טוישען די באנוץ פון א קירכע בנין צו להבדיל א בית המדרש!!

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

איך געדענק אז איינער האט געזאגט אז עס איז דא א נפק"מ אויב די טשורט האט בילאנגד פאר קאטליקאנער אדער פּראטעסטאַנטער
לעצט פארראכטן דורך אברהם שלמה אום מאנטאג אפריל 11, 2011 3:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

הגה"ק מהר"י אסאד זי"ע.
ווייל פראטעסטאנטען האבן נישט קיין דמות.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אויב א גוי איז עס מבטל, פארשטיי איך נישט דער פראבלעם, איך בין טאקע נישט קיין רב, אבער "מעלין בקודש", דער פראבלעם איז לכאורה נאר פארקערט.

ניגונים מען מוציא זיין מטומאה לקדושה
א גוי אפילו א גלח אדער עובד ע"ז קען ווערן א יוד
פארוואס זאל א געביידע נישט אפילו בית ע"ז נישט קענען פארוואנדעלט ווערן אין א מקום קדוש
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

קוק אין מסכת מגילה דף ו' ע"א תוספות ד"ה טראטריות. תוס' שרייבט קשה לומר אז אין א בית עבו"ז זאל מען לערנען תורה נאר אין א בית וועד לעובדי עבודה זרה מעג מען.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:די אלע הערות זענען דן צו זיין איבער די ענין איבערצודרייען פון א טומאה צו להבדיל קדושה בהלכה, דאס געהער לדעתי צו ידיעות התורה, אבער דאס וואס איך וויל דא רעדען איז נאר בעיקר די איין אינטערעסאנטע פאקט פון מאכן א שינו אינעם עצם הבנין, עפעס אזא זאך ווי שינו קונה, און איך וויל בעטען אנדערע וואס ווייסן פון א פלאץ ווי מען האט געטוישט פון א טומאה צו להבדיל קדושה, זאל מען נאכקוקען צו עס זענען דא בילדער, און צו מען קען זעהן צי מען האט משנה געווען.

די ערשטע וואס איך וויל רעדן, איז די בנין וואס מען האט שוין בהאנדעלט אביסל, דאס איז די בנין וואס איז היינט די קלויזענבורגער תלמוד תורה.

620 bedford היינט.bmp


הרב לכתחילה

זעצט אייך וועל איך אייך מגלה זיין א שטיקעל סוד.
בעפאר קלויזענבארג האט אפגעקויפט דעם שול האט מען עס אנגעטראגען פאר פאפא,די עסקנים האבען געהאלטען אס ס'איז פאסיג פאר א תלמוד תורה,האט מען אריבערגעברענגט דעם רבין דעם ויחי יוסף זצ"ל,ער איז ארום דעם גאנצען ריזען בנין פין אויבען ביז אינטען,מען האט געזעהן אז ער זיכט עפעס (די עסקנים האבען ניט געהאט קיין מושג אז סאיז אמאל געוועזען א קלויסטער,פון תר"עח איז עס דאך געווען א שול)
ביז מ'איז אנגעקימען צום קעלער ווי אין א ווינקעל האט ער אנגעוויזען אוף א צלם,פארשטייט זיך אז סאיז מער נישט געווען קיין רעדע פון קויפען.
דערנאך האע עס קלויזענבארג געקויפט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כבוד ר' יוסף, די מעשה מיט פאפא רב ז"ל איז געוועזן אין א צווייטער בנין היבש ווייטער אויף העדפארד נעבן דיקאלב.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

איר זענט זיכער איו דעם? עמער דארפען מברר זיין.
אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:34 pm

א קירכע צו פארוואנדלן אין א מקום קדוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חניוק »

ווען אין היסטורי האט מען איבערגעטוישט א קירכע פאר א ביהמ"ד?

(אין בית יעקב ב"פ מאכן זיי א פלעי ווואס הייסט sovereignty, אויף די פלאקאטן איז דא א ריזן בילד פון א קירכע, יעצט פרעג איך אייך הילדה הזה??
די תכלית פון דעם בילד איז צו כאפן די אויג פון די איד דורך די שיינע ארכיטעקטורע פון די בנין, ווען א איד נאטורלעך גרוילט און בייגט זיך אוועק ווען ער שמעקט נאר אזא בנין.)

דאכצעכמיר איך האב אמאל געהערט אזוינס, אבער אווי?
לעצט פארראכטן דורך חניוק אום מיטוואך יאנואר 14, 2015 8:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ריף אין סקול אפיס און פרעג!
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

א גראם מיט טעם האט געשריבן:ריף אין סקול אפיס און פרעג!

דער חניוק האט פשוט מורא אז א בת קול וועט זיך אנרופן אויפן אנדערע זייט טרייבל, נו פרובירט ער זיין מזל מיט אייוועלט וואס איז אנגעבליך men only
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:34 pm

איינצעלנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חניוק »

אין דיייטשלאנד האבן מיר געטראפן איינס
Former church to become Germany's newest synagogue
New synagogue to be first in town of Cottbus in state of Brandenburg since 1938, when Nazi hooligans set existing shul alight.

און אין מאנטשעסטער
One of the oldest churches in Manchester, the Royal Mount Congregational Church, will be converted into a synagogue. It has been acquired by the Chal Chassidim, ultra-orthodox group, who will use it as a permanent place for worship.
אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 19, 2013 11:34 pm

מיר טרעפן פארקערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חניוק »

על לגביה רבי אמי ור' אסי, אמרו ליה: לא כך היה המעשה בבית הכנסת של טבריה, בנגר שיש בראשו גלוסטרא שנחלקו בו רבי אלעזר ורבי יוסי, עד שקרעו ספר תורה בחמתן? קרעו סלקא דעתין? אלא אימא: שנקרע ספר תורה בחמתן. והיה שם רבי יוסי בן קיסמא, אמר: תמיה אני אם לא יהיה בית הכנסת זו עבודת כוכבים. וכן הוה (יבמות צו, ב).
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

פארקערט ליידער אינעם איסט סייד דער צלם איבערן מגן דוד

on delancey street one of the corners
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

אין אנטווערפען איז דא א שול בית יעקב, וואס געהערט צו א מוסד פאר שפעציעלע קינדער, די בנין איז אמאל געווען א קירכע.

http://goo.gl/maps/D0SjX
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אין א קריסטליכע געבעט הויז, איז אסור אריינצוגיין ווייל זיי גלייבן אין שליש, א מוסעלמענער געבעט הויז מעג מען אריינגיין.
(אפשר אלס די עצם טומאה נישט, אבער נישט מיט הלכה)

צו מ'קען עס פארוואנדלען אין א מקום קדוש? איני יודע, דאס וואס איך שרייב דא איז נאר ווילאנג ס'איז נאך א קירכע.

תן לחכם ויחכם
...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דער איסור דאכציך איז נישט זייערע גלויבונג, נאר אלס חשד, ניין?
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

אין לקראת שבת (סקווער) איז געווען א מכתב וואס פאפא רב זצ"ל האט געשיקט פאר תלמידו הגאון ר' זלמן אונגאר, סקווירא דיין, אנצופרענגן ביי סקווערע רבי זצ"ל.

דא האט איר די קטע.
אטעטשמענטס
Capture1.JPG
Capture.JPG
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

עס דארף צו זיין א תשובה אין שואל ומשיב
פאר ר' יודל מידעלמאן פון אמעריקע פון די גרינדער פון בית מדרש הגדול וועגן דע נושא
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

עין טובה האט געשריבן:אין א קריסטליכע געבעט הויז, איז אסור אריינצוגיין ווייל זיי גלייבן אין שליש, א מוסעלמענער געבעט הויז מעג מען אריינגיין.
(אפשר אלס די עצם טומאה נישט, אבער נישט מיט הלכה)

דאכט זיך מיר אז אין שו"ת דברי יציב איז ער מברר לאיסור, אבער איה"נ אסאך אנדערע זאגן יא ווי דיר.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: פייער אין ווילי, ליע קיעפ - אלול תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:32 pm
פאראינטערסירט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:23 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 2:04 pm
farshlufen האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:48 pm
פאראינטערסירט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 1:43 pm


וועלכע 18 יאר?
די קלויסטער איז שוין אראפגעווארפן 18 יאר??! מ'האט עס הערשט נעכטן, כ'מיין אפאר יאר צוריק אראפגעווארפן... איי געס די יארן לויפן צו שנעל...
פון 06'
האט נישט מיט יאר.
מ’טאר נישט ווילאנג די דור געדענקט עס.

און וואס הייסט ש’טייט א גאנצע געביידע? קוקט אויס ווי ס’איז דא העווי סטאפ ארדערס (כ’ווייס נישט פאר א פאקט. קוקט פשוט אויס אזוי)
מהיכי תיתי אז מ'טאר נישט ווילאנג מ'געדענקט?

זעה די 6 שטאקיגע געביידע אינעם הונטערגרונט.
כ’ווייס אז ס’איז דא. זעהן איז נישט קיין ריאה אז מ’מעג
נאכאמאל מהיכי תיתי אז מ'טאר נישט ווילאנג מ'געדענקט?

פשוט אין שו"ע זעהט נישט אויס קיין שום פראבלעם, די מגן אברהם אין או"ח סי' קנ"ד סקי"זברענגט פונעם כנסת הגדולה אז מ'מעג אפי' דאווענען אין די בית עבו"ז אליינס (בפשטות נאך וואס די עבו"ז איז מער נישט דארטן)
ווייל א תיפלה איז דאך נאר ממשמשי עבודה זרה, די הלכה איז אז א גוי קען מבטל זיין אן עבודה זרה, און די רמ"א אין יו"ד סי' קמ"ו סעיף ח' זאגט אז ביי משמשי עבו"ז איז מכירה אויך א ביטול, ממילא וואלט מען אפשר אפי' דעם בנין אליינס נאך ווען געקענט נוצן, (עי' ת"ת קלויזענבורג בעדפארד..)
נאך מער אפי' אהן ביטול אויב נעמט מען אוועק די עבו"ז אדער אפי' ביי מחובר לקרקע אויב נעמט מען אוועק מה שנבנה או נתחדש לעבו"ז איז דאס מותר אפי' אהן ביטול (יו"ד סי' קמ"ה סעיף ג' ואילך)
קען זיין אז ס'איז דא אנדערע ענינים על פי קבלה אדער חסידות איבער דעם, בין איך נישט באקאנט דערמיט..

נאכן שרייבן דאס האב איך געזעהן דאס כ'ווייס נישט ווער דאס איז, אבער ער זאגט אויך אזוי בפשטות.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טוישען די באנוץ פון א קירכע בנין צו להבדיל א בית המדרש!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון "דער בלאט" פ' ראה
אַריין אין די דירה דורך די פייער-טרעפ

דער גבאי נאמן פון בית המדרש, הרה"ח ר' שלמה דוד גרינשטיין הי"ו.
דערציילט אונז ווי פאָלגענד:


איין מעשה פלא געדענק איך וואָס איך האָב צוגעזען מיט מיינע אייגענע אויגן.

דער סאטמארער בית המדרש איז שוין דעמאָלט געווען אויף די 53'סטע גאַס צווישן דרייצנטע און פערצנטע עוועניוס. אויף די זעלבע גאס בייס קארנער פון פערצנטע עוועניו האָט איין יאָר זיך אריינגעצויגן הרה''צ רבי פייוול הלברשטאם זצ"ל מקשאנוב לא ברודער פונעם צאַנז- גריבובער רבי'ן זצ"ל). ער האט געוואוסט אַז ערב שבת וועט דער רבי גיין אין מקוה אין סאטמאַר-53 האַט ער געבעטן דעם רבי'ן אַז אויפ'ן וועג צו די מקוה זאל ער אַריינקומען צו אים אין שטוב אויף טועמי' און ווינטשן אַ ברכה לכבוד די נייע דירה. איך ביןן נאך דעמאלט געווען א יונגל און איך האָב געלערנט אין איין כיתה מיט אַ זון פון רבי פייוול הלברשטאם זצ"ל, במילא האָב איך באקומען פראָטעקציע צו קענען אָנוועזנד זיין ביי דעם באזוך.

ווי מען פירט זיך, האָט רבי פייוול שוין אפגעוואָרט דעם רבי'ן אינדרויסן. דער אַריינגאַנג צו די דירה איז געווען אויף פערצנטע עוועניו. איך בין דאָרט געשטאנען און איך זע ווי דער רבי גייט אריין אינעם טויער. און שטעלט זיך אפ. ער גייט נישט ווייטער. יעדער וואונדערט זיך וואָס גייט פֿאַר אַבער דער רבי רירט זיך נישט פון ארט. ביז דער רבי פרעגט "וואָס איז דא געווען פריער?". האָט רבי פייוול געזאָגט דעם אמת אַז דאָ איז פריער געווען אַ קירכע. מען האָט דאָס אַראָפּגעוואָרפן און געבויט דאָרט אַן אַפאַרטמענט געביידע. "אויב אַזוי", זאָגט דער רבי, "קען איך נישט אַריינגיין אין דעם הויז'".

זאָגט אים רבי פייוול, אז נאָר דער "האלוועי" איז געבויט אויפ'ן אָרט פון די קירכע. די איבעריגע געביידע איז געבויט אויפ'ן ארט וואו עס איז געשטאנען די הויף פונעם קירכע.

רבי פייוול האָט פאָרגעשלאָגן, אַז אויב דער רבי וויל נישט דורכגיין דעם האלוועי, קען ער קומען פון הונטן פונעם הויז, דאָרט איז דא שטייגן אַרויפצוגיין ביז זיין דירה. דער רבי האט מסכים געווען צו דעם. למעשה זענען די שטיגן געווען די טרעפ פונעם ''פייער עסקעיפ". דער רבי איז טאקע פון דארט אַרויפגעקראָכן און איך אַלץ יונגל האָב זיך נאכגעשלעפט אויף די טרעפ ביז אַרויף. מען איז אנגעקומען אינעם שלאף-צימער און פון דאָרט אַריין ביז צום דיינונג רום.

היינט איז מיר א פלא עצום ווי דער רבי ברוב קדושתו האט מרגיש געווען וואס דארט איז געווען פריער.
אטעטשמענטס
PXL_20230822_230544551_copy_756x1008.jpg
PXL_20230822_230544551_copy_756x1008.jpg (324.49 KiB) געזען 363 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: טוישען די באנוץ פון א קירכע בנין צו להבדיל א בית המדרש!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

עס איז דא א באוויסטע מעשה פין הרה"ג ר יחאזקל ראטה זיע"א איז געקימען און חלום צי א בעלזא דיין אין מונטריאל אז אין הימעל האט מען אנגענימען זיין פסק לגבי דע נושא
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”