פליישמאנס ניו יארק

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

פליישמאנס ניו יארק

תגובהדורך שטיקל גבאי » מאנטאג יולי 11, 2011 12:59 pm

יעצט אין די זומער סיזאן זענען דא אסאך וואס פארן ארויף קיין פליישמאנס, גם אני האב איך אויך אזוי געטוהן און ב"ה שטארק הנאה געהאט, זייענדיג דארט האב איך אביסעל גענישטערט איבער די יודישע היסטאריע פון פליישמאנס, העמיר מיטטיילן פארן עולם וואס איך האב און די עולם וועט צולייגן זייערס.

אין יאר תרמ"ג איז פליישמאן א יודיש קינד (נישט קיין פרומער) א געבוירענער לעבן בודאפעסט, געקומען קיין Griffin Corners און זיך געוואלט בעזעצן דארט, אבער די פלאץ איז געווען שטארק באוואונט מיט אנטיסעמיטן האבן זיי נישט אריין געלאזט קיין שום יוד זיך דארט בעזעצן, איז פליישמאן געגאנגן און געקויפט אסאך ריעל עסטעיט דארטן אין געגענט און אזוי האט ער אויסגעקויפט דאס פלאץ אין געטוישט די נאמען צו פליישמאן און שפעטער בערך אין יאר תרע"ג האט זיך צוזאמן געשטעלט צוויי פלעצער דארט האט מען מוסיף געווען דעם "ס" און סהאט באקומען א נייער נאמען פליישמאנס.

אין יאר תר"פ האבן די יודען דארט געקויפט א פלאץ אויף וואגנער עוועניו פאר א ביהמ"ד קאנגרעישאן חברה בני ישראל אף פליישמאנס נ.י., סאיז געווען א ארטאדאקסישער ביהמ"ד אבער היינט איז ליידער א קאנסערוועטיוו שול.
(בייגילייגט איז צוויי בילדער פונעם שול כהיום)
צוגעלייגטע
800px-Congregation_Bnai_Israel_Synagogue_Apr_09.jpg
674px-Congregation_B'Nai_Israel,_Fleischmanns,_NY.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מאנטאג יולי 11, 2011 1:06 pm

אויך איז דא דארט א ביה"ח פונעם קאנגרעישאן, רוב מציבות זענען געשריבן אויף ענגליש, די פאר וואס זענען יא געשריבן אויף יודיש איז נעבעך זייער עם הארץ'יש געשריבן.

א בילד פונעם שער.
צוגעלייגטע
IMG_0148.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מאנטאג יולי 11, 2011 1:08 pm

אביסעל א קלארער בילד פונעם אויבירשטען חלק פונעם שער.
צוגעלייגטע
IMG_0150.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מאנטאג יולי 11, 2011 1:14 pm

אפאר פון די מציבות, טאקע געשריבן אויף יודיש אבער דארף נאך האבן א ספעל טשעק.
צוגעלייגטע
IMG_0155.jpg
IMG_0153.jpg
IMG_0154.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מאנטאג יולי 11, 2011 1:16 pm

דא איז נאך איינס.
צוגעלייגטע
IMG_0157.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מאנטאג יולי 11, 2011 1:19 pm

דער מציבה איז אינגאנצן יודיש געשריבן א חוץ אויבן ווי סשטייט זיין נאמען אין ענגליש HARRY GELLER אבער לויט ווי סזעהט אויס פונעם נוסח המציבה איז ער געווען .........
צוגעלייגטע
IMG_0159.jpg
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מאנטאג יולי 11, 2011 1:23 pm

איך האב געטראפן אין מיוזיעם א קאנטראקט פונעם קאנגרעישאן מיט א שוחט ר' מאיר דלאזנאוו שו"ב וואס איז געשריבן געווארן אין יאר תרע"ג.
איך וועל עס באלד ארויף לייגן בעז"ה.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג יולי 11, 2011 1:38 pm

די האסט נישט קיין פיקטשערס פון ר' יונתן שטייף'ס מקוה?
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מאנטאג יולי 11, 2011 1:53 pm

ניין, איך ווייס נישט קיין פרטים איבער די מקוה, איינער ווייסט צו ער האט דאס געבויט אדער נאר געגאנגען און די מקוה? און בכלל וועלכע יאר איז ר' יונתן געווען אין פליישמאנס?
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
סמארט
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 10:50 am
לאקאציע: נו.... גילוי!!

תגובהדורך סמארט » מאנטאג יולי 11, 2011 2:11 pm

פאר בערך פינף און צוואנציג יאהר צוריק האט מען זיך נאך גע'טובל'ט אין ר' יונתן'ס מקוה
It’s so simple to be SMART, Just think of something stupid to say and then don’t say it

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג יולי 11, 2011 2:12 pm

פאריאר איז געווען זייער א שיינע באשרייבונג פון פליישמאנס אין "דער איד" (קעטסקיל אפטיילונג) מיט זייער אסאך אינהאלטסרייכע אינפארמאציע אויב איינער קען עס פארשאפן וואלט עס געווען א געוואלדיגע זאך
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » מאנטאג יולי 11, 2011 2:30 pm

שלום עליכם .............
פארוואס שרייבט איהר נישט וועגען דאס לעבעדיקע פליישמאן למשל סאטמאר-בארא פארק . אדער ספינקא
ר' יונתן האט נישט געבויט א מקוה ס'איז געווען א יוד מיט דעם נאמען לעדערער א קופיטשניצער וואס האט געהאט א גאסט הויז אויף א בארג
א קעגען פליישמאן אויף דיא אנדערע זייט פין 28 אין אויף זיינע גראנדס ביים עק האט עהר געבויט א מקוה מיט דיא השגחה פין ר' יונתן שטייף
אין נאך דעם פין דומ''ץ ר' יוסף שטיינער . אין דיא ערשטע יאהרען פין ביג אינדיען וואס דער באוואסטער ר' נפתלי שלזינגער השי''ת יוצאיהו מאפילה
לאורה האט מען נאך געניצט דיא מקוה .ציא לעדערער האטעל פלעגען ציא פאהרען א לע גדולי ישראל . דער קופיטשניצער אין דער באיאנער רעבי'ס
אין נאך רעבי'ס. הרה''ג ר' אהרן קוטלער ר' משה דער מאטעסדארפער רב ר' יונתן שטייף ר' משה ביק אין נאך ר' פינחס הירשפרונג .ממ''ש ס'איז געווען א קליינע כנסי' הגדולה .''אלע '' האבען געדאווענט מיט איין מנין בשלום ושלוה קיינער האט נישט געוואלט ווייזען אז עהר איז מעהר תלמיד חכם מעהר גאון .פרימער פין צוויטען עהר דאווינט א לענגערע שמונה עשרה כדי מעהן זאל ווארטען אויף איהם עהר עסט נישט וואס דער צווייטער עסט יא . ס'איז שוועהר מסביר זיין פאהרשטעלען פאר דעם יונגען דור . מיר דאכט זעך אז ביז משיח טאג וועט שוין אזוינ'ס נישט זיין .
הלואי בין איך מיך טועה

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 11, 2011 2:46 pm

נישט קיין חילוק פון דעמאלטס ביז היינט, קאן זיין אפשר אין פנימיות יא.

א בילד פונעם שוהל פאר פילע יאהרן צוריק
צוגעלייגטע
30.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » זונטאג יולי 31, 2011 5:11 pm

א בילד פון א אלטע האטעל אין פליישמאננס נ.י.

אויב איך מאך נישט קיין טעות איז דאס די היינטיגע עס-זאל בנין פונעם סאטמארע קעמפ מחנה ויואל משה

(ווי איז די בארג?)
צוגעלייגטע
card00436_fr.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 2:44 pm

א בוך געדרוקט בשנת תרנ"ז - 1897 באשרייבט דאס שטעטל פליישמאנס:
https://archive.org/stream/catskills00f ... 2/mode/2up

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 4:45 pm

איך קען נישט גלייבן אז קיינער האט נאך גארנישט געשריבן וועגן ספינקא
א שיינע חסידישער געשמאקער ווינקל אין פליישמאנס
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

אוועטאר
FedEx
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 10:35 am

תגובהדורך FedEx » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 11:11 pm

אן אדווערטייזמענט פון א האטעל אין פליישמאנס ערגעץ אין די תש"מ יארן
צוגעלייגטע
IMG_20150810_105553.png

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » דינסטאג יוני 27, 2017 12:00 pm

וועלכע בתי מדרשים זענען דארט פארהאנען?
וואו זענען זיי?
אנדערע אידישע אינסטעטוציעס?
כשרע געשעפטען?

אוועטאר
געב_מיר_כח
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 07, 2015 10:11 pm

תגובהדורך געב_מיר_כח » דינסטאג יוני 27, 2017 12:28 pm

רויט האט געשריבן:וועלכע בתי מדרשים זענען דארט פארהאנען?
וואו זענען זיי?
אנדערע אידישע אינסטעטוציעס?
כשרע געשעפטען?

בתי מדרשים:
ספינקא
מענלאוויטש האטעל
סאטמאר ישיבה

כשרע געשעפטען
נישט דא
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג יוני 27, 2017 12:38 pm

געב_מיר_כח האט געשריבן:
רויט האט געשריבן:
כשרע געשעפטען
נישט דא

פלעגט דאך זיין א גראסערי אויף מעי"ן סטריט, שוין פארמאכט?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יוני 27, 2017 12:39 pm

געב_מיר_כח האט געשריבן:
כשרע געשעפטען
נישט דא

עס פלעגט דארט זיין ביז עטליכע יאר צוריק א שטיקל גראסערי
אבער ס'האט זיך צוגעמאכט
איי איי,-וועלט

אוועטאר
געב_מיר_כח
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 07, 2015 10:11 pm

תגובהדורך געב_מיר_כח » דינסטאג יוני 27, 2017 12:42 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
געב_מיר_כח האט געשריבן:
כשרע געשעפטען
נישט דא

עס פלעגט דארט זיין ביז עטליכע יאר צוריק א שטיקל גראסערי
אבער ס'האט זיך צוגעמאכט

פלעגט זיין א גויאישע וואס האט געהאט אביסל כשר'ס
אבער דאס איז שוין אויך נישט דא
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יוני 27, 2017 12:53 pm

געב_מיר_כח האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
געב_מיר_כח האט געשריבן:
כשרע געשעפטען
נישט דא

עס פלעגט דארט זיין ביז עטליכע יאר צוריק א שטיקל גראסערי
אבער ס'האט זיך צוגעמאכט

פלעגט זיין א גויאישע וואס האט געהאט אביסל כשר'ס
אבער דאס איז שוין אויך נישט דא

ניין ס'פלעגט זיין דארט א יודישע קלייד אויך במשכ'ן זומער
איי איי,-וועלט

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » דינסטאג יוני 27, 2017 12:55 pm

געב_מיר_כח האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
געב_מיר_כח האט געשריבן:
כשרע געשעפטען
נישט דא

עס פלעגט דארט זיין ביז עטליכע יאר צוריק א שטיקל גראסערי
אבער ס'האט זיך צוגעמאכט

פלעגט זיין א גויאישע וואס האט געהאט אביסל כשר'ס
אבער דאס איז שוין אויך נישט דא


וואס? די סופערמארעט אויף מעין סט. האט אפגעשפארט??

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג יוני 27, 2017 3:44 pm

אינטרעסאנט, אז קיינער שרייבט נישט דאס גרינדונג,

אמאל האט קיין איד און קיין הונט נישט געטארט אריין וואנדערן אין פליישמאנ'ס,

איינמאל איז א איד אנגעקומען אהין, און מ'האט אים נישט אריין געלאזט, דעריבער האט ער אלץ נקמה אקט, מחליט געווען אפצוקויפן דעם גאנצן שטעטל און דאס מאכן אידיש

וכך הוה (דער איד האט געהייסן פליישמאנ'ס)

כך שמעתי, אויב איינער האט מער פרטים, אדרבה ביטע מעלדן.
כשמ"ו כן הוא


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט