עוג מלך הבשן האט געשריבן:ביטשקעווער האט געשריבן:עוג מלך הבשן האט געשריבן:מיין ערשטער (און האפינטליך לעצטע) שאלה דא:
אא״ז הרה״ק רבי יהודה זונדל רוקח זצ״ל בן הגה״ק רבי שלום רוקח זצוק״ל אבד״ק בעלזא איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער הג״ר שמואל צבי (הערש) אב״ד (?) דרישקיפאלי.
וויא געפונט זיך היינט דער שטאט??
ע״פ הקדמת המחבר לספר ״תורת משה״ (נאווי-דוואהר תקה״ו) משמע שהוא בפרייסען (שחציו היום פולין וחציו אשכנז).
דרישקיפאלי איז היינט Zhuravniki, Ukraine
זע:
https://www.jewishgen.org/Communities/c ... 19&scale=Kזע אויך שו"ת דברי מלכיאל ח"ה סי' רמד, אל "כבוד הרה"ג המפורסם וכו' מו"ה פנחס נ"י הרב דק"ק דרושקאפאליא."
האסט אבער געזעהן וואס שטייט אונ׳ם הקדמה לספר תורת משה? פין דארט איז משמע אדמור עס איז נישט ווייט פון ראוויטש. אפשר איז דא נאך א שטאט אין פרייסען בשם זה?
ביסטו גערעכט אז ראוויטש, פוזנא, און צעמפילבורג זענען אין פרייסען, אבער שטייט "יעקב נר"ו סוחר מק"ק לאקשט מקום דירתו בק"ק
פאריצק ולקח אותי לביתו...ובבואי לשם הוא הביאני לבית אחיו...אב"ד דק"ק דרושקפאלי." שפעטער האט ער געשריבן אז ער איז א "בורח לארץ אחרת".
פאריצק = Pavlivka, Ukraine, וועגן 25 מייל פון Zhuravnyky, און ביידע אין וואלהין.
עס קוקט אויס אז דער מחבר האט געפארן פון פרייסען (און בייהם און בייער - פראג און פיורדא) מזרח צו וואלהין.