אנטוויקלונגען פון די ערשטע אידישע קהילות אין ברוקלין

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

אנטוויקלונגען פון די ערשטע אידישע קהילות אין ברוקלין

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 2:54 pm

בס"ד

נישט לאנג פארן קראך זייענדיג נאך א שטיקעל גרינער דא אין שטעטל, האב איך אנגעפאנגען צו ארבייטען אויף א פראיעקט צו דאקאמאנטירען די אנטוויקלונגען פון די ערשטע אידישע קהילות אין ברוקלין, כ'האב אריינגעלייגט גזמאות מיט צייט, צענדליגער און צענדליגער שעות ממש פשוטו כמשמעו, כ'האב שוין געהאט די ארבייט 50 פראצענט פערטיג ווען די טראגעדיע האט פאסיערט און די קרעטשמע איז געווען פארשפארט פאר א שטיק צייט.

אינדערצווישען בין איך געווארן פארנימען מיט עפעס אנדערשט, געלייגט די פראיעקט איו א זייט, און נישט געהאט די שטופ צוריק צו גיי צו דעם ענין.

למעשה א צוויי וואכן צוריק איז מיר די חשק צוריק געקימען, כ'האב אראפ גענימען די ווערק פונעם שעלף, אפגעשטויבט, און צוריק צו דער ארבייט.

יעצט איז עס געווארן (מער ווייניגער) פערטיג, טא, טי איך עס דא שענקען דעם ציבור, כ'האף דער עולם וועט הנאה האבן.

די סיבה פארוואס כ'מאך א עקסטערע געהענגל פאר דעם, אין איך לייג עס נישט אריין אין די אלגעמיינע געהענגל פון אידישע היסטאריע פון אמעריקע איז צוויי פאכיג, איינס ווייל עס מוז זיין א המשך, ווען נישט פארליערט עס אסאך פון די אינטערעסאנטקייט, ווי דער עולם וועט זעהן, און צוויי, ווייל עס איז א שמועס נאר וועגען די קהילות, און איז גענוג רייך צו קענען לעבן פאר זיך, אז דער עולם וועט האלטן ווען עס איז פערטיג, אז מען זאל עס צוזאם שמעלצען, נא, וועט מען עס דעמאלט דעבאטירן, דערווייל ווילאנג עס איז פערטיג וואלט אין געבעטן עס צו לאזן עקסטער.

כ'וועל עס צוביסלעך פאסטען און חלקים, עס איז א גרעסערע שטיק אינפארמאציע, רוב שטיקלעך קומען באגלייט מיט דאקומענטן, אדער בילדער וכדו' איז ממילא, דארף מען עס צושטייט ארויף לייגן דבר דבור על אופניו. דער עולם זאל האבן געדולד, און ביטע נישט אריין רעדן מיט קיין לאנגע מגילות, זעכער נישט מיט עפעס וואס האט נישט א דירעקטע שייכות ממש ממש מיט די ענין וואס ווערט באהאנדעלט, ווען איך וועל ווערן פערטיג פאסטען, וועל איך מעלדען און יעדער וועט קענען צולייגען משלו.

להווי ידוע, עס איז נישט קיין דבר השלם, אזוי ווי דער עולם וועט זעהן, בעיקר ווייל פארשידענע פערזאנען, ווי עסקנים, רבנים, שיינע אידן, קענען ווערן באהאנדעלט יעדערער עקסטער כמעט, מיט א גרויסע כמות פון אינפארמאציע, אבער דאס וועט מען טאן נאכדעם, אגב אסאך פון די פארמישטע זענען שוין באהאנדעלט געווארן דא אין שטאט, ביי אנדערע געלעגענהייטן.

מיט דאנק פון פאראויס,

"לכתחילה אריבער"


(איך לייג דא צי איין פערעגראף וואס כ'האב געשריבן שפעטער ווייל א שרייבער האט מיט רעכט מעורר געווען)

כ'וויל דא איין זאך מאכן זייער קלאר, סיי וואספארא דערמאנונג פון א פארשוין, געפיערעכטס, אדער סיי וואס עס האט א שייכות מיט רעפארם, אדער קאנסערוועטיוו, אדער אפי' די מינדערסטע אוועק גיין פון מסורת אבות אויף די מינדערסטע מאס, זאל ח"ו נישט ווערען אויסגעטאטשט ווי דיי מינדערסטע סימפאטיע דערפאר, אדער ח"ו אפי' אביסעל גלייכגילטייקייט צו די שרעקליכע חורבן וואס דאס האט געברענגט אויף כלל ישראל, ווי פארשלאפען האט געשריבן.

די געשרייבאכטס איז בכלל נאר פון א היסטארישער פרעספעקטיוו, און עס איז שווער צו מאכן קאמענטארען יעדעס מאל וואס די אויבנדערמאנטע קומט אריין, איז בין איך מיט דעם יוצא דעם והייתם נקיים.

נ.ב. די זעלבע איז ווען מען דערמאנט א קירכע, אדער סיי וואס איז בניגוד צי תורתינו הקדושה.

"לכתחילה אריבער"


וזה התחילו בעהשי"ת:

איך האב צוזאם געשטעלט א טשארט פון די אנטוויקלונג פון די אידישע קהילת אין ניו יארק, עס ווייזט די דורכגאנגען פון די קהילות, די פלעצער ווי זיי האבן געהאט זייערע בתי מדרשים, ווען געוויסע האבן זיך אפגעטיילט און פון דעם איז געבוירן אנדערע קהילות, אזוי אויך ווען געוויסע קהילות האבן זיך צוזאמגעשטעלט און געמאכט איין קהילה אא"וו.

דא זענען די כללים:

1) ווי העכער אויפן טשארט א געשעניש שטייט איין, איז א פריערדיגע יאר.

2) עס זענען דא דריי מינים געשענישן,
2.1) ווען א קהילה האט געמופט, דאס ווערט באצייכנעט מיט די צייכן:
2.2) ווען געוויסע מענטשען האבן זיך אפגעטיילט, דאס ווערט באצייכנעט מיט די צייכן:
2.3) ווען קהילת האבן זיך צוזאם געשטעלט, דאס ווערט באצייכנעט מיט די צייכן:

3) ביי יעדע געשעניש איז דא א נומער אין דא ווייטער ווערט געשריבן מער פרטים פון יעדע זאך, וואס איז נישט מעגליך געווען אריינצושטיפן און איין צעטל, דערווייל איז דא 25 עקסטערע געשענישן און עס וועט זעכער ווערן מער מיט די צייט.

יעצט וועל איך פאסטען די טשארט.
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 10:52 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 3:05 pm

דא לייג איך איבער א חלק פון די פריערדיגע תגובה, וואס האט אביסל גרעפיקס וואס האט נישט געכאפט ביי די פשוטע טעקסט
צוגעלייגטע
Untitled1.png
Untitled1.png (7.03 KiB) געזעהן 5197 מאל
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 3:07 pm

די טשארט!!!
צוגעלייגטע
finel.png
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 3:14 pm

1) די גרינדונג פון קאנגרעגעשאן "קהל קודש בית אלקים" דאס איז יאר 1848, די קהילה איז די ערשטע קהילה צו ווערן
געגרינדעט און גאנץ ברוקלין, עס איז געווען א ארטאדאקסישע קהילה, עס איז געגרינדעט געווארן דורך 9 אימעגראנטען פון דייטשלאנד און פראנקרייך וואס האבן זיך באזעצט און וויליאמסבורג.

די ערשטע איד און וויליאמסבורג איז געקומען פון מאנהעטען און יאר 1837 זיין נאמען איז געווען "אדאלף בעקער".

דעמאלט איז געווען און גאנץ וויליאמסבורג (א עקסטערע סיטי דעמאלטס) אינגאנצען 300 הייזער, נאך אים זענען געקומען וואנען נאך אידען פון מאנהעטען, זיי פלעגען פארן יעדען ערב שבת אויף מאנהעטען מיט א שיף כדי צו דאווענען מיט מנין, און צוריק קומען מוצאי שבת, ביז יאר 1846 ווען זיי האבן זיך אנגעהויבן צוזאם נעמען א אייגענע מנין, די ערשטע יארן האבן זיי געדארפט האבן איין איד פון מאנהעטען אויף שבת ווייל זיי זענען נאר געווען 9 ווי אויבן דערמאנט.

זייער ערשטע עמטליכע "בית מדרש" איז געווען און די הויז פון "משה קעסעל" אויף מארסי עוו., דארט האבן זיי באצאלט רענט 150 דאלער יערליך.

דאס איז געווען און יאר 1848 און דעמאלטס הייסט די גרינדונג פון די קהילה, יעדע מעמבער האט באצאלט 3.00 $ פאר די גרינדונג פון די קהילה, און יערליכע מעמבערשיפ איז געווען 6 דולער, 50 סענט א חודש !!

די קהילה האט יענעם יאר אויך געגרינדעט א בית עולם אינעם "סייפרעס הילס" סעמעטערי.

א געוויסע "אייזעק אייזמאן" האט געדינט ווי די ערשטע אומאפיציעלע רב, די צווייטע און דריטע אומאפציעלע רבנים זענען געווען רב גאטהאלד און רב רובין שפעטער האט מען געניצט א האל אויף נארט 2 קארנער אכט (דאס איז היינט מארסי קאר. מעטראפאלעטאן) אין יאר 1868 האט די קהלה אנגעהויבן ווערן ריפארם.

לאמיר זיך א מינוט אפשטעלען אויף די דערמאנטע מענטשען.

אדאלף בעקער, האט געפענט א דריי גוד ביזנעס און האט מצליח געווען, ער איז געווען די דירעקטער פון די פורסט נעשענעל באנק, און געמאכט ביזנעס מיט די קינגס קאנטי געז קא. ער פלעגט פארקויפן זייער געז און צאלען צווישען 80 און 85$ א חודש, איינמאל האבן זיי אים געטשארדטש מער ווי 400$, באצאלען האט ער געמוזט ווייל מען האט אפגעהאקט די געז, אבער ער האט זיי גערופען אין קארט אז מען האט אים באשווינדעלט, ער האט געווינען און באקימען די געלט צוריק מיט אינטערעסט 455$.

ער האט געהאט איין טאכטער און צוויי זון, די זון זענען געווען בנימין און יעקב און די טאכטער האט געהייסן זשוליע בא'כאראך. זיין אייניקעל האט געהייסן יעקב דזעי. בעקער (ער איז געווען די פרעזידענט פון די דזואיש האספיטאל, און ווען "קהל קודש בית אלקים" האט געמופט אויף קיעפ (ווי שפעטער באשריבן) איז ער געווען פון די ראשי קהלה, און בכלל איז ער געווען א קנאקער און אנדערע זאכן)

אין די "רעהל ראד ריפארט" פון די יאר 1871 (די רעהל ראד קאמפאניס פלעגען מאכן יערליכע ריפארטס איבער זייערע אקטיויטעטן) איז אדאלף בעקער איינער פון די דירעקטערס פון די וויליאמסבורגע ליניע, און אין די "רעהל ראד ריפארט" פון די יאר 1872 פון די סטעיט אוו ניו יארק איז ער די טרעזשערער פון די "גרענד סטריט און ניוטאן ליניע", אזוי אויך איז דא א קארט קעיס און יאר 1875 איבער א סטאר אויף גרענד סטריט וואס ער האט פארקויפט אין יאר 1871 .

ער איז געשטארבן און 1900.

משה קעסעל, איז געווען א פלאמבער און איז געווען גיט מיט די מיעאר פון ברוקלין "מארטין קאלבפלייש" (קאלבפלייש איז שפעטער געווען א קאנגרעסמאן) און באקימען קאנטראקטס פאר ברוקלין, איינע פון די קאנטראקטס איז געווען אויסצושטאפיערן די סיטי מיט לאמפן, ער איז געווארן א גרוסע עושר, ער איז ווערט געווען צווישעו "60,000 און 100,000$", ווען ער האט חתונה געמאכט א זון איז עס געווען באשריבן אין טיימס אלס א שיינע חתונה, און ער איז געווען פאן די גרינדערס פון "קהל קודש בית אלקים", די פרעזידענט און גרינדער פון די היברא יתומים היים, און א בארד מעמבער פון עטליכע אידישע טשערעטיס אין ברוקלין.

און יאר 1877 איז ער געלאפן אלס דעמאקראטישער קאנדידאט פאר קאמישענער אף טשערעטיס פון ברוקלין פאר די דריטע דיסטריקט, ער האט געווינען, דערנאך און 1878 האט זיין קעגנער דער ריפאבליקאנער "ענדרא זייסער" אים געטשעלענזשט און קארט אז די וואלען זענען געווען געפעלטשט, די קארט איז אנגעגאנגען א פאר יאר, זייסער האט מצליח געווען צו לייגן א סטעי, און אין ניו יארק טרביון פון 1880 איז די א נייעס ווי די קארט פארלאנגט פון די קאנטי טרעזשערי צי פארשטיין געבן פארוואס מען צאלט משה קעסל פארן זיין קאמישענער, בשעת קארט האט געלייגט א סטעי אז ער קען נישט זיין קאמישענער, זייסער האט צייטוויליג געווינען די פאזיציע, ביז יאר 1882 ווען קעסל האט צוריק געווינען די פאזיציע.

אין 1884 האט קעסעל געריפן אין קארט דעם זייסער, ער זאל אים צוריק געבן די געלט וואס ער האט געמאכט אין די צייט ווען ער איז אומיושרדיג געווען קאמישענער, און קעסל האט געווינען, און יאר 1887 איז דא א געזעץ און ניו יארק קאנגרעס "צוריק צו געבן פאר "משה קעסעל" געלט – ביז 3000 $ - וואס ער האט אויסגעגעבן צי פייטן פאר זיין פאזיציע אלס "קאמישענער אוו טשערעטיס אין קינגס קאנטי" וואס מען האט אים "אומיושרדיג אוועקגענומען".

און 1881 האט ער געלאזט ארעסטירן זיין 17 יערעגע זון "הענרי" פארן ארוס נארן פון אים 25$ מיט א פאלשטע סיבה.

ער איז געשטארבן און עלטער פון 81 מעי 1906 איבערגעלאזט איין טאכטער און פינף זון, ביי זיין טויט האט ער געואונט אויף סט. מארקס ביי בעדפארד, זיין לוי איז געווען און שול פון קהל קודש בית אלקים אויף קיעפ סטריט (די שול ווערט שפעטער באשריבן).
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 3:22 pm

דא איז די באריכט איבער די קארט קעיס צווישען אדאלף בעקער און די געז קא.
צוגעלייגטע
beker3.png
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 3:33 pm

עטליכע באריכטען און קארט ריפארטס איבער די פייט צווישען "משה קעסעל" און "ענדרא זייסער"
צוגעלייגטע
kessel1880g.png
kessel1886.png
kesselg1878.png
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 3:35 pm

/
צוגעלייגטע
kesselg1880.png
kesselg1884.png
kesselg1887.png
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 3:42 pm

2) די גרינדונג פון קאנגרעגעשאן "בית ישראל".

אין 1856 האבן 12 דייטשע האלענדישע און פארטאגעזישע אימעגראנטען ארגענעזיערט א קהילה, עס איז געווען א שטרענג ארטאדאקסישע קהילה, קודם אין פרייוואטע הייזער ווי למשל אויף מערטעל עוו אין שטוב פון מר. "בערנארד ראס" און דערנאך אויף 155 עטלענטיק סטריט, (היינט עטלענטיק עוו.), די סיבה איז געווען די זעלבע ווי אויבן דערמאנט, די שוועריקייט פון פארן יעדן שבת אויף מאנהעטען צום דאווענען, זייער ערשטן "רב" האט מען פארשיקט גאנץ שנעל, זיין נאמען איז געווען מ. גרשון, די סיבה אויף זיין פארשיקען, איז פארשריבן וויל ער איז נישט געווען קיין בעל קורא!! און יאר 1861 האט מען אויפגענומען הרב יואל אלעקסאנדער פאר רב. אין 1857 האבן זיי מקדש געווען א בית החיים און וואשינגטאן סעמעטערי. אן אנדערער אומאפציעלער נאמען פאר די קהילה און די צייט איז "עטלענטיק סטריט שול".
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 3:51 pm

3) קאנגרעגעשאן "קהל קודש בית אלקים" מופט.

דאס יאר איז 1860, די פריערדיגע שול אויף מארסי עוו. איז אוסגעוואקסען די קהילה האט אפגעקופט א קירכע סויט איינס קארנער אכט סטריט (דאס איז היינט מארסי עוו.) די בנין איז שפעטער צוריק געווארן א קירכע און מען האט דאס צוווארפן ווען מען האט געבויט די וויליאמסבורג בריק.
צוגעלייגטע
Untitleda.png
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 3:53 pm

4) אין יאר 1861, 41 מעמבערס פון "קאנגרעגעשאן בית ישראל" האלטען אז "בית ישראל" איז צו פרום, זיי טיילן זיך אפ און גרינדען קאנגרעגעשאן "בית אלקים".

זיי דאווענען און "גראנדא האלל" אויף 118 - 112 מערטל עוו. צווישען ברידש סטריט און דאפיעלד סטריט. (די "גראנדא האלל" קוקט אויס איז געווען א גרויסע בנין וואס האט געדינט פארשידענע פונקציעס, פאר קאנפרענסעס, געשעפטען און פארשידענס, היינט שטייט דארטן גרויסע בנינים און די גאס הייסט "מירטעל פראמענאדע").

עס איז נישט דא קיין רב נאר א חזן "דזארדש בראנדענשטיין" ער באקומט באצאלט 150$ א יאר אדער 12.50$ א חודש. גלייך איז שוין געווען "מיקסט סיטינג" מענער מיט פרויען אינאיינעם. אזוי אויך צייכענט די היסטאריע אן אז אנהייב דאווענען פלעגען די מענער אויסטאן די היטן "אלס ריספעקט" אן צוריק אנטיען נאכן דאווענען. (דאס איז א אנדערע "בית אלקים" פון פריער און מען קען ווערן צומישט ווייל זיי האבן די זעלבע נעמען, וועט מען רופן די ערשטע " קהל קודש בית אלקים"און די צווייטע סתם "בית אלקים")
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 3:57 pm

5) אין יאר 1862 "קאנגרעגעשאן בית ישראל" וואקסט און מען דארפ א נייע פלאץ צום דאווענען.

מען קויפט אפ צוויי לאטס אויף בארעם פלעיס קאר סטעיט סטריעט (ביז 1904 שפעטער א קירכע ביז 1950, היינט איז דארט א טורמע) פאר די סומע פון $3,000, מיטן בויען האט עס באטראפען $10,000 .

דאס איז געווען די ערשטע בנין וואס איז געווען געבויט פאר א בהמ”ד אין ברוקלין היסטאריע, מען האט עס שנעל געבויעט די הנחת אבן הפנה איז געווען און יאנואר, און אין אוגעסט איז עס שוין געווען פערטיג.

עס איז געווען געבויעט אויף אן ארטאדאקסישען שטייגער, די ארטאדאקסישע הנהגה האט נישט געהאלטען לאנג, צוביסלעך אנגעהויבן בערך 1873 איז די קהלה געווארן מער און מער רעפארם, מען האט איינגעפיערט פארשידענע זאכן ווי מיקסט סיטינג, אויפגעהערט זאגן געוויסע תפילות וכדו' אבער דער עולם איז נישט געווען אינגאנצען רעפארם, ווען מען האט געוואלט ברענגען אן ארגל און שול איז געווען אזא אפאזציע אז מען האט געמוזט מבטל זיין די פלאן, (דאס איז א זייער אינטערעסאנטע עפעזאד, אז מען האלט שוין ביי "מיקסט סיטינג" אבער "אן ארגעל", דאס נישט).

זיי האבן זיך נאך געהאלטען ווי ווייט מעגליך, למשל מען האט געהאלטן צוויי טעג יו"ט נישט ווי די רעפארם, אזוי אויך האט מען ארויס געווארפן א ראביי טינטער, פארן ווילן מסדר זיין א הייראט צערעמניע פאר א איד מיט א גויטע, אזוי אויך האט מען ארויסגעווארפן א ראביי פארן מחלל זיין יום כיפור, די אלע זאכן האט געקאסט פאר די קהלה, עס איז געווען גרויסע קריגערייען, און חוץ פון די אויבנדערמאנטע טיילונג , איז דער עולם געווארן קלענער און קלענער, צו דעם אין 1904 האט א פייער אויסגעבראכן, אזןי אויך האט א טייל עולם האט אוועקגעמופט פונעם געגענט, און מען האט מחליט געווען צו קופן א נייע שול כדי אופצולעבן די קהלה (ווי מען וועט שפעטער שרייבן).
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:01 pm

די בנין בארעם פלעיס קאר סטעיט סטריעט אלס קירכע
צוגעלייגטע
1.jpg
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:42 pm

די קהלה אין 1885רופט אין קארט די ברוקלין ראד איילענד קעבל רעילראד קא. פארן מאכן א נייע ראד (מן הסתם פאר די טרעקס) אן זייער רשות.
צוגעלייגטע
OPPOSING A CABLE ROAD August 7, 1885.pdf
(15.91 KiB) דאונלאודעד 328 מאל
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 4:55 pm

1899 א פייער אין א דערנעבענדיגע בנין מאכט שאדן פאר די שול
צוגעלייגטע
January 3, 1899 fire .png

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 5:54 pm

6) און דעם יאר 1862 האט קאנגרעגעשאן "בית אלקים" געמופט.

צו א געוועזענע קירכע אויף פערל סטריט צווישען נעסו און קאנקארד, געקויפט פאר 7,100 $ (היינט איז דארטן פראדזעקטס הייזער, איין אלטער בנין שטייט נאך ס'קען זיין אז דאס איז דער בנין וואס מען האט נישט ציווארפען אלס כבוד). דעמאלט האט די קהלה געהייסן פערל סטריט סינאגאג, למעשה קוקט אויס אז דער "בראנדענשטיין" איז נישט געווען א גרוסע "תנא קמא" ביי די חנוכת הבית האט ער נאר געזינגען, אין איינער א דר. "עס. עמ. אייזיקס" , און א "יוסף סאקס" האבן געזאגט די דרשות אין ענגליש און אין דייטש.

די קאנגרעגעשאן איז געווען ריפארם אבער נישט אינגאנצען ביז אין יאר 1870 צופרידען צו שטעלען געוויסע מעמבערס וואס האבן דאס פארלאנגט האט מען אינגאנצען אנגענימען דאס דאווענען ווי ריפארם, אין דעם יאר האט די קאנגרעגעשאן אויך געוואלט קופן א נייע בנין, און אפ' געגעבן א דיפאזיט פון 4,000 $ פאר א בנין אויף שערמערהארן צווישען נעווינס און פאווערס (היינט טערד עוו.) זיי האבן דאס געמוזט אופגעבן, און געהאט שאדן די דיפאזיט אין זענען צוריק אין די פערל סטריט בנין, און כדי די רעפארמער זאלן נישט האבן קיין טענות האט מען אריינגעלייגט אן ארגל און א קאהר.

אין יאר 1882 האט מען ארויסגעווארפען "בראנדענשטיין" (די סיבה איז אנגעגעבן ווייל זיי האבן געדארפט "טשענדז" הפנים עס איז נישט אבאמא'ס אויפטו!!) מען האט גענומען א נייע רב "סאלאמאן משה", און 1884 איז ער געווארן קראנק האט מען גענומען א נייע רב "וויליאם ספערגער" אן אנגארישער, אבער א שארף לינקער, ער האט איינגעפיערט אסאך נייע ריפארמען.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 6:08 pm

מ'בנייט די שול 1862
צוגעלייגטע
new.png
new 2.png
new 3.png
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אוגוסט 16, 2011 6:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 6:16 pm

איך קען נישט ליינען דעם ערשטן טשארט, אפשר לייגסטו עס אלס פידיעף?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 9:44 pm

1870 דאווענט מען די ערשטע מאל ריפארם
צוגעלייגטע
reform first time.png

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 9:59 pm

1882 שיקט מען אוועק בראנדענשטיין
צוגעלייגטע
br.png

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 10:02 pm

1884 ספרינגער אלס נייע רב
צוגעלייגטע
sp.png

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 10:05 pm

7) אין 1869 עטליכע מעמבערס פון "קהל קודש בית אלקים", און עטליכע מעמבערס פון "בית ישראל" זענען נישט צופרידען מיט די פרימקייט און טיילן זיך אפ און גרינדען קאנגרעגעשאן "טעמפעל ישראל".

מען דאווענט אין די הויז פון אדאלף פליישער 30 דאגלעס סטריט, דערנאך דאווענט מען און די "וויי עם סי עי" בילדינג אויף פאלטען קאר געלעטין פלעיס (היינט איז דארט א קליידער געשעפט "וויי ענד סי אנדערגראנד").

די קהלה פיערט זיך אויף די אנווייזונגען פון יצחק מאיר ווייס (דער טאטע פון רעפארם אידישקייט אין אמעריקע און מחבר פון סידור מנהג אמעריקע, (ארויס געשטיקעלט ריזיגע שטיקער דאווענען) וואס מען האט געניצט און רוב רעפארם סינאגאגעס). זיי וואקסען שנעל אויס דאס פלאץ און זיי קויפן א קירכע אויף 40 גרין עוו. מיט 800 זיצען (היינט א טעיאטער), די קהלה איז געווען ווילד רעפארם ביזן עקסטרעם, אפ' מער ווי "בית אלקים" אזוי ווייט אז ווען מען האט גערעדט זיך צוזאם שטעלען מיט "בית אלקים" האט דער פרעזידענט אברהם אבראהם נישט ציגעלאזט ווייל "בית אלקים" האט נישט געוואלט גיין אן קיין צודעק אויפן קאפ בשעת דאווענען, אזוי אויך האט מען נישט געניצט קיין טלית ביים דאווענען בכלל.

דער פרעזידענט אברהם אבראהם איז געווען א ריזיגער מאכער (זיין טאטע איז געווען פון בוואריע דייטשלאנד), גרינדער פין די "אבראהם און שטראס" דעפארטמענט סטאר (היינט איינס מיט מעסיס), און א קנאקער און אסאך אידישע ארגענעזאציעס ביי זיין לוי' באשרייבט די טיימס אז עס איז געווען א ריזיגער עולם פון המון עם און פערזענליכקייטן, עס איז געווען א ביטל מלאכה אין ברוקלין, און די ריזיגע מעיסיס דעפארטמענט סטאר און מאנהעטען (וואס האט געהערט פאר שטראס אבראהם'ס שותף) "איז געווען פארשפארט פארן טאג", אויך טרעפט מען אין טיימס אז די ניין גרעסטע אידישע ארגענעזאציעס, האבן געמאכט אפיציעלע טרויער אויסדריקען פאר אים, און באוויינט די גרויסע פארלוסט.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 11:41 am

אברהם אברהאם
צוגעלייגטע
abrahm.png

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 11:43 am

8) אויך אין יאר 1869 טיילן זיך מעמבערס אפ פון "בית אלקים".

ווייל עס איז צו שטארק געווארן רעפארם, זיי גרינדען א קאנסערוועטיוו קהלה "אהבת אחים" וואס איז עטוואס פרומער. זיי דאווענען אויף מעזעראל סטריט און איווען עוו. (היינט מאנהעטען עוו.)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 11:46 am

9) אין 1869 טיילן זיך נאך מעמבערס פון "קהל קודש בית אלקים" אפ.

זיי גרינדען קאנגרעגעשאן "בית יעקב", אנדערשט ווי די פריערדיגע טיילונג, טיילן זיך די אפ ווייל "קהל קודש בית אלקים" איז געווארן ריפארם און זיי ווילן בלייבן ארטאדאקס, די לעצטע שטרוי איז געווען אז מען האט געברענגט א מוזיקאלישע כלי צום יום כיפור דאווענען, זיי דאווענען אין א פרייוואטע הויז ווילאנג מען טרעפט א פאסיגע פלאץ.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 11:52 am

10) 1870 קאנגרעגעשאן "בית יעקב" מופט.

זיי קויפן א לאט אויף 326 קיעפ סט. פאר 1200 $ וואס 1050 $ איז א מארגעדש, עס ווערט געבויט א בנין אויף א שטרענג ארטאדאקסישן שטייגער, מען מאכט עקסטערע זיצן אויף די גאלעריע פאר די פרויען.

די קהלה איז געווען אסאך און די נייעס פאר קריגערייען, איין אזא מעשה איז געווען ווען איין קאמיטי מעמבער האט גערופן דעם צוייטן "די" אנשטאט "זי" ווי עס פאסט זיך אויף דויטשמעריש, אן עס איז געגאנגען מכות, שפעטער האט מען אויפגענימען א נייער סעקרעטאר, און איינער שמעון פרודענטעל איז נישט געווען צופרידען, האט געכאפט די ביכער פון אפיס און איז אנטלאפן, נאך א מעשה (שוין געווען באהאנדעלט אמאל) איז געווען ווען מען האט ארויס געווארפן די רב ראזענבערג פארן עסען דבר אחר, און ער איז געשטארבן א קורצע צייט שפעטער, ביי די לווי' פונעם רב האט דער סגן ראש הקהל געפערליך געשטורעמט, און געסטראשעט אז ער גייט איינעם הארגענען מיט א שטיין פונעם ניי געגרובענע גרוב, מען האט אים נאכאמאל אנגעקלאגט אבער די שופט האט געזאגט אז "עס איז דא גענוג שולד פאר ביידע צדדים".

נאך פאר די רב איז געשטארבן האט דער דער סגן ראש הקהל (וואס איז געווען פון די רב'ס שטיצערס) געשריגען אז די ראש הקהל וואס האט ארויס געווארפן דעם רב, עסט אליינס דבר אחר, און גנב'ט געלט פון די פישקעס, קארט האט אים מחייב געווען 100$ קנס פארן מאכן א בילבול אויפן ראש הקהל.

און 1893 האט די בהמ”ד אפגעברענט פון א בליץ, און מען האט איבערגעבויט.

נאך א אינטערעסאנטע געשיכטע מיט די שול, א גנב איז געקומען צום שמש פון שול מיט א צעטל כלומרשט פונעם סגן ראש הקהל אז ער דארף אראפ נעמען די טייערע לאמפן פארענט פונעם שול, די שמש האט אים אפ' געהאלפן, און ער האט דערמיט אפגעטראגען, שפעטער טרעפט מען באריכטעט אין די "סאן" און אין די "ברוקלין דעילי איגעל" אז מען זוכט דעם גנב.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט