א באזוך אריבער דעם וויליאמסבורגער בריק

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

א באזוך אריבער דעם וויליאמסבורגער בריק

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 1:42 pm

איבערגעגעבן דורך אונזער קארעספאנדענט: י. אבראהאם


דעם פארגאנגענעם שבת פרשת מסעי, מברכין חודש מנחם-אב תשע"א - א שבת וואס בכל תפוצות ישראל ליינט מען איבער די מסעות פון אידישע קינדער, און די ספרים הקדושים זענען אונז מגלה אז דער תורה הק' איז נצחיות, און יעדער איד באשר הוא שם, בכלל ובפרט, גייט אדורך די אלע מ"ב מסעות - וועט אוודאי בלייבן שטארק איינגעקריצט אין זכרון פון די וואס האבן די זכי' געהאט אנטייל צו נעמען אין דעם געהויבענעם שיירא, וואס האט זיך ארויסגעלאזט בצפרא דשבתא פונעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג המעטירה און אריבערגעשפרייזט דעם אור-אלטן "וויליאמסבורג'ער בריק", מיטן כונה און ציל צו שופך שיח זיין פארן בוחן כליות ולב און דאווענען אינעם באקאנטען מקום קדוש וואס שטייט שוין צו דינסט קרוב צו 80 יאהר זייענדיג א מקום נכבד לתורה ותפלה וחסידות, וואו הונדערטער אידן האבן זיך דארט אדורך געקייקעלט, זה לעצה ולתושיה וזה להדרכה ישרה וכיוצא בזה, אדער צו זיך אנווארעמען אינעם קאלטן אמעריקאנעם פראסט במובן הרוחני, וואס האט פארפרוירן יעדן לחלוחית של קדושה בפרט און פון יהדות בכלל.

דער מקום קדוש איז אפשר קליין בכמות, אבער גאר גרויס איז דאס באיכות. דאס איז דער "באיאנער קלויז" וואס איר לאקאל געפינט זיך אויף 247 איסט-בראדוועי אינעם אידישן לאויער איסט-סייד, מאנהעטן.

דער פלאן פון אט דעם שפרייזונג האט זיך אנטוויקעלט במשך דעם פארגאנגענעם וואך אלץ א דבר בעתו מה טוב, לקיים מה שנאמר אין די וואכענדיגע סדרה: 'ויסעו ... ויחנו'. דער פלאן האט ב"ה טאקע געברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן, ווען אלע מיטגייענדע האבן גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם, וואס איז געווען – להבדיל – דער בחי' וואס מיר געפונען ביי די מרגלים, אז יציאתן וביאתן איז געווען אייניג אויפן זעלבן כונה.

* * *

דער שיירא האט אפגעשמועסט זיך צו טרעפן אינעם 'וויענער שוהל' (ביי ליע און ראבּלינג) ביים גרעניץ פון וויליאמסבורג, און טאקע צום באשטימטן צייט 8:30, איז מען געווען גרייט מיט די נאסע פיאות צו זיך ארויסלאזן אויפן וועג. עטליכע האבן דעתם נוטה געווען צו איבערלאזן דעם שטריימל אין שטאט, אויפן וועג אהיים ווען מען דאס צוריק אפנעמען. ווידער אחד מבני החבורה האט זיך אקעגן געשטעלט און אנדערש געהאלטן, און לא די אז דעם שטריימל האט ער נישט געוואלט איבערלאזן, (אולי האט ער חושש געווען אז די וויענע אידן וועלן מאכן מטעמים דערפון...) נאר אפי' אויפ'ן 'רעזשוואלקע' האט ער נישט געוואלט מוותר זיין... (דער טלית איז געווען אנגעטוהן אונטער'ן רעזשוואלקע. מיר האבן זיך אנגעטראגן אהיים צו גיין און דערלאנגען יענעם א שאל מיט אויער שיצער... אבער יענער האט זיך אנטזאגט דערפון זאגענדיג, אז ער וועט זיך אן עצה געבן אָן דעם), א כלל, צום סוף איז נתקיים געווארן 'את והב בסופה' און יעדער איז זיך געגאנגען אנגעטוהן לויט ווי זיין הארץ האט איהם באגערט, און קיינער האט נישט קריטיקירט דעם צווייטן איבער דעם. מי כעמך ישראל!

און וַיִסָעוּ, , , נו! שבת קודש! - - אה, וַיֵלְכוּ!

דער שיירא האט זיך געציילט א קליינער, אבער פונדעסטוועגן האט זיך געגאסן פון יעדן אוצרות מיט חידושים און אינטערעסאנטע עפיזאדן, צוגאב צו גאר רייכע היסטאריע, איבער דאס אידישקייט אין אמעריקא בשנים קדמוניות בכלל, און אינעם אידישן איסט-סייד בפרט, וואס ווי באקאנט פארנעמט דער ברייטפארצווייגטער אינטערעסאנטער נושא גאר א מקום חשוב ונכבד אין אונזער 'על הצדיקים' און 'זכור ימות עולם' צווייגעלעך.

איינער פון די מיטגייענדע האט גענומען דאס ווארט און געשילדערט גאר רייכע היסטאריע איבער דער דעסטינאציע וואו אהין מ'גייט, דאס איז דער 'באיאנער קלויז קדישא' אין איסט-סייד, פארציילענדיג איבער די השתלשלות הענינים פון ווען 'מרנא ורבנא' דער רבי זצ"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקא, און אזוי ווייטער ביז וואנען דער עדה הקדושה האט זיך אנטוויקעלט אלץ מער און מער, להחיות עם רב לפליטה גדולה.

דער מספר האט דערציילט אז דער באיאנער רבי זצ"ל איז אין אנהויב פון די תר"פ יאהרן ארויסגעקומען אויף א באזוך קיין אמעריקא, צו ערפילן די נאכאנאנדיגער בקשה פון די 'חברה בני יצחק' באיאנער חסידים וואס האט שוין געווירבלט מיט חסידים אין אמעריקא, וועלכע האבן געצילט אז איינער פון די הייליגע קינדער פון מורם ורבם הרה"ק בעל פחד יצחק מבאיאן זצ"ל זאל קומען קיין אמעריקא צו אריינבלאזן עטוואס א חיות אין עצמות היבשות, אז זיי זאלן נישט פאלן ח"ו קיין קרבנות צו אמעריקאנעם מזבח ההפקרות.

דער רבי זצ"ל איז טאקע דאן געקומען בלויז באזוכן, אבער נאך נישט אנגענומען דאס בקשה פון זיך באזעצן דא. די חסידים האבן נישט נאכגעלאזט און כסדר געלאזט וויסן דעם רבי'ן רבינו מהרמ"ש זצ"ל אז כסאו מוכנת לו דא אין אמעריקא, און ווארטן בכליון עינים אז דער רבי זאל אננעמען זייער בקשה. אין יאהר תרפ"ז איז א שליח מיוחד פון אט די הייפעלע חסידים, געפארן קיין אייראפע צו 'אפנעמען' דעם רבי'ן, און קומען אינאיינעם מיט איהם קיין אמעריקא, צו אויפפרישן און אויפלעבן דעם חצר הקודש אויפן נייעם באדן אין אמעריקא. בעפאר דער רבי האט פארלאזט אייראפע איז ער געווען ביי זיינע הייליגע ברידער זי"ע אפנעמען ברכות קדשם.

צום ערשט האט זיך דער רבי באזעצט אין א פראוועזארישע וואוינונג, און מיט אפאר יאהר דערויף איז ערמעגליכט געווארן צו קויפן און איינרישן דעם בנין אויף 247 איסט-בראדוועי, פארן רבי'ן און דעם חצר הקודש, וואס איז געווארן דער נערוו-צענטער פאר פילע באיאנער/רוזינער חסידים, וואס זענען געווען אויסגעשפרייט אין פילע שטעט אין אמעריקא, און ווי אויך פאר צענדליגע אמעריקאנע אידן וועלכע האבן זיך געוואלט קלאמערן ארום א גוטער איד, און זיך אנווארעמען פון א אש קודש.

דאס ארומיגער מצב – בשעת'ן שמועסן איבער די סארט ענינים – האט גאר אסאך צוגעגעבן. אט שמועסט מען איבער די ערשטע אידישע אימגראנטען וועלכע האבן אימיגרירט קיין אמעריקא בשנים קדמוניות, און דערביי זעהן מיר אין דער זייט וויאזוי עטליכע שיפן און שיפלעך פארן ארום געמיטלעך אינעם איסט-ריווער. אויב איז דאס נישט גענוג, האט מען אונז געגעבן צו הערן פון דער זייט אביסל רוישיגע קולות פון די בּאַנען, וואס האט פיל צוגעגעבן צום אויטענטישקייט פון די שילדערונגען.

*

דער איינגענעמער בא'טעמ'טער שמועס וואלט זיך ווען געקענט פארציען פיל לענגער, ווען נישט וואס מיר האבן זיך שוין געטראפן ארויפשטייגענדיג אויף די טרעפ פונעם שוהל. בדחילו ורחימו זענען מיר אריינגעגאנגען אין שוהל. עס איז אונז אקעגן געקומען הרב החסיד ר' משה זאב פייערשטיין שליט"א – א דורכגעווייקטער חסידישער איד במלוא מובן המלה, וועלכער איז דער בריח התיכון פונעם שוהל און טוט פיל לייסטן פארן עקזיסטענץ פונעם קלויז – און אונז ענטפאנגען מיט גרויס שמחה, און תיכף געוואלט אונז מהנה זיין מיט א ווארעמער גלעזל קאווע, אדער א קאלטן גלעזעל וואסער/סעלצער, וואס מיר האבן איידעלערהייט אפגעזאגט, נישט וועלנדיג איהם מטריח זיין.

אזוי אויך די אנדערע אנוועזנדע אינעם קלויז, האבן אונז ווארעם ענטפאנגען און איז דערלאנגט א ווארעמען "שלום עליכם" זאגענדיג דערביי "גוט שבת" מעומק הלב, און איז צוגעוויזן וואו אהין זיך צו זעצן, ווי עס פאסט זיך פאר בני א'ל חי. (אנדערש ווי ביי מיר אין שוהל, וואס א אורח פון אויסלאנד האט מיר אמאל געזאגט אז ער באקומט אלעמאל דעם זעלבן 'קבלת פנים' פון יעדן איינעם אין שוהל, ווען אימער ער קומט נאר אריין אין שוהל, וואס?, נישט קיין 'שלום עליכם', נישט קיין 'וואו קומט א איד', וכדו', נאר בלויז פינעף ווערטער: "רבי איד, ס'איז מיין פלאץ"...)

הרה"ח רבי משה זאב שליט"א האט זיך אינטערעסירט איבער אונזער קומען, און מיר האבן איהם געגעבן צו ערקלערן אז אונזער הארץ איז פול מיט געפילן צו אט די אידישע צענטערן וועלכע טראגט מיט זיך א רייכער היסטאריע זייענדיג אין פונקציאנירונג א פארלויף פון יאהרן, נאך בשנים קדמוניות, וואס אין די סארט בתי מדרשים האבן זיך געפונען פיל מיט מסירות-נפש אידן וועלכע האבן זיך געשלאגן אויף יעדן קוצו של יו"ד, און מיט אנגעשטרענגטע כוחות זענען זיי געשטאנען פעלזן-פעסט כדי נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאך די בייזע ווינטען וועלכע האבן דאן געבוזשעוועט אין ארץ החופש הנקרא אמעריקא.

דער חסיד האט ערווענט אז דבר בעתו מה טוב אז מיר זענען איצטער געקומען, ווארום אין די זומער וואכן איז דער מנין אביסל שווערער ווייל מאנכע האלטן זיך פעסט צום מסורת אבות ארויסצוגיין אויף די קעטסקיל בערג צו וויילן במשך די זומער וואכן, דעריבער איז דאס מנין אביסעלע שוואך, און יעדער וואס קומט, איז מחזק דעם מנין.

דער צייט האט שוין געוויזן 9:30 ווען דער בעל-תפלה איז צוגעגאנגען און געזאגט 'ברכות' מיט איין התלהבות. צו 'שוכן עד' איז צוגעשיקט געווארן - נישט מער און נישט ווייניגער – נאר נחמן נתן אליין. (מאנכע האבן גאר געזאגט אז דאס איז געווען דער סיבה פארוואס ער האט אונטער גענומען אויף זיך אזא שווערער נסיעה, ווייל אין דעם שוהל וואו ער דאווענט וועכענטליך, האבן די גבאים נאכן זיך באראטן מיט די ציבור המתפללים, מחליט געווען אז מער שיקט מען איהם נישט צו צום עמוד, צוליב זעלבסט-פארשטענדליכע סיבות, און כאן מצא הבע"ח לגבות את חובו). נחמן נתן וואוסענדיג מנהגי המקום אז פון 'יוצר אור' ביז 'לא-ל אשר שבת' זאגט מען פסוק בפסוק און א-ל אדון זינגט מען נישט, האט טאקע אזוי געטוהן כדי נישט משנה צו זיין, און פאר א טשענזש האט מען טאקע נישט געהערט דעם פלאם פייערדיגען 'שֶׁעֶעוַואח' - - 'נותנים לו', וואס כלל ישראל איז זיך נוהג צו זיך צופייערן מדי שבת בשבתו, ווען מ'דערזעהט זיך שוין ביי דעם חרוז.

[במאמר המוסגר: א טעות (ב"ה נישט: א פּאַניק) איז אַנְטשטאנען, אז דער בעל תפלה האט נישט געוואוסט אז 'ממקומך' איז דער מנהג אז מען זינגט יא, און ווען דער גבאי איז צוגעקומען נאכן דאווענען זאגן א הילכיגן 'יישר כח' אויפ'ן ווארעמען דאווענען, און 'נאר' מוסיף געווען דעם פרט אז 'ממקומך' וואלט מען יא געקענט זינגען, איז דער ענטפער גלייך ארויסגערינען: 'יא, אי"ה דעם קומענדיגן מאל', זיך באווארענענדיג אז דער ברעטל איז עומד ומוכן שוין יעצט אויפן קומענדיגן מאל...].

בעפארן ליינען, האט דער געטרייער גבאי רמ"ז שליט"א געזאגט הויעך דעם 'מי שברך' פונעם תוס' יו"ט פאר ווער עס איז שומר פיו ולשונו נישט צו רעדן ביים דאווענען. נאכדעם איז אויפגערופן געווארן לעלות לתורה 'כהן קרב יעמוד' א יונג ליטוויש בחור'ל מיטן נאמען 'מרדכי שלמה'. אונזער נייגער האט געצויגן – נאכן הערן דעם נאמען וואס שמו כשם מרנא ורבנא דער הייליגער מרא דאתרא זצ"ל – צו האט דאס טאקע שייכות, דעריבער האבן מיר אנגעפרעגט אינעם שכן וואס איז געשטאנען דערנעבן איבער דעם, און דער ענטפער איז געווען אז דער פאטער זיינער האט זיך קובע מקום געווען דא אין קלויז מיט א צירקע 20 יאהר צוריק, און אלץ רעזולטאט דערפון האט ער א נאמען געגעבן פאר זיין ניי געבוירן קינד 'מרדכי שלמה'.

דער בעל קורא - וואס איז אויך במקורו א ליטווישער, אבער דעם חסידיש'ן ברען האט ער זיך עטוואס זיך איינגעהאנדעלט דאווענענדיג אינעם 'קלויז קדישא' משך יאהרן לאנג - האט שיין און פּאמעלעך געליינט, זייענדיג מדייק על כל תג ותג ונקודה ונקודה, אזוי אז איינער פון די בני החבורה וועלכע איז זיך נוהג צו מעביר סדרה זיין ביים ליינען האט רואיג געקענט אָניאָגן צוויי מאל דעם פסוק מיט איינמאל תרגום, ביז וואנען דער בעל קורא האט דעם פסוק פארענדיגט.

יעדער עולה לתורה האט זוכה געווען צו מאכן (פארשטייט זיך, אומזינסט) א 'מי שברך' פאר 'אדוננו מורנו ורבנו רבי נחום דוב ב"ר מנחם מענדל, בעבור' וכו'. – הלא הוא כ"ק אדמו"ר דער באיאנער רבי שליט"א וואס הוא בירושלים ומצודתו פרוסה בכל העולם כולו, ובפרט צו דעם מקום קדוש, וואו 'דער זיידע' האט אפגעראכטן די עבודת הקודש בדחילו ורחימו, און וואו דער הארץ פון אלע חסידים פון פריערדיגען דור איז געווען אנגעוואנדען אין אלע מצבים און אומשטענדן.

צו מיר האבן באקומען אן עליה? וואס'א שאלה. טראצדעם וואס מ'מאכט נישט קיינע הוספות, און אפי' אחרון איז אויך נישט געווען צו באקומען, פונדעסטוועגן האבן מיר אלע געקראגן אן עליה.

צו ראש חודש בענטשן איז צוגעגאנגען דער געטרייער גבאי שליט"א און געזאגט 'ראש חודש מנחם אב יהיה ביום השני הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה', און דערנאך האט דער גאנצער ציבור איבערגעזאגט דעם פזמון. (איינער פון די אורחים האט טאקע נישט געוואוסט פון דעם מנהג, און נאכן הערן פונעם חזן 'יהיה ביום השני' האט ער מיט איין פלייסיגקייט און התלהבות זיך צושריגן הבא עלינו ו-ו-ו... למרבה הצער והבושה).

צו מוסף איז צוגעגאנגען איינער פון די שיירא, וואס האט בנועם שיח אראפגעלייגט א מוסף אויף זיין אייגנארטיגען בא'חנ'טען שטייגער, און צוגעגעבן פיל צום בא'טעמ'טן אטמאספארע.

*

ווי פלעגט הרה"ק ר' מענדעלע מרימנוב זצ"ל זאגן? בעצם וואלט מען געדארפט עסן און נאכדעם דאווענען, אלץ מעלין בקודש, נאר טאקע צוליב דעם, ווייל 'מעלין בקודש', דערפאר דאווענט מען פריער און נאכדעם עסט מען, ווייל דער עסן איז אין א מדריגה מער ווי דאס דאווענען.

כלפי מה הדברים אמורים, מיר זענען געלאדענט געווארן צום קידוש אויפן ארט, וואס לויט ווי די מתפללים געבן איבער איז דאס א דבר קבוע יעדן שבת צופרי נאכן דאווענען. איינער פון די מתפללים - וועלכער האט חושש געווען אז אפשר וועלן מיר זיך מונע זיין פון צו עסן, מורא האבענדיג אז מיר האלטן זיי פאר 'איסט-סייד אידן' פון די 19יאהר-הונדערט, און מיר זענען חושש אויף זייער כשרות המאכלים - האט ער אונז מגלה געווען אז אלע געבעקטס זענען היימיש געבאקען, און נישט קיין אנדערער ווי דעם גבאי'ס רביצין מאכט דאס מדי שבוע בשבוע. (מיר האבן זיך געפילט ווי 'שיינע אידן' וואס עסן נאר 'היימיש'...)

מיר האבן קידוש געמאכט אויף א דבר בעתו מה טוב, בבחי' כן דברת, יפה דברת ובזמנו דברת, דאס איז דאך דעם אלעמען באקאנטן באליבטן "אלט וויליאמסבורג", וואס טראגט מיט זיך דער סימבאל פונעם בריק, (וואס גראדע למען האמת האמיר א קבלה איז דער בילד איז גאר דער 'ברוקלין בריק', אבער ס'איז איין נפקא-מינה), און דערנאך איז דערלאנגט געווארן פאר יעדן א טעלער מיט צוויי סארט קוגלען, לאקשן און קארטאפל. אויסער דעם, לאמיר נישט פארגעסן, עס איז דאך דאך א חסידישער שטיבל, ממילא קיין אייער-קיכלעך און 'הערינג' האט נישט געפעלט דארט, און משום לא פלוג שלא לבייש את מי שאין לו, האמיר פון דעם אויך טועם געווען, לכבוד שבת קודש.

ווי פארשטענדליך, דא איז דער אינערליכער שמועס ארויסגעקומען אין דער עפענטליכקייט. די חשובע משתתפי ההליכה האבן אנגעהויבן אויסגיסן אלע זייערע שאלות איבער היסטארישע פאקטן וואס עס האט זיך אלץ אפגעשפילט אין די פריערידיגע יאהרן, בעטנדיג פון די עטליכע עלטערע אידן שארית הפליטה וואס וואוינען דארט, אז זיי זאלן מיטטיילן אביסל מיט אונז איבער זייערע איבערלעבענישן בימים ההם במקום הזה.

הרה"ח ר' משה זאב שליט"א האט צום ערשט גענומען דאס ווארט און אנגעהויבן צו שילדערן וויאזוי דער שוהל האט אויסגעקוקט און געווירבעלט בהלו נרו פונעם אלטן רבי'ן עלי ראשנו. ער האט אונז צוגעוויזן צום זייטיגן צימער (אויף צפון זייט פונעם קלויז – וואו די פענסטער פונעם צימער זענען צום גאס) וואס דאס איז געווען דער 'חדר מיוחד' פון רבי'ן, וואו דער רבי האט געדאווענט אלע תפלות, האבענדיג העכער זיך א אפענעם פענסטער צום שוהל צו קענען מיטהאלטן גענוי מיטן בעל-תפלה, וואס אזוי איז געווען דער מנהג פון צדיקי בית רוז'ין, צו דאווענען בחדר מיוחד.

ער האט פארציילט איבער די ערשטע יאהרן פונעם נשיאות פונעם היינטיגן רבי'ן שליט"א וואס איז אמאל געקומען פראווענען א שבת אין דעם מקום קדוש און דער עולם איז דאן געשטאנען 'קעפ אויף קעפ', נישט האבן קיין מעגליכקייט זיך א ריר צו געבן. ער האט דערביי מוסיף געווען אז דער רבי שליט"א איז זיך נוהג שטענדיג ווען ער קומט קיין אמעריקא צו דאווענען לכה"פ איין תפלת שחרית אינעם קלויז קדישא, און דאווענט אויך אין דעם חדר מיוחד, מקום שהתפללו אבותיו. (טאקע נישט לאנג צוריק איז דער רבי שליט"א געווען דאהי און כדרכו בקודש איז ער געקומען דאווענען אין קלויז).

אזוי אויך האט ער געשילדערט איבער דאס אנטוויקלונג פונעם צווייטן באיאנער קלויז וואס געפינט זיך אינעם אנדערן זייט מאנהעטן, אין די וועסט-סייד קווארטל, וואס האט זיך געגרינדעט 4 יאהר איידער דער רבי זצ"ל איז נסתלק געווארן לה"ה (בארלייפיג אין יאהר תשכ"ז). געווען איז דאס ווען די כוחות פונעם רבי'ן זצ"ל האבן אנגעהויבן נאכצולאזן, און דאן איז דער רבי אריבער וואוינען דארט אינעם וועסט-סייד צו זיין נאנט מיט די קינדער זיינע, וועלכע האבן זיך אפגעגעבן מיט איהם במסירות נאמנה. דער באיאנער קלויז דארט אין געגענט, איז היינט צוטאגס – טראצדעם וואס עס דאווענען דארט א גרעסערער צאל אידן ווי אינעם היזיגן קלויז – נישט אזוי אולטרא-חסידיש אזוי ווי דער קלויז דא.

און אזוי ווייטער האט ער פארציילט איבער זיינע אייגענע איבערלעבענישן, זייענדיג א 'אמעריקאנער געבוירענער', און אויפגעוואקסן אלע יאהרן אין איסט-סייד. צווישן אנדערע האט ער פארציילט אז א נגיד'ישער טאטע האט איהם בימים ההם גערופן קיין לארענס ער זאל לערנן פריוואט מיט זיין קינד, און ברוב נדבת לבו, האט ער אויך געצאלט אז רמ"ז שליט"א זאל לערנן מיט נאך עטליכע קינדער פונעם געגענט אז זיי זאלן זיך אנזאפן מיט תורה און יראת שמים. רמ"ז האט אויסגעפירט אז דער נגיד'ס קינד איז היינט פון די חשובע ראשי הכוללים אין א חסידישער כולל אין ירושלים!

מיט א משל פונעם דובנא'ער מגיד, איז פארפירט געווארן אונזער שמועס דורך אונזער בעל מספר, טייטשענדיג דעם פסוק פון הפטורה 'ההימיר גוי אלהים והמה לא אלהים, ועמי המיר כבודו בלוא יועיל', וואס דבריו פונעם מגיד האט יורד ונוקב געווען לחדרי בטן.

דער זייגער איז נישט געבליבן שטיין און עס האט שוין געוויזן 12:15, און אלץ רעזולטאט דערפון, האט דער הכרח - אקעגן אונזער ווילן – אונז געצוואונגען צו זיך אויפצושטעלן אינמיטן פון אזא איינגענעמען שמועס, און זיך גרייטן אויפ'ן וועג צוריק קיין וויליאמסבורג המעטירה, מוציא צו זיין די פרוי און קינדער מיט קידוש.

מיט א ווארימער געזעגענונג, האבן מיר זיך אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק אהיים.

* * *


אויפן וועג אהיים איז נוצר געווארן א שאלה, וואס גייט זיין אונזער דעסטינאציע דעם קומענדיגן מאל. א הצעה איז ארויפגעברענגט געווארן צו גיין באזוכן דעם 'ליטאוויסקער – פאטיק'ער שוהל'. אנדערע האבן געזאגט אז ליבערשט זאל מען גיין צום ביאליסטאקער שוהל. איינער האט ערווענט אז מ'מוז קומען קיין 'מתיבתא תפארת ירושלים' און דערנאך זיכער מאכן ארויפצוגיין אויף א קידוש צום ראש הישיבה הג"ר דוד פיינשטיין שליט"א און פארפירן מיט איהם א שמועס. קיין מסקנא איז נישט באשלאסן געווארן, ובסייעתא דשמיא וועט זיין אלו ואלו דא"ח.

אנקומענדיג צוריק אין שטאט האט זיך יעדער פונה געווען, זה לזיתו וזה לכרמו, אהיים גייענדיג מיט א געשמאקען שבת'דיגער תוכן'דיגער געפיל, האבענדיג הנאה געהאט ביז גאר פון אט דעם געהויבענעם באזוך, וואס וועט ימים רבים בלייבן למשמרת איינגעקריצט אין זכרון.
צוגעלייגטע
בית רבינו שבבבל - קלויז קדישא.gif
147 איסט בראדוועי - בית רבינו שבבבל - קלויז קדישא
לחיים ולברכה!

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 2:16 pm

!!!wow
נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגן מיין התפעלות צו די באשרייבונג, א גרויסן יישר כח, וכה לחי.

נחמן נתן דו האסט דאס געשריבן, אדער דיין קארעספאנדענט?

נעקסטע מאל דו גייסט ערגעץ מעלדט מיר איין. (חוץ אויב מען דארף האבן א vip מיט צו גיין).

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 2:20 pm

יישר כח פאר י. אבראהאם פאר די וואונדערבארער אינהאלטסרייכע אויפלאגע. און יישר כחכם פאר ידידינו היקר ר' נ"נ פארען עס ממציא זיין להנאתינו.
אין דומה שמועה לראיי' - בהשגחה פרטית האב איך מיך פונקט באגעגנט מיט צוויי פון מיינע באקאנטע וואס האבן אויך אנטייל גענומען אין די שיירה (איך האב נאך דאן נישט געוואוסט אז מיין פענע-פריינד נחמן נתן האט זיך אויך געציילט פון די מיטקומערס... ווי אויך י. אבראהאם וואס איך האב מיט איהם נאכנישט קאמיוניקירט קיינמאל), און איך האב בייגעוואוינט זעהענדיג אז הכרת פניהם וצהלתם האט עדות געזאגט אויף דעם דערהויבענעם נאסטאלגישן באזוך, אקאראט ווי באריכטעט דא. איך האב זיי געבעטן מיר מודיע צו זיין די קומענדע מאל, אבער ליבערשט ווען עס איז די צייט פון לא קרירא ולא חמימי וואס די אויערן שיצער וועלן פארבלייבן און די שטריימל וועט מיטקומען...
לעצט פאראכטן דורך ללמוד וללמד אום דינסטאג אוגוסט 02, 2011 6:39 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 2:20 pm

נחמי נחמי, אין די פינעף מינוט האב איך נישט קיין צייט צופיל צגיה צו זיין, אבער מיטן אריבערגיין דעם בריק אינעם באיאנער קלויז זענען מיר שוין מחותנים א שיינע פאר יאר!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 2:23 pm

אין פרינציפ קאמענטיר איך נישט!
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 2:40 pm

אין פרינציפ קאמענטיר איך יא, און עס מוז באטאנט ווערן אז דאס איז דוקא גאר אן אינטהאלטסרייכע און הומעריסטישע ארטיקל וואס ידידינו ר' נחמן נתן האט אהערגעשטעלט להחיות בהם נפש כל חי. תשואת חן חן לו!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 2:43 pm

לויט ווי כ'פארשטיי איז נחמן נתן בלויז מיטגעגאנגען און עס ארויף געלייגט צוליב זיין נאטורליכע רייץ צו זיין לועג לרש, דער קרעדיט קומט דעם אלעמען אומבאקאנטע שרייבער, אבראהאם.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 3:17 pm

כ'דענק, ווען איך בין געווען א קינד - א קיימא לן פון אריבער צוואנציג יאהר צוריק, זעמער אמאל אריבער דעם בריק ווען דער באיאנער רבי שליט"א איז געווען דארט אויף שבת.
מ'האט זיך צונויף געזאמעלט אויף דיוויזשאן עוועניו אין ר' פישל בראך'ס בית המדרש (איך דענק נישט וויזוי ס'האט געהייסן אפשר נאנאש), פאליציי'אישע באגלייטונג האט אונז דארט אפגעווארעט און א קליין הייפעלע אידן האבן זיך ארויס געלאזט פראווען דעם סעודת רעווא דרעווין מיט'ן באיאנער רבי.
צוליב די פאליציי'אישע באגלייטונג איז מען יא געגאנגען אין שטריימעל.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 3:40 pm

לא באיאנער אני ולא בן ביאנער אני, נאר וואזשע דען האביך געהאט אזא קורת רוח דאס צו ליינען?

אהה, ווייל הרב נ. נ. י. אבראהאם האט עס אראפגעלייגט מיט אזויפיל געשמאק.... כה לחי!

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 4:39 pm

בן בוזי האט געשריבן:לויט ווי כ'פארשטיי איז נחמן נתן בלויז מיטגעגאנגען און עס ארויף געלייגט צוליב זיין נאטורליכע רייץ צו זיין לועג לרש, דער קרעדיט קומט דעם אלעמען אומבאקאנטע שרייבער, אבראהאם.

פון אונטער די קוליסן גייט פאר מעכטיגע אמפערייען צווישען דעם סירעקיוזער מעסאדער קעדישען און נחמן נתן'ן, דא האב איך דערווישט א קאל וואס נחמן נתן האט ארום געשיקט אנטקעגן דעם מעסאדער קעדישען
שמעי ותחי....
צוגעלייגטע

Hirshkowitz.wma [ 60.08 KiB | געזעהן 3151 מאל ]

משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 4:47 pm

איך וואלט זייער געוואלט קאמענטען אויפן ארטיקל ווייל סאיז מורא'דיג גוט געשריבן אזש ביזן צונומען מיינע געפילען, אבער צוליעב די גרויסע מחלוקה וואס דו זייעסט אן קען איך נישט קאמענטען.
ובזה יצאתי ידי חובתי לעמוד על הראש.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:04 pm

נחמן נתן האט געשריבן:אויפן וועג אהיים איז נוצר געווארן א שאלה, וואס גייט זיין אונזער דעסטינאציע דעם קומענדיגן מאל.
... איינער האט ערווענט אז מ'מוז קומען קיין 'מתיבתא תפארת ירושלים' און דערנאך זיכער מאכן ארויפצוגיין אויף א קידוש צום ראש הישיבה הג"ר דוד פיינשטיין שליט"א און פארפירן מיט איהם א שמועס. קיין מסקנא איז נישט באשלאסן געווארן, ובסייעתא דשמיא וועט זיין אלו ואלו דא"ח.


לייענענדיג די שורות דערמאן איך זיך ימים מקדם, כד הוינא טליא, האט מיר מיין טאטע זז"ג געטראגן א חול המועד אינדערפרי מיט אן אנגעפוהלטע קאר צו דאווענען שחרית קיין איסט סייד צו מתיבתא תפארת ירושלים, נאך בהלו נרו פון הגאון ר' משה פיינשטיין זצוק"ל. וואס זאל איך זאגן? איך בין נאך טאקע געוועהן זייער יונג, אבער עס ליגט מיר נאך גאנץ גוט איינגעקריצט אין קאפ די רישומא דקדושה וואס דאס האט איבערגעלאזט. איך בין דאנקבאר פאר מיין פאטער זז"ג וואס האט געהאט שכל מיר צו מזכה זיין מיט אזא זכי'. איך געדענק נאך ווי ער האט געמורמעלט משניות ביי יעדע איבעריגע סקונדע, ביים באגלייטן די ס"ת, בין גברא לגברא וכו'. אשרי עין ראתה זאת. איך בין מסופק וויפיל וויליאמסבורגער יונגעלייט מיין עלטער האבן געהאט די זכי' צו זעהן אט דער צדיק וגאון.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:05 pm

שטיקל גבאי האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:לויט ווי כ'פארשטיי איז נחמן נתן בלויז מיטגעגאנגען און עס ארויף געלייגט צוליב זיין נאטורליכע רייץ צו זיין לועג לרש, דער קרעדיט קומט דעם אלעמען אומבאקאנטע שרייבער, אבראהאם.

פון אונטער די קוליסן גייט פאר מעכטיגע אמפערייען צווישען דעם סירעקיוזער מעסאדער קעדישען און נחמן נתן'ן, דא האב איך דערווישט א קאל וואס נחמן נתן האט ארום געשיקט אנטקעגן דעם מעסאדער קעדישען
שמעי ותחי....

לא הצלחתי לשמוע מאומה

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:15 pm

תפארת ירושלים ברויך זיין אן אנטיק, כ'געדענקט פאר בערך 17 יאהר צוריק בין איך אמאל דארט געווען מיט נאך אפאר בחורים'לעך איז צוגעקומען צו אונז איינער מיט אן אלטע אמעריקאנער געשמאק, גענוי געדענק איך נישט וואס ער האט געזאגט, ער האט נאכגעזאגט א פסק הלכה פון ר' משה, זיין אקצענט מיט זיין גאנצע וועזן איז ווערט געווען א טריפ.

ער איז עפעס ביזי געווען וועגן א "יאט מיט אקטן" דאס הייסט א בעסער מענטש מיט אן אקטען טאש אין די האנט. סתם אלטע זכרונות
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:25 pm

זייער גוט אראפגעשריבן און זייער הנאה געהאט צו ליינען.

יישר כח!!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:33 pm

נחמן נתן אבראהאם so wonderful !
Definition of perfect: as good as it is possible to be

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תחומין

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:34 pm

וואס טוט זיך מיט איסור תחומין ביים דורך גיין דעם בריק? כ'ווייס ס'איז נישט קיין פראבלעם (והא ראי' נ"נ...) אבער מעודי האב איך מיך געפלאגט צו פארשטיין פארוואס.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:36 pm

אריין אין ידיעות התורה...

אין עולת החודש פון צענדליגער יארן צוריק האב איך געזען תשובות להלכה הין און צוריק בנוגע דעם וומ"ס'ער בריק אויב עס איז מער פון א תחום

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:36 pm

וועגן תחומין דורכ'ן וויליאמסבורג בריק
פארהאן א תשובה אין מנחת יצחק דערוועגן, זעה חלק ז' סימן כד

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:37 pm

דאכט זיך מען רעכנט דעם שטיבל ווי עס פלעגט אמאל זיצן א וועכטער
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:38 pm

נחמן נתן, האסט מיך ארומגעפירט מיט דיין שריפט צום ווינער שוהל און דאן אריבער דעם בריק, פלוצלינג טרעף איך זיך אויף די טרעפ פונעם קלויז.
דו לייגסט ווייטער אראפ אלעס מיט אזעלכע לעבעדיגע פארבן, אזש איך שפור ווי איך קום אריין אינעווייניג און איך האלט מיט דעם שמועסל פאר'ן דאווענען, דעם דאווענען, יוצר פסוק בפסוק, נאך קדושה דעם פריינטליכן באמערקונג פון רבי משה זאב, קריאת התורה, ראש חודש בענטשן (אוטש...) דעם מוסף און דער קידושא רבא. און פארשטייט זיך די דרשה פונעם גבאי'ן.
איין מינוט, וואו איז מיין שטריימל...?
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:38 pm

נאאאאא

אל תמנע וגו' ווייסט איינער א תמצית?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:40 pm

שאלת_חכם האט געשריבן:דאכט זיך מען רעכנט דעם שטיבל ווי עס פלעגט אמאל זיצן א וועכטער


וואס איז טאקע די פשט אז מ'רעכנט זיך מיט אמאל?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:59 pm

אה! א שיינער באזוך געוועזן
א נחת צו הערן און לעזן
יישר כח! מיר האבן הנאה געהאט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25704
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 02, 2011 6:16 pm

א גרויסען יישר כח פאר מר. אבראהאם ושקיה לטיבותא תשוח"ח לכבוד ידידי הצמוד בקירות לבבי מוה"ר נחמן נתן הי"ו פאר די הערליכע באשרייבונג, א שאד אז מיר האבן נישט געקענט זיין דארט פערזענליך (דער סיבה איז פשוט ווייל נחמן נתן האט געוואוסט אז דאס ברעטל וואלט געוויס געגאנגען פארן גאסט פון סקרענטאן, האט ער אונז נישט דערציילט פון פראנויס...) אבער כאטש האבן מיר עס אראפגעשריבען ווי מ'זאגט אין די איסט-סייד 'אין לייוו קאלארס'.

יה"ר שזכותו הגדול של מרנא ורבנא גדול מרבן שמו יעמוד לכבוד כל החבורה, תחת דגלו של ראש החבורה שליט"א לחיות חיי נחת עם השפעות טובות וברכה מרובה עד עולם נצח.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט