אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2171
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

עס איז שוין אדורך ניין חדשים פון יענע ביטערע שבת קודש שמחת תורה ווען עס איז פארגעקומען די גרעסטע אידישע בלוט-באד זייט די שואה הארורה

אין די לעצטערע שווערע תשעה ירחי מלחמה זענען ארויסגעקומען צענדליגע אויפדעקונגען און נייעס'ער איבער וואס איז פארגעקומען די נאכט פאר די אטאקע און די וואכן בעפאר, איך וועל דא מאכן א פשוטע סך הכל פון אלעס וואס איז ארויסגעקומען דורך די מידיע.
עס איז ארויסגעקומען זייער אסאך און פון אסאך צייטונגן און זשערנאליסטן, אסאך מאל זענען זאכן איבערגעחזרט געווארן דורך אפאר גרויסע זשערנאליסטן און יעדער האט פראבירט ציצולייגן עפעס פריש ס'זאל אויסזעהן ברעקינג, אלזא עס איז נאכאלץ נישט קלאר וואס איז באמת פארגעקומען און רוב זאכן זענען מן הסתם נאכנישט ארויסגעקומען און עס ערווארט נאך א אויספארשונג ווי פילע זאכן וועלן ווערן אויפגעדעקט

פארדעכטיגטע סים קארדס

אין די שפעטע נאכט שעות ליל שב''ק שמח''ת (צווישן 12 און 1 אזייגער) האט די שב''כ הויפטקוואטירן אנגעהויבן צו רודערן, די סיבה - צענדליגע און שפעטער אין די נאכט הונדערטע איזרעילי סים קארד'ס זענען געווארן אקטיוויזירט אויף איינמאל אין די עזה פאס. דאס איז נישט די ערשטע מאל אזא זאך געשעט, שוין געווען אפאר מאל אין די לעצטע צוויי יאר און די ברייטע אננעמונג איז געווען אז ס'איז נאך א חאמאס טרעינונג, אבער דאך איז געווען עפעס פארדעכטיגט.

די ראש השב''כ רונן בר האט נאך אפאר מינוט זיך אויפגעהויבן פון זיין הויז און אראפגעפארן צו די שב''כ הויפטקוואטיר. ''דאס אז די ראש השב''כ זאל אריינפארן אין הויפטקוואטיר אימיטן די נאכט צוליב חשדות איז א היבש זעלטענע זאך וואס ווייזט אויף א געוויסע מאס ערנסטקייט'' זאגט א געוועזענע ראש שב''כ.
אויפן וועג אפדעיט ער די קאמאנדיר פון די דרום קאמענד און געוויסע אפיצירן פון די מיליטער'ס שפיאנאזש אפטיילונג (אמ''ן). ירון פינקלמן די קאמאנדיר פון די דרום קאמענד געפינט זיך אין צפון פאר וואקאציע, אפאר מינוט נאכן באקומען די אפדעיט פון די שב''כ לאזט ער זיך ארויס די לאנגע וועג פון צפון קיין באר שבע צו די קאמענד.
אויך די מיליטער שעף (רמטכ''ל) הרצי הלוי באקומט א אפדעיט און לייגט זיך שלאפן. נאר ביי די אמ''ן איז די באריכט נישט אנגעקומען צו די הויכע פענסטערס, די ראש אמ''ן אהרן חליווא געפינט זיך אין אילת אין א טייערע האטעל, איינער פון אינעווענדיג זאגט ''די געפיל איז אז אמ''ן איז נישט אין די געשעניש, פינקלמן פליט אראפ פון זיי וואקאציע, רונן בר פארט אריין אין די הויפטקוואטיר, נאר חליווא בלייבט אין די האטעל''.
כדי צו פארשטיין די גראדע מהלך המחשבה פון חליווא - א חודש פאר די אטאקע האט ער געגעבען א רעדע ביי א כינוס פאר הויכע מיליטער לייט און געזאגט די פאלגענדע דברי חכמה: ''די גרעסטע סכנה וואס לויטעט יעצט אויף מדנ''י און די גאנצע וועלט איז די ענווייערמענט קריזיס בלא בלא בלא...'' ודברי פרי טיפש חן.

די קומעדיגע שעות גייט אדורך אן גארנישט טון, נאר זיצן און ווארטן פאר נאך שפיאנזש. די ברייטע אננעמונג אין אלע ארגאנזאציעס איז אז עס איז נאך א טרעינינג פון חאמאס, גארנישט מער. די באפעל איז מ'זאל גארנישט טון אויפן שטח כדי נישט אויפצודעקן מקורות און כדי חאמאס זאל נישט כאפן אז זיי ווייסן... (ענק כאפן ? די מיליטער האט געמיינט אז זיי זענען א סטעפ אהעד פון חאמאס און אז חאמאס חלומ'ט נישט אז זיי ווייסן פון די סים קארדס...)
ביי א געוויסע נקודה אין די נאכט איז מען אין שב''כ געווארן מער נערוועז, זינט יעדע מאל אזא זאך איז פארגעקומען איז מיט דעם אויך געווען טרעינינג'ס פון די חאמאס און דאס מאל איז אלעס שטיל, אלזא האט עס אויפגעוועקט א געוויסע חשד און מ'האט אנגעהויבן רעדן פון א שאנס פון א קליינע אינפילטראציע פראבע מיטן ציל צו דורכפירן א טעראר אטאקע אדער צו פארכאפן איינצעלנע מענטשן, אבער מיט דעם אלעם איז ביי זיי געווען קלאר ווי די טאג אז אויב אזא זאך וועט פאסירן וועט די איזרעילי מיליטער זיי מצליח זיין צו הארגענען נאך איידער זיי יאגן אן עפעס צו טון. ביי דעם פונקט שיקט די ראש השב''כ אראפ צו דרום די 'טאקילא' סטעף צוזאמען מיט א קליינע גרופע פון ימ''מ קעמפפער'ס, זיי גייען צו דרום בלויז צו אויפפיקען שפיאנזש, למעשה האבן זיי אינדערפרי זיך געטראפן אין א מלחמה זאנע אין א חלק פון זיי זענען נפטר געווארן און פארוואונדעט געווארן.

הויכפונקט פון די נאכט, דראמאטישע קאנפרענס קאלל - הוכו בסנוורים

בערך דריי דרייסיג האט די דרום גענעראל פינקלמן מחליט געווען אז מ'דארף אויפוועקן די רמטכ''ל, ער רופט אן די רמטכ''ל'ס ביורא הויפט און בעט אים ער זאל אויפוועקן די רמטכ''ל און אים אפדעיטן מיט די דעוועלעפמענטס, ער רופט אן הרצי הלוי'ס ווייב און בעט איר זי זאל אויפוועקן איר מאן (ער האט געוויסט אז הרצי שלאפט זייער טיף און נאו טשענס אים אויפצוועקן) די רמטכ''ל הערט וואס גייט פאר און זאגט גלייך ער זאל ארגאנזירען א קאנפרענס קאלל.

די סארט קאנפרענס קאלל'ס ווערן גערופען חתמ''ץ (חיתוך מצב) און עס קומט פאר ביי אויסטערלישע געשענישען און עס ארבעט אז די ביורא הויפט רופט אן אלע באטייליגטע, זיי באקומען א טעלעפאון נאמבער מיט א קאוד און רופן אריין פון זייער באהאלטענע מיליטערישע פאונס, ד ביורא הויפט שטעלט פאר יעדער איינער און יעדער זאגט זיין דעה און די רמטכ''ל איז מסכם.

ביי דעם פאל האבן זיך משתתף געווען אין די קאלל נאר די ראש אגף מבצעים די רמטכ''ל און די דרום גענעראל פינקלמן, פאר א אומוויסענדע סיבה האט די שפיאנאזש הויפט (ראש אמ''ן) זיך נישט משתתף געווען, פינקלמן לייגט פאר אלץ וואס ער ווייסט און עס בלייבט אז אפשר אפשר גייט זיין א פארכאפונג פראבע און מ'וועט זעהן מארגן וואס צו טון... די הויפט דאגה פון די רמטכ''ל און מיט דעם ענדיגט ער צו די קאלל איז געווען אז מ'זאל גארנישט טון קיין שינוים אויפן שטח כדי חאמאס זאל נישט אויסגעפינען אז אונז ווייסן, די קאלל האט געדוירט 15 מינוט. קיינער פון די משתתפים אין די קאלל האבן נישט געהאט געהערט איבער די 'חומת יריחו' (זעה שפעטער) וואס די עזה דיוויזיע האט פארגעשטעלט און פון די ווארענונג'ס פון די נגדת ו' (זעה שפעטער מער איבער דעם), ווער ס'האט יא געוויסט פון דעם איז חליווא די ראש אמ''ן וואס איז נישט געווען ביי די קאלל, אבער חליווא אליינס האט געזאגט שפעטער אז אפילו אויב ער וואלט געווען אויף דעם קאלל וואלט ער אויך געהאלטן אז ס'איז גארנישט.

די הויפט טראכט פון די נאכט און פון דעי קאלל איז געווען ''וואס טו איך אז איך האב עפעס שפיאנזש אבער איך וויל נישט די אנדערע זייט זאל וויסן...'' זאגט איינער וואס איז געווען אינוואלוט יענע נאכט.
א אנדערע זאגט אזוי ''הלוי האט געבעטן מער צו היטן אויף די שפיאנזש מקורות ווי אויף די גרעניץ צוים''

הדור הצעיר מתקומם

כדי צו פארשטיין די מהלך המחשבה פון די רמטכ''ל און די באטייליגטע יענע נאכט דארף מען צוריקגיין א חודש צוריק.
ביים גרעניץ פון עזה הייבט זיך צוריק אן ווילדע פראטעסטן פון יונגע נאצי'ס וואס דערנענטערן זיך צום גרעניץ מיט כל מיני כלי משחית, די מחאות אויפן צוים איז געווען זייער ווילד און געווארן אנגעפירט דורך א נייע ארגאניזאציע וואס מדנ''י האט ביז היינט נישט געקענט מיטן נאמען ''הדור הצעיר מתקומם''
די מיליטער און שב''כ מוטשענען זיך צו פארשטיין וואס זיי ווילן און בשם וועם זיי קומען, על הפנים האבן זיי גארנישט מיט חאמאס. אנפאנג האבן זיי געזאגט אז זיי פראטעסטירן וועגן די מצב ביי די פאלעסטינער ארעסטאנטן, נאכדעם וועגן די ארבעטער'ס אריין פון עזה קיין מדנ''י, די מצב איז געווען זייער צומישט און אין די מיליטער איז מען געווען זייער באזארגט (אוודאי, זיי האבן געוואלט שטילקייט... זיי האבן אבער נישט געכאפט {און געוויסע כאפן נישט עד היום הזה} אז שטילקייט ברענגט טויט, שטעל זיך פאר זיי גייען ארויס אין א מבצע לאור יענע פראטעסטן, אקט' 7 וואלט נישט געשען) צום סוף האט מען פארגרעסערט די קאטאר געלטער אריין קיין עזה, פארגרעסערט די ארבעטער'ס אריין קיין מדנ''י און מער פלאץ פאר עזה פיש כאפערס און די מצב האט זיך בארואיגט.

לאור דעם האט מען זייער קלענער געמאכט די קרעפטן ארום עזה און וועגן דעם זענען אלע קאמאנדירן ארויס אויף וואקאציע'ס, וואס הייסט ? מ'האלט דאך נאך א שווערע תקופה, זאכן האבן זיך בארואיגט קען מען גיין זיך אויסרוען...

זיי האבן נישט געכאפט אז דאס אלץ געווען א חלק פון די שפיל פון חאמאס, און אפילו יעצט אינמיטן די נאכט כאפן זיי עס נישט, נאר זיי ווילן נישט רוקען קיין טאנקן כדי נישט אנצוזייען א מהומה נאך די שווערע חודש וואס זיי זענען אריבער....

צוריק צו יענע נאכט:
די קומעדיגע מיטינג איז פארגעקומען 4 אזייגער נאר צווישן פינקלמן און די אפאראציעס הויפט פון די מיליטער און נאכדעם האבן זיי ארויפגעשיקט איין פייטער-העליקאפטער און 3 דראון'ס וואס זענען נאר געאייגנט צו נעמען שפיאנזש, נישט אויף אטאקע, שפעטער האט דעי דראונס מיטגעהאלטן ווי הונדערטע איזרעיליס ווערן פארכאפט קיין עזה אן גארנישט קענען טון, אזוי אויך האט די נעווי ארויסגעשיקט איין 'צרעה' שיף פון די אשדוד בארטן, אבער וואס איז עס ווערד קעגן 10 נעווי שיפן פון חאמאס מיט באוואפענטע נוחבא פון קאפ ביז פיס.

אויפן ערד האט זיך גארנישט געטוישט, די באפעל איז געווען נישט צו אפדעיטן די סאלדאטן אויפן ערד איבער עפעס פארדעכטיגט ווייל אויב וועט עפעס א קליינע קאמאנדיר געבן א באפעל צו ריקען א טאנק פון דא צו דארט וועט חאמאס באמערקן און אויסגעפינען אז אונז ווייסן...
די גאנצע נאכט איז געשטאנען ברוח אז עפעס פארדעכטיגט קומט פאר אבער מ'קען נישט פארברענען מקורות און מ'קען נישט טוישן זאכן אויפן שטח כדי קיינער חאמאס זאל נישט כאפן.

אין די זעלבע צייט האבן הונדערטע טעראריסטן זיך צאמגענומען ביי די מעטשעטן און באקומען באפעלן בעיקר פון מויל צום אויער, זיי האבן באקומען דארט א ים פון וואפן, מאפעס, איזרעילי טעלעפאונס, און פונקטליך ווי זיך צו שטעלן אין בלויז צוויי שעה ארום, רוב טעראריסטן האבן נאר יעצט אויסגעפינען אז זיי גייען אריינגיין קיין מדנ''י, הגם זיי האבן זיך שוין געטרעינט דערפאר אומצאליגע מאל - טרעינינגן וואס צה'''ל האט גוט געקענט -.

6:15 איז איינער מחליט צו אויפוועקן די ראש ממשלה'ס מיליטערישע סעקראטאר און 6:29 וועקט זיך ביבי אויף צום ערשטע מאל דעי נאכט און די סעקראטאר געט אים א אפדעיט

אין די זעלבע מינוט ווערט געשאסן די גרעסטע ראקעט שיסעריי פון עזה אין היסטאריע און דריי טויזענט סאדיסטישע נאצי'ס שטורעמען די גרעניץ צוים ביי 30 אנדערע פונקטן, באוואפענט פאר אפאר וואכן קאמף, אויפן וועג צו דורכפירען א מאסן רציחה מיט די ערגסטע האריפיק, קעגן זיי געפינען זיך אין די אומגעגענט 600 סאלדאטן, רוב פון זיי שלאפן רואיג, און 11 טאנקן.

אסאך קריטיק איז געווען פארוואס די רמטכ''ל האט נישט אויפגעוועקט ביבי ביי יענע קאנפרענס קאלל, לויט געוויסע איז ביבי זייער א פארכטיגע מענטש, אוין אויב מ'וואלט אים אויפגעוועקט ביי יענע פאון קאלל וואלט ער זיכער געהייסן צו מער באשיצן די גרעניץ
אם ד' לא ישמר עיר שוא שקד שומר

ע''כ די חלק פון יענע גורל'דיגע דראמאטישע נאכט

בילד
דרום גענעראל פינקלמן, די רמטכ''ל הלוי און די ראש השב''כ בר אין חאן יונס

חכמת נגיד בנתה

די געשיכטע פון די נגדת ו' (נגדת - א געוויסע דרגה אין די מיליטער וואס עס באקומען לאנגיעריגע ארבעטערס וואס זענען נישט קיין אפיצירן) איז נישט ווייניגער ווי אן אויפשאקלונג און טשילס ווען מען טראכט אריין וואס מען וואלט געקענט איינשפארן אויב מ'וואלט איר צוגעהערט אנשטאט איר אפשפעטן, זי האט פאר חדשים לאנג ביז געציילטע וואכן פאר די אטאקע געווארנט איינמאל און נאכאמאל אז דאס גייט געשען און מען האט איר אפגענטפערט מיט איין ווארט ''דמיונות''

אין יולי דער זעקסטער למספרם האט די לאנגיעריגע שפיאנזש איינגעשטעלטע ו' געשיקט א אימעיל פאר איר אויבערהארן אונטערן קעפל ''טויט אין די קיבוץ פאר יעדע פרייז'' אין די אימעיל איז זי מפרט: ''סוף חודש מאי' איז געווען א צודרייטע טרעינינג פון צוויי נוחבא אפטיילונגען מיט די אנוועזנהייט פון א רייע הויכראנגיגע חאמאס אפישעלס. די טרעינינג איז געווען לאנג און דערמיטשעט, זיך געצויגן פון די עלות ביז אכט דרייסיג ביינאכט. די טרעינינג האט אריינגענומען קרעפן וואס רייטן אויף זשיפס, טענדער'ס, און מאטארביציקעלס. די טעראריסטן האבן געטרעינט צו אראפווארפן פלי געצייג אויך א 'יסעור' העליקאפטער''

לויט די פרוי האט די מאדאל פון די טעראריסטן קאנציטרירט אויף אייננעמען א קיבוץ, זיי האבן געשפילט ווי זיי הענגען א פאן אויף די ביהמ''ד און אויף די הויפט אפיס פון די קיבוץ.
נאך א ציל וואס זיי האבן געטרעינט איז א מיליטערישע בעיס ''די באפעל איז צו הארגענען יעדעם איינעם'' שרייבט זי און לייגט צו א פליק ''די פרוי איז אייביג גערעכט...'' זי ענדיגט צו די אימעיל מיט א ציטאט פון א אמעריקאנער פילאסאף ''די קונץ פון פארשטאנד איז צו וויסן פון וואס זיך נישט וויסענדיג מאכן - און פון וואס יא''

אפאר טעג שפעטער האט א קאלעגע אירע באריכטעט איבער נאך טרעינינגס פון חאמאס
נאך די באריכט פון איר קאלעגע שיקט זי נאך א אימעיל ''נאך א קליינע זיסע השלמה, דורכאויס די טרעינינג איז פארגעקומען די פאלגאנדע שמועס: וואס איז דיין מצב וואס איז דיין גרייטקייט סטאטוס ? אונז ווארטן אויף באפעלן אריינצוגיין אין טויער, אונז זענען פיל גרייט!!''

צומארגנס אין יולי 12 ענטפערט צום ערשטע מאל א הויכראנגיגע אפיציר, די אפיציר לויבט טאקע אויס די נגדת אויף איר ארבעט אבער קילט עס אפ מיט א אויגן בליק ''עס זעהט אויס וואר, אבער די מאדעל וואס זיי מאכן איז א וויסטע דמיון און אונז דארפן זעהן וואס זיי טוען לצורך 'וואסח' און וואס איז ריאליסטיש''
די נגדת ענטפערט צוריק פארעקש'נט ''איך לייקן בכל התוקף אז ס'איז א דמיון! אין מיין אויג איז די מאדאל זייער מציאות'דיג - אוודאי אז חאמאס האט די יכולת צו דעם!''
נאך א קאלעגע איז מסכים צו ו' אז ס'איז נישט א דמיון
ו' לייגט צו ''עס קען זיין א פלאן אן א דאטום'' דהיינו - אונז גייען נישט קענען געבן א ווארענונג אין צייט!'' ''זיי פלאנען א פילע מלחמה'' זי ציטירט א חאמאסניק - ''גרייטס ענק צו הארגענען די אידישע חזרים'' ''גרייטס ענק אריינצוגיין און האקן קעפ''

די נגדת איז א סאלדאטקע אין די גרעסטע שפיאנזש יוניט פון די מיליטער - יחידת 8200 די תחום אין וואס זי איז עוסק הייסט: ''תורת לחימה של חאמאס''
איז דעי אלע ווארענונג'ס אנגעקומען צו די הויכע פענסטערס פון די מיליטער ? עס זענען דא באריכטן לכאן ולכאן, לויט איין באריכט איז די קאמאנדיר פון ו' אראפגעפארן צו חליווא אים פארציילן, א אנדערע באריכט לויטעט אז ו' אליינס איז צוגעגאנגען צו חליווא פארציילן ווען ער אזי געווען אויף א באזוך אין איר אפטיילונג און ער האט עס אפגעלאכט

צווי חדשים פאר אקט' 7' געבט זי איבער פאר איר קאמאנדירן אז חאמאס האט גענדיגט נאך א טרעינינג מיט די סטעיטמענט ''אונז האבן גענדיגט הארגענען אלע קיבוץ איינוואוינער''

איר לעצטע ווארענונג איז געווען געציילטע וואכן פאר אקט' 7, זי האט עס געשיקט צו א רייע גענעראלן, אריינגערעכנט צו די שפיאנזש אפיציר פון די עזה דיוויזיע, די אמעיל ענדיגט זי צו מיט די ווערטער ''די אימעיל איז בבחינת די בלאז פונעם שופר ווייל די שווערד קומט, ויפה שעה אחת קודם להזהיר א העם'' (געבויט אויף א פסוק אין נ''ך)
אין די תוכן ווארענט זי אז חאמאס האט די מעגליכקייט עני רגע צו אויספירען אירע פלענער, און די קאמף גייט פארקומען אין שטח מדנ''י עוטף עזה - וואס גייט מאכן זייער שווער פאר צה'''ל צו שטארק ענטפערן, און אז חאמאס האט אונז גוט קענענגעלערנט און זיי וויסן גוט אלע יתרונות פון צה'''ל און ווי אזוי עס אראפצוקלאפן,
''מ'דארף שוין מאכן פלענער ווי אזוי זיי צוריק צו שטויסן און מצמצם זיין די נזק''
''מאכט סענס צו טראכטן אז צה'''ל גייט נישט אניאגן צו געבן א ווארענונג און זיך גרייטן''
''אויב זייער פלאן גייט ווערן אויסגעפירט ערווארט אונז א שווערע מלחמה תקופה...''

אויף דעם ענטפערט די גענעראל אז עס איז דמיונות, אויף וואס זי ענטפערט:
''חומת יריחו איז נישט קיין דמיונות און קינדער שפיל, נאר א אויספירענדע פלאן וואס האלט ביי איר לעצטע שטאפלן!!!''

די זעלבע באשעפער וואס האט געמאכט אויגן האט געמאכט ווער ס'זאל בלינד זיין און ווען.

חומת יריחו פאלט צאם

די בארימטע זשערנאליסטקע איילה חסון און שפעטער די נ''י טיימס האבן אויפגעדעקט די פאלגענדע נייעס:

בערך א יאר פאר די אטאקע האט די עזה דיוויזיע פארגעשטעלט א פינקטליכע מאדעל ווי חאמאס גייט זיך איינברעכן צו איזריעיל, עס ציט זיך אין 40 בלעטער און איז ספעציעיל פארגעשטעלט געווארן פאר די ראש אמ''ן און דרום גענעראל פינקלמן
אין די פארשטעל לייגן זיי אראפ פונקטליך ווי אזוי חאמאס ברעכט זיך אריין מיט מאטארביציקילס און דורכן פיס, נעמען איין קיבוצים און אויך מיליטערישע בעיסעס, הארגענען 1000 מענטשן און פארכאפן 250 ! בקיצור, ממש ווי עס איז געווען ! די פריער-דערמאנטע גענעראלן האבן עס אפגעלאכט און געזאגט אז עס איז דמיונ'יש און נישט מציאות'דיג

אבזערווירער'ס אבזערוואציע

אין די רייע פון סקאנדאלן איז אויך געווען דאס. לויט באריכטן האבן אסאך אבזערווירער'ס (תצפתניות, אינגע פרויען וואס זיצן אויף די סקרינס פון די עזה גרעניץ) געווארנט דורכאויס די לעצטע תקופה איבער פארמערטע טרענינגס, טענדער'ס וואס דערנענטערן זיך צום גרעניץ, א שפיל ווי זיי נעמען איבער א טאנק, און גראנאטן וואס זיי פראבירן אויס זייער נאנט צום גרעניץ צוים. קיינער האט זיך אבער נישט צוגעהערט צו זיי, א חלק פון די פרויען זענען געהארגעט געווארן ביי די אטאקע און א חלק זענען פארכאפט געווארן. די טאטע פון רוני אשל - א אבזערווירער וואס איז ערמארדעט געווארן אקט' 7 - זאגט אז זיין טאכטער האט חדשים לאנג געווארנט אז די מצב איז מסוכן און חאמאס גרייט זיך צו עפעס גרויס.

8200 דורכפעלער

נ''י טיימס דעקט אויף אז די גרעסטע שפיאנזש יוניט פון די מיליטער - 'יחידת 8200' האט אויפגעהערט זיך צוהערן צו די חאמאס טשענעלס בערך א יאר פאר די אטאקע צוליב 'חוסר עניין'' (נישט אינטערסאנט)...
אויך איז געווען די נייעס איבער רפאל אוחיון וואס האט זעלבסטשטענדיג זיך צוגעהערט צו חאמאס און געווארנט אז עפעס קומט און די מיליטער האט אוועקגענומען זיין לייסענס אפאר וואכן פאר די אטאקע... (נאך די אטאקע האבן זיי אים עס צוריקגעגעבן...)

ואולת בידיה תהרסנו

אריאל עידן דעקט אויף:
5:30 ליל שמח''ת האט די 'אפאראציעס אפטיילונג' (אגף המבצעים) פון די פאליציי באקומען א ווארענונג איבער טעראריסטן אינפילטראציע פון עזה און אראפ געשיקט א קליינע סטעף פון די ספעשעל פארסעס ימ''מ (אזוי ווי געשריבן אויבען צוזאמען מיט שב''כ'ס טאקילא סטעף), אבער די אגף המבצעים בהוראה פון די קאמאנדיר, א פרוי מיטן נאמען סיגל בן צבי האט נישט ווייטער געפירט די באריכט צו די דרום קאמענד פון די פאליציי וואס וואלט געקענט ראטעווען אסאך.
אזוי אויך 6:29 האט די קאמאנדיר פון די דרום קאמענד פון די פאליציי געוואלט ארויסגעבן א ''פרש פלשת'' באפעל וואס דאס הייסט א ברייטע אינפילטראציע פון טעראריסטן אבער דער בן צבי האט נישט געלאזט, ביז 6:45 ווען די דרום קאמאנדיר האט ארויסגעגעבן דעם באפעל על דעת עצמו.

צוויי חדשים פאר אקט' 7 האט בן צבי געוואלט בכלל מבטל זיין די ''פרש פלשת'' באפעל.

בילד
טויזענטע סאדיסטישע נאצי'ס שטורעמען די גרעניץ אויפן וועג צו רצח'נען מיט די ערגסטע מיטלן... אלע סאלדאטן וואס זענען געווען אויף דעם טאנק זענען פארכאפט געווארן קיין עזה - לכאורה לעבעדיג

קאנסעפציע קאנסעפציע קאנסעפציע !!!

היוצא לנו מכל זה, עס איז גאנץ קלאר איז פון הימל האט מען בלינד געמאכט, ווייל ע''פ דרך הטבע האבן אלע סימנים געוויזען אויף די אטאקע. לויט די מהלך פון הגאון ר' אביגדור מיללער זצ''ל איבער די שואה קען מען זאגן דא אז מ'זעהט גאנץ קלאר וועלכע קרייזן זענען געפאלן קרבנות יענע טאג, עס קומט נאך א יאר וואס די לינקע רשעים האבן חרוב געמאכט יעדע אידישע זאך אין לאנד, געווארפן פיטא פסח אין די שפיטעלער, געפענט די רעסטוראנטן בדווקא אין תשעה באב, צושטערט תפילת נעילה יו''כ און א טאג פאר די אטאקע איז נאך געווען א דיון אין בג''ץ צו מען מעג מאכן הקפות מיט א מחיצה אין תל אביב. 386 מענטשן זענען געהארגעט געווארן און ארום 80 פארכאפט געווארן ביי די טמע'נע פעסטיוועל וואס איז פארגעקומען בעיצומו של יום שבת קודש שמחת תורה שבת קודש שמחת תורה, ווערטער זענען איבריג.

קאנסעפציע - קאנסעפשען ניצט מען אין מדנ''י צו מגדיר זיין א ברייט אנגענומענע טעות וואס האט צום סוף געקאסט טייער און ווער ס'איז נישט געווען א חלק פון די קאנסעפציע האלט זיך יעצט זייער גרויס (בן גביר וסמאטריטש)

די קאנסעפציע איז צוטיילט אין דריי חלקים
1 - די ברייטע קאנסעפציע אנגעהויבן ביי די אסלא אומגליק און בכלל איבער די נושא פון אראבערס - די חברה האבן אויפגעמאכט אז ס'איז דא אזא זאך 'פאלעסטינע פאלק' (יא, דאס איז איינע פון די חרבנות וואס די ציונים האבן אנגעברענגט, זיי האבן ליטערלי גענומען א גרופע מיאוסע בהמות און זיי דערקלערט פאלק...) און אז ס'קומט זיך זיי א מדינה און אז די פאלעסטינער ווילן נאר א מדינה און אז אזוי וועלן זיי ענדיגן הארגענען אידן, זיי האבן קיינמאל זיך נישט געלערנט אראביש, זיי האבן קיינמאל נישט מעיין געווען אין קוראן, זיי האבן קיינמאל נישט ארויסגעהאט אז דא האנדעלט מען פון ארכי נאצי'ס וואס האבן איין ציל - אידיש בלוט און די איינציגסטע וועג זיי צו הענדלען איז זיי אויסראטן מתחת פני האדמה
2 - ספעציפיש איבער חאמאס, זיך איינגערעדט אז מ'קען לעבן מיט א מאונסטער איבערן צוים, זיי שיקן געלט, עסן און גאז און זיך א עצה געבן מיט געצילטע אפאראציעס איינמאל אפאר יאר - אין דעם קאנסעפציע נעמט ביבי א גרויסע חלק
3 - ספעציפיש די לעצטע פאר חדשים ווי דא געשריבן באריכות, זיי זענען געווען בלינד און געזאגט נאכאנאנד ''פניהם של חאמאס אינן למערכה כוללת''

עס איז אריין שווערע ארבעט דא, איך וואלט מיך געפרייט אויף פידבעק און אויב עס קומט ארויס נאך סקאנדאלן בנושא זה זאל מען עס אהערברענגן און דורכטון דא. כל טוב.


אוועטאר
געבראטענס
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2022 10:44 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבראטענס »

;l;p- כגלייב סאיז אריין אסאך ארבעט
שכח
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע: אין טרעפיק

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

Wow! שוין לאנג געוואלט ליינען אזא צוזאמגענומענע ארבעט, שכח! גיימיר ליינען
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
אוועטאר
באשיינפערליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5490
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

וואף! נייס דזשאב. יעצט קען מען זיך זעצן ליינען.

@חברונער האט שוין אויך גענומען א קאליר… מזל טוב צום צווייער׳ל.
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, און א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת…

מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

זייער זייער שיין. א עקסטרע לייק ווייל דו האסט זיך איינגעהאלטן...
איך בין א @אליעזר קרויס פען, נאר מיט א שטיקל פילטער'ל. דהיינו:

מיר בלייבן יאנטשי ביז משיח'ס טאג בע"ה.
געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.
איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2171
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

געבראטענס האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:34 pm
;l;p- כגלייב סאיז אריין אסאך ארבעט
שכח
יא. אמת. שכוח פאר די שכוח
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2171
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

באשיינפערליך האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:35 pm
וואף! נייס דזשאב. יעצט קען מען זיך זעצן ליינען.

@חברונער האט שוין אויך גענומען א קאליר… מזל טוב צום צווייער׳ל.
ברוכים תהיו, א גוטע עצה זיך צו זעצן ליינען
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2171
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:40 pm
זייער זייער שיין. א עקסטרע לייק ווייל דו האסט זיך איינגעהאלטן...
טאקע זייער שווער געווען, אבער די עיקר איז דו האסט זיך נישט גערייצט מיט מיך...
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

הערליך!

געשמאק צו ליינען!
וועגן עפעס...
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

Wow! דורכגעליינט מיט איין אטעם!

אינהאלט ★★★★★
שפראך ★★★★★
דראמא ★★★★★
ידיעות ★★★★★

מאסיווע ארבייט!!



נאך א מזל מען האט אייך צוריק גענומען אין ישיבה וד"ל
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @חברונער און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2171
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

משה בעלז האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:49 pm
Wow! דורכגעליינט מיט איין אטעם!

אינהאלט ★★★★★
שפראך ★★★★★
דראמא ★★★★★
ידיעות ★★★★★

מאסיווע ארבייט!!



נאך א מזל מען האט אייך צוריק גענומען אין ישיבה ודי
נע, קען נישט זיין דו האסט עס אזוי שנעל געליינט...

שכוח פאר די קאמפלימענטס

און פאר מיך צולייגן צו דיין אונטערשריפט... הגם איך בין נישט קיין אפציעלע נייעס שרייבער.. בקיצור
אוועטאר
קלמן יעגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יעגער »

די קעפל הערט זיך ווי א גוטע פארצייטישע "דער שטערן" ארטיקל פון שמעון ראלניצקי
אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע: The Pentagon

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

געליינט א שטיקל, קוקט אויס זייער רייך באשריבן, שכויח
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
עלעקטריק טעיפ
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 3:01 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלעקטריק טעיפ »

גאר גוט געשריבן, יישר כח
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

זייער אינטערעסאנט און גוט געשריבן!
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2171
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

קלמן יעגער האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:52 pm
די קעפל הערט זיך ווי א גוטע פארצייטישע "דער שטערן" ארטיקל פון שמעון ראלניצקי
שכוח פאר די קאמפלימענט איך האף אז די תוכן אויך (ווען ס'קומט צו שרייבן איז ראלינצקי אין בדומה לו)
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

חברונער האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:47 pm
א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:40 pm
זייער זייער שיין. א עקסטרע לייק ווייל דו האסט זיך איינגעהאלטן...
טאקע זייער שווער געווען, אבער די עיקר איז דו האסט זיך נישט גערייצט מיט מיך...
איך רייץ מיך נישט מיט קיינעם, אפי' מיט די וואס רייצן זיך מיט מיר...
איך בין א @אליעזר קרויס פען, נאר מיט א שטיקל פילטער'ל. דהיינו:

מיר בלייבן יאנטשי ביז משיח'ס טאג בע"ה.
געלט איז אלעס - ווילאנג מ'האט עס נישט.
איך ווארט אויף די אונטערגאנג פון מדינת ישראל דורך משיח צדקינו בב"א.
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1248
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע: א סוד!

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

יעצט גענדיגט ליינען @חברונער , ביסט פיינע נייעס!!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלף
תגובות: 1846
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

זייער זייער שיין חברונער...
בעסער געזאגט הערליך ;l;p- (נישט די טראגישע געשיכטע, נאר די ארטיקל...)


נאכאמזל ביסט צוריק.....
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25594
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הערליך שיין רייך

יישר כח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
ראש המנהלים
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:59 pm
לאקאציע: ציווישן צפון און דרום

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המנהלים »

כל הכבוד לך @חברונער 👍 🙏 👍 🙏 👍 🙏
א הערליכע ארבעט געמאכט, אינטרעסאנט , גוט און קלאר צולייגט ביזן גרונד,
שכח!!!
מזל טוב צום אלפיים כה לחי
🎶אונרא זה כאמאס🎶 🎶אונרא זה כאמאס🎶
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2171
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

א צווייטע מיך האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 2:35 pm
Wow! שוין לאנג געוואלט ליינען אזא צוזאמגענומענע ארבעט, שכח! גיימיר ליינען
א דאנק !
אז דו האסט שוין לאנג געוואלט, און יעצט האסטו איז דאך גוט!
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1648
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

וואף!

לויט די אויפדעקונגען דא ווערט קלאר: אז זיי זענען נישט געווארן סתם בלינד!
זיי זענען געווארן סטופיד און טאטאל פארלוירן דעם שכל.
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2171
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע: בדרך לצידון

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

מצלמה האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 3:24 pm
וואף!

לויט די אויפדעקונגען דא ווערט קלאר: אז זיי זענען נישט געווארן סתם בלינד!
זיי זענען געווארן סטופיד און טאטאל פארלוירן דעם שכל.
יא, זיי זענען געווען בלינד אבער די רבש''ע האט זיי בלינד געמאכט, אלע סימנים האבן געוויזען
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3112
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע: אומאן

Re: אקטאובער 7 סורפרייז - די נאכט וואס מדנ''י איז געווען בלינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

סופער!!!
חיריק שר הפארברענגען!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”