אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

זייטיגע נאטיץ
📌 די לינק פאר די אשכול צו קאמענטירן אויף די באריכטן פון דעם אשכול:
viewtopic.php?t=67135&view=unread#unread
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

האווערד יונעווערסעטיס גרעסטע דאונער, א ביליאנער מיטן נאמען Kenneth Griffin שטעלט אפ אלע זיינע נדבות פאר האווערד.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10855
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אינטערוועלטניק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 2:05 pm
סולטאן איבראהים איז געשטעלט געווארן אלץ די זיבענצענטע קעניג פון מאלאזיע.
די לאנד פארמאגט ניין קעניגליכע פאמיליעס וועלכע ווערן ערזעצט יעדע פינעף יאר און א ראטאציע אז יעדע איינע איז איינמאל קעניג, מאלאזיע איז די איינציגסטע לאנד אין דער וועלט וואס פארמאגט אזא סיסטעם.

סולטאן איבראהים איז איינער פון די רייכסטע מענטשן אין לאנד א שווערע ביליאנער מיט עטליכע פריוואטע פליגערס און א קאלעקציע פון טייערע אויטאס אזוי אויך פארמאגט ער א פריוואטע ארמיי.

טראצדעם וואס אפיציעל איז די קעניגרייך נאר סימבאליש, טוט זי אבער אסאך אויסמאכן אינטערען טיש אויף אסאך וויכטיגע אנגעלעגנהייטן אין לאנד, אריינגערעכנט א גרויסע איינפלוס אויף די פרעמיער מיניסטער וואלן
1000001957.jpg
ווער איז דער סולטאן ? מיט די געילע אדער איינס דערנעבן ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איראן'ס פרעזידענט זאגט אז זיין לאנד גייט בויען א מאסיווע נוקלעארע איינריכטונג נעבן די גרעניץ מיט אמאן און די פאראיינגטע אראבישע עמיראטן וועלכע ועוט זיין פיל גרעסער ווי די באשאר פלענט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א באוואפנטע מאן האט פארכאפט עטליכע איינגעשטעלטע ביי א פראקטער און געמבלס פאבריק אין אינסטאמבול טערקיי

אויטאריטעטן שליסן אפ די ארומיגע גאסן און פארקער און ספעציעלע קרעפטן זענען אויף די סצענע צו באהאנדלען די סיטואציע
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הויך שולע סטודענטן האבן באזוכט די אינדיאנא סטעיט הויז צו אויסדרוקן זייערע זארגן איבער גאן געוואלדטאטן און שולע שיסערייען

די רעפובליקאנע סטעיט רעפרעזענאטאט דזשים לוקעס האט אבער צושאקלט די סטודענטן וועלכע ער האט אן קיין ווארענונג ארויסגעצויגן פון זיין אנצוג א ביקס און געפאכעט דערמיט ווייזנדיג אז ער האט איינס און מען קען זיין רואיג
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זענען די ליינער אינטערסירט אין אזא סארט אשכול ?

ביטע לאזט אייך הערן אויב און ווי אזוי צו פארבעסערן אדער עס פארמאכן

א דאנק!
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:34 am
זענען די ליינער אינטערסירט אין אזא סארט אשכול ?

ביטע לאזט אייך הערן אויב און ווי אזוי צו פארבעסערן אדער עס פארמאכן

א דאנק!
זייער א פיינע אשכול.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
אוועטאר
תולה ארץ
פורים רב תשפ"ד
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2022 1:11 pm
לאקאציע: ווי נישט?

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תולה ארץ »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:34 am
זענען די ליינער אינטערסירט אין אזא סארט אשכול ?

ביטע לאזט אייך הערן אויב און ווי אזוי צו פארבעסערן אדער עס פארמאכן

א דאנק!
אוודאי אפן לאזן!

גאר געשמאק, רייך און קאלארפול!
קדמא ואזלא
שר האלף
תגובות: 1218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 24, 2022 6:29 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדמא ואזלא »

יעך פארפאס נישט קיין איין נייעס דא.

מען לעקט עס אפ מיט דארשט.

עס איז נייעס יוניק וואס מען טרעפט נישט ערגעץ אנדערשט

קיפ איפ אפ.
אוועטאר
מה נשמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:33 am

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה נשמע »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:34 am
זענען די ליינער אינטערסירט אין אזא סארט אשכול ?

ביטע לאזט אייך הערן אויב און ווי אזוי צו פארבעסערן אדער עס פארמאכן

א דאנק!
האלטס אפן 👍👍👍👍👍👍👍👍
#BidenBorderBloodbath
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אמעריקע האט באשטעטיגט א $4 ביליאן דאלער מיליטערישע דראון פארקויף דיעל מיט אינדיע.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

סי בי עס באריכט אז וואשינגטאן האט באשטעטיגט א סעריע אטאקעס אקעגן איראנע ציהלן, מענטשן און איינריכטונגען אין איראק און אין סיריע
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19423
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

קאנגרעספרוי מארגזשערי טעילאר גרין האט געפענט א רעזעלוישען צו פארדאמען קאנגרעספרוי Ilhan Omar.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ערשטע הילף אין אוסטראליע האבן באוויזן צו ראטעווען א 3 יעריג קינד וועלכע האט זיך געטראפן פארכאפט אין א העלאו קיטי שפילצייג מאשין
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע: אומאן

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

זייער א גוטע אשכול מיט אינטערעסאנטע נייעס, שכח @הכל הבל
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פאליצייאישע אויספארשער אין אינדיע האבן היינט באפרייט א פויגל וועלכע איז געהאלטן געווארן אונטער ארעסט פאר די פארלאפענע 8 מאנאטן אויף פארדאכטן אז זי איז א שפיאן פאר כינע
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע: אומאן

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

א עקסידענט האט פאסירט אויף כביש 66 צווישן א קאר און א מאטארביציקל, די קאר איז ארויף אין פלאמען, און די מאטארביציקל פירער איז אומגעקומען.

די כביש איז ליידער א מקום מסוכן מיט אסאך אינצעדענטן.

GFRCZujWAAAdMy6.jpeg
GFRCZujWAAAdMy6.jpeg (65.51 KiB) געזען 1347 מאל
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

שכוח @הכל הבל (נאכאמאל....), כ'ווייס נישט וויאזוי דו האלטסט קאפ וואס באלאנגט אין וועלכע אשכול! 😀
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!

האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פון אמעריקע האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 1:02 pm
שכוח @הכל הבל (נאכאמאל....), כ'ווייס נישט וויאזוי דו האלטסט קאפ וואס באלאנגט אין וועלכע אשכול! 😀
יישר!

דאס איז נישט קיין עקסקלוסיוו אשכול פאר בלויז געקליבענע שרייבער

אלע וועלכע ווייסן ווי אזוי צו האלטן א פענע (און א קאפ) גראד זענען העפליך געלאדנט צו באריכטן נייעסלעך וועלכע פאסן נישט אריין אין קיינע פון די אנדערע אשכולות
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2350
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:34 am
זענען די ליינער אינטערסירט אין אזא סארט אשכול ?

ביטע לאזט אייך הערן אויב און ווי אזוי צו פארבעסערן אדער עס פארמאכן

א דאנק!
פארמאכן!

ר’ הבל איר גיבט אזא גיס אויס צען צוואנציג אינטערעסאנטע עקזאטישע נייעסלעך... און דערשרעקסט אזוי מיט פארמאכן הוה אמינא’ס כדל שלא יישנו התינוקות?.....
זייט וויסן אז דאס ברענגט מיר ארויף קאשמארן פון די פאקט אז הכל איז א אומבאצאלטע פערזאן און קען יעדע ליאדע מינוט זיך אומקערן צו זיין פערזענדליכע לעבן און מיך לאזן אומוויסנד אדער פאשען אין פרעמדע פעלדער...
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

eller האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 9:35 am
אינטערוועלטניק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 2:05 pm
סולטאן איבראהים איז געשטעלט געווארן אלץ די זיבענצענטע קעניג פון מאלאזיע.
די לאנד פארמאגט ניין קעניגליכע פאמיליעס וועלכע ווערן ערזעצט יעדע פינעף יאר און א ראטאציע אז יעדע איינע איז איינמאל קעניג, מאלאזיע איז די איינציגסטע לאנד אין דער וועלט וואס פארמאגט אזא סיסטעם.

סולטאן איבראהים איז איינער פון די רייכסטע מענטשן אין לאנד א שווערע ביליאנער מיט עטליכע פריוואטע פליגערס און א קאלעקציע פון טייערע אויטאס אזוי אויך פארמאגט ער א פריוואטע ארמיי.

טראצדעם וואס אפיציעל איז די קעניגרייך נאר סימבאליש, טוט זי אבער אסאך אויסמאכן אינטערען טיש אויף אסאך וויכטיגע אנגעלעגנהייטן אין לאנד, אריינגערעכנט א גרויסע איינפלוס אויף די פרעמיער מיניסטער וואלן
1000001957.jpg
ווער איז דער סולטאן ? מיט די געילע אדער איינס דערנעבן ?
מיט די געלע
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

געריכט אין לאנדאן ווארפט ארויס טראמפ'ס אנקלאגע אקעגן קריסטאפער סטיעל וועלכע האט געשריבן די טראמפ רוסלאנד פאשקעוויל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אקטיווע שיסעריי ביי הויך שולע אין פוידער ספרינגס דזשארדזשיא

פלארידא גאווערנאר ראן דעסאנטיס שיקט אראפ 1000 נעשאנעל גארד טרופן צום טעקסאס גרעניץ
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אייוועלט בולעטין נייעס און נאטיצן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 2:56 pm
אקטיווע שיסעריי ביי הויך שולע אין פוידער ספרינגס דזשארדזשיא
2 וועלכע זענען נישט קיין סטודענטן זענען געשאסן געווארן אין די שולע פארקינג לאט

די צוויי זענען פארוואונדעט אבער נישט קריטיש

סטונדענטן זענען אנגעזאגט געווארן זיך צו פארשליסן אין די צימערן און עלטערן ווערן נישט צוגעלאזט אויס פארזיכטיגקייט
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”