יישר כח פאר אלע וואס האבן צושטייער געגעבן און געהאלפן די קאמפיין.

אבזערווירער'ס בימה

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

ווייניגער ווי א יאר נאך וואס דער רעפאבליקאנע קאנגרעסמאן פון ניו יארק דשארדש סאנטאס איז ערוויילט געווארן איז ער אפיציעל די זעקסטע קאנגרעס מיטגליד אין היסטאריע צו ווערן געטראסקעט.

סאנטאס איז געווארפן געווארן צוליב דאס וואס ער איז געווען א *אומפראפעסיאנאלע ליגנער וואס איז נישט ערלויבט אין וואשינגטאן, בלויז פראפעסיאנאל.

איינער פון די באקאנטע ליגנטס איז אז ער איז א איד, שפעטער האט ער געזאגט אז ער האט געמיינט צו זאגן 'אידישליך'.

די שטיצע איז געווען 311-114 מיט די הילף פון 105 פון זיין פארטיי אבער 112 פון זיין פארטיי אריינגערעכנט די פיר העכסט ראנגיקע אינאיינעם מיט צוויי דעמאקראטן האבן געוויילט אנטקעגן.

גאווענער האוקל האט יעצט 10 טעג צו רופן א ספעציעלע אילעקשן אין די דריטע דיסטריקט און די אילעקשן מוז אפגעהאלטן ווערן אין ציווישן 70 און 80 טעג.

( מיליאן דאלארדיגן פראגע צו ווען ביידן זאגט אז ער גייט פארמאכן און פארזיכערן די גרעניץ און ער לאזט אריין א רעקאָרד 2.6 מילאן און נאך איין אהאלב מיליאן כאפן זיך אריין צו א טאטאל פון פיר מיליאן אין די פיסקל יאר אליינס, צו ס'גייט אריין אין די גדר פון מדבר שקר תרחק? )
אטעטשמענטס
1000012413.jpg
1000012413.jpg (37.63 KiB) געזען 82 מאל
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

1000012416.jpg
1000012416.jpg (36.08 KiB) געזען 44 מאל
פייזער וועט אויפהערן די דעוועלאפמענט און טעסט טרייעלס אויף זייער וואג פארלירן פיל וועלכע מ'נעמט צוויי מאל א טאג צוליב שטארקע נעגאטיווע סייד עפעקטס.

פייזער האט געהאפט אריינצוקומען קלאר אין די אינדוסטריע וואס זי האט געשאצט אז זיי וועלן נעמען א מינימום פון 10 ביליאן פון די 90 ביליאן וואס די אינדוסטריע איז געשאצט צו זיין אין בלויז איינצעלענע יארן.

די אינדוסטריע איז דאמינירט דורך עלי לילי מיט זייער 'מאנדשארא' און 'אויסעמיק' און 'וועגאווי' פון נאוו נארדיסק.

זיי וועלן אבער פאראויסגיין מיט א אנדערע דראג וועלכע מ'נעמט איין מאל א טאג, אבער דארט האלטן זיי פיל ווייטער פון א ענדגילטיגע פראדוקטן.
אבזערווירער ✍
נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן !

being smart gets you the move, being wise will
hand you the game.

שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”