ווייסט איר אייער יחוס בן אחר בן עד אדם הראשון?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
יהיה כן האט געשריבן:דער מקור צו די דריי משפחות הורוויץ שפירא רפפורט איז לכאורה דער אגרא דפרקא רמז סט (שטייט נישט ממש דאס אבער עפעס א סמך עיי״ש)
דארטען ווי איר שיקט מיר צייכענט צו און אגרא דצבי (פון ווייצענער רב) און הערה א', אז און ספר "שמן הטוב (ח"ב אות ק"ו) כתב שהבעש"ט הקדוש אמר כי ג' משפחות נקיות דור אחר דור, מרגליות, שפירא, הורוויץ, ועל כן חיבב הבעש"ט את הרב מאיר נתיבים ממשפחת מרגליות, ואת הרה"ק רבי פנחס מקאריץ ממשפחת שפירא, ואת הר"ר צבי הורוויץ מטשארטקוב (אבי ההפלאה ור"ר שמעלקא זצ"ל), והובא ג"כ בספר נר מצוה ואור עולם עיי"ש".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
דער ש״ך האט געטראגן דעם נאמען כ״ץ (אזוי ווי ער חתמ׳ט זיך טאקע אינטער)וואס די ר״ת איז כהן צדק(נישט אז כף מיינט ח״ו כהן פסול) וואס דאס איז די שטערקסטע באווייז אויפן קראנטקייט וואס איז געווען מקובל ביי אים אין משפחה אלץ כהנים מיוחסים. אויף אזוי ווייט אז ער רעכנט זיך דערמיט ביים שרייבן זיינע פסקים ויי ער שרייבט כי מזרעא דאהרן קאתינא אין מ׳קען זיך דערויף סומך זיין
לעצט פארראכטן דורך כל טוב אום מיטוואך מארטש 21, 2012 12:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע: בין גברא לגברא
ברשות ספוזמן
די מעשה איז אז דער דברי חיים האט פארהערט דעם אבני נזר
ער איז אזוי נתפעל געווארען אז ער האט געזאגט ער וויל אים נאך א מאהל פארהערען
זאגט דער אבני נזר אויב אזוי וויל אין אויך אייך פארהערען
פרעגט דער דברי חיים היתכן
זאגט ער יא
עס איז דאך אויך אנ'ענין חתונה האבען מיט א בת תלמיד חכם
נאר וואס מען פארלאזט זיך אויף די חזקה אז זיין שווער האט אים שוין פארהערט
נו אז איר פארלאזט זיך נישט אויף די חזקה איך בין דאך שוין איין מאהל פארהערט געווארען
וויל איל אייך אויך נאך אמאהל פארהערען
זאגט דער דברי חיים אזא שארפער פאסט פאר קאצק

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
- תרגום יונתן
- שר חמש מאות
- תגובות: 613
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm
מיללער האט געשריבן:איבער כהנים מיוחסים האמיר געהאט דא אן אשכול, יבואו המלנקקים וילינקו.
געטראפן:
פארוואס איז דא מער כהנים ווי לוים
און
איז פארהאן אייגנארטיגע DNA ביי כהנים?
כל טוב האט געשריבן:דער ש״ך האט געטראגן דעם נאמען כ״ץ (אזוי ווי ער חתמ׳ט זיך טאקע אינטער)וואס די ר״ת איז כהן צדק(נישט אז כף מיינט ח״ו כהן פסול) וואס דאס איז די שטערקסטע באווייז אויפן קראנטקייט וואס איז געווען מקובל ביי אים אין משפחה אלץ כהנים מיוחסים. אויף אזוי ווייט אז ער רעכנט זיך דערמיט ביים שרייבן זיינע פסקים ויי ער שרייבט כי מזרעא דאהרן קאתינא אין מ׳קען זיך דערויף סומך זיין
באווייז?
יעדער כהן "איז מזרעא דאהרן קאתי" - אויב איז דא א כהן וואס האלט נישט אזוי, איז ער נישט קיין כהן
כ"ץ איז דער נארמאלע טיטול פון א כהן
דאס מאכט קיינעם נישט פאר קיין כהן מיוחס
א כהן מיוחס איז איינער וואס איז די משפחה איז געווען א מגילת יוחסין! - דער ש"ך האט נישט געהאט איינס.
SPUSMN האט געשריבן:דער וועלט זאגט (און עס איז געדריקט און הונדערטער היינטיגע יחוס בריוולעך) אז רבי עקיבא הכהן מאובן ישן וואס האט געלעבט מיט איבער 500 יאר צוריק (און איז, by law of probability, א זיידע פון אונז אלע) האט געהאט 25 קינדער, צוועלף זוהן און 13 טעכטער, און 12 טעכטער האבען חתונה געהאט מיט כהנים, און דער 13טע טאכטער האט חתונה געהאט מיט א לוי, דער זיידע פונעם של"ה הקדוש. איז האט מען געזאגט אויף אים "כה" תברכו, ווייל ער פלעגט ארויף גיין דיכענען מיט זיינע זוהן און איידעמער, צוזאמען 25 כהנים כמנין "כה".
ווייסט איינער די ערשטע מקורות פאר דעם? אויך, למיטב ידיעתי, ווייסען מיר היינט נישט פון מער ווי 2-3 זוהן זיינע, און דאס, אפשר אויך נישט.
אויך זאגט די וועלט אז דער בעש"ט הקדוש האט אנגעוויזען אויף דריי משפחת מיוחסים, ראפופארט'ס ביי כהנים, הורווויץ ביי לויים, און שפירא ביי ישראלים. ווייס איינע דער מקור פאר דער מעשה?
אויף זאגט דער וועלט אז דער דברי חיים איז געווען א בכור, און זיך אויס געלייזט ביי מערערער כהנים ביז ער איז אן געקומען צו א ראפופארט, ונח דעתו. ווייסט איינע א מקור פאר דעם?
די מעשה פון 25 קינדער - איז געדרוקט אין מגילת יוחסין למהר"ל
דער דברי חיים איז נישט געווע קיין בכור, ער האט געהאט אן עלטערער ברודער ר' משה יוסף הלברשטאם אבד"ק זבארוב, דער שווער פונעם קאלישער רב רבי חיים אלעזר וואקס
תרגום יונתן האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:איבער כהנים מיוחסים האמיר געהאט דא אן אשכול, יבואו המלנקקים וילינקו.
געטראפן:
פארוואס איז דא מער כהנים ווי לוים
און
איז פארהאן אייגנארטיגע DNA ביי כהנים?
וע"ע באשכול משפחת הכהנים לבית ראפאפורט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
msp האט געשריבן:ברשות ספוזמן
די מעשה איז אז דער דברי חיים האט פארהערט דעם אבני נזר
ער איז אזוי נתפעל געווארען אז ער האט געזאגט ער וויל אים נאך א מאהל פארהערען
זאגט דער אבני נזר אויב אזוי וויל אין אויך אייך פארהערען
פרעגט דער דברי חיים היתכן
זאגט ער יא
עס איז דאך אויך אנ'ענין חתונה האבען מיט א בת תלמיד חכם
נאר וואס מען פארלאזט זיך אויף די חזקה אז זיין שווער האט אים שוין פארהערט
נו אז איר פארלאזט זיך נישט אויף די חזקה איך בין דאך שוין איין מאהל פארהערט געווארען
וויל איל אייך אויך נאך אמאהל פארהערען
זאגט דער דברי חיים אזא שארפער פאסט פאר קאצק
א יישר כח אייך הרב מנחם שלום פאר פארציילען די מעשה און נישט לאזען דער עולם ווארטען.
מען דארף אבער אן מערקען אז דער מעשה איז לכאורה לא היה ולא נברא, וועגען דעם האב איך אכטינג געגעבען צו שרייבען אז דאס איז א מעשה "וואס מען פארציילט" און לאו דוקא אמת (ווייל נישט אלע מעשיות וואס מען פארציילט זענען אמת).
דער אבני נזר איז געבוירען געווארען און שנת ת"ר און איז געווארען אן איידעם ביים קאצקער רבי זי"ע ביי די בר מצוה און שנת תרי"ג. איז פון וועליכע טאכטער פון דברי חיים קען דען זיין דער מדובר? און איז דען מסתבר אז א 13 יעריגער עילוי ווי דער אבני נזר זאל אזוי רעדען צום גאון הגאונים קודש הקדשים דער הייליגער דברי חיים? עס גיבסט נישט אזא זאך און עס האט נישט געקענט האבען פאסירט.
אז מען רעדט שוין פון אבני נזר, איז מיר אלעמאל געווען זייער אינטרעסאנט צו זעהן ווי דער אבני נזר שרייבט אז ער האט זייער א סאך מקבל געווען פון זיין שווער, תורה און עבדות השם יתברך (און ער רעדט פון די לעצטע יארען פון קאצקער, תרי"ג ביז תר"כ), אבער דער וועלט וויל אונז דערציילען אז דער קאצקער איז שוין דענמאלץ 13 יאר געווען פארשפארט און נישט גערעדט מיט קייין נברא, אתמהה. איינער האט א פתרון? אדער דארף מען "פארדאנקען" די אפגעפארענע שרייבערס פאר אונז פאר קויפען א פרעכע ליגענט?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
איטשע האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:דער וועלט זאגט (און עס איז געדריקט און הונדערטער היינטיגע יחוס בריוולעך) אז רבי עקיבא הכהן מאובן ישן וואס האט געלעבט מיט איבער 500 יאר צוריק (און איז, by law of probability, א זיידע פון אונז אלע) האט געהאט 25 קינדער, צוועלף זוהן און 13 טעכטער, און 12 טעכטער האבען חתונה געהאט מיט כהנים, און דער 13טע טאכטער האט חתונה געהאט מיט א לוי, דער זיידע פונעם של"ה הקדוש. איז האט מען געזאגט אויף אים "כה" תברכו, ווייל ער פלעגט ארויף גיין דיכענען מיט זיינע זוהן און איידעמער, צוזאמען 25 כהנים כמנין "כה".
ווייסט איינער די ערשטע מקורות פאר דעם? אויך, למיטב ידיעתי, ווייסען מיר היינט נישט פון מער ווי 2-3 זוהן זיינע, און דאס, אפשר אויך נישט.
אויך זאגט די וועלט אז דער בעש"ט הקדוש האט אנגעוויזען אויף דריי משפחת מיוחסים, ראפופארט'ס ביי כהנים, הורווויץ ביי לויים, און שפירא ביי ישראלים. ווייס איינע דער מקור פאר דער מעשה?
אויף זאגט דער וועלט אז דער דברי חיים איז געווען א בכור, און זיך אויס געלייזט ביי מערערער כהנים ביז ער איז אן געקומען צו א ראפופארט, ונח דעתו. ווייסט איינע א מקור פאר דעם?
די מעשה פון 25 קינדער - איז געדרוקט אין מגילת יוחסין למהר"ל
דער דברי חיים איז נישט געווע קיין בכור, ער האט געהאט אן עלטערער ברודער ר' משה יוסף הלברשטאם אבד"ק זבארוב, דער שווער פונעם קאלישער רב רבי חיים אלעזר וואקס
א יישר כח.
יעצט איז דער שאלה, ווען האט מען געדריקט דער מגילת יוחסין למהר"ל, און ווער איז איר מחבר?
ווער ווייסט דענמאלץ אויף וועליכע גדול מען דערציילט דער מעשה אז לא נח דעתו ביז ער האט זיך אויס געלייזט ביי א ראפופארט?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1672
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
SPUSMN האט געשריבן:msp האט געשריבן:ברשות ספוזמן
די מעשה איז אז דער דברי חיים האט פארהערט דעם אבני נזר
ער איז אזוי נתפעל געווארען אז ער האט געזאגט ער וויל אים נאך א מאהל פארהערען
זאגט דער אבני נזר אויב אזוי וויל אין אויך אייך פארהערען
פרעגט דער דברי חיים היתכן
זאגט ער יא
עס איז דאך אויך אנ'ענין חתונה האבען מיט א בת תלמיד חכם
נאר וואס מען פארלאזט זיך אויף די חזקה אז זיין שווער האט אים שוין פארהערט
נו אז איר פארלאזט זיך נישט אויף די חזקה איך בין דאך שוין איין מאהל פארהערט געווארען
וויל איל אייך אויך נאך אמאהל פארהערען
זאגט דער דברי חיים אזא שארפער פאסט פאר קאצק
א יישר כח אייך הרב מנחם שלום פאר פארציילען די מעשה און נישט לאזען דער עולם ווארטען.
מען דארף אבער אן מערקען אז דער מעשה איז לכאורה לא היה ולא נברא, וועגען דעם האב איך אכטינג געגעבען צו שרייבען אז דאס איז א מעשה "וואס מען פארציילט" און לאו דוקא אמת (ווייל נישט אלע מעשיות וואס מען פארציילט זענען אמת).
דער אבני נזר איז געבוירען געווארען און שנת ת"ר און איז געווארען אן איידעם ביים קאצקער רבי זי"ע ביי די בר מצוה און שנת תרי"ג. איז פון וועליכע טאכטער פון דברי חיים קען דען זיין דער מדובר? און איז דען מסתבר אז א 13 יעריגער עילוי ווי דער אבני נזר זאל אזוי רעדען צום גאון הגאונים קודש הקדשים דער הייליגער דברי חיים? עס גיבסט נישט אזא זאך און עס האט נישט געקענט האבען פאסירט
לויט ווי עס 'ווערט פארציילט' איז דאס געווען מיט די טאכטער רייצא וואס איז שפעטער געווען די רעביצין פון ר' מרדכי דוב מהאראנסטייפל זצ"ל (אויך געבוירן בשנת ת"ר).
ספוסמן
מ'זאגט טאקע אז דער סאטמאר רב ז"ל האט אוועקגעמאכט די מעשה מחמת דיין תמיהה אז דער אבני נזר וואלט נישט געזאגט אזאנס פארן צאנזער רב
אזוי ווי יגעתי זאגט שוין איז דאס געווען אנגעטראגן צו די סטייפלע רביצין, [און די צאנזע חסידים האבן געזאגט אז ער האט בעסער געטראפן אין ר' מאטעלע..]
רוב קאצקע מעשיות וואס ווערט פארציילט שטאמט פון משכילים ומשכילים שונים.