מגילת עבדיה הגר

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

"ואדע מה ואדע מה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

T-S K51 41 r.jpg
T-S K51 41 r.jpg (176.97 KiB) געזען 3127 מאל

ואדע מה ואדע מה אדבר בשערים

ומה אומר ומה אומר ומה תען

ל[מ]דני


Musical notes va'eda mah.jpg
Musical notes va'eda mah.jpg (170.01 KiB) געזען 3127 מאל

ואדה מה ואדע מה
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

"ברוך הגבר"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

T-S K51 41 v.jpg
T-S K51 41 v.jpg (186.74 KiB) געזען 3127 מאל


ברוך הגבר אשר יבטח בייי והיה ייי מבטחו:

בטח אל ייי בכל לבך ואל בינתך אל תשען:

בכל דרכיך דעהו ו[הוא] יישר אורחותיו:

אשרי אדם מצא חכמה ואדם יפוק תבונה:

הנה אשרי אנוש יוחיכנו אלוה ומוסר ש-ד-י אל תמאס:


Musical notes baruch hagever .jpg
Musical notes baruch hagever .jpg (147.97 KiB) געזען 3127 מאל


ברוך הגבר
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

והורידני בחבל, וברחתי מבית האסורים...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

עס איז פארהאן א דעבאטע איבער די פראגמענטן פון א בריוו וואס א גר האט געשריבן, צו דאס איז אויך געשריבן דורך עבדיה הגר. אין יעדן פאל, איז דאס באזונדער ספעציעל און דראמאטיש.

ער איז געווען א גלח אבער געהאט פיל שאלות. ער האט זיך מגייר געווען און אנגעהויבן טוהן אלע מצוות. אבער ווען די אנדערע גלחים זענען געוואויר געווארן דערפון, האט ער געציטערט מען זאל איהם נישט הרגענען. ער האט האט אפגעשריבן פערצן קונטרסים מיט אלע זיינע שאלות און סתירות וואס ער האט אויפ'ן קריסטליכן גלויבן און דאס געגעבן פאר אלע גלחים צו לייענען און אויך פארן הויפט גלח, צוזאגענדיג: אויב קענען ענק מיר ענטפערן אויף אלע מיינע שאלות, ווער איך גלייך צוריק א קריסט, מיט זיין האפענונג אז זיי וועלן עס ליינען און איינזעהן אין די פאלשקייט פון די קריסטליכן גלויבן און ווערן אידן.

אבער די גלחים האבן עס נישט געוואלט לייענען און זענען געווארן אין כעס און געסטראשעט אז אויב ער וועט היטן שבת און זיך נישט בוקן צו ע"ז, וועט מען איהם הרגענען אדער פארשיקן אין גלות אומבאוואפענט, וואו ער וועט שטארבן.

מען האט איהם צוגענומען זיינע קליידער און אלעס וואס ער פארמאגט מען האט איהם פארשפארט אין א הויכע טורעם אינעם מויער פונעם פעסטונג, צו זעהן אויב ער וועט טאקע פאלגן און זיך צוריקקערן צום קריסטליכען גלויבן.

דארט אין טורמע איז געווען א היטער וואס האט מעגליך יא געלייענט זיינע פילע שאלות אויף די קריסטליכע גלויבן. איין נאכט איז דער היטער געקומען צו איהם באהאלטענערהייט און געפירט צום פעסטער פונעם טורעם און איהם געזאגט: האב נישט קיין מורא, קום מיט מיר, איך וועל דיך ראטעווען.

ער האט איהם געגעבן א לאנגע שטריק און האט זיך גוט אנגעכאפט, ער איז ארויס דורכן פענסטער און זיך אראפגעלאזט דעם הויכן טורעם אין די שאטן פון די פונסטערע נאכט און אנטלאפן בעירום ועריה.

עלנד און ארעם האט ער זיך געוואנדן צו די אידן און זיך געבעטן, זיי זאלן איהם ארויסהעלפן און שפייזן. ער האט נישט נאר זיך געבעטן, נאר אויך געסטראשעט און געווארענט, אז טאמער זיי וועלן איהם נישט העלפן וועט ער זיי פאר'מסר'ן פאר'ן אויבערשטן. ער וועט שרייען טאג און נאכט אז זיי ווילן איהם נישט העלפן און דער אויבערשטער וועט ח"ו נקמה נעמען אין די וואס הערן נישט אויס זיינע באפעלן צו העלפן דעם גר.


T-S 12.732.jpg
T-S 12.732.jpg (175.95 KiB) געזען 3116 מאל
.... (בגדתי בחוקי)..........
המלכות על כרחי שלא בטבתי כי אחר שנמלתי בשר ערלתי והתהלתי לעשות מועדי יי הכתבים [בתורה]
והשבתות ידעו והבינו הערלים כי עזבתי דתם ובחרתי דת ישראל ויראתי שלא יהרגוני ואחליף מי[...
וכתבתי י֗ד֗ קוטרסים והגדתי בהם מענותי ושאלותי, ונתתי לכומר הגדול והכומרים, ואמרתי לו ידע תדע אדני כי
עזבתי דת הערלים בעבור אלו השאלות והמענות אשר הם כתובים בספר הזה ואם יטיבכם הקל תקראו זה גם
הספר ביראת הא' ואם עשיתי רעה כי עזבתי הדת הורוני ולמדוני והשיבו לי תשובות ומענות טובות
[ובמהר]ה אשוב ואני הייתי בוטח בחסד קל כי לו קראו אותם היו כל בעלי דעת בהם היו ישיבו אל דת ישראל
ומקצת הספר ההוא כתבתי הנה ו֗ קוטרסים וחפצתי אתן אותם לכם היודעים והנבונים שתקראו אותם
ומהם תבינו כי לא קראו דברי בתוך קהל ועדה אם השיבו אל דת ישראל ואם לא אבל לא היו זכים לפני יי'
שיושעו ויי׳ השמין לבמ ולא חפצו שיקראו אותם אבל הוציאו לי מפניהם בחמה גדולה וגזרו עלי שאחלל
השבתות והמועדים ואשתחוה לגילולים ואם לא יהרגוני או יוליכוני בגלות על אי חרב שאמות שם ושמו לי
בבית האסורים עד שיראו אם אעשה דברם ואם לא ואז היטיב יי' לאחד מהם מן שומרי האסורים והוציאני בלילה
[בסתר] בעד החלון מן החומה בחבל, כי ראה חלום האיש ההוא בעבורי ואמר לי חי יי' אל תפחד בא ואמלטך
[שמעתי בקולו] והורידני בחבל וברחתי מבית האסורים עירום ועריה ובחרתי לבקש לחם...



T-S NS 325.7.jpg
T-S NS 325.7.jpg (113.52 KiB) געזען 3116 מאל
ואל תאמרו כי אם תחרישו ו[לא תענו אתי דבר
. . . . ל כנפיו אבל כל מה שתעשו עמי מ[היום ולחסות בצ...
[כל] זה על שני הקהלות די מחייתי ופרנסת[י תתנו לי]....
...[ועת]ה חמלו על נפשי ועל נפשכם ויראו את יי' ...
[ל]א אוכל אכריח אתכם יותר מזה אבל אצעק אל יי' אשר ברחתי אליו יומם ולילה והוא יו[שיעני]
[בצרתי ובדלותי ובמרירות נפשי וינקום מן האנשים אשר ישליכו דבריו אחר גום לא בעבור צדקתי
[דברתי כי] אם למען דבריו אשר דבר וגר לא תלחץ וגר לא תונה וג' ואתם ידעתם את נפש הגר למען דבריו
[הצילו] אותי וכן אמר וקרא עליך אל יי' והיה בך חטא אבל אני בוטח ברח[מ]י ש-ד-י כי לא תעזבוני שאהיה עמ
[עמכם לא למעני]כם אבל למען שמו יתן על לבבכם שתחוסו עלי והוא ברח[מ]יו ישמרכם מכל רע ויצילכם מכל
[צרה וצוקה][align=center]אל ישוב דך נכלם[/align]
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

און.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

די סוף פון די גזירה אין באגדאד דערמאנט אין מגילת עבדיה הגר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ווי מיר האבן געזעהן אין איינע פון די וואנדערונגען וואו 'עבדיה הגר' האט פארוויילט, נאכן זיך מגייר זיין אין איטאליע און דערנאך באקומען א כתב המלצה פונעם גאון רבי ברוך בן אייזיק אין אלעפאו סיריע - האט ער ארומגעוואנדערט זוכענדיג אן ארט צו לערנען תורה. איינע פון זיינע דעסטינאציע'ס איז געווען די גרויסע שטאט באגדאד. עבדיה שילדערט דארט באריכות די צרות וואס די אידן פון באגדאד האבן געליטן אין יענע צייט פון דעם שני למלך וואס האט ארויפגעלייגט ספעציעלע דיסקרימינירנדע אידן-שטייערן און ספעציעל קאלירטע קליידער וואס די אידן - סיי מענער און סיי פרויען - האבן געמוזט מיט דעם ארומגיין.

ווי מיר האבן געלייענט אין די לענגערע באשרייבונג זענען די אידן ארום צוואנציג יאהר שפעטער געראטעוועט געווארן פון די שווערע גזירה דורך אן אנטפלעקונג פון אליהו הנביא, אבער אין די מגילה וואס עבדיה האט געשריבן שטייט נישט די געשיכטע.

אלזא פון וואו ווייסן מיר וואס עס האט פאסירט מיט ארום צוואנציג יאהר שפעטער?

א קאלעקציע פון זיבן פאפירן וואס מען האט געפונען אין די קאירא גניזה, שטעלט זיך ארויס צו זיין א ביכל וואס איז איבערגעשריבן פון א בריוו וואס איז ווייזטאויס געשיקט געווארן פון באגדאד קיין פוסטאט קאירא, וואו איינער דערציילט פאר'ן אדרעסירטן איבער די צרות וואס די אידן אין באגדאד האבן געליטן יארן שפעטער פון די זעלבע גזירות וואס דער משנה למלך "אבו אלשגאע" שר"י האט גוזר געווען און וויאזוי זיי זענען געראטעוועט געווארן.

כאטש וואס עס פעלן עטליכע בלעטער וואס פארשווערט עטוואס צופארשטיין דעם המשך, קען מען פון די געציילטע פאפירן ארויס לייענען גאר אינטערעסאנטע ערשט-האנטיגע פאקטן וואס דארט האט זיך אפגעשפילט.

דער שרייבער שילדערט ווי אין יאהר א'תל"א לשטרות - וואס איז ד' אלפים שנת תת"פ לבריאות העולם - זענען די אידן באפרייט געווארן נאך יארן וואס זיי זענען באשטראפט געווארן צוליב די שווערע שטייערן און ספעציעלע קליידונג, וואס עבדיה הגר פארציילט אין זיין מגילה. אבער בעפאר האבן די אידן געליטן צוליב וואס זיי האבן זיך קעגן געשטעלט קעגן די גזירה אויף די פרויען, און נישט געלאזט זייער ווייבער גיין מיט די געלע קליידער און מיט גלאקן אויף די האלדז און אויף די שיך. די אידן זענען געווארן באשטראפט מיט טויזענט דינר, ביז די גזירה איז געווארן אפגערופן. אבער דער נייער כליף וואס איז א יאר פריער אריין אין אמט האט די גזירות געוואלט באנייען. ספעציעל האט ער געזוכט צו באנייען די שווערע שטייערן.

די געשיכטע איז זיך פארלאפן אין א צייט ווען אין באגדאד האבן געלעבט אידן מיט א שטארקע קדושה, פרישות און זהירות. עס האבן געוואוינט אין באגדאד גרויסע תלמידי חכמים רוב פון די גרויסע ישיבה "ישיבת גאון יעקב". עס איז נישט געווען צו געפונען א איד וואס איז נישט געווען בקי אין גאנץ תנ"ך בניקוד ודיוק בחסירות ויתירות. ווי עס איז פארשריבן אינעם ספר "סבוב הרב רבי פתחיה מרעגנשפורג", פון 'רבי פתחיה מרעגנשפורג' - א ברודער פון 'הרב רבי יצחק הלבן בעל תוספות', וואו עס ווערט דערציילט זיינע רייזעס איבער פארשידענע לענדער און גאר וואונדערליכע זאכן וואס ער האט בייגעוואוינט, וואס איז אין טייל פארשריבן געווארן דורך 'רבי יהודה החסיד'. רבי יהודה החסיד האט נישט אלעס געוואלט פארשרייבן. ווי מען זעהט פון די פאלגענדע סעיף:

"ובנינוה היה איש חוזה בכוכבים ושמו רבי שלמה, ובנינוה ובכל ארץ אשור ובכל החכמים אין כמוהו בקי במזלות. ושאל לו רבי פתחיה מתי יבא משיח. ואמר לו כבר ראיתי במזלות כמה פעמים בבירור. אבל רבי יהודה החסיד לא רצה כתבו פן יחשדהו שהוא מאמין בדברי רבי שלמה."

ווי עס שטייט אינעם ספר האבן די אידן אין באגדאד געלעבט מיט א באזונדערע קדושה און מיט באזונדערע שמירת עינים. ווי אויך האט יעדע איד דארט פארמאגט א אייגענע מקוה אין זיין חצר און זיך נישט געשטעלט דאווענען פאר ער האט זיך גע'טובל'ט און נאך הייליגע מנהגים אין עניני קדושה וואס רבי פתחיה האט דארט געזעהן און געהערט און איז פארשריבן אין דעם ספר.

א יאהר פאר רבי פתחיה מרעגנשפורג איז אנגעקומען אין באגדאד איז נפטר געווארן דער גאון 'רבי דניאל ראש הגולה' דער זוהן פון שלמה/חסדאי, וואס איז געווען אן אייניקל פון דוד המלך דורך די משפחה פון דעם פריערדיגן 'חסדאי ראש הגולה' א זוהן פון די אידישע ווייב פונעם באקאנטן לעגענדארן גאון 'בוסתנאי בן חנינאי ראש הגולה'.

אין יענע תקופה וואס רבי פתחיה מרעגנשפורג האט געוויילט אין באגדאד, האט דארט מיט עטליכע יאר פריער אויך אריבערגערייזט דער באקאנטער רייזער 'רבי בנימין מטודילא' ווי עס איז פארשריבן אין 'מסעות בנימין'. רבי בנימין שילדערט אויך מיט באגייסטערונג איבער די אידישע קהילה אין באגדאד און שילדערט אויך איבער די גדלות - מיט גלייכע איינצלהייטן ווי רבי פתחיה איבער'ן גאון דניאל ראש הגולה, וואס ווערט דערמאנט אין אונזער בריוו. עס איז נאר פארהאן איין חילוק, רבי פתחיה רופט אהן דניאל'ס פאטער 'שלמה' און רבי בנימין רופט אהן דניאל'ס פאטער 'חסדאי'. קען זיין אז זיין אז די פאטער פון דניאל האט געהייסן ביידע נעמען שלמה און חסדאי.

אויף די פאטער פון דניאל ראש הגולה שטייט אין ספר סבוב פון רבי פתחיה די מורא'דיגע געשיכטע, ווען עס איז פארן קעניג פון באגדאד אריין א שגעון אין קאפ און עס האט זיך איהם פארגלוסט צו זעהן דעם הייליגן גוף פון יחזקאל הנביא און האט באפוילן צו אויפגראבן זיין קבר. האט דניאל'ס פאטער שלמה וואס איז געווען זייער באליבט ביים קעניג געבעטן ביים קעניג ער זאל ערשט פרובירן צו ער קען עפענען דעם קבר פון ברוך בן נריה זיין תלמיד וואס ליגט נאנט צו יחזקאל הנביא.

דער קעניג האט מסכים געווען און ווער עס האט נאר אנגעהויבן גראבן איז באלד אוועקגעפאלן א טויטער. האט דער קעניג - מיט די עצה פון אן אלטן ישמאעלי - באפוילן אז די אידן זאלן גראבן. האט רבי שלמה געבעטן דריי טעג צו פאסטן און בעטן מחילה. נאך דריי טעג האבן די אידן אויפגעגראבן דעם קבר און געזעהן ווי רבי ברוך בן נריה ליגט צווישן צוויי מארמאר שטיינער און זיין טלית שטעקט זיך אביסל ארויס פון די שטיינער.

האט דער קעניג באפוילן מען זאל אוועקפירן די קבר פון ברוך בן נריה ווייל עס פאסט נישט אז זיי זאלן ליגן איינער נעבן דאס אנדערע. האט מען געפירט דעם ארון מיט די מארמאר שטיינער אויף פערד. נאך'ן פארן איין מייל זענען די פערד געבליבן שטיין און נישט געקענט שלעפן דעם ארון ווייטער. האט רבי שלמה געזאגט דא וויל דער צדיק ליגן. האט מען דארט באגראבן רבי ברוך בן נריה און געבויט א שיינע פאלאץ אויף זיין קבר.

דאס איז דער דניאל בן חסדאי ראש הגולה וואס ווערט דערמאנט אין דעם בריוו.

אין יענע צייט האט זיך געפונען אין באגדאד א גאר פרומע יונג מיידל, די טאכטער פון א גרויסע צדיק 'יוסף בן הרופא' וואס איז געווען באקאנט פאר אלעמען אלס א גרויסע צדיקות וואס האט זיך אויפגעפירט מיט א געוואלדיגע פרישות. זי האט כסדר געפאסט און געדאווענט און געטיילט צדקה און נאכגעגאנגען אין איהר פאטער'ס וועגן.

עטליכע אידן וואס האבן געזעהן איהר צידקות און הייליגקייט האבן געוואלט האבן די זכיה מיט איהר חתונה האבן. דאס מיידל האט אבער נישט געוואלט חתונה האבן, אויס מורא אז דאס וועט איהר מאכן טרוד און שטערן איהרע הייליגע מנהגים. ביז ר' דניאל בן חסדאי, האט זיך ביי איהר איינגעבעטן און זי האט חתונה געהאט. זי האט געוואוינט מיט איהר מאן פאר עטליכע חדשים ביז שבת כ"ה אלול תת"פ.

(צו שטעלן דאס אין די כראנאלאגיע פון די צוויי געשיכטעס, דאס איז פונקטליך איין יאהר פאר עבדיה הגר האט זיך געטראפן אין די שטאט 'דן' מיטן משיח'חיסט 'שלמה הכהן הקראי'. פון דעם וואס עבדיה שרייבט אז עס האט פאסירט אין חודש אלול און עבדיה האט איהם דאן געזאגט אז עס איז 19 יאהר זינט ער האט זיך מגייר געווען וואס איז געווען ד'תתס"ב.)

די אנדערע וואך דאנארשטאג, דעם ערשטן טאג ר"ה, האט די טאכטער פון 'יוסף בן הרופא' באקאנט געמאכט אז אליהו הנביא זל"ט האט זיך צו איהר באוויזן די נאכט אין חלום און געהייסן אויסרופן אין זיין נאמען, אז די גאולה שלימה גייט שוין זיין גאר אין נאענטן. די ווערטער פון די פרוי איז געווארן בליץ שנעל פארשפרייט און אויפגענומען ביי די אידן מיט גרויס ערנסטקייט און פארכט. די הייליגע פארכטיגע טעג זענען אריבער מיט א באזונדערע התעוררות. אלע אידן זענען א גאנצן טאג געווען פארנומען מיט תשובה און תפלה.

ווי דער שטייער אויפזעהר האט געהערט אז די אידן צאלן מער נישט קיין שטייער, איז ער געווארן אויפגעברויזט און זיך געוואונדערט ווער עס האט זיך דערוואגט צו בטל מאכן די שטייערן און האט דאס אומערפאלגרייך געוואלט צוריק איינשטעלן.

נאך וואס דער נארוואס געווארענער כאליף (אל-מוסתרשיד) האט געהערט דערפון איז ער געווארן מלא כעס און באלד באפוילן צו כאפן און איינשפארן אלע אידן אינעם געלט פאבריק. ער האט גלייך אפגעשריבן א בריוו צום קאדי - דער הויפט ריכטער 'אבן אלדאמנאני' - מיט א פארלאנג פטור צו ווערן פון די אידן איינמאל פאר אלעמאל. צווישן די שורות האט ער געשריבן "די צייט פון די אידן איז שוין פון לאנג פאריבער און איך מוז זיי שוין באשטראפן, סיידן עס באווייזט זיך זייער משיח אדער זיי נעמען אויף זיך פון היינט און ווייטער דעם מוסלומענער גלויבן".

דער קאדי האט איהם צוריקגעשריבן "ווי ווייט עס איז מיר באקאנט, ווער עס האט זיך נאר פארטשעפעט מיטן אידישן פאלק האט נישט מצליח געווען און דאס וואס די זאגסט אז זייער צייט איז שוין פאריבער, זייער צייט וועט פארבלייבן מיט ג-ט ברוך הוא".

אין געפענגעניש האט זיך געפונען איינע פון די באקאנטע חשובע אידן פון באגדאד פון די אבן כמונה פאמיליע מיטן נאמען 'סהל', אויף וועם עס האט געדראט גאר א הארבע שטראף. סהל אבן כמונה איז געווארן גערופן צום כאליף צו דערציילן וואס איז דער באדייט פון די מאדנע אויפפירונג פון די אידן און ווער עס שטייט אונטער דעם.

אין דער זעלבער צייט איז דער ראש הגולה געזעצן הערמעטיש פארשלאסן אין געפענגעניש מיט זיינע תלמידים אין א בזונדערע צימער מיט אש צופיסנס איינגעפאלן און געפאסט. א גאנצן טאג טוהן זיי שרייען און בעטן ביים אויבערשטן ער זאל זיי שוין ראטעווען פון די צרה אין וואס זיי געפונען זיך. ווען פלוצלינג הערט זיך א קלאפ אויפן טויער. זיי זענען ארויס קוקן ווער דאס איז, צו זייער גרויס באגייסטערונג און פרייד זעהן זיי 'סהל אבן כמונה' איז אויף דער פריי. אלע האבן פארגאנגן אין א געוויין פון שמחה, זיך געבוקט און געדאנקט דעם בורא אויף די גרויסע חסדים און זיך געשטארקט און געטרייסט אז בקרוב וועלן זיי אויך ארויסגיין פריי.

אויף דער נאכט איז סהל געקומען פארן כאליף און דערציילט דעם חלום פון די ערליכע פרוי, די טאכטער פון יוסף בן הרופא. דער כאליף האט אנגעהויבן אפשפעטען און אויסגעפלאצט אין א הילכיגן געלעכטער זאגענדיג "אזוי לייכטזיניג זענען די אידן?! צו זיך פארלאזן אויף א חלום פון עפעס א פרוי?! מארגן וועל איך פארברענען די פרוי! און אידיש בלוט וועל איך לאזן הפקר!!

יענע שפעט אויף דערנאכט - אלע האבן שוין פארלאזט דעם פאלאץ, דער כאליף דרייט זיך ארום שלאפלאז טראכטענדיג פארשידענע שלעכטע עצות קעגן די אידן. פלוצלינג ווערט דער כאליף אינגאנצן צורודערט, אליהו הנביא האט זיך פאר איהם פלוצלינג אנטפלעקט. ער זעהט ווי אליהו הנביא שטייט העכער איהם מיט א פייערדיגע זויל. דער כאליף איז בוכשטעבליך אראפ פון זינען פון גרויסן שרעק זעהנדיג אזא מראה.

פון דא איז דער בריוו פעלערדיג אבער מען קען ארויסליינען פון דאס ביסל אז די אידן זענען באפרייט געווארן פון געפענגעניש און פון די שטייערן און כדי די מוסלומענער אין לאנד זאלן נישט מאכן אן איבערקערעניש - ווי איז דאס מעגליך אז מען האט באפרייט די אידן פון די שטייערן, האט דאס געמוזט זיין אומאפיציעל און אין געהיים.

ביז דא איז די אינהאלט פונעם איבערגעשריבענעם בריוו פון קאירא גניזה. אין א לייברערי אין איסטאמבול טערקיי געפינט זיך א באשרייבונג פונעם גרעסטן מוסלומענער היסטאריקער; שרייבער און אויסגעשפראכענער פרעדיגער 'אבן אל-ג'אוזי', וואס האט געלעבט אין יענע תקופה. אין איינע פון זיינע ביכער (Kitab Al-muntazam) שטייט צווישן איינע פון זיינע געשיכטעס געשריבן די פאלגענדע ערציילונג, צו די אראבישע קאלענדאר יאהר 515, וואס קומט אויס אין שנת ד' אלפים תתפ"א.

"אין יענע יאהר זענען די אהל אדה דהיממא (נישט-מוסלומענע), פארלאנגט געווארן צו טראגן זייער אפשיידונג צייכנס. די געשיכטע האט זיך געענדיגט מיטן דארפן באצאלן 4000 דינר פאר'ן כאליף און 20,000 דינר פאר'ן סולטאן. דער ג'אלוט (ראש הגולה) איז געברענגט געווארן אינעם וועזענהייט פונעם סולטאן, ער האט גאראנטירט די אויבן דערמאנטע סומעס און זיי צוזאמגענומען.

באלפך בעד אלעקובה ולהם
הישועה לאחר שנענשו והם היו
פי הדא אלגלות מדה סנין וכאן
בצרה הזאת מספר שנים והיה
אלאצל פי הדה אלמצאיב אדם
המקור של הפורעניות האלה מאדם
רע יקאל לה אבן אבו אלשג֗אע
רע הנקרא אבן אבו אלשגאע
ארור יכון ושם רשעים ירקב
ארור יהא ושם רשעים ירקב
וכאן קד קטעו עליהם אלף דינאר
והם היו מטילים עליהם לשלם אלף דינר,
חתי קלעו גיאר אלנסא וכפת
כדי לבטל את אות הקלון של הנשים והקלו
אלנובה בעון אללה תעאלי ולא
הגזרה בעזרת אלקים יתעלה ועכשיו אין
ילבסה אלא צאחב חאל וגאה אמא
לובש אותו אלא בעל אמצעים ומעלה, אם
גריב או קריב ומאר להדא מדה
זר אם מקומי. ועבר על זה זמן
אלי הדה אלסנה אלדי מצ֗ת
עד השנה זו אשר עברה
והי שנת א֗ת֗ל֗א֗ לשטרות
והיא שנת א'תל"א לשטרות,
ט֗הרת צביה תערף בבנת
והופיעה נערה הידועה שהיא בת
יוסף בן אלחכים ואנהם קום
יוסף בן הרופא והם אנשים
אפעאלהם ג֗ידה בין ידי אללה תעאלי
אשר מעשיהם טובים לפני ה' יתעלה



פראית אלצביה עלי אפעאל אבוהא [מן]
וראו שהנערה הלכה בדרכי אביה [בקיום]
אלצום ואלצלוה ואלצדקה פאערץ֗
בצום ותפלה וצדקה, והציעו לה
עליהא אלזיג֗ה פאמתנעת וקאלת
להנשא, אך היא סרבה ואמרה
מא אג֗יר מא אנא פיה לאן אלזיג֗ה
לא אשנה את הליכותי, כי הנישואין
תש֗ג֗לני ען הדה אלאש֗יא ומש֗א פי
יטרידוני מן הדברים האלה. אז התערב
הגה אלכטבה סידנא דניאל נט֗ר֗
בזיווג זה אדוננו דניאל ישמרהו ה'
בן אדונינו חסדי ז֗צ֗ל֗ וזוג֗הא
בן אדוננו חסדאי זצ"ל והשיאה.
ואקאמת מע רג֗להא אש֗הר
היא שהתה עם בעלה חדשים אחדים
אלי שהר אלול וכאן קד מצ֗א מן אלשהר
עד חודש אלול, ובהיות באותו חודש
כ֗ה֗ יום וכאן נזולהא יום אלה֗
היום הכ"ה, כאשר ירדה ביום חמישי
ואכברת אנהא ראת פי מנאמהא
הודיעה שהיא ראתה בחלומה
סידנא אליהו עליו אלשלום ז֗ל֗ט֗ והו
אדוננו אליהו ע"ה זל"ט
יקול להא אנזלי אלי הולא אלקום
אומר לה רדי אל האנשים האלה
וקלי להם עני אן אללה תעאלי קד
ואמרי להם בשמי, כי אלקים יתעלה כבר
קרב אלישועה ומא בקי אלי אן
קירב את הישועה, ולא נשאר עד אשר


(חסר ההמשך)

[כא]נת מצאנעתהם בג֗יר אן
היו מעשיהם מבלי
יעלם אלסלטאן פצעב עלי
שידע הסולטאן. והיה הדבר קשה על
הדא אלאגסאן כיף קטע
האיש הזה איך זה הפסיקו
רסמה פטלב אן יתקל עליהם
מס שלו. וביקש אפוא להכביד עליהם
פלם יכן לה אלי דלך קדרה
אך לא היתה לו יכולת לכך.
פלמא <ט֗הר> הדא אלכבר אלי אל
וכאשר הגיעה הידיעה הזאת אל
סלטאן פאנכרה אלסלטאן וקאל
הסולטאן, היתה רעה בעיני הסולטאן ואמר:
ילתפתון אליהוד ויקולו אן הדא
מתקבצים היהודים ואומרים הנה
מלכנא קד ט֗הר ומא נבקי בעד
מלכותנו כבר הופיעה ולא נותר לעת בוא
מלכנו מלך ולחק אלכליפה מן
מלכותנו שום מלכות אחרת. הכליף נרגז
הדא אמר שדיד פכתב פי
על זה מאד, וכתב
אלחאל ואלוקת אלי קאצ֗י אל
תיכף ומיד אל הקאדי
קצ֗אה אבן אלדאמג֗אני מן
העליון אבן אלדאמעאני,
בעד מא אמר באכד אליהוד
לאחר שציווה לתפוס את היהודים
ונמעהם פי דאר אלצ֗רב
ולאסוף אותם בבית המטבעה



ווכל בהם אלרקאצין
והפקיד בהם שוטרים
ותואעדהם באלקתל וד֗כר
ואיים עליהם להרוג אותם, והזכיר
פי אלכתאב אלדי נפדה אלי
במכתב אשר שלח אל
אלקאצ֗י אן האלי אלקום קד
הקאדי, כי העם הזה כבר
פרג֗ וקתהם ולא בד לי ממא
הגיע קצם ואין לי ברירה אלא
אנכר עליהם פי זמאני הדא
לעשות בהם שפטים בזמן הזה,
אלא אן יצ֗הר להם נבי או יתבעו
עד שיגלה להם נביא או ילכו
מדהב אלגוים פלא תדאפעני
אחר חוקות הגוים, ואל תגן
ענהם איהא אלקאצ֗י ענדי
עליהם - הוי אתה הקאדי - לא אותי
וענד אלגוים גמיעהם פכתב
ולא הגוים כולם. וכתב
אליה אלקאצ֗י ממא אערף
אליו הקאדי: עד כמה שידוע לי
מולאי אלכליפה כלד אללה
-אדוני הכליף, יתמיד האל את
מלכה אן האולאי אלקום
ממלכתו - העם הזה



מא עאנדהם אחד קט
לא פגע בהם מעולם אחד
פאפלח וקולך הולאי אלקום
והצליח. ומה שאמרת העם הזה
אסתופו אלעהד פהולאי אלקום
השלימו את זמנם, הרי העם הזה
עהדהם תאבת מע אללה תברך
זמנם קיים עם הא-ל יתברך



<[א]קצא מא ענדי ולך עלו אלר[אי] ול[ך]>
זה כל מה שיש לי לומר, ולך הדעה הקובעת, ולך...


(חסר ההמשך)

אלי דאר ראס אלגאלת אצאבה
(כאשר הלך) אל בית ראש הגולה, מצא אותו
פי דארה והוא ואמה תלאמדתה
בביתו אותו ואת אמו ותלמידיו


תחת רגליהם אלרמאד והם
תחת רגליהם אפר והם
וקוף יצלו ציאם מטויין והם
עמדים ומתפללים, צמים, כפופים
יסתג֗יתו אלי אללה סבחאנה פי
וצעקים אל ה' ישתבח
כלאץ ישראל פדק אלבאב פכרג֗ו
להושיע את‏ ישראל. בשעה זו דפק בדלת
אליה פלמא שאהדה סידנא אנה
ויצאו אליו, וכאשר ראהו אדוננו שהוא
קד כלץ פסג֗ר עלי אלארץ֗ אלי
כבר השתחרר, השתחוה על הארץ אל
אללה תאעלי באכיא הוא וגמיע
האלקים יתעלה, ובוכה הוא וכל
מן כאן מעה ורפע ידיה אלי אל
מי שהיה עמו, והרים ידיו אל
סמא שכרא ללה עלי כלאצך
השמים בתודה לא-ל על שחרורך,
וכלאצנא קריב אן שא אללה
וגם שחרורנו קרוב, אם ירצה ה'.
פסאלה ען אלמנאם כיף כאן
ושאל אותו על החלום ואיך היה
ומן נצרה פקאל לה מן אמרך
ומי הצילו. ואמר: מי ציווה
אן תסאלני ען הדא קאל לה
לשאול אותי על זה. אמר לו
אלכליפה פ<א>עאד לה ען דאך
הכליף, וחזר לו את הדבר



כיף כאן פג֗א אבו [ס]הל [אבן]
איך היה. ובא אבו סהל אבן
כמונה אלי אלכליפה ואעאד [...
כמונה אל הכליף וסיפר
עליה אלמנאם בצחה פתהזא
לו את החלום בדיוק. אז לגלג
אלכליפה וצחך וקאל קד כף
הכליף וצחק ואמר: אכן קלה היא
עקל אליהוד אדא רכנו אלי
דעתם של היהודים, אם הם סומכים על
עקל מרה. גדא אחרק אל
דעתה של אשה. מחר אשרוף את
מרה ואביח ד֗מא אליהוד וכאן
האשה ואתיר דמם של היהודים. והתרחש
אלחדית בעד עתמה ואנצרפת
השיחה לאחר שהחשיך היום, ונפטרו ממנו
אלוזרא והו עלי דאך אלראי
השרים, כשהוא היה בעצה רעה
אלרדי מא כאן ען סאעה חתי
זו, ולא עברה שעה. עד
ט֗הר סידנא אליאהו ע֗א֗ל֗ש֗ ז֗צ֗ל֗ ובידה
שנגלה אדוננו אליהו עה"ש זצ”ל ובידו
עמוד מן נאר והו ואקף עלי
עמוד אש והוא עמד
ראס אלכליפה פלמא נט֗רה
למראשותיו של הכליף וכאשר ראה אותו
שכץ ואנכרץ מן אלהיבה
הביט בתימהון ונתחרש מרוב פחד



[ . . . ] אלי מן ב[ . . .
אל מי ש
[אלכ]ליפה אן [ . . .
הכליף ש
אלכר]אג֗ פגעלו הם [ . . . ] קדר
המס והתחילו הם ... בשיעור
א דינאר פי בעצ֗הם בעץ֗ אן
דינר אחד ביניהם כדי
ידפע אלי אלוזרא ואלנקבא עלי
שיובא אל השרים ולנכבדים
סביל אלשחד חתי לא יעלמו
בדרך השוחד, כדי שלא ידעו
אלגוים מא דפע ענהם אלכראג
הגוים שבטלו מהם המס
פיבטשו בהם באן אעתק[ד(ו)
ולא יתנפלו עליהם כי האמינו
אדא אכד מן אליהודי גזיה כאנת
שאם לוקחים מן היהודי מס, היתה
חסנה להם ואדא כלית כאן
זאת טובה בשבילם, ואם מבטלים להם
עליהם עקאב ושלום
יבוא עליהם עונש. ושלום
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

Wowowowow unreal!! Thanks a million
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

MS heb. f.56-13v.jpg
MS heb. f.56-13v.jpg (256.35 KiB) געזען 2984 מאל

MS heb. f.56.14v.jpg
MS heb. f.56.14v.jpg (288.21 KiB) געזען 2984 מאל

MS heb. f.56.15r.jpg
MS heb. f.56.15r.jpg (279.4 KiB) געזען 2984 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

MS heb. f.56.16r.jpg
MS heb. f.56.16r.jpg (266.63 KiB) געזען 2984 מאל

MS heb. f.56.16v.jpg
MS heb. f.56.16v.jpg (276.69 KiB) געזען 2984 מאל

MS heb. f.56.17r.jpg
MS heb. f.56.17r.jpg (295.75 KiB) געזען 2984 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

MS heb. f.56.17v.jpg
MS heb. f.56.17v.jpg (248.46 KiB) געזען 2982 מאל

MS heb. f.56.18v.jpg
MS heb. f.56.18v.jpg (321.06 KiB) געזען 2982 מאל

MS heb. f.56.19v.jpg
MS heb. f.56.19v.jpg (256.87 KiB) געזען 2982 מאל
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

וואס איז געווארן מיט די פרוי.
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

א דאנק הרב בענקעל, גאר אינטערסאנט און באלערנד.
איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”