זכרונות פון אמאל...

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איינמאל איז ער געשטאנען מיט נאך א בחור איו ישיבה תורה ודעת (אין וויליאמסבורג) און אן עלטערע איד קומט ארויס פון א טעקסי און פרעגט זיי צו זיי קענען אים געבען דיירעקשאנס צום סאטמארער רבי'נס הויז. נייגעריגערהייט האט ער געפרעגט די איד ווי אזוי ער הייסט האט יענער געענטפערט 'כהנמן'. האט ער זיך באלד געכאפט אז דאס מוז זיין די פאניביז'ער רב, האט ער אים געזאגט אז ער וועט מיטפארן מיט אים און ווייזן די וועג. ווען זיי זענען אנגעקומען צום סאטמארער רבי'ס הויז איז דאן געווען די תנאים פון איינער א גביר פון לאס אנג'עלעס מיט די נאמען ווייס. הרב כהנמן ז"ל האט שטילערהייט אריין געוואקט אין די שטוב אבער קיינער האט אים דאך נישט דערקענט. פלוצלינג האט יד רבי אים באמערקט פון דערווייטענס און די רבי האט אים ארויף גערופן אויף די אויבן אן און ער האט אים גהייסן זיצן נעבן אים. די גאנצע צייט האט די רבי געשמועסט מיט אים און אים מכבד געווען כראוי, ווי אויך האט אים די רבי מכבד געווען צו זאגן תורה.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיללער האט געשריבן:ביי וועם איז ר' שמואל ברוך אן איידעם?
ר'שמואל ברוך טרעס רבעטצין איז א גאלדווארם א שוועסטער פאר ר' הערשעל גאלדווארם ע"ה פון די ארטסקראל ש"ס ועוד
the SCY is the limit
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

לויט ווי כ'האב אמאל געהערט, כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת צו נישט, האט מען אמאל געזאגט פארן רבין ז"ל אויף ר' אלימלך (מייק) טרעס ע"ה "נעה, ער ער איז א איד אן א בארד, האט דער רבי געענטפעערט - אזוי פארציילט מען - "ווילאנג ער איז א איד אן א בארד איז נישט אוזי געפערליך, ס'איז דא היינט ליידער אסאך בערד אנע אידן..."
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

כבוד ידידנו ר' יוסלמאן, שלום עליכם יהא בואכם לברכה.

מיר האבן אהערגעפירט אייער תגובה, רעכענדיג אז מן הסתם האט איר עס באמת דא געוואלט שטעלן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יוסלמאן האט געשריבן:לויט ווי כ'האב אמאל געהערט, כ'ווייס נישט צו ס'איז אמת צו נישט, האט מען אמאל געזאגט פארן רבין ז"ל אויף ר' אלימלך (מייק) טרעס ע"ה "נעה, ער ער איז א איד אן א בארד, האט דער רבי געענטפעערט - אזוי פארציילט מען - "ווילאנג ער איז א איד אן א בארד איז נישט אוזי געפערליך, ס'איז דא היינט ליידער אסאך בערד אנע אידן..."

איינער א חכם האט פארגעהאלטן דעם סאטמארער רבי'ן אויף וואס ארויף ער איז מקרב ר' אלימלך'ן, "א איד אן א בארד איז דער רבי אזוי מקרב?"

אויף דעם האט אים דער רבי געענטפערט:
ווען ער וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט מען אים פארהאלטן "ר' איד וואו איז אייער בארד?" ווען דו וועסט ארויפקומען וועט מען דיך פארהאלטן "ר' בארד וואו איז דער איד?" ודפח"ח.

[געהערט פון א גאנץ קראנטע מקור].
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

גבאי לעבן: א דאנק פארן מקרב זיין. כ'בין אינגאנצן ניי און ס'האט טאקע פאסירט א טעות. שקויעך!
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

גראדע איז געווען אין המודיע אן ארטיקעל וועגן ר' אלימלך טרעס, כ'וועל פורבירן עס צו טרעפן צווישען מיינע ארכיווען. ער דארף צו האבן גאר וואוילע אייניקליך אין מאנסי.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

scy4851 האט געשריבן:דעם פארגאנגענעם שלש סעודות איז מיין עלצטער זיהן געגאנגען קיין פלעדבוש הערען רב פנחס בראויער. ער איז א תלמוד פון רב וואזנער שליט"א.
ער איז אן ענגלישער געבוירענער, ער רעדט ענגליש מיט א בריטיש עקסענט.
ער האט דערציילט א מעשה.
עס איז ידוע אז מיט בערך 60 יאהר צירוק איז געבוירן א יונגעל און א"י וואס האט געקענט כל התורה כולה. וויא מעהאט איהם געפרעגט, האט ער ווייטער געזאגט אלעס בעל פה. דער קוממיות'ער רב איז געווען זייער באנומען מיט דעם קונד און האט איהם אסאך אויסגעפרעגט.
דערציילט ער אז ווען ער איז נאך געווען א יונגעל און ענגלאנד, איז דער קוממיותער רב געווען אויף א באזיך און ער איז איינגעשטאנען ביי זיין משניות מלמד. דער קוממיות'ער רב האט דענמאלס אסאך געשמועסט מיט די תלמידי פון זיין חבר דער מלמד, און האט זיי איינמאל דערציילט דער פרשה מיט דעם קינד, און וויא אזוי ער פלעגט פארהערען דאס קינד. ער פלעגט אנפאנגען זאגען און דאס יונגעל האט ווייטער זאגט בעל פה. ער האט אפילו געטרייט מיט ספרים פון די לעצטע מחברים. איין ספר וואס רב ברויער האט דערמאנט אז ער האט געטרייט איז געווען דער ספר שפת אמת על התורה, און דאס יונגעל האט ווייטער געזאגט.

עס איז געווען איין ספר וואס דאס יונגעל האט נישט געקענט זאגען, און רב ברויער האט נישט געוואלט מגלה זיין דעם נאמען.

דרך אגב, האב איך יאהרען צירוק געהערט פון א משפחה מיטגליד פון דעם קינד אז דער קוממוית'ער רב, האט יענע תקופה געהאט זייער א שטארקע שוועריקייט און א רש"י אז ער האט געהלטען אז עס איז דא א טעות הדפוס און אלע גמראס, און יעצט איז איהם אנגעקומען א געלעגענהייט זעהן אויב ער איז גערעכט מיט זיין גירסא און רש"י. דער יוד האט פארציילט, אז וויפיל מאל דער קוממיות'ע רב איז צירוק געקומען צי דעם רש"י האט דאס קינד כסדר געזאגט וויא עס שטייט געדרוקט און די גמרא.

דער משפחה מיטגליד האט דערציילט אז דער סוף איז געווען אז דאס קינד האט מען גענומען צי ר' אהרן בעלזער זי"ע און ווען דאס קינד איז ארויסגעומען פון דעם צדיק'ס שטוב, האט ער שוין אלעס פארגעסען, און געווארען כאחד האדם


אז כ'ליין שוין יא. לעצטנס האב איך געזעהן אין עירן קדישין, דער ניי איבערגעדריקטער ספר פונעם הייליגן ריזנער, אז דער אפטער רב האט אויף אים געזאגט אז ער קען כל התורה כולה פונעם מלאך וואס לערנט במעי אמו. ער האט געזאגט אז דער מלאך האט נישט געהאט די חוצפה צו געבן א שנעלקע פאר אזא הייליגע מויל. והדברים עתיקן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נישט אז איך גלייב דעם עירין קדישין.. אבער עס איז א שיינע מעשה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער מקור דער צו איז נישט אין עירין קדישין.
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

farshlufen האט געשריבן:נישט אז איך גלייב דעם עירין קדישין.. אבער עס איז א שיינע מעשה.

ב''ה
מיט קיין נישט גלייביגע איז זעך נישט שייך ציא דינגען .אויף יעדעד מעשה מען וויל קען מען זעך דינגען .
וואס איך וויל גלייב איך אין וואס נישט נישט ....... עיין רמב''ן עה''ת עה''פ אנכי ד' אלוקיך אשר הוצאתיך
מארץ מצרים...ולמה לא אשר בראתי שמים וארץ .
העיקר כבר כתבתי לך כמה פעמים ''קיק נישט אזוי קרום אויף יעדע זאך ''.
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד.ישנם הרבה דברים טובים ויפים בבריאה שברא הבורא עולם .
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב בד"צ, מה אעשה שהתוה"ק הוא קודם למעשה ביכל, און וואס עס שטייט אין איר וועל איך גלייבן ולא מה שנכתב במעשה ביכל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

farshlufen האט געשריבן:רב בד"צ, מה אעשה שהתוה"ק הוא קודם למעשה ביכל, און וואס עס שטייט אין איר וועל איך גלייבן ולא מה שנכתב במעשה ביכל.

ב''ה
רבינו שליט''א
איפה כתוב בתוה''ק כנגד מעשה זו ....ילמדנו רבינו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין שום נ"מ אם מעשה זו או אחרת, אני לא מאמינו, פינטל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

farshlufen האט געשריבן:אין שום נ"מ אם מעשה זו או אחרת, אני לא מאמינו, פינטל.


ס'איז בכלל נישט קיין חיוב צו גלייבן יעדע מעשה און מ'זאל נישט גלייבן יעדע מעשה. אבער מיט א גוטן מקור, פארוואס נישט? גראדע איז עס נישט קיין מעשה, ס'איז נאר א הערצה פון איין צדיק צום צווייטן וברפ צווישן הייליגן אפטער רב און דער הייליגער ריזינער וואס האבן זיך שטארק מעריץ געווען כידוע.

ס'איז אינטערסאנט ווי דער הייליגער ריזינער האט געקענט כל התורה כולה טראץ וואס מ'האט אים נישט געזעהן לערנען קיינע גאנצע נעכט. ער איז געווען עפעס למעלה מהשגת אנושי, ממש א מלאך.

גראדע אין עירן קדישן (פארשלאפן, מוזט נישט גלייבן...) ברענגן זיי פון הרה"ק רבי אברהם יעקב זי"ע אז אין דערהיים אין ריזיןף פאר ער איז אנטלאפן, פלעגט דער פאטער זאגן תורה יעדע וואך ביי שלש סעודות און צומאל פלעגט עס נעמן לאנגע שעהן. סאו לערנען האט ער געקענט, קיינער זאגט נישט אנדרעש, האט ער דאך עס געדארפט לערנען, נו, שטימט דאך אז ער האט עס געלערנט מיטן מלאך?!
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
בכלל הרה''ק עטרת תפארת מרוזין נבג''מ
שינה דרכיו ברוזין לפני הבריחה אמר מאמרים ארוכים כפי שנדפס .
ובסא''ג מאמרים קצרים . הוא הי' אישיות נפלאה שכל מלכי מזרח
ומערב ....גדולי וצדיקי ישראל....השכימו לפתחו .
לדעתי לא הי' דבר כזה במאתיים שנה האחרונים .
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

יוסלמאן האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אין שום נ"מ אם מעשה זו או אחרת, אני לא מאמינו, פינטל.



ס'איז אינטערסאנט ווי דער הייליגער ריזינער האט געקענט כל התורה כולה טראץ וואס מ'האט אים נישט געזעהן לערנען קיינע גאנצע נעכט. ער איז געווען עפעס למעלה מהשגת אנושי, ממש א מלאך.

גראדע אין עירן קדישן (פארשלאפן, מוזט נישט גלייבן...) ברענגן זיי פון הרה"ק רבי אברהם יעקב זי"ע אז אין דערהיים אין ריזיןף פאר ער איז אנטלאפן, פלעגט דער פאטער זאגן תורה יעדע וואך ביי שלש סעודות און צומאל פלעגט עס נעמן לאנגע שעהן. סאו לערנען האט ער געקענט, קיינער זאגט נישט אנדרעש, האט ער דאך עס געדארפט לערנען, נו, שטימט דאך אז ער האט עס געלערנט מיטן מלאך?!



אזוי אויך איז באוואוסט אז דער טריסקער מגיד זצ"ל האט מען נישט געזעהן לערנען, נאר עס איז שטענדיג געליגן א 'לוח' אויפ'ן טיש, און פונדעסטוועגן פלעגט ער זאגן תורה גאר לאנגע שעות
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

מעולם לא שמעתי דבר כזה, וואס איך ווייס יא, לערנענדיג דעם הייליגן ספר מגן אברהם יעדע וואך, אז דער טריסקער מגיד איז געווען א גאון בנסתר. נו אויב ס'איז נסתר איז דאך שוין אלעס בנסתר.
אוועטאר
יליד מאנסי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 18, 2018 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יליד מאנסי »

מיללער האט געשריבן:איך ברענג דא א שיינע מעשה איבער ר' שלומקה זעווילער זצ"ל וואס בני היכלא האט אריינגעווארפן ביי די ספארטס אפטיילונג, פשוט כדי להעלות הניצוצות הקדושים המפוזרים בכל ד' פינות הקרעטשמע.

יה"ר שזכותו הגדול יגן עלינו ועל כל בני ביכלא הדין להוושע בכל מילי דמיטב, דבריהן הן הן זכרונם.

בני היכלא האט געשריבן: די ירושלימ'ע אידן דערציילן אז אז אמאל איז דער צדיק, ר' שלאמקע זעווילער געגאנגען אין מקוה, האט אים איינער אנגעשריגן מיט קולות, ר' שלמקע זאגט פאר זיין גבאי, זאל גיין זען וואס טוט זיך ביי יענעם אין שטיב.

זעט ער טאקע אז ס'איז חושך ענן וארפל, ר' שלאמקע לאזט דארט איבער א פעקל געלט, און ווינדער איבער ווינדער, דער קומט דעם נעקסטן טאג אן, מיט א גרויסע פרייליכע שלום עליכם, וואס מאכט דער רבי, האט ר' שלמה'לע געזאגט איך האב געוויסט אז דעם איד דרוקט עפעס, איך האב דאך אים גארנישט געטון, מסתמא האט ער נישט קיין געלט.


ר' מיילעך בידערמאן פארציילט די צווייטע האלב מעשה, אז נאך די פטירה פון הרה"ק ר' שלמ'קה זי"ע איז א 'חשוב'ע איד' געקומען מנחם זיין, וסיפורו בפיו אז איינמאל האט זין ב"ב אים נישט געוואלט אריינלאזן אין שטוב ביז ער ברענגט אהיים מזון והכשר מזון..... פארלוירענעהייט האט ער זיך ארומגעדרייט [און דא האט ער 'פארגעסן' צו פארציילן א חלק פון די מעשה - דאס אויבנדערמאנטע] און 'פלוצלינג' קומט אהן הרה"ק הנ"ל'ס גבאי מיט א זעקל מיט געלט, 'אזוי ארום' האט ער שוין באקומען א 'כרטיס כניסה' לביתו....
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך דערמאן מיך אמאל ערב ראש השנה פלעגט מען שיקן פאר אלע באקאנטע א טעקסט אדער וואטסעפפ לשנה טובה ווינטש. די היינטיגע יונגווארג ווייסט נישט וואס דאס מיינט, מ'לייגט א וואטסעפפ סטאטוס און יוצא געווען
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

דריידל האט געשריבן:איך דערמאן מיך אמאל ערב ראש השנה פלעגט מען שיקן פאר אלע באקאנטע א טעקסט אדער וואטסעפפ לשנה טובה ווינטש. די היינטיגע יונגווארג ווייסט נישט וואס דאס מיינט, מ'לייגט א וואטסעפפ סטאטוס און יוצא געווען


ס'דא וואס געדענקען ווען מ'פלעגט נאך קאלן
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מיין טאטע זז"ג זאגט אז ער געדענקט נאך לשנה טובה קארטלעך.
זייט אלע געזונט און האטס א כתיבה וחתימה טובה!
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

יידישע קהילות האט געשריבן:מיין טאטע זז"ג זאגט אז ער געדענקט נאך לשנה טובה קארטלעך.
זייט אלע געזונט און האטס א כתיבה וחתימה טובה!

מיין זיידע געדענקט גאר א טעלעגראם
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

יידישע קהילות האט געשריבן:מיין טאטע זז"ג זאגט אז ער געדענקט נאך לשנה טובה קארטלעך.
זייט אלע געזונט און האטס א כתיבה וחתימה טובה!

מ'דארף זיין אלט דערפאר?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: זכרונות פון אמאל...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

גאר אינטערסאנטער אשכול.

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”