היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:נישט רבנים, סתם שיינע יודן זענען אויך געגאנגען מיט בעקעשעס.
קיצור, ס׳האט גארניקס מיט חסידות.
נישט די בעקעשעס
נישט די ווייסע זאקן
נישט די שטריימלעך
נישט די סטראקעס

ס״ה דער יודישער פוילישער מלבוש.
מיט די יארן האט מען זיך מאדערענעזירט.
די המון עם שנעלער
די רבנים די שטייטסטע שטייטע
די רבי'ס די שטייטסטע

מסתבר כדבריך, הערט זיך אויפ'ן שכל (איך האב דאס נישט מלבן געווען) און ניכר בציורים ישנים

אין פוילן און אין גאלאציא זענען די רבי׳ס געווען רבנים. אלזא דיין תיקון, איז קיין תיקון נישט.
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

אזוי גאר?
אפשר זאגסטו מיר ווי דער רבי ר' אלימלך איז געוועזן רב?
דער קאזניצ'ער מגיד, רבי פון לובלין רבנים? ווי?

ביסט גערעכט רוב פויליש'ע / גאליציא'נע רבי'ס זענען געווען רבנים
אבער גענוג זענען נישט געווען, אלזא דיין תיקון לתיקוני, איז קיין תיקון נישט.

ועוד, קענסט היינט צוטאגס א פוילישע רב?? מאידך רבי'ס פעלט נישט היינט וואס מען קען אויף זיי זאגן: "ער איז א גאליציא'נע" וכו' (קען זיין די חסידים זאגן "רב" אנשטאט "רבי", און קען אויך זיין זיי זענען טאקע גאונים מופלגים מלומדים ברבנות, וראוים לאיצטלא זו, אבער קיין "רב" זענען זיי נישט, נאר מחמת ההרגל "פון דער היים" איז דאס א תואר כבוד ותו לא) על כל פנים דאס האב איך געמיינט מיט'ן תיקון..
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

עוג מלך הבשן האט געשריבן:אזוי גאר?
אפשר זאגסטו מיר ווי דער רבי ר' אלימלך איז געוועזן רב?
דער קאזניצ'ער מגיד, רבי פון לובלין רבנים? ווי?

ביסט גערעכט רוב פויליש'ע / גאליציא'נע רבי'ס זענען געווען רבנים

רוב גאליציאנע רבי'ס זענען געווען רבנים, רוב פוילישע רבי'ס נישט, ועיין.

ביסט גערעכט רוב פויליש'ע / גאליציא'נע רבי'ס זענען געווען רבנים
אבער גענוג זענען נישט געווען, אלזא דיין תיקון לתיקוני, איז קיין תיקון נישט

בלאו הכי פארשטיי איך נישט וואס ער וויל פון דיר, נניח רוב רבי'ס זענען געווען רבנים, אבער דאס אמאל איז דאך זיכער אז רוב רבנים און רובם ככולם פון די רבנים אין די גרעסערע שטעט זענען קיין רבי'ס נישט געווען [כמדומה דאס גרעסטע שטאט אין גאליציע וואס איר רב האט פונקציאנירט אויך אלס רבי איז געווען צאנז], און די רבנים האבן טאקע פריער אהנגעפאנגן ענדערן די לבוש איידער די רבי'ס.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

די רבי׳ס אין גאליציע וועלכע זענען נישט געווען קיין רבנים, זענען למיטב ידיעתי ״נישט״ געגאנגען מיט׳ן רבנ׳ישע מלבוש.
מגידות איז א רבנ׳ישע פאסטן.
טאהש'ער אייניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm

Re: געפעפעטע הויזען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאהש'ער אייניקעל »

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:איינער וויסט וואס איז דער מקור פין גיין מיט געפעפעטע הויזען
אין אויך איז דא דא א בילד פין ערב ראש השנה ביי תולדות אהרון אין מ'זעט דארטן מענטשן מיט געפעפעטע הויזען אויב איינער ווייסט וואס צי זאגען וועגן דעמ ווייל איך האב געזעהן לעצטנס א בילד פין דער תולדות אברהם יצחח'ן רבי מיט שווארצע הויזען https://ci3.googleusercontent.com/proxy ... nts_29.jpg

דער תולדות אברהם יצחק רבי, גייט הויזן אזוי ווי זיין רבי דער אמרי חיים (טונקל בלוי מיט לעכטיגערע בלויע שטרייפן)
תולדות אהרן רבי גייט אזוי ווי זיין טאטע (וכן הולכים בניו) מיט געפעפעטע הויזן

וואס הייסט גייט אזוי ווי זיין רבי דער אמרי חיים? דער אמרי חיים איז אויך נישט געגאנגען מיט א פלאכע ביבער היט א וויסע יארמילקע אין א ירושלימ'ע געשטרייפטע קאפטן וכו'
דרך אגב וואס איז טאקע דער מקור צי דע ירושלימ'ע לבוש אין ווען אין פאר וואס ס'האט זיך געטוישט ?

טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:

אויך מיין איך אז כ'האב אויך געזען א בילד פינ'עם מבקשי אמונה'ער רבין מיט שווארצע הויזען
טאהש'ער אייניקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 5:02 pm

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאהש'ער אייניקעל »

https://ci6.googleusercontent.com/proxy ... nts_65.jpg
איינער ווייסט אויף אזא מנהג אנציטיהן צוויי קיטל'עך ?
דא מ'זעט ווי אב"ד מאנטעווידעא גייט אנגעטיהן מיט א ירושלימ'ער קיטל אין אן איינפאכע קיטל
עטרת תפארת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 3:15 pm

פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטרת תפארת »

וואס איז די היסטארישע סיבה דערפין?
לעצט פארראכטן דורך עטרת תפארת אום זונטאג אקטאבער 17, 2021 8:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

קודם דארפסטו וויסן אז אמאל איז געווען א מאדערנע זאך צו גיין מיט אראפגעלאזטע הויזן, ממילא איז די קשיא ענדערש פארוואס סאטמאר און פאפא גייען יא מיט לאנגע הויזן.
אוועטאר
תנא בתרא
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא בתרא »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:קודם דארפסטו וויסן אז אמאל איז געווען א מאדערנע זאך צו גיין מיט אראפגעלאזטע הויזן, ממילא איז די קשיא ענדערש פארוואס סאטמאר און פאפא גייען יא מיט לאנגע הויזן.

סאטמאר, פאפא, קלויזענבורג וכו', קומען פון אונגארישע לענדער (והגלילות). גער, בעלזא, וכו', קומען פון פוילן והגלילות.
לעצט פארראכטן דורך תנא בתרא אום זונטאג אקטאבער 17, 2021 11:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

עי' כאן ואילך און קענסט פארשליסן דעם אשכול
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:קודם דארפסטו וויסן אז אמאל איז געווען א מאדערנע זאך צו גיין מיט אראפגעלאזטע הויזן, ממילא איז די קשיא ענדערש פארוואס סאטמאר און פאפא גייען יא מיט לאנגע הויזן.

ווען איר זאגט מאדערענע סאך.. לאנגע הויזן איז נישט געווען קאנסידערט מאדערן אין אונגארן, סאיז טאקע א נייע זאך אבער נישט מאדערן

אוואדע איז עס געווען אפגעפרעגט אין געוויסע פלעצער אבער נישט איבעראל
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

מסתמא האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:קודם דארפסטו וויסן אז אמאל איז געווען א מאדערנע זאך צו גיין מיט אראפגעלאזטע הויזן, ממילא איז די קשיא ענדערש פארוואס סאטמאר און פאפא גייען יא מיט לאנגע הויזן.

ווען איר זאגט מאדערענע סאך.. לאנגע הויזן איז נישט געווען קאנסידערט מאדערן אין אונגארן, סאיז טאקע א נייע זאך אבער נישט מאדערן

אוואדע איז עס געווען אפגעפרעגט אין געוויסע פלעצער אבער נישט איבעראל

ניי און מאדערן פלעגט אמאל גיין צוזאמען
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:קודם דארפסטו וויסן אז אמאל איז געווען א מאדערנע זאך צו גיין מיט אראפגעלאזטע הויזן, ממילא איז די קשיא ענדערש פארוואס סאטמאר און פאפא גייען יא מיט לאנגע הויזן.

ווען איר זאגט מאדערענע סאך.. לאנגע הויזן איז נישט געווען קאנסידערט מאדערן אין אונגארן, סאיז טאקע א נייע זאך אבער נישט מאדערן

אוואדע איז עס געווען אפגעפרעגט אין געוויסע פלעצער אבער נישט איבעראל

ניי און מאדערן פלעגט אמאל גיין צוזאמען

נישט אין אונגארן

לדוגמה מאשין מצות, סאיז א גרויסע נפק"מ אין טוישן סיי וואס פון די עצם אידישקייט און צווישן טוישן די טעכניקן ארום און ארום, ווי דער הייליגער כתב סופר האט זיך אויסגעדריקט "גייט יעצט איינער אסר'ן דאס באניץ פון באנען?"

די מאטא אין אונגארן איז געווען "אני השם לא שיניתי" אבער דאס איז בנוגע אידישקייט אליינס, לבוש בכלליות איז נישט געווען קיין גרויסע ענין דארטן, דער עיקר מזאל אויסזעהן אידיש
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14499
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

פארוואס גייט מען אין באבוב מיט צו געדעקטע קנעפליך?
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
טי בעג
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 7:38 am

Re: פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טי בעג »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:קודם דארפסטו וויסן אז אמאל איז געווען א מאדערנע זאך צו גיין מיט אראפגעלאזטע הויזן, ממילא איז די קשיא ענדערש פארוואס סאטמאר און פאפא גייען יא מיט לאנגע הויזן.

ווען איר זאגט מאדערענע סאך.. לאנגע הויזן איז נישט געווען קאנסידערט מאדערן אין אונגארן, סאיז טאקע א נייע זאך אבער נישט מאדערן

אוואדע איז עס געווען אפגעפרעגט אין געוויסע פלעצער אבער נישט איבעראל

ניי און מאדערן פלעגט אמאל גיין צוזאמען

רעגן מעיל, 10 אינטשיגע שטריימלעך, אדער ברייטע היטן ברים איז מאדערן ווייל ס'ניי??
א איד טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, מיט א שטראל פון האפענונג נאר לעבן, מיט יעדן פראבלעם, פארלאז דיך נאר אויף אים, פארגעס נישט אז דו ביסט א איד.
נחום פאשקעס
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 14, 2020 4:16 pm

Re: פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום פאשקעס »

ס'דערמאנט די ווערטל פארוואס גור גייט מיט די הויזן און די זאקן צוליב וואס אינדערהיים און פולין איז געוועזן אסאך בלאטע, האט די רעגירונג געפאדערט מ'זאל אריין ריקן די הויזן אין די זאקן אריין, און אזוי ווי היינט (מיט די מאסקעס) נאר גור האט געפאלגט מילא זענען זיי געבליבן אזוי..
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

עטרת תפארת האט געשריבן:וואס איז די היסטארישע סיבה דערפין?

דער פשוטער טעם איז געווען צו זיין אפגעשיידט פון די גוים, זיי זענען געגאנגן מיט לאנגע הויזן וועלן מיר גיין קורצע.
נאך צווי באקאנטע טעמים זענען דא.
איינם בשם ר' ישכר בער בעלזער וואס האט געזאגט אז וויבאלד ביי חסידים איז מנהג געווען צו גיין די אויבערשטע קנעפל פונעם העמד אפען, אזוי אויך איז מען געגאנגן מיט חסידישע העמעדכר וואס איז אינגאנצן אפען, די סיבה דערפאר איז וויבאלד מען האט געוואלט אז יראת שמים זאל האבן פון ווי אריינצוגיין אוןאנקומען צום הארץ, אויב אזוי האט ר' ישכר בער געזאגט, אויב וועט מען גיין לאנגע הויזן וועט די ביסעלע יראת שמים וואס גייט שוין יא אריין ארויספאלן פון די הויזן, דערפאר בינדט מען צו די הויזן עס זאל נישט ארויספאלן.

נאך א טעם וואס איך האט אמאל געהערט אבער נישט זיכער בשם וועמען איז אויך תלוי אין א צווייטע חסידישע לבוש, ווי באקאנט פלעגן אמאל אלע חסידישע אידן גיין מיט פערטל שיך אנע בענדלעך, און מיט אזאלכע שיך קען מען נשיט מקיים זיין די הלכות פון צובינדען די לינקע שיך בעפאר די רעכטע, וועגן דעם האט מען געלייגט בענדלעך אויף די הויזן צו קענען מקיים זיין די הלכה.

די נפקה מינה להלכה קומט אויס ביי די וועלקראו הויזן, אויב גייט מען מיט די ערשטע צוויי טעמים איז עס גוט, אבער אויב נעמט מען אהן ווי די דריטע טעם איז עס גארנישט ווערט.
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

נחום פאשקעס האט געשריבן:ס'דערמאנט די ווערטל פארוואס גור גייט מיט די הויזן און די זאקן צוליב וואס אינדערהיים און פולין איז געוועזן אסאך בלאטע, האט די רעגירונג געפאדערט מ'זאל אריין ריקן די הויזן אין די זאקן אריין, און אזוי ווי היינט (מיט די מאסקעס) נאר גור האט געפאלגט מילא זענען זיי געבליבן אזוי..

הא? די רעגירונג האט געפאדערט ריינע הויזן? :shock:
זיכער געווען לינקע חברה
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לאשתמודעתא האט געשריבן:נאך א טעם וואס איך האט אמאל געהערט אבער נישט זיכער בשם וועמען איז אויך תלוי אין א צווייטע חסידישע לבוש, ווי באקאנט פלעגן אמאל אלע חסידישע אידן גיין מיט פערטל שיך אנע בענדלעך, און מיט אזאלכע שיך קען מען נשיט מקיים זיין די הלכות פון צובינדען די לינקע שיך בעפאר די רעכטע, וועגן דעם האט מען געלייגט בענדלעך אויף די הויזן צו קענען מקיים זיין די הלכה.

די נפקה מינה להלכה קומט אויס ביי די וועלקראו הויזן, אויב גייט מען מיט די ערשטע צוויי טעמים איז עס גוט, אבער אויב נעמט מען אהן ווי די דריטע טעם איז עס גארנישט ווערט.

דער טעם האט געזאגט הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
לאשתמודעתא
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 01, 2021 10:25 am
לאקאציע: עולם השקר

Re: פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאשתמודעתא »

אוראייניקל האט געשריבן:
לאשתמודעתא האט געשריבן:נאך א טעם וואס איך האט אמאל געהערט אבער נישט זיכער בשם וועמען איז אויך תלוי אין א צווייטע חסידישע לבוש, ווי באקאנט פלעגן אמאל אלע חסידישע אידן גיין מיט פערטל שיך אנע בענדלעך, און מיט אזאלכע שיך קען מען נשיט מקיים זיין די הלכות פון צובינדען די לינקע שיך בעפאר די רעכטע, וועגן דעם האט מען געלייגט בענדלעך אויף די הויזן צו קענען מקיים זיין די הלכה.

די נפקה מינה להלכה קומט אויס ביי די וועלקראו הויזן, אויב גייט מען מיט די ערשטע צוויי טעמים איז עס גוט, אבער אויב נעמט מען אהן ווי די דריטע טעם איז עס גארנישט ווערט.

דער טעם האט געזאגט הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע.

די בעלזע האבן אסאך ארייגעארבייט אין די הויזן זאקן.
אין בעלזא האט זיך געדרייט א באקאנטע ווארט צווישן די יושבים "אז אין בעלזא נעמט מען אראפ די בענדלעך, שמד'ט זיך א איד אין וויען".
ווען מ'וואלט געמעגט שווערן וואלט איך געשוואורן
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: פארווס גייט מען אין גער מיט הויזן זאקן. און אין בעלזא מיט לאנגע זאקן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

לאשתמודעתא האט געשריבן:
עטרת תפארת האט געשריבן:וואס איז די היסטארישע סיבה דערפין?

דער פשוטער טעם איז געווען צו זיין אפגעשיידט פון די גוים, זיי זענען געגאנגן מיט לאנגע הויזן וועלן מיר גיין קורצע.

ס'האט גארנישט צו דעם, גוים פלעגן אויך אזוי אמאל צו גיין עי' לעיל, און דאס איז טאקע די היסטארישע סיבה, ווייל אזוי האט א הויזן אמאל אויסגעזעהן.
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
חזקי ג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 7:40 pm

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי ג »

פון וואו שטאמט די סטראקעס?

ווער איז דער ערשטער וואס האט געהאט סטראקעס?
הרב מגאליציען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 23, 2021 8:48 pm

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב מגאליציען »

חזקי ג האט געשריבן:פון וואו שטאמט די סטראקעס?

אן אלט רבני'ש מלבוש, עי' מהר"ץ חיות ור' שמעון סופר מקראקא

חזקי ג האט געשריבן:ווער איז דער ערשטער וואס האט געהאט סטראקעס?

אברהם אבינו
הרב הכולל למדינת גאליציא יצ"ו
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13001
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: היסטאריע פון מלבושי אדמורי"ם וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

הרב מגאליציען האט געשריבן:
חזקי ג האט געשריבן:פון וואו שטאמט די סטראקעס?

אן אלט רבני'ש מלבוש, עי' מהר"ץ חיות ור' שמעון סופר מקראקא

נודע ביהודה ור״ר יונתן ועוד
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”