בלאט 1 פון 1

קבר זבולון בן יעקב

געשריבן: זונטאג יולי 01, 2012 1:54 pm
דורך אינסוזעאיסט
די קבר איז ליידער היינט פארלאזט, געט א קוק וואס גייט פאר.
בילד
בילד
בילד


ס'דא א פעינטינג פון ערך הונדערט פופציג יאר פון די אהל און ארום. נו איז איינער אינטערסירט צו זעהן און וויסן?

אמאל האבן זיך אידן מוסר נפש געווען צו פארן צום קבר אייר ביים יארצייט.

tomb-of-zebulon.jpg
tomb-of-zebulon.jpg (25.67 KiB) געזעהן 4055 מאל

געשריבן: זונטאג יולי 01, 2012 3:28 pm
דורך שמו
ווי איך זעה ליגט דאס היינט ביי די אראבער רח"ל
ווייסט איינער אין וועלכע געגנד דאס איז
איך געדענק נישט אז איך זאל האבן געווען דארט.

און אגב, ווי איז דער מקור אז דאס איז דער ציון פון זבולון בן יעקב,
דן בן יעקב איז דאך דא צוויי, איינס לעבן רמלה (נישט ראמאללא, די אראבישע שטאט, נאר רמלה, נעבן בית שמש)
און די צווייטע ערגעץ אין גליל

אויב האסטו א מקור ביטע צייכן צו

געשריבן: זונטאג יולי 01, 2012 3:32 pm
דורך שויתי'ניק
מקען נישט זען די בילדער

געשריבן: זונטאג יולי 01, 2012 3:56 pm
דורך אינסוזעאיסט
בילד
בילד
בילד
בילד

געשריבן: זונטאג יולי 01, 2012 6:26 pm
דורך שויתי'ניק
ס'ווערט אזעלכע קליינע רויטע קעסטלעך, מ'קען נישט זען קיין בילד

געשריבן: זונטאג יולי 01, 2012 7:12 pm
דורך טייבעלע
צידון איז אין לבנון, קען זיין די ערשטע מקור וועגען קבר זבולון איז די באשרייבונג פון די מסע פון רבי משה באסולה בשנת רפ"א - רפ"ג.

עי' מסעות ארץ ישראל.

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2012 12:04 am
דורך Gevald Geshrigen
וירכתו על צידון.

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2012 2:11 pm
דורך אינסוזעאיסט
בספר הישר מסופר:
ויקברו את ארונות מטות אבותיהם… איש בנחלת בניו… ואת עצמות יששכר וזבולון קברו אותם בצידון בחלק אשר נפל לבניהם.
– ספר הישר, סוף ספר יהושע

ובסדר הדורות מביא בשם "גלילות ארץ ישראל":
ועצמות יששכר וזבולן בצידון הוא צידון רבה בשפת ים הגדול, וחוץ לעיר קבר זבולן בכיפה ובית הכנסת שם.
– סדר הדורות, שנת ב"א תקי"ד, בשם "גלילות ארץ ישראל"

בצידון הייתי על קבר זבולון בן יעקב בחצר של ישמעאל ונתתי לו ארבעים פארעס שירשני לילך שם עם כל ב"ב להתפלל עליו. ובעת הלכתי לצידון הראוני מקום שהי' בית הצרפתית שהי' בא אצלה אליהו הנביא ז"ל ונזכה לראותו;
[url=http://benyehuda.org/boym_m/korot_haitim.html]מנחם מענדיל במהו' אהרן זצל"הה מקאמניץ דליטע במס"מ ספר סייג לתורה
[/url]
לעצטענס איז הרב קנייבסקי געוועהן ביי בית האשה השונמית, דא זעהט מען בית האשה הצרפתית.

חיבת ירושלים

אפשר ווייסט איינער וואו אויף גוגל מעפס איז עס

געשריבן: דינסטאג יולי 03, 2012 1:30 am
דורך שויתי'ניק
שמו האט געשריבן:ווי איך זעה ליגט דאס היינט ביי די אראבער רח"ל


באקומען אין אימעיל:

ראשי נטורי קרתא, ישראל דוד ווייס ודוד שלמה פלדמן, ביקרו בימים האחרונים בלבנון כאורחי כנס בינלאומי בביירות שבו משתפים פעולה כל הארגונים הפרו-פלסטינים.

בסוף היום, הסיעו אותם המארחים לתפילה בקבר זבולון בן יעקב בעיר צידון.

בבואם לקבר, גילו אנשי נטורי קרתא הזנחה רבה וביקשו מהממשלה להתחיל בהליכים של שיפוץ ואחזקת הקבר.

גורמי ממשל שונים בלבנון הבטיחו להיענות לבקשה ולשפץ את הקבר כיאה למקום קדוש.

איך בין נישט קיין נטו"ק, אבער ווי מיר זעהן דא, קען מען פועלן ביי די אראבער גרינגער ווי ביי די ציונים ימ"ש אז זיי זאלן נישט פארשוועכן קיין קברי ישראל...

רח"ל וואלט מען געדארפט שרייבן אויב עס איז אין די ציונים'ס הענד רח"ל.

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 08, 2013 1:08 pm
דורך יציב פתגם
אינטערעסאנט אז מ'האט באערדיגט זבולן נעבן א טייך, לויט די פסוק "זבולן לחוף ימים ישכון"....

געשריבן: דינסטאג אוקטובער 08, 2013 9:43 pm
דורך חניוק
צידון כתיב בס׳ ויהי זבולון לחוף ימיס ישכון וירכסו על צידון . וסי׳ רש״י
ז״ל סוף גבולו יהא סמוך לצידון ירכחו סופו ע״כ . הר־ שגבול זבולון,
הי׳ עד צידון ולא עד בכלל כי צידון הוא לשבט אשר כמ״ש (שופטים א׳) ־ אשר
נא הוריש וגי׳ את יושבי צידון • בלשון ישמעאל נקראת ציידה ובבעל הטורי׳ בס׳
ויחי כתב בפסוק הנן־ וז״ל כתיב צירן חסר וא״ו לשון צירה שהי׳ מספיק מזון
ליששכר ע״כ . ואולי ע׳׳ש זה נקרא ניד ט ד היוס: והיא מוקפת חומ׳ מג׳•
רוחות ומרוח א׳ הוא הים . מביירט מהלך יוס א׳ לצידא והיא עיר גדול׳ ויש בה
יסודם ספרדים וטושים יו״ט־ כא׳׳י . רחוק מצידון רביע מיל קבר זבולון בן
יעקב ־ ועליו בית כיפ׳ וסביביו חצר ־ והישמעאלים קורין לו (שייך אל ציידא)
ופיך הוא לשון אדון. ופס ציון ארוך על קברו בנין דפין סמוך לכותל גבוה כחצי
קומת איש ופרוכת פרוס׳ לפניו . וסמוך לאותו ציין יש בנין ישן משן עדיין
הכיפות קיימים אומרי׳ שהי׳ ביהמ״ד לשלמי המלך ע״ס ולשניו באר מיס חיים טובים
שואבי׳ ממנו בגלגל מלא דלים :
בספר שערי ירושלים
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =20535&st=%u05d6%u05d1%u05d5%u05dc%u05d5%u05df

ווען די געפילן האט נאך געפילט...

געשריבן: דינסטאג ינואר 27, 2015 1:02 pm
דורך חניוק

געשריבן: דאנארשטאג יולי 23, 2015 9:58 am
דורך מנדולינר-רבי
אין די בילד זעהט מען ווי די איראנער דאווענען דארט, ווי קומען די איראנער קיין לבנון?
און פארוואס האבען זיי זיך פארשטעלט ווי אידן?

געשריבן: זונטאג יוני 10, 2018 9:52 pm
דורך גרויסער יחסן
שויתי'ניק האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:ווי איך זעה ליגט דאס היינט ביי די אראבער רח"ל


באקומען אין אימעיל:

ראשי נטורי קרתא, ישראל דוד ווייס ודוד שלמה פלדמן, ביקרו בימים האחרונים בלבנון כאורחי כנס בינלאומי בביירות שבו משתפים פעולה כל הארגונים הפרו-פלסטינים.

בסוף היום, הסיעו אותם המארחים לתפילה בקבר זבולון בן יעקב בעיר צידון.

בבואם לקבר, גילו אנשי נטורי קרתא הזנחה רבה וביקשו מהממשלה להתחיל בהליכים של שיפוץ ואחזקת הקבר.

גורמי ממשל שונים בלבנון הבטיחו להיענות לבקשה ולשפץ את הקבר כיאה למקום קדוש.

איך בין נישט קיין נטו"ק, אבער ווי מיר זעהן דא, קען מען פועלן ביי די אראבער גרינגער ווי ביי די ציונים ימ"ש אז זיי זאלן נישט פארשוועכן קיין קברי ישראל...

רח"ל וואלט מען געדארפט שרייבן אויב עס איז אין די ציונים'ס הענד רח"ל.

הס קטיגור וקח סניגור מקומו...
ווי פיהל מ'האט ריכטיגע טענות אויף די ציונים, אבער ביז צו מקטרג זיין אויף יידן. אין די טמא'דיגע מדינה היט מען גאנץ גוט אפ די מקומות הקדושים, סיי לשמה און סיי שלא לשמה (פאר געלט וכדומה). קוק נאר דעם ציון פון יוסף הצדיק אין די מינוט וואס ס'איז אריין געפאלן ביי די טמא'דיגע ישמעאלים, גלייך האבן זיי דאס צובראכן און פארברענט על-אף ביי זיי איז דאס אויך א מקום קדוש

געשריבן: פרייטאג יוני 15, 2018 4:46 am
דורך Think and Thank
און די מערות אביי ורבא האבן די אראבער אויסגעגראבן, וואס?

אבי געהאקט.

געשריבן: פרייטאג יוני 15, 2018 8:19 am
דורך Think and Thank
שמו האט געשריבן:ווי איך זעה ליגט דאס היינט ביי די אראבער רח"ל
ווייסט איינער אין וועלכע געגנד דאס איז
איך געדענק נישט אז איך זאל האבן געווען דארט.

נאכ'ן פרובירן אפירצוזוכן דעם פלאץ בין איך זיכער אז די בילדער פון די אידן איז נישט ביי דעם פלאץ וואס מען זעט אויף די אנדערע בילדער מיט די פאנאראמע ביים וואסער
.
ס'מיר כמעט ברור אז די פלאץ אויף די בילדער וואו מען זעט די שטאט איז דא. לויט די דעסקריפשאנס איז יענע ארט א פאלאץ געבויעט עטליכע הונדערט יאר צוריק, און כאטש ס'מעגליך אז דארט איז געווען אן עלטערן בנין אדער איז בכלל נישט געווען קיין בנין פאר מען האט געבויעט די פאלאץ זעט אבער דאס ארט אויס פונקט ווי אויף די בילדער פון 150 יאר צוריק, בעת וואס אויף די בילדער פון די באזוכער זעט עס אויס היבש אנדערש.

געשריבן: מאנטאג יוני 18, 2018 7:54 pm
דורך Gevald Geshrigen
see attached
עס איז די גראזיגע געגנט ווישן די הייזער אין א גראדע ליין פון באבאגאנוש ווי מען זעט אויפן צווייטן בילד