אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

ר' מטות האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 5:04 pm
WOW הערליכע ארבעט @חברונער!

זייער שטארק געשריבן!! אבער זייער ווייטאגליך צו ליינען..

איך פרוביר נאך אלס צו פארשטיין אפאר נקודות:

1) וואס וואלט געווען ווען מדנ"י נעמט ווען יא ערענסט די ווארענונגען יענע נאכט, וואלטן טאקע זאכן געווען אינגאנצן אנדערש? וואס וואלטן זיי שוין געקענט טוהן, זיי וואלטן דאך זיכער נישט אנגעהויבן א פרי-עמטיוו סטרייק, נאר לאמיר זאגן זיי וואלטן אראפגעשיקט ערענסטע מיליטערישע כוחות צו די עזה גרעניץ, וואלט עס דען טאקע געמאכט אזא נפק"מ? סך הכל רעדט מען דא פון אפאר שעה וואס וואלטן זיי שוין געקענט טוהן, כאמאס האט געשטורעמט לענגאויס די גאנצע גרעניץ, מען קען דאך נישט פארזיכערן גאנץ עוטף עזה און א קארגע פאר שעה, (און כאמאס האט דאס אויך מסתם געוויסט, זיי האבן דאך געדארפט רעכענען אז מדנ"י וועט באמערקן אז עפעס קומט פאר)

2) ווי אזוי קען זיין אז מדנ"י האט נישט אויפגעכאפט די כאמאס מאוומענטס דורכאויס די גאנצע נאכט? כ'מיין טויזענטער כאמאס קעמפער קומען זיך צאם אינמיטן די נאכט אין אלע מעטשעטען און מדנ"י זעהט גארנישט נאר די סים-קארדס?!

3) האט מדנ"י טאקע נישט קיין שום יומען סארסעס אינערהאלב די הויכע ראנגן פון כאמאס, וואס זאל זיי קענען ווארענען פון פאראויס וואס דא קומט, און וואס זאל זיי ארויסגעבן די באשטימטע דאטום ווען דאס איז געפלאנט?!

4) פארוואס האט די מיליטער נישט געהייסן עטליסט סטאפן תיכף ומיד די מיוזיק פעסטעבול הארט ביי די עזה גרעניץ? אויב זיי האבן ערווארטעט סיי וועלעכע שאנס פון א כאמאס אינפילטראציע איז דאך אזא פלאץ די גרעסטע סכנה. (אלעס כדי מען זאל נישט וויסן וועגן די סים קארדס..?)

5) וואס איז געווען כאמאס'ס סטראטעגיע, פארוואס האבן זיי געצילט צו הארגענען ציווילע? לכאורה איז דאך דאס געווען א שרעקליכע טעות מצידם. שטעל די פאר אז זיי הארגענען נאר מיליטערישע פערסענאל, און נעמען איבער זייערע בעיסיס, און נאכדעם פארכאפן זיי א ריזיגע צאל געפאנגענע, זיי וואלטן דאך געווען ידם על העליונה.

מה דאך יעצט שטייט מדנ"י אויס אזאלעכע צרות פון די גאנצע וועלט, כל שכן אז דעמאלטס וואלט קיינער נישט מיטגעשטאנען מיט מדנ"י, נאר די גאנצע וועלט וואלט געלייגט געפערליכע דרוק גלייך אין אנהייב אז זיי זאלן נישט אינוואדירן עזה, נאר מסכים זיין פאר א ריזיגע משכונות אפמאך, און מדנ"י וואלט געווען געצווינגען צו באפרייען אלע פאליסטינער פון זייערע תפיסות, און כאמאס וואלט ארויסגעגאנגען א קלארע געווינער.
קודם כל יישר כח פאר די קאמפלימענטס

אלע דיינע שאלות ווערן געפרעגט דורך יעדע מענטש מיט שכל אין מדנ''י און אין די מידיע (דארט איז נישטא קיין סאך מיט שכל) און די ענטפערס זענען זייער אומקלאר און פאר'נעפל'ט, איך וועל פראבירן ענטפערן לויט מיין פארשטאנד אבער אסאך זאכן דארפן נאך אויסגעקלארט ווערן.

1) א נארמאלע מדינה וואלט קלאר ארויסגעגאנגן מיט א פרי-עמטיוו אטאקע אין אזא מצב, די אמאליגע מדנ''י (פון ששת הימים) וואלט עס אויך געטון, די היינטיגע ווייס איך נישט. אבער אויב זיי וואלטן געווען מער עלערט אויפן שטח און אראפגעשיקט, לאמיר זאגן איין דיוויזיע, דאן וואלט מען אפשר נישט געקענט אינגאנצן אפהאלטן, ווי דו שרייבסט, אבער מ'וואלט געקענט שטארק מצמצם זיין די נזק מיט הונדערטע ווייניגער נרצחים.

2) איני יודע. יעצט זאגט מיר איינער אז חאמאס האט יענע נאכט געארבעט אונטערערדיש אין ספעציעלע שפיאנזש אפגעהיטענע פלעצער, בנוגע די מעטשעטן איז עס געווען 4 אזייגער אין מסתם נאר די עליטע זענען דעמאלץ געקומען, די אנדערע האט מען אויפגעוועקט שפעטער און געהייסן אריינגיין.

3) כנ''ל, א ביטער שווערע קושיא.

4) גאר א שווערע קושיא אן קיין תירוץ אויף דעם. זעהט אויס זיי זענען געווען גאר טיף אין די ''חאמאס מורתע'' קאנסעפציע.

5) דאס איז די איינציגסטע שאלה אויף וואס איך האב א קלארע תשובה - זיי זיכען נישט צו זיין ידם על העליונה און זיין פאליטיש גוט, זיי זענען ארכי איסלאמיסטים נאצי'ס במדרגה ראשונה וואס האבן איין ציל: ווי מער אידיש בלוט. אויב טוען זיי פאליטישע פעולות (אזוי ווי יעצט) איז עס נאר אז אין די פיוטשער זאלן זיי קענען הארגענען נאך אידן, אין אנדערע ווערטער - די רציחה איז די מטרה, נישט די אמצעי אנצוקומען צו א מטרה (למשל א פאלעסטינע לאנד)
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2399
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

זייער שיין! שכויעך!
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 6:38 pm
מאסיוו מאסיוו מאסיוו !!!!

זייער שיין, אינפארמאטיוו, גוט געשריבן, און פאסט פאר דיר אזא ארטיקל.

כ'האף אז מיינע חברים ליינען עס נישט, ווייל איך פלאן נאכצוזאגן שטיקער פון דא...
א דאנק !

פארוואס פאסט פאר מיר ? ביי אונז אין חברון ליגט מען נישט אין דעי מינע זאכענעס

אה מיין חבר האט מיר יעצט אנגעהויבן זאגן א לאנגע דרשה וועגן אקט' 7 סקאנדאל... דו ביסט עס ?? חנמאל דורפמן, מיין שכן
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

Haklal האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 8:57 pm
זייער זייער אינהאלטספול און גיט געשריבן
יישר כח
געליינט אין איין אטעם
שכויח !!
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 10:55 pm
זייער שיין! שכויעך!
טענק רבה !
ברייט בארימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 4:30 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברייט בארימט »

נישט נארמאל וואס די האסט דא אראפגעלייגט..! געליינט מיט איין אטעם..

שכח חברונער!!
אוועטאר
פריפיטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 20, 2021 10:16 am

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריפיטשיק »

די ארטיקל (און די שרייבער) ממש איינס פון טויזנטער. אזוי גוט אראפגעלייגט... געווען צוגענאגלט
אוועטאר
קו ירוק
שר האלף
תגובות: 1653
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

א שאד מען קען נאר איינמאל לייקען אזא אינהאלטסרייכע תגובה.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5658
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

@חברונער דורך געליינט מיט 1 שאס
סופער סופער דזשאב
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

@חברונער סופער דופּער!
אוועטאר
תרמב
שר תשעת אלפים
תגובות: 9043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

נעקסט לעוול גוט

שכוח פאר דעם און פאר דיין אלע שרייבעריי
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: בדרך לרפיח

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

@חברונער א הערליכע ארבעט געמאכט!! זייער קלאר אראפגעלייגט יעדע פרט!

(עס רייסט מיר דאס הארץ ביים לייקן אזא תגובה.. וואס קעמען טוהן.)
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

הערליך


אבער פארוואס האבן מיר געדארפט ווארטן אזוי לאנג.
ווען מ'ווערט א פרישע שר ביי 1500 תגובות, וואלט איך שוין גאס געוואוסט 500 תגובות פאר יעצט.

לאז אונז נישט ווארטן ביז נאך טויזענט תגובות, ביז דו קומסט נאכאמאל אריין אזוי שטארק.
אויסגעהיילט
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 25, 2020 11:00 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעהיילט »

מיין_מיינונג האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 4:35 pm

איך ווייס פון די קאנספיראציע אז זיי האבן געקענט ביישטיין עפעס זאל פאסירן (פארשטייט זיך נישט אויף אזא פארנעם) כדי אפצושוואכן ביבי....., אבער לדעתי איז עס אוממעגליך, ווייל צופיל מענטשן און איינהייטן זענען אינוואלווד, נאכמער, אויב איז דא אפילו א ברעקל אמת וואלט דאך ביבי געמאכט קאמפאט מיט זיי, ער וואלט עס נישט אפגעשטופט אויף שפעטער. איי וואס דען? עינים להם ולא יראו אזנים להם ולא ישמעו... אזוי האט דער אייבערשטער געוואלט? פארוואס? קענסטו פרעגן די מוסר זאגערס....
דארף נישט זיין צופיהל מענטשען, גענוג די אויבערשטע שורה פון די דעות זאגער.

און ניין. ביבי קען גארנישט.
ער קען נישט יעצט באשולדיגן, ווייל אז יא, בלייבט ער אהן קיין הויפט ביי קיין שום חלק פון די מיליטער.
נישט שב"כ, נישט אמ"ן, נישט קיין הויפט גענעראל, און נישט קיין שר ביטחון, און דער מידיע וועט נאר איהם באשולדיגן, וכנהוג, (בפרט טאקע דארט אין מידעל איסט...).

ער איז נאך יעצט, אינמיטן די מלחמה, אויף חקירות, און עס גייט יעצט אויך פאהר מחאות אנטקעגן איהם, פון די וואס פיהרן שוין מחאות זייט ער איז ארויף אויפ'ן בענקל (אהוד ברק, מיט ברסלר מיט די אלע), און די מידיע שפילט נישט זיין זייט, איז שטעל דיר נאר פאהר, אז ער קומט ארויס אנטקעגן די מיליטער און שפיאנאזש הויפט, וואלט מען פון איהם געמאכט צימעס כפשוטו.

רק אין יראת אלוקים במקום הזה וגו'

איך זאג נישט אז מ'האט עס דוקא געוואלט צו לאזן, אבער די קשיות זענען נישט קיין קשיות.

איז עס געווען בדוקא? ווייס איך נישט.
וועלן מיר דארפן ווארטן פאר @חברונער מיט נאך טויזענט תגובות. (כ'האפ אז ווייניגער, אפשר לוינט זיך צו רייצן מיט איהם, אזוי וועט עס שנעלער אויס קומען צו נאך א טויזענטער....)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9267
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ממש אויף דעם האמיר געווארט!!! א מעסטער פיעס!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

הערליך שרייבסטאך פיין
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

@ווייטאג פארשטייסט שוין פשט פון יענע פינטיל פארגאנגענע ליל שישי... ?
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

ברייט בארימט האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 11:54 pm
נישט נארמאל וואס די האסט דא אראפגעלייגט..! געליינט מיט איין אטעם..

שכח חברונער!!
נישט נארמאל וואס איז געשעהן יענע נאכט.... הונדערטע מענטשן האבן פארלוירן זייער לעבן מיט איין אטעם....

שכויח פאר דיר !!
היה אומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:39 am

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היה אומר »

איך פארשטיי נישט פארוואס קען מען נישט אקטיוויזירן
מלחמה פליגערס דראונס העליקאפטערס
זאלן קומען צופליען און די מאסן
אין הרגענען יעדער וואס מען דארף
די טעראריסטן זענען ניטאמאל געווען פארשטעלט ווי איזרעיליס
איז די קשיא שוין געפרעגט געווארן דורך איינעם?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17563
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

וואף!!

א יולי 9 סופרייז..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

קו ירוק האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 12:29 am
א שאד מען קען נאר איינמאל לייקען אזא אינהאלטסרייכע תגובה.
האסט נישט קיין ספער ניקס...?

שכויח !!
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

מיין_מיינונג האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 4:35 pm
חברונער האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 4:15 pm
מיין_מיינונג האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 4:03 pm
◄ ווייז ספוילער
יישר כח! קלאר און אינפארמאטיוו. איך וואלט געזאגט אז דו האסט געטון א שיינע ארבעט, אבער ווי אזוי קען מען דעס אנרופן שיין, ס׳דאך שרעקליך וואס דו פארציילסט דארט ה״י.
ס׳איז זייער שווער צו פארשטיין שכל׳דיג ווי אזוי דעס האט געקענט פאסירן, ספעציעל אין א לאנד ווי מדנ״י וואס איז אלעמאל אויף היי אלערט, נאכמער, האסט געשטעלט א גאנצע דעוויזיע פון אבזערווירערס (תצפתניות) צו האלטן אן אויג, און ווען זיי זאגן דיר אז מ׳זעט פארדעכטיגע זאכן איגנארסטו זיי? דאן פארוואס האסטו זיי געשטעלט דארט?
זייער שווערע קושיות. בעצם קען מען שרייבן א נאך א לאנגע אנאליז איבער די פסיכאלאגישע/פאליטישע סקאנדאל, איך האב בעיקר געשריבן די מציאות וואס איז געווען.

די (נישט) שכל אונטער דעם איז א אנדערע מעשה און נישט ווייניג שרעקעדיג, צום סוף האב איך אביסל געשריבן ממש בקצרה ביי די חלק פון קאנסעפציע
איך ווייס פון די קאנספיראציע אז זיי האבן געקענט ביישטיין עפעס זאל פאסירן (פארשטייט זיך נישט אויף אזא פארנעם) כדי אפצושוואכן ביבי....., אבער לדעתי איז עס אוממעגליך, ווייל צופיל מענטשן און איינהייטן זענען אינוואלווד, נאכמער, אויב איז דא אפילו א ברעקל אמת וואלט דאך ביבי געמאכט קאמפאט מיט זיי, ער וואלט עס נישט אפגעשטופט אויף שפעטער. איי וואס דען? עינים להם ולא יראו אזנים להם ולא ישמעו... אזוי האט דער אייבערשטער געוואלט? פארוואס? קענסטו פרעגן די מוסר זאגערס....
איך האב נישט געמיינט די קאנספיראציע.
איך רעדט פון די לינקע וואס פירען אן די מיליטער וואס זענען געלעגן אין א טיפע חלום אז חאמאס ציטערט פון זיי און אז חאמאס וויל נישט א מלחמה, וועגן דעם האבן זיי זיך נישט צוגעהערט צו די אבזערווירערס
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3835
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

די גרעסטע קאנצעפסיע איז אז זיי האבן נישט ארויסגעווארפן די אלע פארפירער און פאררעטער די ערשטע רגע,
און זיי געשטעלט פאר א משפט אויף פארראט נאך אין די ערשטע חודש

זיי חלום'ן בהקיץ אז די אלע פארפירער קענען ברענגן א ישועה און א געווינס, די פאררעטער וועלן דוקא פארציען די מלחמה, און פארלירן כדי מען זאל זיי נישט קענען פארהאלטן... און כדי צו אויספירן זייערע חלומות וואס האט זיי געפירט צו זיין פאררעטער...

זיי זאלן אפזאגן די רמטכ"ל די פירער פון שב"כ וכו' די אלע וואס ווערן דא דערמאנט אז זיי האבן נישט געטין די ריכטיגע ארבעט

און אויב איינער פון די אנדערע אפטיילונגען וועט זיך אפזאגן אן רשות, זאלן זיי פארמשפט ווערן פאר פארראט,

אזוי וועלן זיי אפשר געווינען!
ולמ[לש]ינים אל תהי תקוה, טאטע שיק שוין משיח
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

Jhon האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:29 am
די גרעסטע קאנצעפסיע איז אז זיי האבן נישט ארויסגעווארפן די אלע פארפירער און פאררעטער די ערשטע רגע,
און זיי געשטעלט פאר א משפט אויף פארראט נאך אין די ערשטע חודש

זיי חלום'ן בהקיץ אז די אלע פארפירער קענען ברענגן א ישועה און א געווינס, די פאררעטער וועלן דוקא פארציען די מלחמה, און פארלירן כדי מען זאל זיי נישט קענען פארהאלטן... און כדי צו אויספירן זייערע חלומות וואס האט זיי געפירט צו זיין פאררעטער...

זיי זאלן אפזאגן די רמטכ"ל די פירער פון שב"כ וכו' די אלע וואס ווערן דא דערמאנט אז זיי האבן נישט געטין די ריכטיגע ארבעט

און אויב איינער פון די אנדערע אפטיילונגען וועט זיך אפזאגן אן רשות, זאלן זיי פארמשפט ווערן פאר פארראט,

אזוי וועלן זיי אפשר געווינען!
די תירוץ אפציעיל איז אז מ'ווארפט נישט ארויס גענעראלן אינמיטן א מלחמה, אבער די מצב איז שוין אומדעטרעגליך מיט זיי.

נאך א תירוץ איז אז ביבי ציטערט עס צו טון, דא האב איך געשריבן א סעלושן וואס הלוואי זאל עס געשעהן

viewtopic.php?p=5187257#p5187257
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

פריפיטשיק האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 11:55 pm
די ארטיקל (און די שרייבער) ממש איינס פון טויזנטער. אזוי גוט אראפגעלייגט... געווען צוגענאגלט
א גרויסע דאנק !!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”