בלאט 1 פון 1

GENI - פון וועמען זענט איר אייניקל - וויאזוי?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 27, 2019 6:08 pm
דורך קיסריה
אין דעם אשכול וועט מען אי"ה ברענגען די יחוס-קייט ביז די גרעסטע מענטשן פון אונזער פאלק.

יעדער איינציגער מענטש, קען אליין, מיט א קוועטש מיט'ן קנעפל, זעהן וויאזוי ער איז א אייניקל פון אברהם אבינו, אויב איז ער א כהן, וויאזוי ער ציט זיין יחוס ביז אהרן הכהן, צי פון דוד מלך ישראל.

פון אברהם יצחק ויעקב, ביז דוד המלך, זרובבל בן שאלתיאל, רבינו האי גאון - רש"י הקדוש, רבינו גרשום מאור הגולה וכו' וכו'.
און אראפציר, ביז'ן רמ"א, מהר"ל, מהרש"ל, מהרש"א

כדי צי זעהן וויאזוי מ'איז אן אייניקל (אדער קאנעקטעד) דארף מען זיין א מעמבער צו GENI, און מחובר צום גרויסן בוים.
אויב זענט איר נישט אריינלאגירט, אדער זיך נישט אויף עפעס אן אופן קאנעקטעד צום גרויסן בוים - וועט עס נישט קענען פירן צו קיינעם.

איך הייב אן - וואס יעדער מענטש אויפן כדור הארץ איז קאנעקטעד צו אדם הראשון:

1) אדם הראשון
2) אברהם אבינו
3) לוי בן יעקב - לוים פרובירט אייער יחוס
4) אהרן הכהן - כוהנים אריין
5) דוד מלך ישראל
6) רבינו הקדוש - רבי יהודא הנשיא
7) רב האי גאון
8) רבינו גרשום מאור הגולה
9) רש"י הקדוש
10) רבי יהודה החסיד - ספר חסידים
11) מהרש"ל - רבי שלמה לוריא
12) רמ"א - רבי משה איסרליש
13) ש"ך
14) מהר"ל מפראג - היחסן הגדול
15) רבינו המהרש"א
16) בעל שם טוב הקדוש

אלס א שטיקל יחסן, וועל איך אי"ה ארויפשטעלן מיין יחוס - פאזל צו די אלע גדולי ישראל, און ממני ילמדו וכן יעשו. יעדער קען טשעקן זיין יחוס, און ארויפלייגן (און אראפנעמען די פערזענליכע עלטערן) און לאמיר זעהן וויאזוי די חברים דאהי ציען זייער יחוס צו די גדולי ישראל.

אני הקטן בין:
110'טער דור צו אדם הראשון. (הונדערט און 10). גלייבט זיך זייער שווער אבער דאס ווייזט GENI.
101'סטער דור צו אברהם אבינו
92'סטער דור צו דוד המלך
61'סטער דור צו רבינו הקדוש
40'סטער דור צו רב האי גאון
25'סטער דור צו רבינו גרשון מאור הגולה (אבנארמאל נאענט)
26'סטער דור צו רש"י הקדוש (WOW)
33'סטער דור צו רבי יהודא החסיד (ספר חסידים - פארוואס גייט ער אזויפיל ווייטער פארשטיי איך נישט)
13'טער דור צום הייליגן רמ"א
15'טער דור צום מהר"ל מפראג
11'טער דור צום ש"ך.
11'טער דור צום מהרש"א
10טער דור צום הייליגן בעל שם הקדוש.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 27, 2019 7:08 pm
דורך קיסריה
איך שטעל ארויף עטליכע גאר באקאנטע גדולי ישראל, און וויאזוי GENI ציט דעם יחוס.

רש"י הקדוש
רש"י הקדוש
רש"י הקדוש
רשי הקדוש.jpg (172.28 KiB) געזען 3819 מאל


רבינו גרשום מאור הגולה
רבינו גרשום מאור הגולה
רבינו גרשום מאור הגולה
רבינו גרשום מאור הגולה.jpg (190.6 KiB) געזען 3819 מאל


רבי יהודה החסיד
רבי יהודא החסיד
רבי יהודא החסיד
רבי יהודה החסיד.jpg (205.92 KiB) געזען 3819 מאל

געשריבן: מיטוואך פעברואר 27, 2019 8:13 pm
דורך ווייזער
מיין משפחה איז עפעס נישט אריינגעלייגט געווארן אין דזשעני. אבער מייינע עלטערן האבן מיר אלעמאל געזאגט אז איך האב גאר גרויסע זיידעס. און אויך בין איך א כהן - מיוחס.

יעצט וויאזוי זעה איך וויאזוי איך קום אן צו אהרן הכהן?
אויב קען עס מיר נישט געבן א קלארע ליסטע, מה לי לצרה הזאת?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 27, 2019 9:21 pm
דורך fiena nieas
פון וועמען איז ר'יהושע מדיניוו זצ"ל אן אייניקל?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 12:34 am
דורך ווייזער
fiena nieas האט געשריבן:פון וועמען איז ר'יהושע מדיניוו זצ"ל אן אייניקל?


מזקינו נבג״מ

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 12:48 am
דורך fiena nieas
ווייזער האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:פון וועמען איז ר'יהושע מדיניוו זצ"ל אן אייניקל?


מזקינו נבג״מ

מי זה?

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 2:06 pm
דורך קיסריה

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 11:36 am
דורך א גוטן
איז דא א וועג אז די path זאל נאר גיין דורך עלטערן, נישט דורך שוועסטער און ברידער

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 1:04 pm
דורך מחשב
ס'פאנגט מיר נישט אן צו שטימען, איך בין א אייניקל פון ש"ך, איך האב די גאנצע בוים פאר מיר, פארט ווען איך דריק ביים לינק אויבן דער ש"ך, קומט ארויף אז "HaRav Shabty Ashkenazi HaCohen Katz, HaShakh - הש״ך is your second cousin 12 times removed", מאדנע.

געשריבן: פרייטאג מארטש 01, 2019 1:51 pm
דורך דער קוטשער
קיסריה האט געשריבן:אין דעם אשכול וועט מען אי"ה ברענגען די יחוס-קייט ביז די גרעסטע מענטשן פון אונזער פאלק.

יעדער איינציגער מענטש, קען אליין, מיט א קוועטש מיט'ן קנעפל, זעהן וויאזוי ער איז א אייניקל פון אברהם אבינו, אויב איז ער א כהן, וויאזוי ער ציט זיין יחוס ביז אהרן הכהן, צי פון דוד מלך ישראל.



ווי אויך קען מען דארט מיט א קוועטש פון א קנעפל זעהן טמא'נע בילדער און זיך מטמא זיין די אויגן און מחשבה.

אזהרה, מ'קען אריינגיין צו יעדעם איינעם אפילו עס האט גארנישט מיט אייער בוים.

געשריבן: מוצ"ש מארטש 02, 2019 10:06 pm
דורך zibala
מחשב האט געשריבן:ס'פאנגט מיר נישט אן צו שטימען, איך בין א אייניקל פון ש"ך, איך האב די גאנצע בוים פאר מיר, פארט ווען איך דריק ביים לינק אויבן דער ש"ך, קומט ארויף אז "HaRav Shabty Ashkenazi HaCohen Katz, HaShakh - הש״ך is your second cousin 12 times removed", מאדנע.

קען זיים אז ביזט נאנטער ט קאזען ווי אן אייניקל

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 1:46 am
דורך מצלמה
zibala האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:ס'פאנגט מיר נישט אן צו שטימען, איך בין א אייניקל פון ש"ך, איך האב די גאנצע בוים פאר מיר, פארט ווען איך דריק ביים לינק אויבן דער ש"ך, קומט ארויף אז "HaRav Shabty Ashkenazi HaCohen Katz, HaShakh - הש״ך is your second cousin 12 times removed", מאדנע.

קען זיים אז ביזט נאנטער ט קאזען ווי אן אייניקל


1) ווער זאגט ביסט אן אייניקל?

2) לאמיר זאגן אז ביסט טאקע יא, אפשר פעלט די קאנעקשאן. זעה נאר ווי GENI פארפארט, צו א פעטער/קאזין, און פרוביר צו פאררעכטן, ער זאל ווייזן אז דו ביזט אן אייניקל.

3) מיר זענען אלזא קרובים. איך בין אויך א ש״ך אייניקל.

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 2:05 pm
דורך מחשב
ביי איין ר' יעקב זאגט ער אז ער איז מיין זיידע, און ביי זיין טאטע ר' יוסף זאגט ער שוין אז ער איז מיין קאזין זיבן מאל פארריקט, אבער ער איז אויך מסכים אז ר' יוסף איז ר' יעקב'ס טאטע.

קאזין ארויף קאזין אראפ, גוט פארריקט זיכער..

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 3:06 pm
דורך היימישער הייקער
עס איז גאנץ שווער צו זוכן מחמת צוויי סיבות
1) די סדר פלעגט זיין צו געבן גוי'שע נעמען אין די אפיציעלע דאקומענטן. צום ביישפיל , טאהש'ער רבי'ן זצ"ל'ס נאמען איז געווען ference, יעצט גיי זיך...
2) אפי' די לעצטע נעמען, איז אויכעט דא פארשידענע וועגן די שרייבן. בפרט אז עס איז געווען געשריבן אויף אונגאריז וכדו'

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 4:08 pm
דורך וויי-פיי
ביי מיין זיידע האט איינער אריינגעלייגט אבער געמאכט פריוואט

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 4:44 pm
דורך מחשב
zibala האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:ס'פאנגט מיר נישט אן צו שטימען, איך בין א אייניקל פון ש"ך, איך האב די גאנצע בוים פאר מיר, פארט ווען איך דריק ביים לינק אויבן דער ש"ך, קומט ארויף אז "HaRav Shabty Ashkenazi HaCohen Katz, HaShakh - הש״ך is your second cousin 12 times removed", מאדנע.

קען זיים אז ביזט נאנטער ט קאזען ווי אן אייניקל


איך בין א ניינטער דור פונעם ש"ך, פיל נענטער ווי די בערך 15 וואס זיי רעכענען.

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2019 10:57 pm
דורך מאניש בנבנשתי
איך בין די צווייטע דור פונעם מהר''ל מפראג. מיין רבי אין חדר פלעגט אלץ זאגן אז איך בין א גולם, דאמאלטס בין איך די צווייטע דור פונעם מהר''ל.

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 5:40 am
דורך קיסריה
מחשב האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:ס'פאנגט מיר נישט אן צו שטימען, איך בין א אייניקל פון ש"ך, איך האב די גאנצע בוים פאר מיר, פארט ווען איך דריק ביים לינק אויבן דער ש"ך, קומט ארויף אז "HaRav Shabty Ashkenazi HaCohen Katz, HaShakh - הש״ך is your second cousin 12 times removed", מאדנע.

קען זיים אז ביזט נאנטער ט קאזען ווי אן אייניקל


איך בין א ניינטער דור פונעם ש"ך, פיל נענטער ווי די בערך 15 וואס זיי רעכענען.


האלאו:
מסתם זענען נישט אלע אייערע זיידעס זענען אריינגעלייגט, ומה בכך?
שארצט ארויף די ארבעל און לייגט אריין די ״מיססינג לינקס״ וועט אלעס זיין גוט.

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 2:02 pm
דורך מחשב
ניין, אלע זיידעס זענען אריינגעלייגט, אלעס שטומט און קלאפט, מיין מאמע זענען זיי מסכים אז זי איז א אייניקל, אבער איך שוין נישט. אבער זיי זענען אויך מסכים אז איך בין מיין מאמע'ס א זון...

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 5:54 pm
דורך וויי-פיי
מ'דארף צאלן מעמבערשיפ עס צו ניצן?

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2019 7:45 pm
דורך מחשב
א פשוטע מעמבער קאסט נישט קיין געלט, אבער דיינע מעגליכקייטן זענען באגרעניצט. א PRO קאסט שוין.