פרשת 'יאסעלע שוכמאכער'
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
פרשת 'יאסעלע שוכמאכער'
איך האב פריער געליינט אויפן הויפט בלאט אינעם 'אידישען וועלט' די נייעס, אז די חרדישע אויסגאבע דער "צייטשריפט" האט פאראייניגט יוסעלע שוכמאכער מיט די גערטנער פאמיליע, ווי ער איז געווען אויבאהאלטן אין די יארן ווען די ציוניסטישע געהיים פאליציי 'מוסד' האבן אים ארום געזיכט לארכה ולרחבה פון די גאנצע וועלט,
"צייטשריפט" גייט שוין אן די לעצטע 5 וואכן מיט א פארזעצונג, ווי זיי שילדערען די גאנצע מעשה מיט יוסעלע שוכמאכער, און וואס ס'איז אלץ פארבייגעלאפן אינטער די מעשה, איך בין עס נישט אנגעקימען צו ליינען יעדע וואך, אבער ס'קוקט אויס אז זיי האבן איינגעלייגט וועלטן צירוק צו פאראייניגן יוסעלע מיט די פאמיליע ווי ער האט זיך אויסבאהאלטן,
אז איינער ווייסט מער דעטאלן, ווערט ער געבעטן עס מיטצוטיילן פארן ברייטן ציבור דא,

- אטעטשמענטס
-
- Yosele.jpg (115.21 KiB) געזען 7532 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
"יעצט געליינט און 'כל העולם כלו' אויף הייד פארק"
צייטשריפט פאראייניגט יאסעלע שוכמאכער מיט זיינע סאטמארע אויסבאהאלטער
א מעכטיגע דערגרייכונג פאר אזא יונגע אויסגאבע:
די היימישע אויסגאבע צייטשריפט, וואס האט הערליך באשריבן די פרשה פון יאסעלע שוכמאכער די לעצטע פאר וואכן, האט די לעצטע וואך געסקאורט מעכטיג ווען עס איז זיי געלונגען צוזאמצוברענגען יאסעלע מיט זיינע סאטמארע אויסבאהאלטער, די משפחת גערטנער, וואס האט אים אויסבאהאלטן ביז ווילאנג די ש.ב. האט אים געכאפט.
צייטשריפט האט באצאלט די קאסטן פון ארויסברענגען יאסעלע פון ארץ ישראל און אים אויפהאלטן אין האטעלן. דעם פארגאנגענעם שבת האט צייטשריפט צוזאמגעברענגט יאסעלע און די משפחת גערטנער אין רילעקס אין, וואו עס איז פארגעקומען גאר אן עמאשענעל באגעגעניש.
ווי איך הער איז יאסעלע געווען שרעקליך גערירט זיך צו טרעפן מיט די גערטנערס, מיט וועמען ער האט געפראוועט א שבת אינאיינעם צום ערשטן מאל אין צענדליגער יארן. ער האט זיך דערמאנט די זיסע זכרונות פון זיינע קינדערישע יארן און האט אויסגעדרוקט זיין באדויער אז ער איז אוועקגעריסן געווארן פון די גמרא, און אויפגעצויגן געווארן אלס א פרייער איד.
אין די צייטשריפט די וואך וועלן זיי מעלדן די גאנצע געשיכטע מיט אלע קליפערלעך.

דער "אידישע וועלט" מעלדט:
יאסאלע שוכמאכער קערט זיך היינט אום קיין ארץ ישראל. זאגט גאר דראמאטישע רעדע אין ענגליש היינט צופרי פאר משפחת גערטנער: "איר האט מיר ערפילט א חלל וואס האט מיר געפעלט ביז יעצט".
(אידישע וועלט וועט אי"ה ארויפלייגן די דרשה בקרוב)
א בילד פון יוסעלע מיט משפחת גערטנער.

- yoosala.jpg (32.03 KiB) געזען 9624 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר האלף
- תגובות: 1791
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
- לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..
פופציג יאר פון פרשת "יאסעלע שוכמאכער"
עס גלויבט זיך שווער אז ס'איז שוין אדורך א יובל יארן פון יענע שטורעמישע פרשה..., אבער די וואך ווערט אפגעצייכענט גענוי פופציג יאר, זינט עס האט אויסגעבראכן די וועלט בארימטע געשיכטע פון "יאסעלע שוכמאכער", וועלכע איז זיך פארלאפן אין דער נישט אזוי ווייטער פארגאנגעהייט, און איז אויסגעוואקסן אלס איינס פון די שטארקסטע קאפיטלעך אין די חרדי'שע היסטאריע פון אונזער תקופה און וועלכע האט געהאלטן געשפאנט די גאנצע אידישע וועלט במשך פון דריי יאר צייט...
אט אזוי הייבט זיך אן דער גאר אינטערעסאנטער שמועס וואס "דער איד" פון די וואך האט אפגעהאלטן מיט הרה"ח ר' משה יעקב סיגלער שליט"א וועלכער האט געדינט אלס מלמד פון יאסעלע'ן ווען ער האט זיך אויפגעהאלטן אין קוממיות.
ימ'ן מיט טינט זענען שוין פארגאסן געווארן צו באשרייבן די פרשה, און פארשידענע ערליי ביכער און אין צענדליגער אויסגאבעס.
די לעצט גאר שטארק באוויסטע באשרייבונג ארום די פרשה, איז געווען אין "צייטשריפט" מיט באלד 4 יאר צוריק, וואו עס איז געלאפן פאר וואכן לאנג א רייכע סעריע ארטיקלן, געשריבן דורך די טאלאנטפולע רעבעצין פילאפף פון ירושלים עיה"ק, וואס דער הויעכפונקט איז געווען דער שבת וואס יאסעלע האט געפראוועט מיט די גערטנער משפחה אין זייער האטעל אין אפסטעיט נ.י. צוזאם געברענגט דורך "צייטשריפט".
אזוי אויך איז דא אין ספר בוצינא קדישא א רייכע שולדערונג פונעם ספרא רבא ר' סענדער דייטש ז"ל ארום די פרשה.
אלזא האב איך באשלאסן צו עפענען א אשכול, ווי מ'וועט פרובירן צוזאמצונעמען אלע מקורות, דאקומענטן, שמועות און איר אויסארבעטן און באשמועסן להנאת לב הכותבים והקוראים.

זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
-
- שר האלף
- תגובות: 1791
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
- לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..
א ליסטע פון פארשידענע מקורות וואו די פרשה ווערט ברייט באהאנדלט:
בוצינא קדישא; פון ר' סענדר'ן, ווידמעט ער א גאנצן פרק פאר די פרשה, און באשרייבט דארט גאר דראמאטיש שריט נאך טריט אין די ברייטפארצווייגטע פרשה.
צדיק כתמר יפרח; ביאגראפישע שטריכן די לעבן און שאפן פון הגאון רב פינטער ז"ל מייסד ת"ת יסודי התורה אין לאנדאן. געשריבן דורך דעם חשוב'ן בעל תשובה הרב אלי' קאופמאן, וואס איז געווען א בן בית ביי דעם רב פינטער אין שטוב.
דארט איז אויך דא א גאנצע פרק, ווי ער שילדערט יאסעלע'ס זיך אויפהאלטן אין לאנדאן, אנגעבליך ביי דעם רב פינטער הנ"ל.
שעה טובה - סוכות ס"ה; די ערשטע חרדי'שע וואכנשריפט וואו יאסעלע האט געגעבן א אינטערוויוו (איך האף דאס ארויפצולייגן שפעטער).
צייטשריפט; די א.ד. סעריע רייכע ארטיקלען.
שומרי העיר; טאג ביך פון די גיורת רות בלוי (אשת הגה"צ רבי עמרם בלוי). ווארשיינליך האב איך דעם ספר נאך קיינמאל געזעהן, אבער הרב שמואל שלמה טעלער אין זיין שמועס איבער פרשת יאסעלע ברענגט ער פיל מאל צו דעם ספר.
טאג ביך פון איסר הראל שר"י דער פארזיצער פונעם געוועזענעם שפיאנאזש אגענטור מוסד (היינט צוטאגס באוויסט אלס ש.ב.); זיין נאמען פיגורירט מערערע מאל אין די דראמאטישע געשיכטע, און ער האט אפגעשריבן די גאנצע השתלשלות אין זיין טאג ביך.

לעצט פארראכטן דורך ארעסטאנט אום דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 2:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3447
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

אויפריכטיג, איך וועל זיין אויפריכטיג מיט אייך, כאב א טעות געמאכט, און איך רעד פון צבי אהרוני, וואס איז למעשה געוועהן אייכמאן'ס פארכאפער, און געארבעט פארן מוסד, אונטער איסר הארעל ימ"ש, דא האט איהר זיין בוך,