די אידישע היסטאריע פון מאנסי און ספרינג וואלי

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

14נטער
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 08, 2015 1:59 pm

תגובהדורך 14נטער » מאנטאג מארטש 09, 2015 1:50 pm

סתם פאר אינטערסאנטקייט ווען איז טענדלער"ס קהילה נתייסד געווארן ?
אזוי אויך וועלכע חסידות איז אהין געקומן נאך וויזניץ ?

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג מארטש 09, 2015 2:21 pm

וועלכע איז די ערשטע שול אין מאנסי?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 09, 2015 2:45 pm

מחזור האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:צווישן די דאמאלטיגע בחורים זענען ר' מ"ז זילבער היינט ראב"ד התאחה"ר, האחים אייכענשטיין קיוואשד, האחים ר' לייביש גאלדבערגער מעדיער רב ור' יונתן חדב"ן באבוב ורב דבוקאווסק, ר' אליעזר האראוויץ רב אגודת ישרא' בארא פארק, ור' אהרון צבי רומפלער, הרב משה גאביאף, הרב ארי` שמואל וואגשאל, האחים בני הרב ארון ארי' כץ (פאלטישאן) הרה"ח הערשל שרייבער, הרה"ח שמוא' ברוך (ב"ר אלימלך) טרעס ולהבלח"ח ר ר' יוא' זלמן אשכנזי ז"ל ור' נתן צבי בו הרהגה"צ ר' משה ביק זי"ע


אויך ר' יעקב טובי ווייזער, ר' דוד שוסטל, ר' יודל גרובער, ר' שמואל פריעד, ר' אלישע שמואל הורוויץ,

ר' יעקב טובי' געדענק אין נישט אין ישיבה אבער אחיו הרה"ה ר' ישוע צבי יא, אויך הרה"ג ר' שלמה פייוועל שוסטאל דוכט זיך אז ער האט געלערנט בחברוצא מיט דעם
ברודער, דער ריתחא דאורייתא פון ר' דוד האט אויפגעלעבט דעם בה"מ, הרה"ג ר' ירחמיא' אונגארישער ר"י במ"ע און א"י ,
ר' יודל גרובער, ר' שמואל פריעד געדענק איך נישט
הרה"ג ר' יעקב פרץ בלומינג שליט"א א חבדניק חתן הרה"ג ר' גדלי' שארר זצ"ל איז געוען פון די אינגעלייט וואס האבען געלערנט אין היכל הישיבה
גיסו הרה"ג ר' ישרא' שמחה אויך דוכט זיך ער איז שוין געווען נאך די חתונה


14נטער האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט ווען איז טענדלער"ס קהילה נתייסד געווארן ?
אזוי אויך וועלכע חסידות איז אהין געקומן נאך וויזניץ ?

FOUNDED IN 53
בילד
TENDLER BECAME ACTIVE IN THE 60'S
אויב די ביסט טאקע גאר שטארק נייגעריג
געמאכט א SEARCH IN BIRTH AND EARLY YEARS און נישט געטראפען MIKVA
---
דאס ערשטע חסידישע שטיבעל איז געווען "בית לואי" חרדים וואס איז מיוסד געווארעו פון א קיבוץ גליות
ווי אויבען דערמאנט , איך געדעק א סעודה וואס איז געווען א שילוב פון י"ט און כ"א כיסליו (עס זענען איטליכע
מלאכים פלאר'ס און גערטנער'ס) וועלכע איז געווען די ערשטע חברה וואס האבען געמאכט שבת פאר זיך ?
דער בה"מ פון סטאניסלאווער רבי איז געווען א קארנער בה"מ הרה"ג ר' יחזקא' האראוויץ זצ"ל האט
געהאט א בה"מ צאנזער קלויז ד'מאנסי אבער איך גלייב נישט אז מען האט דאס געקענט אנריעפען א מבצר
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
[וועלכע איז די ערשטע שול אין מאנסי?

אויב די COMMUNITY SYNAGOGUE איז געווען בשעת יסודה א שול
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום מיטוואך מארטש 11, 2015 1:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3819
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג מארטש 09, 2015 2:50 pm

14נטער האט געשריבן: וועלכע חסידות איז אהין געקומן נאך וויזניץ ?

ווי שוין דערמאנט אין די ערשטע תגובה, בית לאוי, די שפעטערדיגע סאטמאר ביהמ"ד, חרדים.


הילולא דצדיקיא האט געשריבן:וועלכע איז די ערשטע שול אין מאנסי?


די ערשטע שוהל איז קהלת ישראל וואס עס שטייט נאך היינט אויף, אלד נייעק טורנפייק ביים וואונקל פון סאוט מעדיסאן, הארט נעבן די סאטמאר תלמוד תורה און מיידל סקול קאמפלעקס

___
כן כתוב בוויקיפידיע


___
קיקיון האקט, שלח.
...

מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מאנטאג מארטש 09, 2015 3:16 pm

דער היינטיגער טענקא רב ר' חיים אלעזר פר"מ שליט"א האט אויך געלערנט דארט אלס בחור אין אויך אין כולל, שמעתי אז ער האט שפעטער געעפענט א בית המדרש אין מאנסי

14נטער
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 08, 2015 1:59 pm

תגובהדורך 14נטער » מאנטאג מארטש 09, 2015 3:44 pm

לכאורה איז בית ישראל שוין געווען אסאך פאר קהלת ישראל אזוי אויך יאנג איזרעל אין ספרינג וואלי

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג מארטש 09, 2015 3:55 pm

עין טובה האט געשריבן:
14נטער האט געשריבן: וועלכע חסידות איז אהין געקומן נאך וויזניץ ?

ווי שוין דערמאנט אין די ערשטע תגובה, בית לאוי, די שפעטערדיגע סאטמאר ביהמ"ד, חרדים.


הילולא דצדיקיא האט געשריבן:וועלכע איז די ערשטע שול אין מאנסי?


די ערשטע שוהל איז קהלת ישראל וואס עס שטייט נאך היינט אויף, אלד נייעק טורנפייק ביים וואונקל פון סאוט מעדיסאן, הארט נעבן די סאטמאר תלמוד תורה און מיידל סקול קאמפלעקס

___
כן כתוב בוויקיפידיע


___
קיקיון האקט, שלח.


kehilath israel is in spring valley

Congregation Sons of Israel was established in Nyack in 1891 and was the first synagogue in the county.

jewishvirtuallibrary

איז דאס די זעלבע ווי הרב סאלאווייטשיק זצ"ל איז געווען רב אין ספרינג וועלי ?
80 williams ave

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך מארטש 11, 2015 12:47 pm

מחזור האט געשריבן:הפלא ופלא, איך זע אז גאר א גרויס חלק פון די תלמידי בית המדרש עליון זענען אויסגעוואקסן רבנים דיינים וכלי קודש (סיי פון די עלטערע אין סיי פון די אינגערע)

נאך איינעם וואס מען האט אך נישט דערמאנט
הרה"ג ר' אברהם חיים שפיצער זצ"ל
און דברי זכרון אויף רבו הרה"ג ר' גדלי שארר זצ"ל שרייבט ער
..........ואספר מה שנעשה אצלי שהייתי קשור אתו בשלשלת של אהבה יתירה בלי גבול, להבחל״ח כשנעשיתי חתן, ולמדתי בבית מדרש עליון, ואז היתה תקופה קשה מאוד במצב הכספי של הישיבה, עד שהי׳ מוכרח לוותר מלקבל אברכים חדשים לתוך הכולל. וממילא לא נשארתי בבית מדרש עליון, וידעתי שהי׳ לו בשביל זה הרבה עגמת נפש. ....

פאר הרה"ג ר' אברהם חיים זצ"ל איז מן הסתם נתברר געווען אז עס איז געווען לטובה
ער האט נישט געדארפט שוקל זיין ווען הרה"ק מסקווירא זי"ע האט אים אריינגענימן און דעם סגל חבורה פון די ערשטע אינגעלייט אין זיין כולל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך מארטש 11, 2015 4:33 pm

92
צוויי טייערע אידען וועם איך האס זוכה געווען צו זעהן אין מאנסי
קיקיון שינאווער חסידים בארה"ב האט געשריבן:הרה"ח (הישיש וועo איך האב אים ג'קענט 45 יאר צירוק אין מאנסי) ר ____ שטערן ז"ל האט באקומען א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
פארען פארען קיין אמעריקא
עד היום ג'דענק איך ווי דער אלטער שטערן ז"ל האט דערציילט און געוויזען ווי ער האט ג'קלאפט אין טיש ווען א מוסד האט
ג'וואלט מאכען א געמישטע מסיבה


זאמלער האט געשריבן:רבי "אהרן" שטערן האט ער געהייסען,ער איז געווען אויך ביי רבי אלעזר ריישערווי ער האט געהאט א מופת,
פון שינאווע רב האט ער באקומען א ברכה אויף אריכת ימים,ער האט טאקע זוכה געווען צו א געוואלדיגע זקנה,
ווען די סאטמאר רב איז געקומען תשל"ט קיין מאנסי האט אים ר' אהרן מקבל פנים געווען מיט בגדי שבת,


וועלכער האט געוואיט ביי חתנו
בילד
ר' שלמה איז געווען פון די געציילטע וואס זענען געגאנגען מיטען שטריימעל אויף די גאס
זיין זון ר' יצחק האט געלערט אין במ"ע א קורצע תקופה און איז געפארען קיין א"י דוכט זיך סלאנים
ר' יצחק נ"י איז א אויסגערופער מומחה אין השגחה אויף קעז

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 10:48 am

55

משה'עלע דא האט געשריבן:
הרב ר' אברהם חיים שפיצער (שליט"א) זצ"ל האט פארציילט אז ער האט געהערט פון הרב הגאון ר' שמחה שוסטאל (שליט"א) זצ"ל אז זיין טאטע ר' טובי' פישל ז"ל איז געווען פון די גדולי חסידים פון הרה"ק ר' יוסל'ע אמשינאווער זצ"ל, און פאר ער איז געפארען אויף אמעריקע איז ער געגאנגען נעמען א ברכת פרידה פון זיין רבין ר' יוסל'ע. האט ער אים געזאגט אמעריקא אמעריקא, אויף חילול שבת בין איך נישט באזארגט, כוויס אז די וועסט נישט נכשל ווערן, און עניני כשרות בין עך אויך נישט באזארגט איין זאך איז פארווא כקען דיר נישט געבען קיין ברכת פרידה אז די זאלסט פארען קיין אמעריקא ווייל דארט איז נישט דא קיין קברי צדיקים, און סאיז נישט דא א פלאץ ווי צו מתפלל זיין אז מזאל האבען גיטע קינדער.

------------------------------------------
הרהגה"צ ר' שמעלקא טויבענפעלד זצ"ל איז נישט געווען דער רב פון חרדים
דער סקווערער רבי זצ״ל האט אים בשעתו געוואלט באשטימען אלם ראש־ הכולל פון סקווער. אבער הגם ער איז געווען א חסיד, האט ער זיך אפגעזאגט. דער סקווערער רבי האט דאן געזאגט צו זיינס א מקורב, אז ער האט אים ניט געוואלט אויפדרענגען, ווייל ער זעט, אז ר׳ שמעלקא איז אן אמתער ״שונא את הרבנות״. ערשט נאך לאנגע הפצרות איז ער שפעטער געווארן רב פון דער קהלת תרדים אין מאנסי, אבער דאס מיט א גאנצע ריי פון תנאים ווי למשל, אז מען זאל אים ניט רופן ״רב״, נאר בלויז ראש החברה: אז ס׳זאל זיין שלא על מנת לקבל פרס, און אז ער זאל ניט טראגן קיין אחריות פאר די חטאים פון זיין קהל...

אידחשע ווארט טבת תשמ"ו

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 11:31 am

הרב סאלאווייטשיק'ס שוהל איז געווען אפ דע הילל אין ספרינג וואלי'ס שחורים געגענד, שפעטער האט זי זיך געצויגן אויף וויליאמס.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 11:58 am

בן בוזי האט געשריבן:הרב סאלאווייטשיק'ס שוהל איז געווען אפ דע הילל אין ספרינג וואלי'ס שחורים געגענד, שפעטער האט זי זיך געצויגן אויף וויליאמס.


אויפען בארג ווי עס ווערט באשריבען אין מיללער'ס PDF
איטערסאנט אז אויך COMMUNITY SYNAGOGUE OF MONSEY איז אפ דע הילל

14נטער
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 08, 2015 1:59 pm

תגובהדורך 14נטער » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 6:32 pm

טעות

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג מארטש 13, 2015 11:33 am

1903
עין טובה האט געשריבן:.......
אין ת"ש לפ"ק, איז ר' אהרן קאטלער און ר' ראובן גרוזובסקי זי"ע וחבריא, אנגעקומען קיין אמעריקא, וואו ר' אהרן איז תיכף אריינגעשפרינגן אין פילע הצלה אקטיוויטעיטן צו ראטעווען אחב"י על אדמות אייראפע.
בשנת תש"ג, ווען ער האט אויפגעגעבן אויף הצלת יהדות אייראפע, האט ר' אהרן געגרינדעט א כולל, לכתחילה אין קאנעטיקוט, און שפעטער האט ער עס אריבער געפירט קיין לעיקוואד.
ר' אהרן האט זיך פארבינדן מיט ר' שרגא פייוויל, וואס האט געהאט זיין אינסטוטוציע "אש דת", וואו ער האט מחנך געווען מחנכים, וואס איז געווען קוואטירט אין מאנסי (ס'איז געווען א תורה ודעת פראיעקט) און איהם פארגעשלאגן אריבערצופירן "אש דת" קיין וויליאמסבורג, און אנשטאט דעם, זאל ער גרינדן א כולל אין מאנסי. דאס האט געפירט צום גרינדונג פונם באקאנטן ביהמ"ד עליון, וואו ער איז געווען ראש ישיבה ביז ער האט ל"ע באקומען א סטראוק. א תקופה פון עטליכע יאר האט מען איהם אריינגעברענגט אין ביהמ"ד, ווען חתנו ר' דן אונגארישער האט איבערגעזאגט זיינע שיעורים. ער איז נפטר געווארען  כ"ב אדר תשי"ח.
צווישן זיינע באקאנטע תלמידים איז געווען הרהגה"צ ר' משה וואלפסאן לאיט"א בשיבה טובה.
[אגב, אין די תולדות פון ר' שרגא פייוועל איז דא א בילד פון די חבורה, רמ"וו איז דער איינציגער אן א טשופ און א רעקעל געקנעפעלט רעכט אויף לינקס.]

תלמידים פון ר' ראובן אין במ"ע

די ממלאי מקומו ר' דן ור' שמחה זצ"ל והרהג"הצ ר' שמעלקא. ר' דן איז געווען פון א בעלזא שטוב, ער האט געהאלטן יא"צ נאך זיינע עלטערען הי"ד אין די יומא דהילולא פון מיטלען רב זי"ע און רי"ד זי"ע , ביידע, ר' דן און ר' שמחה האבן געדאווענט מיט גארטלעך. ר' שמחה איז געווען אין חתן סופר.

ולהבח"לח הראב"ד ר' יח"מ פ"מ ור' משה גרין לאיט"א בשיבה טובה.

היינט כ"ב אדר איז דער יארצייט פון הרהגה"צ ר' ראובן זי"ע

קאוד: וועל אויס אלע

During World War II, Reb Reuven escaped the Holocaust with a group of his talmidim, landing on the West Coast, in Seattle, Washington.

He went on to New York, where he joined Harav Aharon Kotler and Harav Avraham Kalmanowitz, zt”l, in the lobbying and fund-raising efforts of the Vaad Hatzalah, to save Jews from the Nazis. He also brought 110 members of the Kamenitz community to safety — 30 to Eretz Yisrael and the rest to New York, where he set up the Kamenitz Kollel on the Lower East Side.

After the petirah of Harav Shlomo Heiman, zt”l  17 Kislev, 5705 ,  Reb Reuven was asked by Harav Shraga Feivel Mendlowitz, zt”l, to head Yeshivah Torah Vodaath in Brooklyn, New York. He was simultaneously Rosh Yeshivah of Beis Medrash Elyon in Monsey.

Six years before his passing, Reb Reuven suffered a stroke. Nonetheless, he remained mentally alert and was able to learn until his petirah on 22 Adar 5718/1958, at the age of 62

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג מארטש 13, 2015 5:28 pm

קיקיון האט געשריבן:55

משה'עלע דא האט געשריבן:
הרב ר' אברהם חיים שפיצער (שליט"א) זצ"ל האט פארציילט אז ער האט געהערט פון הרב הגאון ר' שמחה שוסטאל (שליט"א) זצ"ל אז זיין טאטע ר' טובי' פישל ז"ל איז געווען פון די גדולי חסידים פון הרה"ק ר' יוסל'ע אמשינאווער זצ"ל, און פאר ער איז געפארען אויף אמעריקע איז ער געגאנגען נעמען א ברכת פרידה פון זיין רבין ר' יוסל'ע. האט ער אים געזאגט אמעריקא אמעריקא, אויף חילול שבת בין איך נישט באזארגט, כוויס אז די וועסט נישט נכשל ווערן, און עניני כשרות בין עך אויך נישט באזארגט איין זאך איז פארווא כקען דיר נישט געבען קיין ברכת פרידה אז די זאלסט פארען קיין אמעריקא ווייל דארט איז נישט דא קיין קברי צדיקים, און סאיז נישט דא א פלאץ ווי צו מתפלל זיין אז מזאל האבען גיטע קינדער.

------------------------------------------
הרהגה"צ ר' שמעלקא טויבענפעלד זצ"ל איז נישט געווען דער רב פון חרדים
דער סקווערער רבי זצ״ל האט אים בשעתו געוואלט באשטימען אלם ראש־ הכולל פון סקווער. אבער הגם ער איז געווען א חסיד, האט ער זיך אפגעזאגט. דער סקווערער רבי האט דאן געזאגט צו זיינס א מקורב, אז ער האט אים ניט געוואלט אויפדרענגען, ווייל ער זעט, אז ר׳ שמעלקא איז אן אמתער ״שונא את הרבנות״. ערשט נאך לאנגע הפצרות איז ער שפעטער געווארן רב פון דער קהלת תרדים אין מאנסי, אבער דאס מיט א גאנצע ריי פון תנאים ווי למשל, אז מען זאל אים ניט רופן ״רב״, נאר בלויז ראש החברה: אז ס׳זאל זיין שלא על מנת לקבל פרס, און אז ער זאל ניט טראגן קיין אחריות פאר די חטאים פון זיין קהל...

אידחשע ווארט טבת תשמ"ו

Didnt see the yidishe vort, but of course he was rav in chareidim my father use to ask him shalos.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מוצ"ש מארטש 14, 2015 11:43 pm

אדמו"ר מקאלוב ווימ"ס האט אויך געלערנט אין בהמ"ד עליון

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג מארטש 15, 2015 12:18 am

מטעמים
מען מוז הייסען " רב " צי ענפערען א שאלה ?
אז מען זאל אים ניט רופן ״רב״, נאר בלויז ראש החברה:

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג מארטש 15, 2015 8:02 pm

09
די אלע גדולים וואס מען האט אוסגערעכענט אלס יוצאי בית מדרש עליון האבען געלרענט אין "ספרינג וועלי"
אין די צווייטע העלפט כ' יארען איז נאך די ישיבה געווען באקאנט אלס ספרינג וועלי
אנקומען אין ישיבה איז מען אויך דרך ספרינג וועלי די איינציגע פובליק טרעספארטעשאן איז געווען קיין ספרינג וועלי
דער RED AND TAN BUS איז אנגעקומען קיין ספרינג וועלי און פון דארט א טעקסי
אהיים האבען נאך בחורים געקענט כאפען א היטש אידערפרי ביי שחרית אין בית ישרא' מיט אידען וואס זענען אריינגעפארען
עוסק זיין אין פרנסה
דער סקווירא בוס האט זיך אויך אפגעשטעלט אין ספרינג וועלי אבער דאס איז גוט געווען פאר תושבי וויליאמסבורג
זיך שלעפען פון ב"פ און אנדערע געגענטען איז שוין געווען יענץ עסק בפרט אנהייב זמן מיט א גרויסען רענציל
דער סקווירא בוס סיסטעם איז דאמאלט געווען איין סקול בוס
עס ליגט מיר נוך אין זכרון ווי איך האב געכאפט התפעלות פון די אידען וואס האבען געלערנט גפ"ת אויף דעם טאנצענדיגען בוס
דא איז וואס ר' משה האלצלער שרייבט פון א שמיעס מיט א געוועזענם דרייווער
bus.GIF

דער דרייווער האט דערציילט אז ער איז אריין צו הרה"ק זי"ע פריווען פועל'ן ער זאל מוותר זיין אויף דעם מיטאגדיגען נסיעה
עס פארען קוים קוים א קומץ
און הרה"ק האט אים געזאגט "אפילו פאר איינעם"
און יענע יארען איז דאס נאך געווען א חלק פון קהל

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג מארטש 15, 2015 11:50 pm

קיקיון האט געשריבן:09
די אלע גדולים וואס מען האט אוסגערעכענט אלס יוצאי בית מדרש עליון האבען געלרענט אין "ספרינג וועלי"
אין די צווייטע העלפט כ' יארען איז נאך די ישיבה געווען באקאנט אלס ספרינג וועלי
אנקומען אין ישיבה איז מען אויך דרך ספרינג וועלי די איינציגע פובליק טרעספארטעשאן איז געווען קיין ספרינג וועלי
דער RED AND TAN BUS איז אנגעקומען קיין ספרינג וועלי און פון דארט א טעקסי
אהיים האבען נאך בחורים געקענט כאפען א היטש אידערפרי ביי שחרית אין בית ישרא' מיט אידען וואס זענען אריינגעפארען
עוסק זיין אין פרנסה
דער סקווירא בוס האט זיך אויך אפגעשטעלט אין ספרינג וועלי אבער דאס איז גוט געווען פאר תושבי וויליאמסבורג
זיך שלעפען פון ב"פ און אנדערע געגענטען איז שוין געווען יענץ עסק בפרט אנהייב זמן מיט א גרויסען רענציל
דער סקווירא בוס סיסטעם איז דאמאלט געווען איין סקול בוס
עס ליגט מיר נוך אין זכרון ווי איך האב געכאפט התפעלות פון די אידען וואס האבען געלערנט גפ"ת אויף דעם טאנצענדיגען בוס
דא איז וואס ר' משה האלצלער שרייבט פון א שמיעס מיט א געוועזענם דרייווער
bus.GIF

דער דרייווער האט דערציילט אז ער איז אריין צו הרה"ק זי"ע פריווען פועל'ן ער זאל מוותר זיין אויף דעם מיטאגדיגען נסיעה
עס פארען קוים קוים א קומץ
און הרה"ק האט אים געזאגט "אפילו פאר איינעם"
און יענע יארען איז דאס נאך געווען א חלק פון קהל

געהערט פון א איד וואס פלעגט זיין א מיטרייזנדער אויף די מאנסי טרעילס באס אין די בראשית יארן, אז הר"ר בנציון פעלדמאן שליט"א פלעגט פארלערנען טעגליך א שיעור אין גמרא תוס' אויפן באס.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג מארטש 15, 2015 11:57 pm

בשבילי נברא האט געשריבן: געהערט פון א איד וואס פלעגט זיין א מיטרייזנדער אויף די מאנסי טרעילס באס אין די בראשית יארן, אז הר"ר בנציון פעלדמאן שליט"א פלעגט פארלערנען טעגליך א שיעור אין גמרא תוס' אויפן באס.

אז דאס איז א חידוש וואס מען דערציילט
אזויפיל מער חידוש איז א SCHOOL BUS אויך קהל"ס בודזשעט

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג מארטש 16, 2015 11:34 pm

קיקיון האט געשריבן:מטעמים
מען מוז הייסען " רב " צי ענפערען א שאלה ?
אז מען זאל אים ניט רופן ״רב״, נאר בלויז ראש החברה:

מען האט אים ממנה געוועהן אלס רב, און ביי די בעלזא פרשה איז ער זיך אוועקגעגאנגען, ניקס אזוי??
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג מארטש 17, 2015 10:59 am

yes homes.gif

אויף מעיפעל און מעין זעען געווען איטליכע הייזער
ווי עס האבען געוואיננט משפחות אונגארישער , שוסטעל און ?
זעען היינט דירות?

14נטער
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 08, 2015 1:59 pm

פיללעס טערעס פופציג יאר צוריק

תגובהדורך 14נטער » פרייטאג מארטש 20, 2015 12:04 am

1.jpg
צו בארמערקען די טרעקל פון הרב אלי' טאבאק שיחי
2.jpg
ווי די brook לויפט אין ווייטער איז געווען א באנגלאי פאר די זוממער חדשים
;l;p-

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג מארטש 20, 2015 12:07 am

איז דאס היסטאריע! יישר כח פארן ברענגען.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג מארטש 20, 2015 1:19 pm

דער קעכער אין ישיבה איז געווען ר' לייב אפעלדארפער ז"ל
א זעלטענער איד נישט קיין גרויסער ת"ח אבער זיין אהבה צו לומדי תורה
איז געווען אין לשער
אין איינע פון מיין ערשטע טעג אין ישיבה איז שוין נישט געווען מילך אויף די טישען און נישט אין פרידזש
הער איך ווי איינער בעט פון ר' לייב דעם שליסעל צו די מילעך
און פרידזש איז געווען א חדר לפנים מחדר
פרעג איך וואס איז פשט פון דעם אוצר
זאגט מען מיר דאס איז שיריים פן די ערשטע צייטען ווען מילך איז געקומען נור __
האט ער א חלק פארשלאסען אז די בחורים זאלען קארגען און עס זאל נישט
אזוי שנעל אויסגיין


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט