פרשת דוד הראובני ושלמה מלכו

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

פרשת דוד הראובני ושלמה מלכו

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג יולי 30, 2015 10:51 pm

המשך פון די סעריע אונזער פארבינדונג מיט די עשרת השבטים
---

בס"ד.

די מיסטעריע ארום די עשרת השבטים איז עפעס וואס באגלייט כלל ישראל אין איר היסטאריע שוין העכער צוויי טויזנט יאר. אומציילבארע פיקציעס איז שוין פאנטאזירט געווארן אין ליכט פון די פארהוילעניש, און גנבים און בלאפער האבן אין דעם געזעהן א קוואל צי ציען חיונה.

אט היינט זענען מיר דא מיט די פארנעפלטע צומישעניש און אומקלארער געשיכטע פון "דוד הראבני".

ליינענדיג דעם קעפל האט איר שוין געוויס אויפגעכאפט די נישט באנוצטער ווארט 'הראובני' וואס האט געוויס געהויבן אייער ברעמען, אט ליינט וואס אלס ליגט פארשטעקט אונטער איר.

*

חודש אדר שנת ה' אלפים רפ"ד. די גאסן פון ווענעציע ווירבלען מיט שיפלעך פון אלע סארט, ווען די אויגפארכאפענדע זונען שטראלן שפיגלען איר אפ אין א הערליכע מאלעריי, די איינוואוינער וואס זענען שוין געוואוינט דערצו נוצן זייערע שיפלעך אינעם טאג טעגליכן רוטין רייזענדיג דערמיט אין די הערליכע גאסן פון שטאט.

דאן האט אין ווענעציע – איטאליע עקזעסטירט א ריזיגע אידישע קהילה מיט טויזענטער מיטגלידער.

ביים בארטן פון שטאט, דארט ווי דער האפן פאר די גרעסערע שיפן איז סטאנציאנירט קומט צו פארן א שיפל וואו עס זיצט דארט א איד, א קורץ געוויקסיגער מיט פעך שווארצע הויט, פייערדיגע אויגן און א מאגערע געשטאלט און קומענדיג נענטער אוון נעטער צום שטאט ריכט ער זיינע רודער צום בית המדרש פון שטאט.

אנקומענדיג אין בית המדרש איז ער גראד אויפגענומען געווארן דורך די ווענעציער איינוואוינער און שמועסנדיג איבער איהם און זיין ארום האט ער דערציילט דאס שטוינענדע.

"איך הייס דוד בן שלמה און איך שטאם פון שבט ראובן פון די עשרת השבטים, איך קום פון די באהאלטענע פלעצער וואו אונז וואוין מיר בשלום ובמנוחה נכונה. יעצט קום איך אין שליחת פון מיין ברודער דער מלך וואס געוועלטיגט אויף זייער גאנצע אידינטהום כדי צו מקרב זיין די גאולה שלימה און זעהן אז אידישע קינדער זאלן שוין קענען ארויפגיין קיין ארץ ישראל גאר אינגיכן".

זיין פנים האט געווארפן א פחד, זיין קורץ געשטאלט און ברענענדיגע אויגן האט איינגעהילט זיין וועזן, ווען אגאנצן טאג איז ער נאר שרוי בתענית אויספאסטענדיג נאר שפעט אין אווענד, ווען ער איז עסוק א גאנצן טאג בלויז בתורה ועבודה, און לאנגע תפילות.

די ווערטער פון דוד האט אנגעמאכט א אומבאשרייבליכע שטורעם אין די שטאט, מענשטן האבן געשמועסט, דעבאטירט, און שפעקאלירט זיין געשיכטע און בעיקר זיין יחוס. זיין פאנטאסטישע געשיכטכ האט מוראדיג אויסגענומען אין די אויגן פון די אידן און די רבנים און האט פאראורזאכט א רודעריי צווישן די אידישע געמייינדע. וואספארא זכיה, נישט קיין פשוטע געשעהניש, א איד פון די עשרת השבטים.

גלייך האט זיך ווענעציע געשטעלט צו דוד מיטן גאנצן אייפער, עס איז מסודר געווארן א רייכע אכסניא, טייערע קליידער, און מען האט איהם צוגעשטעלט כבוד מלכים, עס האבן זיך פארזאמעלט ארום איהם פון אלע שיכטן ארום די שטאט ווען די אויגן און אויערן זענען אפן צו הערן און זעהן ווי מער פון דעם וואונדערליכע איד.

עטליכע טעג האט דוד געוויילט אין ווענעציע, וואס אין די צייט האט ער שוין איינגעזאמעלט ארום זיך הונדערטער און טויזענטער הייסע אנהענגער, ווען ער האט געמאלדן אז ער דארף ווייטער גיין ערפילן זיין שליחות צי וואס ער איז געקומען, און ער רישט זיך צו פארלאזן דעם שטאט און אפרייזן גראד צום.. פויפסט. אבער ער קען זיך נישט פארזוימען צולב וואס פארן גיין צום פויפסט מוז ער פארן קיין ירושלים אראפנעמען א געוויסע שטייין פון די חמוה ואס ווילאנג די שטיין געפונט זיך דארט קען משיח נישט קומען, און פון דארט וועט ער גראד פארן קיין רוים מיט זיין שליחות וואס קומט אנגעבליך פון די עשרת השבטים.

די ווענעציער אידן האבן זיך זייער שווער געזעגנט פון דעם צדיק וואס האט ביי זיי געוויילט, מען האט איהם איינגעקויפט א ריזיגע קעניגלייכע ווייסע פערד, מיט גינוני מלכות און אריסטאקראטישע באצירונג, און מיט כבוד האבן זיי איהם ארויסבאגלייט פון שטאט, מיט מחשבות פון תפילה און תקוה צי ער איז טאקע די ריכטיגע שליח פון השי" ת ארויסצונעמען אידישע קינדער פון אונזער לאנגע גלות יאך.

דוד האט זיך ארויסגעלאזט אויף זיין רייזע ווען אין די צייט האט די שמועה איבער דעם וואונדערליכן איד געטראגן פליגלען, וואו ער איז אנגעקומען האבן איהם אידן מקבל פנים געוווען מיט כבוד מלכים, און ווען ער האט ענדגילטיג דערגרייכט די ברעגען פון רוים האט איהם שוין אפגעווארט טויזענטער מענטשן ביים ברעג פון ים, ענטפאנגענדיג מיט שירה וזמרה און אויסטערלישע פרייד.

ווען דוד האט אראפגעטרעטן זיינע ערשטע טריט אין רוים האבן שוין מענשטן גלייך געזעהן אין איהם עפעס העכערס עפעס היייליגער, זיין וועזן האט ווי גערעדט פארכטיגקייט, און ער האט פונעם פארט גראד געריכטעט זיינע טריט צום וואטיקען, זאגענדיג אז ער האט א הייליגע שליחות און ער קען דאס נישט אפשטופן אפילו איין טאג.

אנקומענדיג צום וואטיקאן רייטנדיג אויף דעם הויעכן ווייסע פערד, האט ער געבעטן אן אוידענץ ביים פויפסט, אנגעבנדיג זיך אלס א שליח פון די פארהוילענע עשרת השבטים. און למרבית הפלא האט די פויפסט אנגענומען זיין בקשה און האט מסכים געווען זיך צו טרעפן מיט דוד.

ווי דוד אליינס דערציילט אין זיינע מעמוארן: "...הלכתי בבית האפיפיור (פויפסט), ואני רוכב על סוס לבן, והמשרת שלי לפני, וגם היהודים באו עמי, ואח"כ נכנסתי לבית החשמן, ובאו כל החשמנים לראות אותי... "
די פויפסט האט אנגענומען דוד מיט גרויס אינטערסע און עקסטערע כבוד, זיך נאכפרעגנדיג פונקטליך איבער זיין יחוס און זיינע בקשות און בעיקר איבער זיינע ציהלן.

דוד האט איבערגעבן זיין בקשה: "איך בין געקומען מיטן איינעם ציהל און הייליגע שליחות דירעקט פון מיין ברודער דער מלך, מיין ציהל איז צו ארויצופגיין קיין ארץ ישראל אייננעמען דאס לאנד פון די ארבער וואס טוען דארט באוועלטיגן.

דוד האט געבעטן פונעם פויפסט אז ער וויל זיך צוזאמענען אינאיינם מיט די קריסטן להבדיל און אזוי מיט פאראייניגטע כוח ארויפגיין קיין ירושלים און עס אוועקנעמען פון די אראבער. אזוי אויך האט ער געבעטן פונעם פויפסט אז וויבאלד ער דארף דאך האבן כלי מלחמה און געווער זאל דער פויפסט איהם גיבן א בריוו צו אלע קעניגן אונטער די הערשאפט פונעם וואטיקאן און עקסטער צום קעניג פון פארטיגאל אז ער זאל איהם צושטעלן וואפן, כלי מלחמה, פערד, שיפן, און אלע אנדערע קריגס געצייג וואס וועט זיך אויספעהלן צו די שווערע מלחמה.

נישט זאגענדיג בכלל פארן פויפסט איבער זיין ענד ציהל פון ארויפגיין מיט די אידן האט זיך דער פויפסט זייער שטארק צוגעכאפט צום פלאן. אבער וויבאלד ער קען נישט שלום מאכן צווישן די אלע קעניגן האט ער מסכים געווען איהם ציגעבן א בריוו צום קעניג פון פארטיגאל ווי ער בעהט אז ער זאל שטיצן דוד און אים צושטעלן אלעס וואס פארלאנגט זיך צי די מלחמה.

ווי דוד אליינס פארציילט ווייטער: "ואם אתה תצטרך לעזרה הרי המלך פורטיגאל יספיק לך, ואני אכתוב לו, והוא יעשה הכול"...

די עצם פאקט אז די פויפסט איז איינגעגאנגען פאר אן אוידיענץ האט נאר צוגעגעבן צום דראמא און מער און מער מענטשן סיי ארום איטאליע און אפילו ווייטער האבן אנגעהויבן זיך אויפוועקן צום פאקט אז עס איז אנגעקומען א שליח פון די עשרת השבטים וואס גייט אויסלייזן כלל ישראל. קיינער האט נישט חושד געווען אז דאס איז אפשר א שפיל, און די געשעעניש איז איבערגעדרייט געווארן צי די געשפרעך פון טאג.

די ראשי הקהילה אין איטאליע האבן זיך צוזאמגעזעצט און אויסגעארבעט א פלאן אפגעבענדיג דעם גרעסטן עהרע פאר דוד. ווען אין די צייט האט די באקאנטע אידישע נגידה די פרוי 'בנבדויה' די פרוי פון ר' שמואל אברבנאל געלאזט אויסנייען פאר איהם א האנד געמאכט הערליע פאן פון גאר גאר טייערע זיידן קונצליך אויסגעשטיקט דערויף די ווערטער די עשרת הדברות פון ביידע זייטן, איינגעפלאכן מיט ריין גאלדענע פאדים. אויך האט זי איהם געשיקט אסאך געלט און טייערע חפצים, און דאן האט דוד עפענטליך ארויסגעלאזט זיין פלאן אויך פארן פובליקום אין איטאליע אז בקרוב וועט מען ארויפגיין קיין ירושלים און עס איבערנעמן וואס עס וועט זיין נאר פאר די אידן.

דוד איז נאר געגאנגען מעלה מעלה, זיין הצלחה האט איהם געשיינט און ער איז געווען אנגענומען און אהוב לכל. פארט האבן די ערליכע אידן געציטערט און געקוקט מיט א חשדות'דיג אויג אויף דוד, און די הייליגער ספורנו זצ"ל וואס האט דאן געוואוינט אין איטליע איז געקומען צו דוד כדי צו טאפן דעם דפק און שפירן וואס ליגט אונטער די פייערדיגע אויגן און אויסגעדארט פון תענתים'דיגע געשטעל.

פאר דוד איז עס אבער געוון א גרויסע קלאפ, און זיין כבוד האט זיך געשפירט באדרויעט, און זיינע חסידים וואס זענען געגאנגען אין פייער פאר איהם האבן ליידער מלשין געווען אויפן ספרונו ביי די ממשלה און מען האט איהם פארשיקט אין תפיסה.

במשך די צייט האט דוד געווארט בכליון עינים אויף די בריוו פונעם פויפסט, ווען אין די צייט ווערט זיין נאמען נאך מער פארשפרייט, האט ער אבער אין די צייט שטארק געשתדלט אז מען זאל באפרייען דעם ספורנו און די איבריגע רבנים פון תפיסה, וואס מע האט זיי אדאנק זיין שתדלנות אין די ענדע באפרייט.

נאך א גאנצע יאר ווארטן, איז ענדליך אנגעקומען דעם לאנג ערווארטעטער בריוו פונעם פויפסט און מיט דעם בריוו האט זיך דוד גלייכט ארויסגעלאזט מיט א שיף קיין פארטיגאל. דוד איז אנגעקומען קיין טאווירא, פון ווי ער האט אפגעשריבן א בריוו אין צוגאב צי די בריוו פונעם פויפסט וואס ליינט זיך ווי פאלגענד:

"הוד קדושת רוממותו המלך המהולל של פורטוגל, שלום. הנני כותב זאת רק כדי להודיע להוד-רוממותך איך שאנוכי עבדך הגעתי לכאן בארץ רוממותך הקדושה, ונשלחתי לכאן ממדבר חבר במצוות המלך יוסף אחי ושישים הזקנים, יועציו ושופטיו אשר כולם יסורו למצוות הוד-רוממותך. לאדנותו [למלך יוסף] יש קרוב לשלוש-מאות אלף לוחמים טובים והוא עוסק בענייני הצדק והיושר שלהם כל יום שני וחמישי. ובהסכמת מלכי יוסף הנ"ל ושבעים יועציו נשלחתי אנוכי, איש חדש לשירותך, למסור להוד-רוממותך עניינים של חשיבות וסוד אשר הוד-רוממותך ישמח לדעתם כאשר יואיל לשמוע אותי, שכן הדבר יהיה לכבוד ולתפארת להוד רוממותך. והרי עבדך יהיה תמיד מוכן מאוד לשרת את הוד רוממותך הקדושה..."

די קעניג פון פארטיגאל האט אבער נישט געוואלט אזוי שנעל אפקויפן זיינע מעשיות, נישט גלייבנדיג אין זיין ערליכקייט.דוד אבער פון זיין זייט האט זיכער געמאכט אז מען הערט פון איהם, און איין טאג ווען איינער פון די מקורבים אין די מלוכה איז געווען ביי איהם באזוכן און האט אפגעשפעט פון איהם האט דוד אין א אויגנבליק איהם געגעבן א טראסק ארויס פום פענסטער, וואס דאס האט שוין איבערגעלאזט א רושם אלס א געטליכער מאן, באווייזנדיג אזא גבורה.

*

די מעשה – ווי געשריבן – האט אויפגערידערט די אידישע וועלט. זיינער צייט. די אידישע וועלט איז געווען אויף מיט די אנטוויקלונגען, אידישע קינדער האבן זיך געהויבן צום באשעפער זעהענדיג אן אתחלתא דגאולה, ישראל קדושים האבן אנגעהויבן טוהן תשובה, פאסטן תעניתים פאר די גאולה וואס איז אט אט ביים שוועל, און אין אלע שטעט האט מען איינגעפירט א ספעציעלע מנהג צי פאסטן שני וחמישי, ווי אויך הא מען מסדר געווען א ספעציעלע תפילה וואס מען האט אריינגעלייגט אינעם שמו"ע וואס איז מסוגל אויף מקרב זיין די גאולה.

אין סידור רבי הירץ "סידור התעוררות הגאולה" ברענגט ער אז די רבנים און גדולי ישראל האבן געבעטן די בעלי תפילה צו מכוון זיין ספעציעלע שמות און כוונות ביים דאווענען פארן עמוד אלעס כדי ארויסצוהעלפן מקרב זיין ביאת המשיח.

אבער ספעציעל האט די ערשיינונג פון דוד הראבנו ערוועקט א אויסטערלישע ערוואכונג צווישן די אנוסים אין פארטיגאל, די אנוסים וואס האבן לפנים געלעבט א גוי'איש לעבן און בשוגג צי באונס עובר געווען אויף אזויפיהל מצות התורה אונטערן שלייער פן קריסטנטהום, ביי זיי איז דוד געווען ווי א מלאך מושיע, זיי האבן פשוט געזעהן אין איהם דמות משיח. הונדערטער אנוסים האבן פשוט אנגעהויבן קומען צו איהם ער זאל זיי מחזיר בתשובה זיין, אויסלערנען אביסעל תורה און מצווץ און זיי מקרב זיין צו אידישקייט.

דוד פון זיין זייט האט מורא געהאט. סיי פון די אנוסים און ווער זיי זענען, און עקסטער אז דער מלך פורטיגאל זאל נישט געוואויר ווערן פון די רעוואלוציע וואס ווערט געשאפן אונטער זיין נאמען. אבער וויפל ער האט נאר פרובירט צי מרחק זיין די אנוסים און זיי אינגנארירן אדער אוועקשטופן האט עס נאך מער אויפגעפלאקערט זייער ווילן ער זאל זיי אננעמען, עס האט נאר מוסיף געווען צי די פלא ארום דוד - און זיין אהערגעשטעלטע בילד אלס איש פלא, זיי האן עס ווי געזעהן אלס א צייכן פון הימל אז מען האט נאך נישט מקבל געעווען זייער תשובה, און אין רעזולטאט האבן זיי זיך נאך מער אנגעשטרענגט צי קומען צו איהם און קלאפן אויף זיינע טירן ער זאל זיי אננעמען און ווערן זייער פריוואטע מורה דרך.

*

צווישן די טויזענטער אנוסים אין פורטיגאל וואס האבן דעמאלטס געלעבט נאך פארשלייערט, איז געווען א יונגער קלוגע בחור, א חריף מיט א געריבענעם שכל, דיאגא פירסט.

דיאגא איז געווען א יונגער ענערגישער בחור קוים צוויי און צוואנציג יאר, מיט שטארקע אמביציעס און גלענצענדע כשרונות, ער איז אויפגעוואקסן שוין צוויי דורות אנוסים, אין וואס אין רעזולטאט האט ער שוין כמעט נישט געוויסט פון קיין אידישקיט נאר האט זיך אריינגעווארפן מיט לייב אין לעבן אין זיינע שטודיעס. דיאגא האט נישט אנטוישט זיינע לערער און אין גאר א קורצע צייט האט ער זיך שוין דערזעהן ביים שפיץ, ווערנדיג דער פריוואטע שרייבער און יועץ פארן מלך.

זייענדיג אין בית המלכות האט ער נאר איבעראשט זיינע הארן, און די מלך האט זיך זייער באליבט אין איהם הנאה'האבנדיג פון זיינע בייפעלער, ראט, און ידיעות.

ווי נאר דוד איז אנגעקומען קיין פורטיגאל האט אבער אין דעם יונגן לייב זיך ערוועקט א פונק פייער ער האט זיך דערמאנט זיינע אפשטאמען און מיט א פעסקייט באשלאסן אפצולאזן זיינע גליקן און זיך מקרב זיין צום אידישן פאלק מיט איר אפענע און גאנצע פראכט צי זיין גרייט פארן טאג פון ביאת המשיח.

דוד האט איהם פרובירט אפצוווארפן ממש מיט געוואלד, וויסענדיג וואס עס ווארט איהם אויב דער מלך ווערט געוואויר דערפון, אבער דיאגא האט זיך נישט אפגעשראקן פון אזעלעכע קלייניגקייטן, ער האט זיך געדראפעט און געשלאגן ביז ער איז געווארן א פולקאמער פרומע איד, און איז אנטלאפן – ווי פארשטענדליך – קיין סאלונקי ווי ער איז אריבער א ברית און זיך אנגעשלאסן אין זיין הייליג פאלק.

דיאגא האט זיך געטוישט זיין נאמען צי שלמה מלכו, און זיך פלייסיג געזעצט לערנען די תורה און חז"ל אין די ישיבה פון רבי יוסף טייטשיק זצ"ל, און שפעטער אויך ביים הייליגן בית יוןסף זצ"ל, ווי ער איז געשטיגן העכער העכער אויך אין תורת הנסתר.

*

ווי נאר די מלך פארטוגאל איז געוואויר געווארן פון זיין דורכפאל און פון זיין פארלוסט אויךף זיין באליבסטן יועץ וואס איז פון דיאגאו געווארן שלמה מלכו איז ער אריין אין א געוולאדיגע כעס, און ער האט געזוכט נקמה צי נעמען אין דוד הראבני, וואס האט אין די לעצטע רגע געכאפט הענט און פיס און אנטלאפן פון פארטיגאל עוד נשמתו בו.

עס איז דורך א לענגערע תקופה וואס דוד איז געצווינגען געווארן צי לויפן פון איין פלאץ צום צווייטן, אבער צי דעם איז בכלל נישט אפגעשוואכט געווארן די באגלייבקייט פון אידן אין איהם, דוד האט זיך גענומען האלטן לאנגע דרשות פול מיט פלפולים אין נגלה און רמזים אין נסתר, זיין לשון למודים און כאריזמאטישע צוגאנג האט געפאנגען הערצער און ער האט אנגעהויבן ארומפארן פון שטאט צי שטאט און פון לאנד צי לאנד און מעורר געווען אידן אז די צייט פון גאולה איז נאנט און אט אט וועט מען הערן דעם לאנג ערווארטעטן קול שופר.

אינצווישן איז ער נאכאמאל געפארן קיין ארץ ישראל אוון האט זיך באזעצט אין צפת, דארט האט ער געשריבן א ספר איבער קבלה און אויך מעמוארן איבער זיינע נסיעות, און איז געזעצן דארט במנוחה.

אין שנת רפ"ט האט זיך אין די וועלט געטוהן אן איבערקערעניש, עס האט אויסגעבראכן א ווילדע מלחמה אין איטאליע ווי עס האט אויסגעקוקט אז די וואטיקאן און די מלוכה אין רוים וועלן פאלן, דאן האט דוד זיך ארויפגעכאפט אויף די גאלדענע געלגעגנהייט און איז גראד אפגעפארן קיין רוים, און האט אנגעהויבן דערציילן איבער די מפלה פון מלכות אדום וואס איז נענטער ווי ווייטער און ער וויל פשוט עס צוזעהן מיט די אייגענע אויגן, א שמחה האט זיך פארשפרייט אין די גאסן צווישן זיינע אנהענגער.

פון דארט איז ער געפארן צוריק קיין ווענעציע ווי ער האט אנגעטראפן זיין תלמיד שלמה מלכו וואס איז שוין דאן געווען בקי בתורה ובחכמה ובנסתר, און אינאיינעם האבן זיי אנגעהויבן ארומפארן נאכמאל אין אלע אידישע ישובים, און האבן געהאלטן פייעדיגע דרשות אויף די התקרבות הגאולה.

אזוי פארענדיג און גייענדיג אינאיינעם זענען זיי אנגעקומען קיין דייטשלאנד ווי מען האט נאכנישט געהאט געהעריג געהערט איבער די צוויי, און זיי האבן אויך דארט אנגעהויבן צי מאכן א מהפיכה אין די אידישע וועלט, אבער דא האט שוין די מזל נישט מיטגעשפילט און דער קעניג קאר"ל האט זיי חושד געווען אויף שפיאנאזש.

ביידע זענען אריינגעזעצט געווארן אין תפיסה ווען אינצווישן איז די קעניג פון פורטיגאל געוואויר געווארן אז שלמה מלכו איז געפענגעניש אין דייטשלאנד, און האט געפאדערט אז מען זאל איהם אהיימשיקן אלס מורד במלכות.

די קעניג קאר"ל האט זיך נישט געקענעט קעגן שטעלן די דרוק פון פארטיגאל און שלמה מלכו איז אפגעפירט געווארן צוריק קיין פארטיגאל ווי ער איז ליידער אומגעקומען אויף קידוש השם דורך די פארשאלטענע אינקוויזיציע.
דוד איז ווייטער געבליבן אין תפיסה וואס זיין גורל פון דארט און ווייעטער איז נישט באקאנט. עס איז דא וואס זאגן אז ער איז אוועק מיט פיהר יאר שפעטער דארט אין תפיסה, אנדערע זאגן אז ער אז אויך געהארגעט געווארן דורך די אינקוויזיציע.

*

די מיסטעריע ארום דוד (אלרואי) הראובני איז פארנעפלט. נישט וואס מען ווייסט פון ווי ער שטאמט און נישט אז מען ווייסט גענוי ווי ער איז אהינגעקומען. ווארשיינליך איז ער געווען א איד מיט נישט ווייניג מאגנל און אויפמערקזאמקייט און א רייכע געבענטשטע פאנטאזיע וואס האט מיט זיין טונקל הויטיגע מאסקע אהערגעשטעלט א פאנטאזיע ארום די עשרת השבטים.

אנדערע זאגן אז זיינע כוונות זענען יא געווען ריכטיג און ער האט באמת געהאלטן אז מיטן מעורר זיין אידן וועט עס צוברענגען א רצון עליון צי די גאולה, נאר עס האט זיך אויסגעלאזט אזוי ביטער. אבער זיין יחוס צו די עשרת השבטים און צי שבט ראובן (לויט מאנכע שבט לוי) איז לפי הסברא סתם אויסגעזויגן פון פינגער, און עס האט פשוט מער צוגעגעבן צום הרוצה לשקר ירחיק עדותו.

אבער שרייבענדיג איבער שלמה מלכו איז כדאי ארויסצוברענגען אז עס איז נישט קיין ספק אז ער האט זיך מקדש געוווען און זיך צוגעבינדען צום אידישן פאלק מיט די ריכטיגע שטריקן און קשרים, זיין קרבן פון אוועקגעבן זיין גאנצע רייכטוהם אוןן כבוד פאר השי"ת איז זיכער אנגעקומען בשמי מעל, און ער האט דערגרייכט צו די מדריגה פון במקום שבעלי תשובה עומדים, און איז געשטארבן א מת קדושים על קדושת שמו יתברך.

דער הייליגער בית יוסף אין זיין ספר מגיד מישרים וואס ער האט געלערנט מיט א מלאך פון הימל דערמאנט איהם איהם לשבח שרייבענדיג אז די מלאך האט איהם געזאגט: "תזכה לקדש שם שמים כשלמה בחירי דאתקריא מלכו..."
אויך ווערט ער דערמאנט אין מגן אברהם סימן י"א ס"ק כב': "שבציצית של ר' שלמה מלכו היה באיזור בראש י' כריכות ואח"כ ה' וכו' כשם הוי"ה". נישט ווי אונזערע ציצית וואס די כריכות גייען אנדערשט. זעהען מיר אז די גדולי ישראל האבן זיך מתייחס געווען צי איהם.

מיט דעם שליסן מיר נאך א רינגעלע אינעם קייט פון מיסטעריעס ארום אונזערע פארלוירענע ברודער. וואס מיר ווילן זיך בקרוב טרעפן אינאיינעם ובאו האובדים בארץ אשור, בביאת מלכא משיחא בב"א.

---
די טאגבוך פון דוד געשריבן דורך איהם אליינס.
בילד

די ספר פון רבי שלמה מלכו ז"ל
בילד
די אינטערשריפט פון רבי שלמה מלכו. מערקט דעם פאן - וואס סימבאליזירט די פרייהייט און גאולה
בילד
לעצט פאראכטן דורך ענדע צדיק! אום זונטאג אוגוסט 02, 2015 1:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דאנארשטאג יולי 30, 2015 10:54 pm

איך פלאן איינצושטעלן א מעקרא וואס זאל אוטאמאטיש שרייבן א שקויעך יעדעס מאל וואס דו שרייבסט....

ביסט עפעס אויסערגעווענליך...

אגב, איז דער ארטיקל נישט געשטאנען אין די אוצרות?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג יולי 30, 2015 10:58 pm

נאופ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » פרייטאג יולי 31, 2015 10:38 am

געליינט מיט איין אטעם על אף קענעדיג אביסעל היסטאריע האב איך מיר עטליכע מאל אנגעשטויסען מיט די טעמע, איז עס אבער די ערשטע מאל איך ליין א דבר השלם, א דאנק ענדעלע!!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » דינסטאג אוגוסט 04, 2015 7:47 pm

איך וויל עס שוין ליינען זינט די מי מנוחות איז ערשינען, נאכנישט אנגעקומען, קוקט אבער אויס גאר אינטערעסאנט! גיימיר זיך בל"נ מאכן צייט
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג אוגוסט 04, 2015 9:23 pm

עס דורך געליינט שבת, און געהאט א עונג שבת! זייער אינטרעסאנט,
הק' איש ימיני

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10819
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אוגוסט 04, 2015 11:31 pm

הערליך רייך און באלערנד! דאנקע שיין הרב ענדע.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 2:28 pm

דער הייליגער תוספות יו״ט אין זיין פירוש על הרא״ש מסכת חולין בהלכות ציצית ברענגט ער אויך פון הקדוש ר׳ שלמה מלכו א ראי׳ פון זיין ציצית לגבי די קאליר פון די פעדעמער אז ער האט געזען זיין ציצית וואס איז אנגעקומען קיין פראג

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

וואס איז געווען דעתם של גדולי ישראל איבער עם

תגובהדורך זיסקינד » דינסטאג יולי 24, 2018 4:58 pm

האב'ן גדולי ישראל עם אריין גערעכנט וי א משיח שקר, אזוי וי ש"צ אדער וי א טועה אזוי וי ר' שלמה מולכו

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3917
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יולי 24, 2018 5:36 pm

בעתו ובזמנו ובמקומו
viewtopic.php?p=1722620#p1722620
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3917
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג יולי 24, 2018 5:37 pm

זיסקינד האט געשריבן:האב'ן גדולי ישראל עם אריין גערעכנט וי א משיח שקר, אזוי וי ש"צ אדער וי א טועה אזוי וי ר' שלמה מולכו

ער איז נישט אריין אין י קאטעגאריע פון משיחי השקר.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שטומפיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך פאברואר 26, 2020 3:01 pm

א פרישע דאנק אויף אן אלטן געשרייבעכץ.
שכח.
אוי ווי געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג געוואלדיג!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט