
- IMG_20230921_213759_431.jpg (31.98 KiB) געזען 485 מאל
.רופערט מערדאק 92 דער אויסטראלישער געבוירענער ביליאנער און מידיא מאגנעט וואס האט אויפגעבויט א מעכטיגע מידיא אימפעריע וואס האט אים געגעבן איינפלוס אויף פאליטיק ביזנעס און קאלטור דורכאויס די לעצטע 70 יאר האט געמאלדן אז ער וועט רעזיגנירן פון זיין טשערמאן פאזיציע פון 'נוז קארפ.' און זיין זוהן וועט איבערנעמען.
אין 1952 איז רופערט'ל 21 א סטודענט אין אקספארד געווארן א יתום פון זיין פאטער קעיט , און איבערגענומען די פאמיליע ביזנעס 'די נוז אף אדאליאייט' א דרום אויסטראליע צייטונג מיט 75 טויזנט קאפיעס.
אין די זעכציגער האט ער אפגעקויפט עטליכע לאקאלע צייטונגען אריינגערעכנט די 'סאנדעי טיימס' פון פערט און די 'דעילי מירארר' פון סידני.
אין '69 האט ער זיך אריינגעדרייט אין די בריטישע נייעס ביזנעס אפקויפענדיג די 'סאן' ציווישן אנדערע.
אין די זיבעציגער האט ער זיך אריינגעדרייט אין אמעריקע קויפענדיג צוויי צייטונגען אין סאן אנטאניא.
ער האט אויך געקויפט די ניו יארק פאוסט אין די 70גער וואס ער האט פארקויפט אין די 80's און שפעטער צוריק געקויפט אין די 99's וואס איז שוין פארבליבן זיינע עד היום הזה.
אין 1981 די טיימס און סאנדעי טיימס פון ענגלאנד.
אין 85' געקויפט די פילם סטאדיאו פאקס 20th centry און א יאר דערויף ג'עפנט די פאקס טעלעוויזיע אפטיילונג.
אין 86' האט ער געטוישט לאקאציע און אפגעזאגט טייל פון די צייטונג צו דעגיטאליזירן און אנגעהויבן צו זיך באנוצען מיט טעכנעלאגיע אנשטאט מענטשן ארבייטער אין ענגלאנד, די ארבייטער און יוניאנס האבן עס נישט געגליכנט און פארופן א פראטעסט, אבער ער זיך נישט געלאזט און אפגעזאגט 5 טויזנט , יענע מאמענט פון די ענדע צו יענע ביטערע געראנגל ווערט אפט באצייכנט אלס די מאמענט וואס די יוניאנס אין ענגלאנד האבן פארלוירן די מאכט.
אין 88' האט ער געגרינדעט סקיי נוז, דערנאך איז 96' געגרינדעט די פארס קעיבל טעלעוויזיע אפטיילונג אינאיינעם מיט ראדשער אליס, א געוועזענע אדווייזאר צו ניקסן און בוש.
אין 07' איז מערדאק ווייטער געגאנגען מחיל אל חיל און אפגעקויפט די וואל סטריט זשורנאל פאר א קנאפע פינעף ביליאן דאלאר, און עס פאקאסירט מער אויף פאליטיק נאך א אויפשאקלונג.
אין 05' האט ער געקויפט די 'מיי ספעיס' סאציאלע מידיע קאמפאני פאר א האלב ביליאן אבער זעקס יאר דערויף פארקויפט מיט 90 פראצענט פארלוסטן.
אין 18' האט זיין זוהן 'לאטשלאן' וואס וועט יעצט איבערנעמען באקומען CEO'שאפט אויף פאקס טעלעוויזיע אפטיילונג.
אין 12' האט מען אפיציעל אפגעטיילט די ענטערטעינמענט און פילם פון די נייעס און עדיטאריעל און אין 19' האט טאקע דיזני אויסגעקויפט די ענטערטעינמענט חלק פאר די אסטראנאמישע צאל פון 71 ביליאן.
אין 2020 האט א די אינגערע זהון דשעימס וואס איז געזען געווארן אלץ פאטענציאלע איבערנעמער פון נוז קארפ רעזיגנירט פון די בארד צוליב זיין קעגנערשאפט צו די עדיטאריעל אינהאלט.
דשעימס איז די ליבעראלער אין די קאנסערוואטיווע פאמיליע און האט מנדב געווען איבער א מיליאן דאלאר פאר'ן חשובע צוועק פון אריינלייגן געוועזענע וויצע פרעזידענט יוסף ר ביידן ביים דרייווער זיץ פונעם ווייסן הויז , אויך זענען ער און זיין ווייב באקאנט פארן שטארק לוחם זיין פאר די וואוילזיין פון די אינוויערמענט.
עטליכע יאר צוריק ווען עס האט געבוזשעוועט וואלדפייערן אין זיין אלטער היים אויסטראליע האט ער ארויסגעשטעלט א מעמא צו פארדאמען די מידיא קאווערידש פון זיין פאמיליע אויף קלימאט טויש, דערביי פארערגער'נדיג די פאמיליע ריס/ דראמא.
אבער דאס איז צום סוף געװען א קויל אין פיס וויבאלד דאס האט דראסטיש פארשמעלערט זיינע שאנסן צו זיין ביים רעדל און עפעס פאקטיש אויפטהוען , נישט נאר א שארפע יו ען סטייל פארדאמעניש, אבער מיר ווייסן שוין די כלל.. מיר אראבער טראכטן נישט מיר טוהן.
די פירער פון די לעיבער פארטיי אין ענגלאנד האט זיך היינט אויסגעדריקט בזה הלשון " ס'איז גוט צו זעהן וויאזוי א סם פאר דעמאקראטיע און די וועלט גייט" .