע, די קעיס איז שוין געהערט געווארען אין די אמעריקאנע סופרים קארט, און מען ווארט יעצט פאר די פסק, מען ערווארטעט אז די שעכטער ברידער זאלן געווינען די קעיס, נאך דעם וואס א טייל ריכטער האבן ליצנות געמאכט פון די געזעצען וואס די שעכטערס האבן פארלעצט)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אפריל 20 1935

ענדליך, אמעריקע האט זיך אויפגעוועקט! זיי האבן פארדאמט דייטשלאנד! די אמעריקאנער זענען בייז! די דייטשען ווילן אפצאלן זייערע חובות צו אמעריקע אין רייכסמארק, נישט דאללער! אזא חוצפה! יעדער ווייסט איז די רייכסמארק איז גארנישט ווערט כלפי דעם דאללער, אמעריקע פארלאנגט אז מען זאל צאלן די חובות אין דאללער, נישט רייכסמארק!

וואס האט עטץ געמיינט, אז ענדליך אמעריקע פארדאמט שוין יא דייטשלאנד זאל דאס זיין וועגען זייער ווידערבאוועפנונג? נע, איך האב שוין געזאגט אז אמעריקע דינט בלויז געלט, יעצט אז דייטשלאנד וויל זיי שאדן מאכן אביסל געלט, ויבוא, ער איז דא.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אפריל 23 1935

די לעצטע פאר טעג, קלאגט איטאליע אז די לאנד אביסיניע בעפאלט זייערע אפריקאנער קאליניעס. אביסיניע פון זייער זייט, שרייט אז זיי האבן גארנישט געטוהן, און אז איטאליע פעלטשט די אנפאלען, אביסיניע האט אנגעפאנגען בויען א מיליטער, אלץ מורא פון די באדייט פון די פאלטשע אנפאלן פון איטאליע. איטאליע זאגט אבער אז דאס איז א ראי' אז אביסיניע זוכט צו מאכן צרות.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

אפריל 25 1935
היטלער ארבעט טאקע שטאט, אבער צוביסלעך נעמט ער איבער פולשטענדיגע קאנטראל איבער די דייטשע לעבנס, און נעקסט אויף די ליסטע איז מענטשנס מיינונגן דורך די צייטונגן, ווען זיין פרעסע פירער "מעקס אמאן" האט היינט אינטערגעשריבן א טעקרעט מיטן ציהל איבערצוגעבן פאר די נאצי רעזשים פולשטענדיגע קאנטראל אויף די פרעסע און דייטשלאנד, דורך זיך זעלבסט באפולמאכטיגן אפצושפארן סיי וועלכע צייטונג ער וויל, אזוי אויך מיז יעדע נייע פאבלישער אדער עדיטער ווערן באשטעטיגט דורך איהם פערזענליך, ווי אויך קיין שום צייטונג קען נישט שטיפן אדער סערווירן אינטערעסן וואס איז נישט און שפאן אויף די גאווערמענט,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אפריל 27 1935

באריכטען אין ענגלאנד ווייסן צו פארציילען אז דייטשלאנד בויעט אונטערוואסער שיפן, דאס איז די דריטע גרויסע פערלעצונג וואס דיישטלאנד מאכן קעגן די פאקט פון ווערסעי, זיי בויען א לופטוואפע, זיי האבן אנגעפאנגען אויסצוברייטען זייער מיליטער צו 580 טויזענט סאלדאטען (אנשטאט די 100 טויזענט וואס ווערסעי לאזט), און יעצט בויען זיי אונטערוואסער שיפן, עפעס וואס איז פראבאטען אונטער די שלום פון ווערסעי. ביזדערוויל, חוץ א פארדאמונג פון די פעלקער ליגע, האט מען נאך גארנישט געטוהן צו דייטשלאנד.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

פונקט געוואלט דאס באריכטן, אויסגעכאפט :cry:
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

און אנדערע נייעס פון היינט און דייטשלאנד, דער פראפאגאנדע מיניסטער האט "געבעטן" (און אויב די טוסט נישט וואס איך "בעט" קענסטו דיר טרעפן און דאקאו קאנסערטראציע לאגער) די צייטונגן צו פאבליצירן ווייניגער בילדער פון די הויכע נאצישע באאמטע פון זייערע רייכע באנקעטן און לוקסעריעזע הייזער (לכאורה ווייל עס מאכט א שלעכטע אימעדזש)
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

אפריל 30 1935
און פרישע שריט אפצוהיטן די דייטשע "העכערע ראסע" האט די דייטשע רעגירונג געלייגט א פארבאט פאר אידן צו האבן און באזיץ די דייטשע פאהן (ווייל אויב אידן האבן עס ווערט עס פארשוועכט)
איך האב נישט געזעהן באריכטעט די שטראף פארן עס יא האבן, אויב איינער האט מער דעטאלן זאל ער עס ביטע באריכטן,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

מאי 2 1935

רוסלאנד און פראנקרייך האבן היינט געמאכט אן אפמאך, אין פאל וואס דייטשלאנד באפאלעט איינער פון זיי, וועט די צווייטע ארויסגיין אין מלחמה קעגן דייטשלאנד. טשעכייסלוואקיע ארבייט אויך אריינצוקומען אין דעם אפמאך
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בבקשה האט געשריבן:אפריל 23 1935

די לעצטע פאר טעג, קלאגט איטאליע אז די לאנד אביסיניע בעפאלט זייערע אפריקאנער קאליניעס. אביסיניע פון זייער זייט, שרייט אז זיי האבן גארנישט געטוהן, און אז איטאליע פעלטשט די אנפאלען, אביסיניע האט אנגעפאנגען בויען א מיליטער, אלץ מורא פון די באדייט פון די פאלטשע אנפאלן פון איטאליע. איטאליע זאגט אבער אז דאס איז א ראי' אז אביסיניע זוכט צו מאכן צרות.

מאי 7 1935

איטאליע בלייבט נישט שולדיג, איטאליע טענה׳ט אז אביסיניע בויעט א מיליטער, און האט אנגעפאנגען באשטעלטען כל מיני וואפן פון די גאנצע וועלט, אלץ אנטווארט זאגט איטאליע, אז זיי גייען זיך נעמען בויען זייער אייגענע מיליטער. זיי וועלען צולייגען צוויי נייע דוויזיעס צו זייער מילטער.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

נו. פארוואס קומט נישט קיינער מיט קיין אפדעיטס,

איך ציטער.......
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

מאי 12 1935

אביסיניע האט זיך געוואנדען צו די פעלקער ליגע, זיי זאלן שליכטען די קריזיס וואס איז גשאפען געווארען צעווישען אביסינע און איטאליע. לענ״ד איז דאס א גוטע גלעגענהייט פאר די פעלקער ליגע צו ווייזען אז זיי טוהן עפעס אויף.

די ליגע האט באשטימט מאי 19 אלץ די טאג וואס זיי וועלען אויסהערען די טענות פון ביידע צדדים.

אין אנדערע נייעס, האט זיך די פראנצויזשע אויסערן מיניסטער זיך געטראפען מיט די פוילישע אויסערן מיניסטער, פראנקרייך איז בייז אויף פוילן ווייל זיי האבן פאראיאר געשלאסען אן אפמאך מיט דייטשלאנד, יעצט איז אבער פוילן בייז אויף פראנקרייך, ווייל פראנקרייך האט געשלאסען א פאקט מיט רוסלאנד, די צוויי אויסערן מיניסטארען האבן איינגעזעהן אז די יארן וואס פוילן און פראנקרייך זענען פריינטליך, זענען פאראיבער.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

מאי 12 1935

א גוטן אווענט,
די מצב און אייראפע שמעקט נישט גוט,

עטליכע טעג צוריק, מאי 9 האט די ענגלישע רעגירונג ארויסגעגעבן א ארדער פאר אלע פאבריקן וואס פראדוצירן קריגס עראפלאנען, זאלן ארויפשרויפן זייער פראדוקציע אויפן העכסטע שטאפל מעגליך, און גלייכצייטיג טאר קיין שום פאבריק נישט פארקויפן קריגס עראפלאנען פאר אויסלענדישע רעגירונגן אן אן ערלויבעניש פון די לופט מיניסטעריום.

נעכטן מאי 11 האט די דייטשע רעגירונג ארויסגעגעבן א געזעץ אז אלע נייע הייזער, אדער הייזער וואס מען וויל איבערבויען, מוז מען אריינבויען א באמבע שעלטער,

עקספערטן זאגן אז די צוויי געזעצן - קומענדיג אפגעריקט קוים אפאר טעג איינס פונעם צווייטן - קען אנדייטן אז די ענגלישע רעגירונג האט א מעגליכע פארדאכט (אדער גאר אינפארמאציע) אז היטלער נעמט זיין חלום פון "לעבנסרוים" פאר די דייטשע בירגער - וואס מיינט אייננעמען טעריטאריע צו געבן מער פלאץ פאר די דייטשן - זייער ערנסט.
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

מאי 13 1935

ברוך השם גינסטיגע נייעס פון די איטאליע אביסיניע פראנט, איטאליע האט געשטעלט 2 פארהאנדלערס צו פארהאנדלען א שלום אפמאך מיט אן אביסיניע, די שלום רעדעס גייען זיין אונטער די אויפזיכט פון די פעלקער ליגע. האפענטליך וועלען די רעדעס פירן צו א פרידליכע שליכטונג צו די יעצטיגע אנגעצויגענע מצב אין אפריקע.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

מאי 14 1935

בלויז נעכטען איז געקומען די גינסטיגע נייעס אז איטאליע איז גרייט צו פארהאנדלען מיט אביסיניע, אונטער די אויפזיכט פון די פעלקער ליגע, און שוין היינט קומט שלעכטע נייעס, איטאליע גרייט זיך צו שיקן 3000 סאלדאטען צו זייערע אפריקאנע קאליניעס, אין א שריט וואס וועט נאך מער אנציען די אנגעצויגענע מצב דארט, אויך האט מוסיליני געלאזט הערן, אז כאטש ער איז גרייט צו פארהאנדלען מיט אביסיניע אונטער די אויפזיכט פון די פעלקער ליגע, ווארענט ער אן ענגלאנד און פראנקרייך, אז זיי זאלן זיך נישט אריינמישן, און אז ער וועט זיך נישט צוהערען צו וואס זיי האבן צו זאגן.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

קוים א חודש און א האלב צוריק, האבן די איטעליענער, ענגלענדער און פראנקרייך גע'חתמ'ט די סטרעסע אפמאך, צו ארבייטען צוזאמען קעגן דייטשלאנד, יעצט קוקט אויס ווי די גאנצע זאך הענגט אויף א שטרוי, אויב זאלן פראנקרייך אדער ענגלאנד זיך אריינמישן דא אויף די זייט פון אביסיניע, דאן קען די גאנצע סטרעסע אפמאך צוזאמפאלען, אין אזא פאל, איז מעגליך אז איטאליע וועט זיך דערנערטערען צו דייטשלאנד און פוילן, כדי אפצוטוהן פראנקרייך, דאס וועט מיינען אז עסטרייך וועט פארלירען איהר שטערקסטע פארבינדיטע אין איהר געראנגעל קעגן דייטשלאנד.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

מאי 14 1935

און בערן שווייץ האט זיך היינט געענדיגט א געריכט ווי די צוויי אידישע ארגאניזאציעס, "די שווייצע פעדעראציע אף אידישע קאמיוניטיס" און די "בערן אידישע קאמיוניטי" האבן געקלאגט די פרא נאצישע פארטיי "די נאציאנאלע פראנט" אויפן ארומשיקן די טרויריג בארימטע אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע " די זקני ציון פראטאקאלן" ביי א פארטיי מיטינג צוריק און 1933,

קודם די היסטארי,
ביי א מיטינג צוריק און יוני 1933 דורך די "נאציאנאלע פראנט" און א קאסינאו און בערן האט די פארטיי ארומגעשיקט פאמפלעטן פון די זקני ציון פראטאקאלן, וואס איז געעדיט געווארן דורך דיר דייטשער אנטיסעמיטישער שרייבער "טעאדאר פריטש".
די אויבנדערמאנטע צוויי אידישע ארגאניזאציעס האבן געקלאגט "סילוויאו שנעל" ( זיין ארבעט איז ארומצושיקן די אויסגאבעס פון די נאציאנאלע פראנט) פארן פארקויפן די פאמפלעטן ביי די מיטינג, און טעאדאר פישער אלס דער שרייבער, פארן פאבלאציהרן א שאנדפולע אנטיסעמיטישער ארטיקל אויף די זעלבע שטייגער פון יוליס שטרייכער(דער טרויריג בארימטער אנטיסעמיטישע נאצי שרייבער)
גאנץ שנעל איז די אנקלאגע פארוואנדעלט געווארן און צוויי הויפט קלאגעס,

פלעדזשוריזם. דאס מיינט איבערשרייבן פון איינעם אן רשות,

און פארדזשערי. דאס מיינט איבער זאגן שטיקלעך פון איינעמס רעדע,

ביי די געריכט האבן די אידישע ארגאניזאציעס געברענגט עטליכע עדות וואס זענען געווען ביי די ערשטע ציוניסטישע קאנגרעס און באזעל, אזוי אויך עטליכע רוסישע און גלות, וואס האבן עדות געזאגט אז די גאנצע זקני ציון פראטאקאלן איז געווארן צוזאמגעשטעלט דורך די צארישע פאליציי אנצוהייצן אנטיסעמיטיזם ערב די רוסישע פראגראמען,
ביי די הויפט געריכט סעסיע, האבן אטיילגענומען דריי הויפט עקספערטן,
"לוסלי בערן באמפלייס" מצד די ריכטער,
"ארטור באומגארטן" מצד די קלעגער,
"אולריך פליישהאוער" מצד די אנגעקלאגטע,
זיי האבן געדארפט ענטפערן פיהר הויפט שאלות
1) איז די פאמפלעטן א פארדזשערי, דאס הייסט גענומען שטיקלעך פון א רעדע,
2) איז עס פלעדזשוריזם, איבערגעשריבען פון א צווייטן,
3) אויב איז עס איינע פון די צוויי אויבנדערמאנטע, וואס איז די ארגינעלע ווערסיע פון די פראטאקאלן,
4) אויב איז עס מיסט ליטעראטור,
בשעת "באמפלייס" און " באומגארטן" האבן געטענה'ט אז דאס איז פארדזשערי, האט "פליישהאוער" גאזאגט אז דאס איז עכט, אבער נישט פון א זיכערע מחבר, מעגליך פון א שרייבער באקאנט אונטער די פען נאמען "אחד העם" וואס ער האט עס איבערגעגעבן ביי א געהיימע זיצונג פון די ארגאניזאציע "בני ברית"
די געריכט האט למעשה געפונען שולדיג צוויי און די אנדערע פריי געשפראכן, און ביידע האבן באקומען א סימבאלישע קנס פון 50 פראנק פאר "פישער" און 20 פראנק פאר "שנעל" און זיי דארפן אויך באצאהלן די געריכט קאסטן,
דער ריכטער "וואלטער מאיער" האט אויך געזאגט, אז לויט זיין אפשאצונג איז די פראטאקאלן פאלש שאנדפול און קען אנברענגן פראבלעמן פאר א מינאריטעט גרופע (דאס הייסט פאר אידן)
די צוויי האבן אפעלירט די אורטייל צום העכערע געריכט
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

מאי 15 1935

איטאליע זאגט אז זיי האבן א מיליאן סאלדאטען גרייט, אין פאל עס וועט קומען צו א מלחמה מיט אביסיניע, די ענגלישע אמבאסעדער קיין איטאליע, איז אהיימגעפארן צו ענגלאנד כדי זיך שואל עצה צו זיין וויאזוי צו באהאנדלען די סיטאטציע.

עסטרייך האט געמאלדען אז זיי גייען אויך בויען א לופט כח פאר זייערע מיליטער, דאס איז נאך א קלאפ פאר ווערסעי. עסטרייך ווארט צו זיין וויאזוי די ״קליינע ענטאנט״ (טשעכייסלאווקיי, יוגעסלאוויע, און רומעניע) גייט אויפנעמען די נייעס.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

מאי 17 1935

;sp; ;sp; ;sp; ;sp; ;sp; ;sp; ;sp; ;sp; ;sp; ;sp; ;sp;

די "(נייע) ציריכער צייטונג" מעלדט אז ווי זיי האבן געהערט פון א באגלייבטען בערלין מקור, אז אין די הויעכע נאצישע פענסטער ווירבעלען זיך פלענער אויסצוהרגענען אלע דייטשע אידן מענר ועד זקן היל"ת, צום ווייניגסטען גייען זיי פארטרייבען אלע אידן פון דייטשלאנד, היל"ת

;sp; ;sp; ;sp; ;sp; ;sp; ;sp; ;sp; ;sp; ;sp; ;sp; ;sp;
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

What????
איינער חלומ'ט הויעך?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!

העלאו???
עני אפדעט??
עפעס קראנטערע מקורות?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”