שפאנענדע געשיכטע, נוא יארק תרפ"ג, מאסקע פון רב ווערט אנטדעקט

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

שפאנענדע געשיכטע, נוא יארק תרפ"ג, מאסקע פון רב ווערט אנטדעקט

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג יולי 15, 2011 12:33 pm

זעט אויף בלאט 2 דער געשיכטע מיט מער דעטאלן.


פון די סעריע, אידישע היסטאריע אין אמעריקא, ברענגט אייך איצט דער סיראקיוזער מסדר קידושין צום ערשטן מאהל די שפאנענדע און דראמאטישע געשיכטע ווי דער
מאסקע פון פארשלייערטע בראנקסער ראביי ווערט אויפגעדעקט:
און ער איז גאר א וויסטער משומד

[/center]
הרב אהרן הירשקוביץ
סיראקיוזער מסדר קידושין


(צוגלייגט אויך לכבוד שב"ק, אין פרינטעבל פארמאט רוק אראפ פענסטער ביזן ענדע)
________________________________________
נוא יארק 1923: "אין נוא יארק איז אלעס מעגליך" איז וואס אלע אידן זאגן זינט דינסטאג! יעדער פרעגט זיך וויאזוי האט אזא זאך געקענט פאסירן? אבער דער תירוץ איז פשוט, דא איז אמעריקא!

אין פעברואר פון יארע 1923 האט נוא יארק אויף געשטורעמט מיט א שרעקליכע אנטדעקונג, אז נישט מער און נישט ווייניגער, נאר אז דער בראנקסער רב איז גאר א וויסטער משומד, און איינער וועלכע האט אין די פארגאנגענהייט געפירט צו שרעקליכע אנטי-סעמיטיזם און זאגאר כמעט צוגעהאלפן צו פירן א איד צום טויט צוליב דער שולד פון א בייזוויליגער בלוט בלבול.

***

לאמיר אביסל צוריק גיין צו א פריערדיקע תקופה ווען עס האט געוויילט אין נוא יארק דער גרויסער שר וגדול הגאון ר' מאיר דן פאלאצקי רב פון דער שטאט אוסטראווע און מחבר פונעם ספר כלי חמדה. בשעת ווען דער גרויסער גדול איז געווען דאהי האט ער ארויסגערופען גרויס רעספעקט און אלע האבן געזוכט זיין התקרבות.

איינמאל איז ער איינגעלאדענט געווארן אויף סידור קידושין ביי א פריינד א גרויסער נדבן. דער חופה איז פארגעקומען אין אן ארטאדאקסישער שוהל אין ברוקלין, ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען נאך פון די חשובים און פני פון נוא יארק. נאכן חופה האט ווי דער שטייגער איז געווען, זיך אויפגעשטעלט דער שוהל-רב "הרב אלפענביין" וועלכע האט צווישן אנדערע נאכגעזאגט אין דער דרשה:

דער גרויסער דיכטער און געלערנטער "קלאפשטאק" (א געוואוסער משומד און גלח וועלכע האט בשעתו אויסגערופען א גרויסער טומעל) האט געזאגט 'ביתו זה אשתו'. ד.ה. אז אנשטאט דערמאנען א בפירוש'ער גמרא האט ער גאר ציטירט די ווערטער פונעם פוקר "קלאפשטאק".

דא איז דער כלי חמדה אויפגעשפרינגען פון ארט און אויסגערופען:

"איהר רעדט ווי א משומד, קלאפשטאק איז א גלח און א מיסיאנער, און ווען מען דערמאנט זיין נאמען אין א מקום קדוש, נאכדעם ווי מען האט נאר וואס געזאגט 'מקדש עמו ישראל ע"י חופה וקידושין', איז מען עובר אויף א לאו פון שם אלקים אחרים לא תזכירו.

איבעריג איז צו זאגן, ווי די דאזיגע ווערטער קעגן ארטיגער רב האבן געווירקט אויף די פארזאמעלטע וועלכע זענען געווארן געפערליך צורידערט. דער "רב" האט איבערגעריסן די דרשה און געווארן ווייס ווי דער וואנט. מענטשן האבן פראבירט צו רעדן צום גרויסן גאון אז ער זאל מפייס זיין אלפענביינ'ען.

אבער דער אוסטראווער רב האט זיך געהאלטן פעסט:

איך וועל נישט מפייס זיין דער פושע ישראל!

***

עס איז יארע 1923 אין א קאפע-הויז אויף דער צווייטער עוועניו זיצן זיך געמיטלעך א גרופע אידן, און איינער רופט זיך הויך אהן, אז איהם דאכט זיך אז דער רב אלפענבערג דער רב אין די בראנקס איז גאר "טיללינגער דער משומד".

ווער איז טיללינגער? צווישן די גרויסע קאסובער חסידים איז געווען משפחת טיללינגער, די צוויי ברודער ר' יוסף וועלכע איז געווען א רייכער ווייץ סוחר, זיינע קינדער און אייניקלעך זענען געווען גבאים און בעלי תפלה ביים קאסוב'ער רבי'ן ר' חיים. און ר' יצחק וועלכע האט געוואוינט און זאבילטאוו א פעסטונג פון קאסוב'ער חסידים, געפירט אן ארעם לעבן, און צווישן אנדערע געדינט אלס גבאי פונעם קלויז.

ר' יצחק האט געהאט אן איין און איינציגער זוהן, יהודא, וועלכע האט געהאט א גוטען קאפ און א שארפער מוח, זיך אויסגעצייכנט מיט די לימודים צום צופרידנהייט פון זיינע עלטערן, און מ'האט פאר איהם פארגעזעהן א גלענצענדער עתיד.

נאך די חתונה האט יודל זיך געצויגן קיין וויען ווי ער האט זיך געוואלט משלים זיין אין דער רבנים סעמינאר. אבער פאר דער ארימער דארפישער יונגערמאן, האט דאס אריבערציען זיך צו אזא גרויסער שטאט שלעכט געווירקט. ער האט זיך באפריינדעט דארט מיט די משכילים און אויפגעקלערטע א שטייגער ווי צבי פרץ חיות, י.ל. לאנדאו/פרץ, דוב וואקשטיין און אנדערע. יודל איז זייער שטארק געפאלן און געוויזן שוואכע אינטערעס אין די לימודים, דאס האט באוואויגען איהם אליין אדער גאר די הנהלה איהם ארויס צו שטעלן פון דער סעמינאר.

ערגעץ ווי האט ער זיך באפריינדעט מיט א גלח, און איז באוואויגן געווארן זיך צו שמד'ן ר"ל. מיט זיין גוטער קאפ איז ער שנעל געשטיגן אויפן קריסטליכע לייטער, ביז ער איז גאר אליין געווארן א קריסטליכע גלח מאכנדיג זיך באקאנט מיטן נאמען "פאטער סטאנסילאוו טיללינגער".
טיללינגער האט אנגעמאכט גרויסע בזיונות פאר זיין פאמיליע, דער פאטער זיינע איז טאקע געשטארבן נישט לאנג דערויף, און אויך זיין מוטער האט געטרויערט נאך איהם אלע יאהרן.

***

גענוי ווי די משומדים פון אלע צייטן, האט טיללינגער אנגענומען די זעלבע פאזיציע ווי זיינע פארגייער מיט העצערייען קעגן אידן. ער האט געשריבן נישט ווינציגער ווי דרייצן לענגערע באריכטן אין לעמבערגער צייטשריפטן, דארט ווייזט ער אויף דאס ריכטיגקייט פונעם שולד אז אידן באנוצן זיך מיט קריסטליכע בלוט פאר אידישע און רעליגיעזע צוועקן.

אין 1899 איז אין פראג פארגעקומען א געריכטליכע פראצעדור איבער א איד מיטן נאמען לעפאלד הילסנער. הילסנער איז אנגעקלאגט געווארן מיט א בלוט בלבול אז ער האט געהרג'ט א קריסטליך קינד זיך צו באנוצען מיט די בלוט כלומר'שט אויף ריטואלע צוועקן. דאן איז טיללינגער אפיר געקומען אנגעבענדיג זיינע קרידענטשעלס אלס א שרייבער פון לעמבערג און פארגעלייגט זיינע "באווייזן". זייענדיג א רבנישער סטודענט און א געלערנטער אין דעם תלמוד, האבן זיינע ווערק ר"ל געפירט אז שוין ביים ערשטען סעסיע איז הילסנער געאורטיילט געווארן צום טויט ר"ל, דער אורטייל איז אפעלירט געווארן און איבערגעטוישט געווארן צו לעבנסלענגליכע טורמע, עווענטואל איז ער ביי די אויסברוך פונעם ערשטן וועלטס קריג באפרייט געווארן. דאס האט אזוי שטארק צושפרייט אנטיסעמיטיזם אז ווען אימער א קריסט האט זיך געוואלט פארטשעפענען מיט א אידן אין עסטרייך אדער גאליציע צו אין פוילן האט ער איהם אנגערופען מיטן שאנד נאמען "הילסנער"...
איז דעריבער נישט געווען קיין וואונדער פארוואס די עסטרייך און פוילישע אידן האבן געהאט פארוואס צו געדענקן טיללינגער'ס נאמען.

***

זעהט אויס אז אלס "פאטער סטאנסילאוו" האט ער נישט עפעס אזוי געוואלדיג מצליח געווען, איז איהם מיט דער צייט ווייזט אויס נמאס געווארן דאס פרעדיגן קריסטינטוהם. האט ער זיך דערפאר באטראכט אומצוקערן און זיך צוריק אריין גלידערן צווישן די אידן. געווען אזעלכע וואס האבן גע'טענה'ט אז וואס געווען איז געווען, אבער נישט אלע האבן געקענט פארגעבן, מילא סתם א משומד, אבער דא איז דאך די רעדע פון אזא איינער וועלכע האט גאר אנגעדרייט אזעלכע טויטליכע בלוט בלבולים.

אז ס'האט זיך איהם נישט אויסגעארבייט אין גאליציע, האט טיללינגער מחליט געווען צו פראבירן זיין גליק אין די נייע וועלט, אום 1920 האט ער געפליכטעט אויף אמעריקא. אין נוא יארק האט ער זיך געלאזט וואקסן א בארד, אויך האט ער אנערקענט אז זיין אריגינעלער נאמען וועט שלעכט אפקלונגען האט ער זיך דערפאר געביטן דער נאמען צו "אלפענביין".

ביים אנקומען האט ער אפיר געזוכט זיינע יוגנד פריינד, ביי וועמען ער האט געהאפט צו ערווארטן הילף צו באקומען ערגעץ וואו א אידישער פאזיציע. אבער זיי האבן נישט געוואלט הערן פון איהם. ווידער אנדערע האבן יא פראבירט איהם צו געבן הילף, אבער אלע האבן איהם קלאר געבעטן נישט צו פראבירן זיך אריין צו שטעלן אין א אידישער אינסטיטוציע.

טיללינגער איז אבער נישט געקומען צו זיי אויף בעטן ראט, ס'האט טאקע נישט לאנג גענומען ביז דער נאמען "הרב יודל אלפענביין" האט פיגורירט צווישן די ארטאדאקסישע רבנים. קודם האט ער פארנומען א רבנישע שטעלונג אין איסטאן-פענסעלוועניע, דערנאך האט ער קאנדידירט אויף א רבנישע פאזיציע אין טרענטאן-נוא דזשערסי, און שפעטער אלס א ראביי ביי דער אונגארישער שוהל בני ישראל פון יאנגסטאון-אהייאו.

***

דארט אין יאנגסטאון האט א איד מיטן נאמען דוד פיש וועלכע איז געקומען פונעם זעלבער שטאט ווי איהם, דערקענט ראביי "אלפענביין" אז ער איז קיין אנדערער נאר גאר "טיללינגער" זעלבסט. ערשט האט דער קהלה נישט געוואלט גלייבן די באשולדיגונג אבער ווען פיש האט מצליח געווען צו זאמלען עדות'שאפטן האט ער געשפירט אז די ערד פאנגט אהן צו ברענען אונטער איהם און פלוצלינג פארשוואונדן געווארן אהן דעם וואס מ'זאל וויסן ווי ער איז אהין געקומען. אלפענביין האט עוקר געווען און אנטלאפן אויף נוא יארק, ווי ער איז עווענטואל מיט די הילף פון אן אומוויסנדער ראביי, אויף גענומען געווארן אלס א ראביי ביי דער דזשעיקאב שיף אינסטיטוציע אין די בראנקס.
ער האט זיך איינגערעדט אז זיין אנטלויפן האט צוריק געהאלטן פון צושפרייטן דער קלאנג, אבער ער האט פארדריסליך געגרייזט. ווארום דער שמועה האט זיך צושפרייט מפה לאוזן ביז יענעם נאכמיטאג ביי דער קאפע-הויז אויף דער סעקאנד עוועניו אין נוא יארק, ווי עס האט אויף געריסן ווי א באמבע.

פון דארט האט עס ארויסגערינען צו די לאקאלע צייטונגען ביורא'ס, וועלכע האבן מחליט געווען איהם צו קאנפראנטירן דירעקט. אומר ועושה מען איז צו איהם אראפ געפארן און קלאר אין פנים געשטעלט די פראגע צו ער איז דער טרויעריג בארימטער משומד –טיללינגער פון לעמבערג.

אין גרויס שאק האט ער אנגעפאנגען צו שטאלפערן און קעקעצן, אריין געפאלן אין א כעס און געשריגן מיט היסטעריע, געלייקנט שטיין און ביין, ניטאמאל האט ער אפילו געהערט איבער דער עקזיסטענץ פון אזא פארשוין ווי טיללינגער פון לעמבערג. איך בין א רומענישער, האט ער גע'טענה'ט, איך קען דאס קלאר אויף ווייזן דורך אריבער ברענגען מענטשן וועלכע קענען מיר שוין פון אלע יאהרן, אזוי אויך פארמאג איך גוטע ערליכע און פרומע קינדער, די קלאנגען האבן נישט קיין שום גרונד זיי זענען אבסורד, און פאר די חוצפה וועל איך אייך נאך אנלערנען. און ער האט גערופען צו זיי די פאליציי...

עס האבן אבער נישט געהאלפן קיינע מעשיות און דער קלאנג איז אנגעקומען צו די אגודת הרבנים וועלכע האבן דאס אנגענומען זייער ערנסט. אלפענביין-טיללינגער איז אריבער גערופען געווארן זיך צו שטעלן צו א "דין תורה" פארנט פון די רבנים, דארט וועט ער דארפן פארענטפערן אלע פראגעס.

***

צום ערשט האט ער אפגעווארפן די רבנישע איינלאדענונג מיט די אויסרייד אז ער קראנק און קען נישט קומען. דערנאך האט ער זיך ארויס געדרייט אז ער וועט שיקן א פריינד וועלכע איז באקאנט מיט זיין אידענטיטעט אז יענער זאל ענטפערן די פראגעס און ער וועט אליינס אויך צושיקן א שריפטליכע ענטפער.

צו די באשטומטע צייט האבן זיך צוזאמען געזעצט די פאלגענדע רבנים: ר' משה זבולון מרגליות, ר' יהודא לייב זעלצער, ר' יוסף קאנאוויץ, ר' יהושע סיגעל, ר' יעקב זאב רעדעלהיים, ר' אלטר שאול פפעפער, ר' יעקב איסקאלסקי, ר' אליער פרעדמעסקי, ר' מאיר בערלין, און ר' יהודא אידלסאן.

אלפענביין-טיללינגער איז נישט ערשינען אין צייט, און די רבנים האבן דערווייל אויף גענומען פארשידענע עדות. עווענטואל האט ער איינגעזעהן אז ס'לוינט זיך נישט אז די רבנים זאלן פארהאנדלען אין זיין אפוועזנהייט, איז ער ערשינען אינמיטן די סעסיע. גלייך ביים אריינקומען האט איהם הרב פפעפער –וועלכע איז געקומען פון די זעלבע געגענט ווי ער, און געווען אין עסטרייך בשעת דער הילסנער פראצעס- גלייך דערקענט.

ער איז געווען אין א געפערליך דערשלאגענע מצב, בייז און אויפגערעגט, און פראבירט צו פארדרייען די שמועס מיט אלע אויסריידן איבער זיין געזונט צושטאנד, נישט אנגעבנדיג קיין הודאה אדער אפילו א לייקענונג. ווען הרב מרגליות וועלכע האט אנגעפירט דער דין תורה האט איהם פארגעלייגט די פראגע צו ער איז טאקע טיללינגער, האט ער פארלאנגט אז מען זאל זיך פארבונדן מיט הרב דר. הלל קליין מיט וועמען ער איז אין פארבינדונג.

דורכאויס די סעסיע האט מען נישט געקענט ארויס באקומען פון איהם קיין גלייך ווארט ער האט בלויז געהאלטן אין איין מורמלען אומקלארע זאצן. דער סעסיע איז דערווייל איבערגעהאקט געווארן מיט א קורצע הפסקה צו דאווענען מנחה.

אלע האבן זיך געשטעלט דאווענען און אויך דער בעל דין אלפענביין, אנקומענדיג צו די ברכה, סלח לנו אבינו כי חטאנו מחל לנו מלכינו כי פשענו, האט עס איהם שטארק איבערגענומען עס איז געווען קענטיג אז ער איז שטארק צובראכן פון דער גאנצער געשעפעט.

***

גלייך נאך מנחה האט ער זיך אויף געשטעלט און מיט א קול געשטיקט פון טרערטן פארגעשלאגן פאר די בית דין, אז ער איז גרייט אפצושרייבן א קאנפעסיע, ווי ער וועט קלאר שטעלן אז מער וועט ער זיך נישט פארנעמען מיט קיין רבנישע שטעלונגען, און דערפאר זאל מען איהם צורוה לאזן.

נישט וועלנדיג זיך איינרייסן, און פילנדיג אז מען האט דערגרייכט דער אמת'ער ציהל פון אפיר נעמען אזא שעדליכער פערזאן פון אנפירן מיט אידישע אנגעלעגנהייטן, איז בית דין איינגעגאנגען אויף דער פארשלאג.
אנפענביין-טיללינגער האט אפיר גענומען א פען און פאפיר, געשריבן און געמעקט ביז ער האט אונטערגעשריבן אויף דאס פאלגענדע. "איך זאג עדות און באשטעטיג אז איך בין נישט ווערט צו דינען אזא הייליגע פאך, איך זאג ציה דאס איך וועל נישט אננעמען קיין שום רעליגיעזע פאסטן אלס ראביי אדער טיטשער אין א רעליגיעזע שולע, אויף דער חשבון פון מיין פארגאנגענהייט וועלכע איז ברייט צושפרייט און באקאנט." אונטערגעשריבן: "יודל אלפענביין פריער באקאנט אלס טיללינגער".

נאכפאלגנדיג דאס אונטערשרייבן זיין צוזאג, האט בית דין ארויסגעגעבן א באשטעטיגונג אז אלפענביין איז טאקע טיללינגער וועלכע האט אנטייל גענומען אין די הינריכטונג פראצעס פון הילסנער.

***

דער אנטדעקונג האט אנגעמאכט א גרויסער שערורי' אין נוא יארק, וויאזוי עס איז מעגליך געווען אזאנס צו פאסירן. אברהם בערמאן דער אדוואקאט פאר די דזשעיקאב שיף צענטער ווי עלפענביין איז געווען א ראביי, האט אפגעווארפן אלע באשוליגונגען קעגן דער אינסטיטוציע זאגנדיג אז זיי זענען בכלל נישט געווען אינפארמירט איבער אלפענביינס פארגאנגענהייט, די אינסטיטוציע האט באקומען גוטהייסונג פון צוויי בארימטע נוא יארקער רבנים איידער זיי האבן איהם אויף גענומען.

נאכמער לייגט בערמאן צו, אז ווען דער דין תורה איז פארגעקומען איז שוין אלפענביין נישט געווען פארבונדען מיט דער צענטער, ווייל אום יאנאוואר 15 פון יענעם יאהר ביי א רעגולארע מיטינג איז אלפענביין אפגעזאגט געווארן פון דינען פאר די צענטער, אנגעבנדיג אז זיי זענען נישט צופרידן מיט זיינע צערעמאניעס, דערפאר ער אפטרעטן ביז פיר וואכן וועלכע איז אויסגעקומען שבת פעברואר דעם זיבעצענטן, ממש בעפאר עס איז באקאנט געווארן זיין פארגאנגענהייט.

***

אין משך פון די פאלגענדע יאהרן האט זיך אלפענביין-טיללינגער ארום געוואלגערט פון איין פלאץ צו די אנדערע, איבעראל ווי מען האט איהם דערקענט איז דאס באריכטעט געווארן אין די צייטונגען, אז ער האט געמוזט פארוואנדערן אויף א ניי ארט.

וואס זיינע אקטיוויטעטן זענען שפעטער געווען ווען און ווי ער איז געשטארבן איז מיר דערווייל אומבאקאנט.

און אז איר פרעגט: וויאזוי האט אזאנס געקענט פאסירן?

איז דאס נישט אמעריקא? און אמעריקא קען אלעס פאסירן!
________________________________________
הרב אהרן הירשקוביץ איז א מסדר קידושין אין די ווייטע שטאט סיראקיוז אין די הויכן פון נוא יארק. ער איז דער איינציגסטער וועלכע פארמאגט נאך די פראפעסיע, א טיטל וועלכע איז געשאפן געווארן אין אמעריקע אין די פריע ניינצנ'טען יאהרהונדערט. זיך צו פארבינדען עלעקטאראניש איז מעגליך benbeezee@gmail.com.

צו דער באריכט האבן צוגעגעבן די בארימטע אמעריקאנער גדולים, דער בראנסווילער עילוי רבי פישעלע וועלכע דינט דארט אין ק"ק אלס רב ור"מ. אזוי אויך דער בארימטער סקרענטענער רב, הרב יעקב בער מיללער שליט"א.
צוגעלייגטע
Parshas Tillinger_Elfenbein 1923.pdf
(75.71 KiB) דאונלאודעד 530 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

תגובהדורך אבני שיש » פרייטאג יולי 15, 2011 12:53 pm

ישר כח הרב הירשקוביץ פאר'ן מיטטיילן מיט אונז אזא אינטערעסאנטער היסטארישער קאפיטל.

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » פרייטאג יולי 15, 2011 1:11 pm

זייער אינטרעסאנט

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » פרייטאג יולי 15, 2011 1:13 pm

ראמני 08 האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג יולי 15, 2011 1:15 pm

יישר כוחכם וכה לחי!

איר הייבט אויף דעם סטאנדארט פון די אידישע וועלט!

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג יולי 15, 2011 1:18 pm

פלאות! א שיינעם דאנק.

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » פרייטאג יולי 15, 2011 1:23 pm

יעצט גענדיגט לעזן (קרעדיט: פעדער'ל), מורא'דיג רייך און זאפטיג באשריבן, השי"ת יברכו ויאריך ימים על ממלכתו. עד מלך המשיח יופיע בהדרתו.

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » פרייטאג יולי 15, 2011 1:28 pm

איך בין צימישט ווען איז געווען די מעשה מיטן כלי חמדה?
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יולי 15, 2011 1:45 pm

הרב מסדר קידושין, מיט אייער שריפט זענט איר זעלבסט א שטיק היסטאריע

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » מוצ"ש יולי 16, 2011 10:11 pm

jkup50 האט געשריבן:איך בין צימישט ווען איז געווען די מעשה מיטן כלי חמדה?



איך‎ אויך‎
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג יולי 17, 2011 1:46 am

זייער אינטרעסאנטע קאפיטלען,

דאס וואלט זיך רואיגערהייט געפאסט פאר א ארטיקל אין א אידישע מאגאזין, געשריבן פאר גרויס געלט,

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג יולי 17, 2011 11:20 am

לאמיר קלארשטעלן איין פאקט, דאס ווייס איך זיכער אז דער כלי חמדה איז דא געווען אין אמעריקא 1926, ממילא שטומט דאך נישט די מעשה ווייל דאס איז שוין געווען אין 1923. צו ער איז דא געווען איין מאהל פריער האב איך נאכנישט מברר געווען.

די מעשה מיטן כלי חמדה האב איך געפונען אין א בוך וועלכע שרייבט זיין ביאגראפיע, קען זיין אז דער מעשה איז גאר געווען מיט א צווייטער גדול און דער מחבר האט זיך פארמישט בכל אופן האב איך עס געשריבן און יעצט וועט מען קענען מיט די יודעי דבר אויסקלארן דער ענין.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

תגובהדורך סמארט » זונטאג יולי 17, 2011 11:22 am

ישר כח פאר די שיינע באשרייבונג, געליינט און הנאה געהאט

כה לחי, קיפ איט אפ
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יולי 17, 2011 11:29 am

שאץ מאץ האט געשריבן:זייער אינטרעסאנטע קאפיטלען,

דאס וואלט זיך רואיגערהייט געפאסט פאר א ארטיקל אין א אידישע מאגאזין, געשריבן פאר גרויס געלט,

שטייזט נישט?, ער זאגט אליינס אז ער איז נאכנישט קלאר, און ווען ער וועט זיין קלאר אי"ה וועט עס אריינגיין אין איינע פון אונזערע פובליקאציעס.
זאל ער נאר שרייבן א יישר כח פאר אונז די קאלעגן זיינע, אזוי ווי גראדער האט געטוהן אין ממצרים.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 17, 2011 11:46 am

ייש"כ סיראקיוזער מסדר קידושין, הערליך!

ר' מאיר דן ז"ל דער כלי חמדה איז געוועזן דאהי אין תרפ"א:

Foreign Rabbis To Preach On Agudas Israel
Pay-Per-View - The Sun - ProQuest Archiver - Jul 16, 1921
A delegation of five rabbis from foreign countries arrived in Baltimore ... that city Rabbi Nathan Birn baum of Vienna Rabbi M. D. Plotzky of Poland Rabbi A ...
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יולי 17, 2011 11:53 am

א ריזיגן יישר כח "בן בוזי" פאר'ן מיך קיפען ביזי נעכטן פאר א האלבע שעה און מיך האלטן געשפאנט. איך האב זייער הנאה געהאט פון די מעשה, ס'איז גאר אינטערעסאנט צו ליינען די היסטאריע פון יענע יארן, ובפרט ווען ס'ווערט אזוי גוט אראפגעלייגט. יישר כח נאכאמאל, און איך ווארט אויף פרישע סחורה.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג יולי 17, 2011 12:09 pm

ייש"כ הרב סיראקיוז, געוואלדיג הנאה געהאט פון א קאפיטל היסטאריע.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

תגובהדורך אבני שיש » זונטאג יולי 17, 2011 12:11 pm

farshlufen האט געשריבן:ייש"כ סיראקיוזער מסדר קידושין, הערליך!

ר' מאיר דן ז"ל דער כלי חמדה איז געוועזן דאהי אין תרפ"א:

Foreign Rabbis To Preach On Agudas Israel
Pay-Per-View - The Sun - ProQuest Archiver - Jul 16, 1921
A delegation of five rabbis from foreign countries arrived in Baltimore ... that city Rabbi Nathan Birn baum of Vienna Rabbi M. D. Plotzky of Poland Rabbi A ...

ועיין כאן:
דאס אידישע ווארט

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג יולי 17, 2011 12:51 pm

הערליך שיין בן בוזי.

וואס איז טאקע געווען די חשבון פון דעם משומד מיטן דערמאנען קלאפשטאק? ער האט זיך דאך געוואלט אויסבהאלטן אז מען זאל נישט וויסן ווער ער איז?

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » זונטאג יולי 17, 2011 12:54 pm

אזוי גייט עס!
די פארדארבענע וויפיהל זיי זאלן פרובירן באהאלטן . וועלן זיי קיינמאל זיך קענען צוריק האלטן פון ארויס געבן זייערע פארפוילטע מיינונגען ברבים .
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9622
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג יולי 17, 2011 1:54 pm

בן בוזי, וואונדערליך שיין, איך האב מורא'דיג הנאה געהאט.

11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:52 pm

תגובהדורך 11211 » זונטאג יולי 17, 2011 1:59 pm

יש"כ בן בוזי,
זייער שיין א שטיק היסאטריע,
דאס מערסטע איז מיר געפאלן די PDF,איך האב זיך געשפירט ממש ווי אין 1923 ;l;p-
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » זונטאג יולי 17, 2011 6:09 pm

זייער א שיינע קלארע רייכע שריפט.
איך האב שטארק הנאה געהאט דערפון, ווי אויך פון דעם פארצייטישן אויסשטעל....

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » זונטאג יולי 17, 2011 7:33 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:הערליך שיין בן בוזי.

וואס איז טאקע געווען די חשבון פון דעם משומד מיטן דערמאנען קלאפשטאק? ער האט זיך דאך געוואלט אויסבהאלטן אז מען זאל נישט וויסן ווער ער איז?

אין ספר שבחי בעש''ט שטייט בשם דעם בעל שם אז א מענטש טיט איין עבירה במסתרים איז נישט מעגלעך אז אין יענעם טאג זאל מען נישט הערען פין איהם וויא
עהר רעדט ארויס פין דיא עבירה מיט א ביטול .אין סיא שטייט דארט איין מעשה .

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » זונטאג יולי 17, 2011 8:36 pm

בן בוזי, זייער אינטערעסאנט. ישר כח.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט