ווייסט איר אייער יחוס בן אחר בן עד אדם הראשון?

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

לכאורה מיינט ער די וואס זאגען אז דער ש"ך איז נישט געווען קיין כהן מיוחס.
רצונינו לעשות רצוניך.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

עס איז עפעס א גנאי, אז ער איז געבוירן געווארן צו טאטע וואס איז נישט געווען א כהן מיוחס נאר א כהן חזקה?
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

יא. בוידעם איז גערעכט איך מיין טאקע דעס.
בעצם צו זאגן אזאנס אויף א כהן איז נישט קיין דורשין לגנאי אבער צו זאגן אויפ׳ן הייליגן ש״ך אז וואס שרייבט אויף זיך מאכט אים נישט מער כהן מיוחס און זיין אויפטוען זיף אז ער איז א כהן איזה נישט מער ווי סיי ווער אין בית המדרש ס׳טועט זיך אויף אלץ כהן. איז א ריכטיגע דורשין לגנאי
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

א כהן מיוחס מיינט נישט אז מ׳האט מיט זיך א צעטל מיט די נעמען ביז אהרן הכהן. ווייל אויב ס׳איז פערצאפאל נישט אויף געשריבן אויף א פאפיר ווערט ער דעמאלץ אויס כהן מיוחס. אטו פאפירא קא גרים.
א כהן מיוחס הייסט איינער וואס ס׳איז קלאר אויף אים אז ער איז אהרן הכהן׳ס אייניקל בן אחר בן אן קיין שום פגם אינדערמיט אפילו ס׳איז נישט פונקטלעך אנגעצייכנט אויף א צעטל.
ווען דער הייליגער רבי פון לובלין זי״ע (דער חוזה) האט געליינט די קוויטל פון א חסיד א זיידע פאר א איד (דאכט זיך וואוינט אין קרית יואל) מיטן נאעמען ר׳ שמואל הכהן פריעדמאן (געווען א שטיקל משמש ביים לעצטן סאטמאר רב דער ברך משה) און האט זיך אנגערופן איך זעה נישט קיין שום פגם ביז אהרן הכהן אפילו נישט קיין פגם פון קוקן זיך אין שפיגל. איז קלאר ביי יעדן בר דעת אז ער איז דאן געווארן דער גרעסטער כהן מיוחס אימים דור כאטיג ער האט נישט געאט אין זיין באזיץ א יוחס בריוו׳ל. בלויז מיט די הייליגע הסכמה פונעם צדיק וואס נהירין ליה שבילי דרקיע וארעא.
און ווען דער הייליגער רבי ר׳ הירש זי״ע דער כהן גדול ווי די צדיקים האבן אים גערופן האט זיך גיקויפט א באזונדער מלבוש פון די חמש סלעים׳ס ונאסר מענטשן האבן אים דערלאנגט ביי פידיון הבן׳ס און האט עס שטארק מחבב געווען זאגנדיג דאס איז פון ריין מיינע געלט וואס די תורה האט מיר מזכה געווען. וועט דען איינער פארלאנגען פון זיין זון הרה״ק ר׳ יוסעלע רימנאוו׳ער א יוחס בריוו. אין לך שוטה (וקל) יותר מזה אז מ׳רעדט דא פונעם קראטסטן כהן אינעם דור האבנדיג זיין הייליגן טאטע׳ס הסכמה.
איז לעניננו אז דער הייליגער ש״ך פארופט זיך אין די ספרים אלץ כהן מזרעא דאהרן איז ברור דאס זיינע אייניקלעך זענען געווארן די גרעסטע כהנים מיוחסים און ס׳פאדערט זיך נישט כלל קיין בריוו׳ל. והוא פשוט. כל טוב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב כל טוב, איר לערנט פשט'לעך אין א פשוט'ער לשה"ק ווארט?

א כהן מיוחס איז טייטש "הביאו לי שטר יוחסין" די רעשט איז בויך סברות.

זייט געבענטשט מיט כל טוב וטוב.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

כל טוב, פאלט אייך נישט ביי אז די מעשה מיטן חוזה דארף א מקור פאר זיך?
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כל טוב,

די ענין פון יחוס איז ברייט אויסגעשמועסט אין עשרה יוחסין, ועיקר היחוס שייך אצל הנשים כידוע, ולכן בודקין ארבע אמהות שהן שמונה אמה ואם אמה וכו'.
אצל גברי דארף מען נישט בודק זיין ווייל אויב עפעס אית ליה קלא, דאס איז גמרא מפורשת דף עו.

דאס איז געווען אמאל.

לאחרונה משרבו השקרנין און מענטשן האבן זיך סתם אנגעגעבן אלס כהן, האט יחוס באקומען אן אנדער באדייט, פשוט צו אויפווייזן אז דיין טאטע, זיידע, עלטער זיידע וכו' ארויף בן אחר בן זענען אויך געווען מפורסים אלס כהנים.

יעצט די מעשה מיט חוזה [אויב סיז אמת] האט ער געמיינט יחוס פון בן אחר בן אז ס'יז נישטא קיין שיקרא דערביי.
אבער דער ענין פון הביאו לי ספר יחוסיהן רעדט מען פון יחוס האמהות בפשטות ווייל דארט איז שייך פסול, ממילא מישט מען דא צוויי זאכן.
כל זה מסברא.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל טוב »

לאמיר אייך מסביר זיין:
א יחוס מיינט נישט אז ס׳איז אנגעשריבן. דאס וועט קיינער נישט זאגן אן ווען דער באשעפער האט ביים מעמד הר סיני געמאנט פון אונז הביאו לי ספר יחוסיכם האט ער טאקע מכוון געווען די געשריבענע ביכלעך מיט די זיידעס נעמען  און מ׳וועט אין קיין פלאץ נישט זעהן א מיינונג איבער וועלכע פאפיר ס׳האט געדארפט זיין  און מיט וועלכע טינט ס׳האט געמיזט געשריבן ווערן כדי די יחוס זאל זיין יחוס און די תורה זאל האבן א דין נתינה ווי מ׳זעהט ביי הלכות גיטין גאנצעטע דין ודברים איבער די שטר און דיו מיט וועלכע ס׳דארף געשריבן זיין אז ס׳זאל א גט כשר און מ׳האט נאכנישט געטראפן אפילו ברמז א שמועס אין די מפרשי התורה אויף וועלכע פלאץ מ׳האט זיך ציזאמגענימען אויף איבער צו געבן די ספר יחוס פאר כביכול.
יחוס מייינט א זאך וואס איז מקובל און ס׳איז א קלארע פאקט.
יעדער האט שוין געהערט אויף געוויסע חפצים אז ס׳איז מיוחס צו דעם צדיק אדער צו יענעם צדיק.  ווי למשל דער ירושלם׳ער רב הרה״ק רמ״א פריינד זצ״ל האט געבלאזן די תקיעות מיט א שופר וואס איז מיוחס צום הייליגן בארדיטשוב׳ער רב.
אין סאטמאר זינג מען שבועות דעם אהבה רבה אויף א ניגון מיוחס צום הייליגן רבי ר׳ הערש פון רימנאוו.
די עריכת הסדר פונעם סדר נאכט איז מיוחס צו רש״י הק׳.
דער מנהג פון זאגן דעם הודו פאר מנחה ערב שבת איז מיוחס צום הייליגן בעל שם טוב.
די עלף קאפיטלעך תהילים פון צ׳ און ווייטער זענען מיוחס צו משה רבינו.
די ברעסלעוו׳ער חסידים האבן א בענקל מיוחס צו ר׳ נחמן.
דער בעלזא מאחנאווקער רבי האט א ספר תורה מיוחס צום בעש״ט.
דער סאטמאר רבי האט אפגעקויפט א ספר תורה מיוחס צום צאנזער רב. אא״ו
די אלע זענען ביישפילן אז יחוס מייינט נישט אז ס׳איז פינקטלעך אנגעשריבן.
און האט וועל איך אייך ציטירן א לשון הרמב״ם אין שופטים הלכות מלכים פי״ב הל׳ ג.וז״ל בימי המלך המשיח. כשתתיישב ממלכתו ויתקבצו אליו כל ישראל. יתייחסו כולם על פיו ברוח הקודש שתנוח עליו. שנאמר וישב מצרף ומטהר וגו׳. ובני לוי מטהר תחילה ואומר זה מיוחס כהן וזה מיוחס לוי. ודוחה את שאינן מיוחסין לישראל. וכו׳.עכ״ל: זעהן  מיר דא קלאר אז א כהן מיוחס וועט מען ווערן בלויז מיט משיח׳ס ווארט נישט האבן׳דיג בכלל קיין יחוס די פריערדיגע צוויי טויזנט יאר. 
אונז אידן מאמינים בני מאמינים אנגעזאפט מיט אמונת השם און אמונת חכמים איז מספיק אן הסכמה פון ראשונים כמלאכים פונקט ווי אן הסכמה פון משיח אליינס וואס דער רמב״ם פסק׳נט דאס ער ווערט גלייך א כהן מיוחס  איז קלאר  אז יעדער אפשטאמיגער פון א צדיק א בעל רוח הקודש א כהן איז א זיכערער כהן מיוחס. 

ווען דער הייליגער תפארת שלמה זי״ע ( היינט ער״ח ניסן זיין יארצייט) וואס האט פאר אן עני וועלכער איז געקומען נאך א ברכה  ווילנדיג אים פוילן א ישועה  געשריגן ״גיי ארויס פון מיין הויז עני חשוב כמת און איך בין א כהן ( א געוויסער דרך ביי צדיקים געווען) זיו מיר נישט מטמא״. ( די מעשה האט אן המשך ואכמ״ל)איז פשוט אז זיינע קינדער זענען כהנים מיוחסים ( און יענער איז אן עני מיוחס. עכ״פ ביזן ישועה). 
איז לעניננו ווער ס׳איז אן אייניקל פון ש״ך איז א קלארער כהן מיוחס און ס׳איז כלל אסור מהרהר צו זיין דערויף. וד״ל. 
אמר הכותב אזוי ווי איך זעה דאס די שרייבן אויפן פארום גנב׳ט מיר זייער אסאך טייערע צייט מיז איך זיך געזעגענען מיטן עולם מיטן ציל אויפצוטוען בעסערע זאכן.
 א גוטן ערב שבת און א לעכטיגן תמיד מיט אלע ברכות און
כל טוב
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

כל טוב, זייער שיין, אבער לענ"ד זעה איך נאך אלס נישט דא קיין דורשין לגנאי ח"ו, בסך הכל איז מען זיך מתוכח צו א כהן מיוחס הייסט דייקא איינער מיט א שטר יוחסין, צו נישט. אגב, עס וואלט בכלל נישט געווען קיין שום פגם אינעם הייליגען ש"ך אויב ער וואלט געווען א ישראל. פילע ריזען ביי כלל ישראל זענען געווען ישראלים.
נאכאמאל כל טוב, דיין שרייבען איז זייער שיין.
הצלחה רבה וכל טוב סלה.
רצונינו לעשות רצוניך.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

id=2761&page=0165&num=0.pdf
(55.5 KiB) געווארן דאונלאודעד 474 מאל

בענין אם הש"ך הי' כהן מיוחס, עיין כאן, ואיני יודע על מה כוונתו, אבל כפי הנראה יש מדובר בזה בין הפוסקים
הכותב הוא משה הכהן גארדאן, שם של ספר אביו הוא שארית ישראל, ואינו תח"י כעת לעיין שם
למה זה תשאל לשמי...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

מיט וואס איז דער ש"ך'ס אייניקל מער "כהן מיוחס" ווי אנדערע.
די האלטסט באמת אז יעדע גדול בישראל וואס איז געווען כהן איז אוטומאטיש געווארן א כהן מיוחס?
אדער אז יעדער גדול בישראל וואס איז "נאר" געווען א כהן חזקה, האט אויפגעהערט צו דוכענען????
דאס יא, א כהן אן אייניקל פונעם ש"ך איז א "מיוחסדיגע כהן".
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

הרב כל טוב, איך האב גערעדט צום סאטמאר'ע רבי'ס גבאי ר' שמואל הכהן פריעדמאן און ער האט מיר געזאגט אז ער ווייסט נישט פין די מעשה, אבער ביי זיין טאטענס שבעה איז געקומען א קרוב פין ארץ ישראל און פארציילט אז א ענדליכע מעשה איז יא געווען ביים בעלזא רב ווען מען איז געגנגען פרעגן איבער א שידוך, האט דער בעלזא רב געזאגט פארן מחותן די אויבענדערמאנטע דברי שבח אויף משפחת פריעדמאן-פעפער הכהנים.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

קרעמער האט געשריבן:מיין שכן א גר האט אזא יחוס בריוו אויף איין לוס-ליעף פאפיר
עס הייבט זיך אן אברהם בן אברהם בן תרח וכו'

;l;p-
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דער רעכנט אויס פונקטליך דער סדר היחוס פון ליובאוויטש'ער רבי זצ"ל בן אחר בן ביז ארויף צו דוד המלך, צ"ו דורות, אן קיין איין 'נכד' 'גזע' וכו'.
יתכן אז וועקשטיין אדער קוואדראט וועט נישט אינגאנצען מסכים זיין, אבער דא האט איהר דעם לינק און גיי צו עמוד 79 פונעם קונטרס:
http://www.teshura.com/teshurapdf/Tenen ... 205774.pdf
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ישר כח,
דאס איז נישט בן אחר בן. הרבנית דבורה לאה בת אדמוה"ז
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פון ווי נעמט זיך אז הרה"ג ר' יוסף מרומי (אות ס"א) איז געווען א זוהן פון רב האי גאון?

איז דא ערגעץ א קבלה אז ער איז אנגעקומען פון בבל קיין רוים?

בכלל, ווער איז ער געווען? וואס איז די מקור?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אין סדר הדורות ווערט געברענגט אז רב האי גאון איז געווען אין רוים. קען זיין נאר פאר אווערנייט
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א חידוש; אבער אז ער זאגט אזוי זאגט ער אזוי. ווי אין סדר הדורות?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

איטשע האט געשריבן:1. הורוויץ זענען אייניקלעך פונעם בעל המאור... ביז'ן בעל המאור פעלט דורות, און פונעם בעל המאור איז נישט באקאנט ביז..... "לוי בן יעקב"
2. די רעשט יחסנים ביז אדם הראשון איז דורך רש"י, וואס מען ווייסט קוים ווער זיין טאטע'ס טאטע איז געווען, אפאר דורות אינדערמיט ביז הלל הזקן, וואס זיין יחוס צו יהודה אדער בנין איז אויך א שיינע מיסטערי.
3. און ווער ווייסט דען זיין יחוס ביז רש"י דור אחר דור???
דער מאקימוס וואס א משפחה ווייסט היינט "דור אחר דור", וואס פארמאגט גיטע מקורות איז בע' 30 דורות... (משפחת לוריא, טריוויש, עפשטיין, הורוויץ), ביז אדם הראשון איז "אביסעלע" מער פון דעם....

זענען נישט די האראוויץ'ס [חוזה] אייניקלעך בא"ב פון קרח בן יצהר?
...כי אם ליראה וגו'
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אטעטשירט דעם סדר הדורות. בשם המרדכי במסכת שבת
אטעטשמענטס
סדר הדורות - חלק א - הלפ...pdf
(72.3 KiB) געווארן דאונלאודעד 309 מאל
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א דאנק אייך פאר עס אהער ברענגען.

פאר דער וואס זיכט עס, איז עס אין דער ערשטער קאלומן דער ניינצענטער שורה:
ובמרדכי דשבת נראה דרב האי היה ברומי

דעס גאנצע שטיקעל פון רב האי גאון איז זייער אינטרעסאנט; ער ברענגט דער מעשה פון בוסטנאי און פון מר זוטרא וואס האט געמאכט א אויף שטאנד אויף פרס (שוין אמאל אויס געשמועסט ערגעץ אנדערש).

ווער וויל וואלונטירען עס איבערצוזעצען אויף אידיש?

דעס איז א יסודותדיגע מקור פאר דער ליניע פון מלכות בית דוד וואס איז נוגע כמעט יעדען יחוס בריוו.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

1. רב האי גאון האט נישט געהאט קיין קינדער
2. דער מהר״ל איז נישט געווען קיין אייניקל פון די מהר״ל הזקן
3. דער תניא׳ס פאטער האט געהייסן ר׳ ברוך ב״ר ״אברהם״
4. בכלל דער יחוס פון אות ס״א - ע״ט, איז לא היה ולא נברא, א פוסטע דמיון פון א בעל דמיון.

וואס איז יא באקאנט איז:
1. מהר״ל הזקן מפראג, התיחס להגאונים, און ס׳איז נישט באקאנט ״וועלכע״
2. זיין ״קרוב משפחה, דער מהר״ל האט זיך מתיחס געווען צו ״דוד המלך״!
3. דער תניא׳ס יחוס צו מהר״ל איז שוין געווען מוטל בספק 100 יאר צוריק.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

וועקשטיין האט זיך שוין מטפל געוועהן דערמיט דא http://forum.otzar.org/forums/download/ ... 263e057c04
יוסף נחמי' הכהן קוואדראט האט זיך ניט אמאל צוקראצט דערפון (מגילת יוחסין - באבוב מהדו"ת), שרייבענדיק בלויז: בעל התניא בן הג"ר ישראל ברוך פאזנער בן הג"ר אברהם, ותו לא.

לגבי דער מהר"ל מפראג'ס יחוס שרייבט וועקשטיין, דא: http://forum.otzar.org/forums/download/ ... 263e057c04
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

חסידישער יוד האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:1. הורוויץ זענען אייניקלעך פונעם בעל המאור... ביז'ן בעל המאור פעלט דורות, און פונעם בעל המאור איז נישט באקאנט ביז..... "לוי בן יעקב"
2. די רעשט יחסנים ביז אדם הראשון איז דורך רש"י, וואס מען ווייסט קוים ווער זיין טאטע'ס טאטע איז געווען, אפאר דורות אינדערמיט ביז הלל הזקן, וואס זיין יחוס צו יהודה אדער בנין איז אויך א שיינע מיסטערי.
3. און ווער ווייסט דען זיין יחוס ביז רש"י דור אחר דור???
דער מאקימוס וואס א משפחה ווייסט היינט "דור אחר דור", וואס פארמאגט גיטע מקורות איז בע' 30 דורות... (משפחת לוריא, טריוויש, עפשטיין, הורוויץ), ביז אדם הראשון איז "אביסעלע" מער פון דעם....

זענען נישט די האראוויץ'ס [חוזה] אייניקלעך בא"ב פון קרח בן יצהר?


פון וואנעט נעמסטו אז זיי זענען געווען אייניקלעך פון קורח בא״ב?
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

איטשע האט געשריבן:1. רב האי גאון האט נישט געהאט קיין קינדער
2. דער מהר״ל איז נישט געווען קיין אייניקל פון די מהר״ל הזקן
3. דער תניא׳ס פאטער האט געהייסן ר׳ ברוך ב״ר ״אברהם״
4. בכלל דער יחוס פון אות ס״א - ע״ט, איז לא היה ולא נברא, א פוסטע דמיון פון א בעל דמיון.

וואס איז יא באקאנט איז:
1. מהר״ל הזקן מפראג, התיחס להגאונים, און ס׳איז נישט באקאנט ״וועלכע״
2. זיין ״קרוב משפחה, דער מהר״ל האט זיך מתיחס געווען צו ״דוד המלך״!
3. דער תניא׳ס יחוס צו מהר״ל איז שוין געווען מוטל בספק 100 יאר צוריק.


רב האי גאון לא היה לו בנים. אבל אבל הי' לו בנות. והקשר בין ר' יוסף מרומי לרב האי גאון אין לו שחר.
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”