בלאט 1 פון 23

נישט כאפן קיינע בילדער!

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 01, 2013 5:38 pm
דורך בן בוזי
כמעט וואס מ'הערט שוין נישט היינט דער וויי געשריי פון אן אויפגעברויזטער משמש בקודש וועלכע לאזט זיך אויסרופן מיט גרויס אויפרעגעניש; נישט כאפן קיין בילדער! אבער אמאל איז דאס געווען די געווענטליכער געשעעניש ביי יעדע חסידישער צונויפזאמלונג ווי דער כ"ק אדמו"ר פונעם מאורע איז דארט אנוועזנד געווען. גיי דערצייל עס היינט פאר די קינדער

בקיצור, איך האב א קליינע קאלעקציע פון עטליכע בילדער ווי אדמורים האבן זיך ארויסגעשטעלט דירעקט אדער מיט די הילף פון א נאנטער משב"ק קעגן דאס זיי פאטאגראפירן. דאס זענען נישט קיינע חידושים, אבער דאס שטעלן זיי בפונדק אחד, טוט עס פאראיינציגן אין א היסטארישער נושא.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 01, 2013 5:39 pm
דורך בן בוזי
פשעווארסק, וויזניץ מאנסי, גור

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 01, 2013 5:40 pm
דורך בן בוזי
סאטמאר-וומסב"ג, תולדות אהרן

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 01, 2013 5:56 pm
דורך בעאבאכטער
שיין שיין,
ברענג נאך ביטע.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 01, 2013 6:00 pm
דורך יוראפ
בעאבאכטער האט געשריבן:שיין שיין,
ברענג נאך ביטע.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 01, 2013 6:06 pm
דורך לכאורה
א שיינעם דאנק.
די ערשטע צוויי בילדער זענען פונעם אמרי אמת מ'גור, דאס דריטע פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 01, 2013 8:46 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכאורה האט געשריבן:א שיינעם דאנק.
.... דאס דריטע פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע.

גייענדיג אונטער די סקעפאלדינג ביי די פראדזשעטס וואס מען האט דאן געבויט. אזוי געדענקעך.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 01, 2013 8:51 pm
דורך fiena nieas
ווי זעהט מען אויפן ערשטען בילד אז די רבי לויט נישט?

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 01, 2013 9:00 pm
דורך לכתחילה אריבער
fiena nieas האט געשריבן:ווי זעהט מען אויפן ערשטען בילד אז די רבי לויט נישט?

דעם שטעקען! שרעקעדיג.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 01, 2013 11:40 pm
דורך רעבעניו איטשע
ביי אונז גראדע האט מען יא געלאזט
די זיידעס האבן עס היבש געגליכן

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2013 12:09 am
דורך צים פינטעל
;l;p-

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2013 11:24 am
דורך גיכער
די הויז בחור איז ר' עקיבא וויינשטאק

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2013 11:34 am
דורך farshlufen
גיכער האט געשריבן:די הויז בחור איז ר' עקיבא וויינשטאק

געוועזן בשעתו פראנט פעידזש פון "פנים אל פנים".

קרעדיט "יאסל"
איפה יאסעלע?..

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2013 11:54 am
דורך אליעזר גרינפעלד
לכתחילה אריבער האט געשריבן:גייענדיג אונטער די סקעפאלדינג ביי די פראדזשעטס וואס מען האט דאן געבויט. אזוי געדענקעך.


איר געדענקט עס?

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2013 12:34 pm
דורך קיקיון
בילד

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2013 3:37 pm
דורך לכתחילה אריבער
אליעזר גרינפעלד האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:גייענדיג אונטער די סקעפאלדינג ביי די פראדזשעטס וואס מען האט דאן געבויט. אזוי געדענקעך.


איר געדענקט עס?

זעכער .................... זייט כ'האב עס געזעהן אין די לינק וואס פארשלאפען האט געברענגט........

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2013 6:03 pm
דורך מאנ-יימער
און אזוי פארפארט דער אשכול.

צוריק צו די בילדער.
איך פיל אביסל אומבאקוועם מיטן ארויפלייגן אזעלכע בילדער מיט א עמטליכקייט, ממילא מ'מכאט א בילד איז געמאכט און געגאנגען, אבער דער דער באטרעפענדער רב שטעלט זיך ארויס אקעגן און לאזט זיך נישט כאפן א בילד ווייס איך נישט צו ס'איז א כבוד אדער בכלל מענטשליכקייט צו פארשפרייטן אזעלכע בילדער.

#כ'קלער נאר.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2013 8:00 pm
דורך יציב פתגם
הרה"ק ממונקאטש זי"ע

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2013 8:01 pm
דורך יציב פתגם
ביי הרה"ק ר' איציק'ל מפשעווארסק זי"ע

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2013 8:02 pm
דורך יציב פתגם
ביי די מסע המלכות אין אה"ק תשנ"ד

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 02, 2013 8:12 pm
דורך יציב פתגם
בן בוזי האט געשריבן:פשעווארסק, וויזניץ מאנסי, גור

די רב נעבן הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע, איז הגה"צ אב"ד באניע ורב דקהל יטב לב באנטווערפן זצ"ל.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 3:32 am
דורך מכטי1
מאנ-יימער האט געשריבן:און אזוי פארפארט דער אשכול.

צוריק צו די בילדער.
איך פיל אביסל אומבאקוועם מיטן ארויפלייגן אזעלכע בילדער מיט א עמטליכקייט, ממילא מ'מכאט א בילד איז געמאכט און געגאנגען, אבער דער דער באטרעפענדער רב שטעלט זיך ארויס אקעגן און לאזט זיך נישט כאפן א בילד ווייס איך נישט צו ס'איז א כבוד אדער בכלל מענטשליכקייט צו פארשפרייטן אזעלכע בילדער.

#כ'קלער נאר.

אבער אזוי ווי די בילד איז נישט געלאנגען, וויבאלד מ'האט פארשטעלט דאס פנים, מעג מען עס יא ארויפלייגען...

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 7:45 am
דורך ראשית
מאנ-יימער האט געשריבן:און אזוי פארפארט דער אשכול.

צוריק צו די בילדער.
איך פיל אביסל אומבאקוועם מיטן ארויפלייגן אזעלכע בילדער מיט א עמטליכקייט, ממילא מ'מכאט א בילד איז געמאכט און געגאנגען, אבער דער דער באטרעפענדער רב שטעלט זיך ארויס אקעגן און לאזט זיך נישט כאפן א בילד ווייס איך נישט צו ס'איז א כבוד אדער בכלל מענטשליכקייט צו פארשפרייטן אזעלכע בילדער.

#כ'קלער נאר.


תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים
אויב מקען זיך אפלערנען דערפון א גוטע זאך ובפרט אזאך וואס איז כמעט פארגעסן געווארן גלייב איך אז ממעג יא

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 3:49 pm
דורך לכתחילה אריבער
ראשית האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:און אזוי פארפארט דער אשכול.

צוריק צו די בילדער.
איך פיל אביסל אומבאקוועם מיטן ארויפלייגן אזעלכע בילדער מיט א עמטליכקייט, ממילא מ'מכאט א בילד איז געמאכט און געגאנגען, אבער דער דער באטרעפענדער רב שטעלט זיך ארויס אקעגן און לאזט זיך נישט כאפן א בילד ווייס איך נישט צו ס'איז א כבוד אדער בכלל מענטשליכקייט צו פארשפרייטן אזעלכע בילדער.

#כ'קלער נאר.


תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים
אויב מקען זיך אפלערנען דערפון א גוטע זאך ובפרט אזאך וואס איז כמעט פארגעסן געווארן גלייב איך אז ממעג יא

כ'דענק עטוואס ענדליך.

פאר די צוועק, מען זאל זעהן ווי ערליכע אידן האבען ממאס געווען אין בילדער ............ וואלטען די ערליכע אידן אויך מסכים געווען אז עס זאל זיין א בילד.

#קעשט 22

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 10:51 pm
דורך יוראפ