אבזערווירער'ס נייעס בימה

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

ברעכעדיג..

לויט די וואל סטריט זשורנאל האט א אמערקאנע אנטי שפיאנאזש סיסטעם פון די נעיווי אויפגעכאפט א אויפרייס אין די געגנט פון די טיטאניק ברוכווארג בלויז עטליכע שטונדן נאכ'ן זיך ארויסלאזן אויף די מיסיע אויף זינטאג.

שוין א שאד געווען די גאנצע דראמאטישקייט פון "נאך זיבן שעה פון אקסיגען"... אבער די מידיא האט זיכער איינ'גע'קעש'ט דערוף, ובתוכם טעגליכע נייעס + וואס איז שוין היינט אויך א פראמינענטע חלק פון די מידיא..
אטעטשמענטס
IMG_20230623_005716_617.jpg
IMG_20230623_005716_617.jpg (15.44 KiB) געזען 3775 מאל
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4987
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

יישר כח @אבזערווירער
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אין אנדערע נייעס פון די וואל סטריט זשורנאל האט עווין גערשקאווויטש א וו.ס.דש. ריפארטער וועלכע שטייט אויס קלאגעס אויף שפיאנאזש אין רוסלאנד מיט א 20 יאר טערמין אויף די ליניע, פארלוירן זיין אפיל קעגן די פאר-טרייעל ארעסט וואו ער זיצט אין די טרויעריג באוואוסטע לעפטאווא טורמע אין מאסקווע.

זיין טאטע און מאמע און די אמעריקאנער אמבאסאדאר זענען אנוועזענד געווען ביים הירינג אין די מאסקווע סיטי געריכט ווי עווין איז ערשינען אין א גלאזערנעם באקסל.

ער איז שוין ארעסטירט געווארן 12 וואכן צוריק, און די אורטייל איז געווען ערווארטעט, אבער וואשינגטאן האט אויסגעדריקט צופרידענהייט אז מאסקווע וועט מעגליך ערלויבן צוטריט צו אים דורך א פריוואטע לאויער.
אטעטשמענטס
20230623_022658.jpg
20230623_022658.jpg (14.7 KiB) געזען 3704 מאל
6876.jpg
6876.jpg (191.87 KiB) געזען 3704 מאל
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

קריס קריסטי ווערט געזען דאנעשטאג א אויסגעמיטשעטער אויף א פליגער פון זיין פרעזידענטליכע געלויף.
אטעטשמענטס
IMG_20230623_030821_762.jpg
IMG_20230623_030821_762.jpg (89.56 KiB) געזען 3700 מאל
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
דל ואביון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 1:10 am
לאקאציע: אינטער די שטיגן

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל ואביון »

אבזערווירער האט געשריבן: פרייטאג יוני 23, 2023 3:09 am
קריס קריסטי ווערט געזען דאנעשטאג א אויסגעמיטשעטער אויף א פליגער פון זיין פרעזידענטליכע געלויף.
ניטאמאל פירסט קלעסס? אדער דאס איז א פריוואטע דזשעט?
------
האמיר זייער שטארק הנאה דא
די פראבלעם פון די היינטיגע וועלט איז אז ס'איז דא צו ווייניג משוגעים, און די משוגעים זענען צו ווייניג משוגע

(-הרב א"מ פרענקל מב"ח)

[email protected]
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

דל ואביון האט געשריבן: פרייטאג יוני 23, 2023 3:23 am
אבזערווירער האט געשריבן: פרייטאג יוני 23, 2023 3:09 am
קריס קריסטי ווערט געזען דאנעשטאג א אויסגעמיטשעטער אויף א פליגער פון זיין פרעזידענטליכע געלויף.
ניטאמאל פירסט קלעסס? אדער דאס איז א פריוואטע דזשעט?
------
האמיר זייער שטארק הנאה דא
נישט קיין פריוואטע פליגער, אויסגעשניטן פון א סעלפי פון א טראמפ שטיצער מיט א מאגא היטל וואס איז געזעצן צו זיין לינקס.
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

זעלענסקי זאגט אז די קאנטער-אפענסיווע גייט שטייטער ווי געראכטן.

"טייל מענטשן מיינען אז עס איז א האליוואד 'ריקעדיג'ס' און ערווארטן באלדיגע רוזאלטאטן, ס'איז נישט, זאגט זעלענסקי אין א אינטערוויו.

אוקריינא האט באריכטעט איבער צוריקנעמען אכט דערפלעך אין דרום די לעצטע צוויי וואָכן, א קליינע געווינס אבער פארט די שטערקסטע געווינסן פאר זייער מיליטער זינט נאוועמבער, אין די צייט וואס זיי פראבירן אריינצודרינגן אין רוסיש באפעסטיגטע דיפענס ליניעס.

" עס קומט נישט אן גרינג, זיי האבן אנגעלייגט 77 טויזנט סקווער מייל מיט מינעס"

( אויפבלאזן אלערט; ניו יארק סטעיט איז בלויז 54 טויזנט )

די אוקריינער האבן נאכנישט דערגרייכט די שטערקסטע רוסישע דיפענס ליניע פון די 600 מייל'יגן שלאכט פעלד.

אויף יוני 19 האט די אוקריינער דעפיוטי דיפענס מיניסטער מאליאר געגעבן א נומער פון צוריקגענומענע טעריטאריע זונט אנהייב פון די קריג וואס איז געווען בלויז 6 סקווער מייל מער ווי בעפאר די קאנטער-אפענסיווע.

זייער אטעקעס ווערן געריכטעט אין מזרח אויף באקמוט און דאניעסק סיטי און אין דרום ביים גרעניץ פון דאניעסק ראיאן און זאפארעסיע ראיאן וואו זיי האבן צוריקגענומען דריי סקווער מייל אין די דירעקציע פון מאליטאפאל , און זיי האלטן שלאכטן אפען אין מערב זאפארעסיע אונטער ארקיוו.

מאליאר שאצט אז זיי האבן אילימענירט 4.6 טויזנט רוסישע טרופן און 400 עקוויפמענט פארלוסטן, און ווי געווענטליך נישט געהעריג אויסגעשמועסט וויפיל פון זיינע פערסאנעל און עקוויפמענט איז געגאנגען א גאנג...

אבער טראץ די אנטוישונגען האבן די אוקריינער נישט פארלוירן קיין שום טעריטאריע.

"האקט"..

א אוקריינישע מזרח מיליטערישע ווארטזאגער זאגט אז די רוסן פלאגן זיך מיט א מאנגל אין פערסאנעל אין ליימאן און נוצן א געמיש פון 'מאטאר יונוטס, רייפל בריגאדעס און לופט כוחות אינאיינעם מיט שטורעם -z ארעסטאנטן בריגאדעס' און באנוצען זיך מיט צוריקגעבליבענע T-62 טאנקען.

די רוסן פון זייער זייט האקן אז זיי האבן אפגעהאלטן א אטעקע אין דרום דאניעסק אין וועלכע אוקריינא האט גענוצט א גרויסע חלק פון די 240 מערב וועלט טאנקען נארוואס באקומען און זיי האבן פארניכטעט 35 טאנקען און 70 געבאנצערטע טרעקלעך, און זאגן אויך אז זיי האבן פארניכטעט אמעריקאנע ברעדלי'ס בײ די ברעגעס פון די דינעפרא , און אז זיי געבן 12 טויזנט דאלער פאר ווער עס פארניכטעט א דייטשע לעפארד.

" לאנג טערמין"

אויף יוני 13 ביי א זיצונג אין ראמשטיין לופטבאזע אין דייטשלאנד האט קאנאדע פארשפראכן צו אריינטשיפן נאך 500 מילאנעס צו צושטעלן אמוניציע און מעינטינענס פאר די דייטשע " 288 AIM לופט צו לופט מיסלס" וויאויך טרענירונג און מעינטינענס פאר עף -16 .

דענמארק האט אויך באשטעטיגט א פערדע פעקל פון 2.9 ביליאן יורא אין די קומענדיגע פינעף יאר, דייטשלאנד האט אויך פארשפראכן א יארן לאנג פלאן.

די EU קאמישאן פרעזידענט ליעין אינאיינעם מיט בלעק-ראק עקזעקאטיוון פאר וועם מיינסטנס פון די קאנטראקטן וועלן גיין האבן אויך פארגעשטעלט א פיר יעריגע פלאן ביי א צוויי טאג'יגע סאמיט אין לאנדאן צו שענקען נאך 50 ביליאן פאר די ווידער אויפבוי פון אוקריינא.

שויגא האט אויך גע'בונטעוועט איבער פלענער פון אוקריינא וואס וועלן נוצן אמעריקאנער היימערס און ענגלישע 'שאטן שטורעם מיסלס' .

** נישט שיסן קיין היימערס איבער אומריכטיגע אוקריינא שטעט ספעלינג, און עס איז געשריבן געווארן אויף א בליק פון אינמיטן די וואך.
אטעטשמענטס
AA-20230619-31469643-31469622-UKRAINIAN_SOLDIERS_FROM_THE_60TH_BATTALION_OF_TERRITORIAL_DEFENSE-1-1687238295.jpg
AA-20230619-31469643-31469622-UKRAINIAN_SOLDIERS_FROM_THE_60TH_BATTALION_OF_TERRITORIAL_DEFENSE-1-1687238295.jpg (77.25 KiB) געזען 3404 מאל
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
2 אידן 3 מיינונגען!
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 2:29 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 2 אידן 3 מיינונגען! »

ישר כוח @אבזערווירער סובסקרייבט
די דריטע מיינונג איז פארקערט ווי יענעם!
וואס זענען די ערשטע צוויי???
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

]]🚨 וואגנער פירער פריגאזשין האט דערקלערט קריג אויף די דיפענס מיניסטעריום אין שפיץ פון מר שאויגא.

עס איז נישט קלאר וויפיל געוויכט עס טראגט וויבאלד דער פריגאזשין איז באוויסט פאר זיינע אויסברוכן און ווערטער וואס גייען געווענליך אביסל ווייטער פון די פאקטישע מציאות.

ער פירט שוין א לאנגע פאליטיש קאמף מיט שאויגא פון " ווער איז וויכטיגער" און ער זאגט אז דאס איז אין רעאקציע צו העליקאפטער און מיסל אטאקעס אויף א וואגנער קעמפ דורך די רוסישע מיליטער וואס האט אומגעברענגט עטליכע פון זיינע קעמפער.

ער זאגט אויך אז די אינוואזיע אויף אוקריינא איז אומבארעכטיגט און די דעפענס פירערשאפט האט פארנ'ער'ט די רוסישע פאלק אז זיי שטייען אויס א באלדיגע געפאר פון א אוקריינער אינוואזיע אינאיינעם מיט די נאטא בלאק.
לעצט פארראכטן דורך אבזערווירער אום מאנטאג יוני 26, 2023 3:18 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

👀🍿👀🍿!

א אומצופרידענער פון די נייע דירעקציע וואס טוויטער האט גענומען אין אלגעמיין האט אויסטראליע'ס אי-סעיפטי קאמישענער מרת אינמאן א געוועזענע טוויטער ארבייטער געגעבן פאר די פירמע א אלטימאטום אויפצורייניגן די פלאטפארמע פון "העיט ספיעטש''.

זי האט געגעבן 28 טעג פון דאנעשטאג און וועט לייגן א 700 טויזנט אוסטראלישע דאלאר - 450 טױזנט אמעריקאנער דאלאר שטראף אויב די פלאטפארמע וועט נישט קענען נאכקומען אירע פרעפערענצן.

זי זאגט אז טוויטער איז די קוואל פון א דריטל פון די "העיט ספיעטש'" באקלאגונגען וואס איר קאמיסיע ערהאלט.
אטעטשמענטס
Twitter_logo_blue_3078023b.jpg
Twitter_logo_blue_3078023b.jpg (17.37 KiB) געזען 3265 מאל
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

.
אטעטשמענטס
IMG_20230623_162436_509.jpg
IMG_20230623_162436_509.jpg (48.14 KiB) געזען 3246 מאל
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

דשאן סמיט די טשערמאן פון די 'הויז וועיז ענד מיענס ' קאמיטעי האט ארויסגעלייגט א וואצעפפ מעסידש פון האנטער ביידן צו זיין כינעזער ביזנעס האנדלער ווי ער סטראשעט אז ער און זיין טאטע וועלן נעמען דראסטישע שריט אויב זיי ברעכן זייער צוזאג צו אים איבער געלט.

דאס האט סמיט ערהאלטן פון א IRS וויסלבלאוער.

די ווייסע הויז נאציאנאלע סעקיוריטי קאונסיל איז ארויס געוואקן פון א פרעסע בריפינג נאכן ווערן געפרעגט איבער א וואצעפפ מעסידש פון האנטער ביידן וואס צייגט קלאר אז די פרעזידענט איז געווען פארמישט אין די פינסטערע געשעפטן פון זיין זוהן.

אין די מעסידש שרייבט האנטער אז ער וויל אז די עקזעקיוטיוון פון די כינעזע פירמע וועלכע ער האט ערהאלטן א זעקס פוגר'רדיגע געהאלט זאל וויסן אז אויב זיי האלטן זיך נישט צום קאנטראקט וואס מ'האט אפגעמאכט וועט זיין קאנצעקווענסן, " זאג זיי איך זיץ דא און ווארט אויף א טעלעפאן רוף פון מיין פאטער".

די ווייסע הויז פרעסע סעקראטאר קארין דשאן-פיער האט זיך אנטזאגט פון קאמענטירן.
אטעטשמענטס
IMG_20230623_164856_975.jpg
IMG_20230623_164856_975.jpg (123.69 KiB) געזען 3220 מאל
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

א שטיקל אפדעיד איבער די אויפרייסדע נייעס.

קעגנזייטיגע באריכטן איבער א ספוטנאז אבלאווע אויף וואגנער הויפטקווארטירן אין מאסקווע.

די אפיציעלע מיליטער זאגט אז זיי האבן געעפנט א קרימינאלע קעיס אויף פריגאזשין.

פריגאזשין זאגט אז ער האט זיך נארוואס צוריקגעדרייט אין ריכטונג פון רוסלאנד און האט שוין אריבערגעשפרייזט די גרעניץ און איז אויפגענומען געווארן ווארעם בײ די גרעניץ וועכטער, ווער ס'וועט שטיין אין וועג וועט צאלן, ער מארשירט אין ריכטונג פון די שטאט ראסטאוו מיטן ציל עס איינצונעמען, די גרעסטע רוסישע שטאט אין די געגנט מיט א פאפולאציע פון 1.1 מיליאן .
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

פארגעסן די וויכטיגסטע חלק.

די ווייסע הויז מאניטערט די סיצעוואציע פון די "נאנט"..
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די וואגנער אויפשטאנד.

דערנאך וואס פריגאזשין האט מארשירט צום שטאט ראסטאוו האט ער גרינג איבערגענומען די מיליטערישע הויפטקווארטירן און פאזיציעס אין שטאט.

שפעטער האט פוטין ארויסגעלייגט א ווידעא מעסידש זאגענדיג אז ער באטראכט דאס אלץ אויפשטאנד און די שילדיגע וועלן צאלן א פרייז.

וואגנער האט רעאגירט אז פוטין האט גענומען די נישט ריכטיגע זייט און עס וועט בקרוב געשטעלט ווערן א נייע פרעזידענט.

אין מאסקעווע האט געהערשט א פחד עס איז אויפגעגראבן געווארן הייוועס צו בלאקירן די וואגנער קאנוואיען מיליטערישע טרעקלעך און סאלדאטן האבן גענומען פאזיציעס , זאמט בערגלעך זענען אויסגעשטעלט געווארן און גארבידש טראקס אנגעפילט מיט זאמד האבן בלאקירט וויכטיגע בריקן.

טייל רוסישע מיליטערישע רעגימענטן האבן זיך געשטעלט אויף די זייט פון וואגנער און פילע רוסישע עליטע האבן אנגעהויבן אפטראגן פון מאסקעווע קיין טערקיי.

דערנאך אין א פליצלינגדיגע דריי אין די צייט וואס די וואגנעריסטן זענען געווען בלויז 125 מייל פון מאסקעווע איז געמאלדן געווארן א שלום אפמאך פארהאנדלט דורך די בעלארוס פרעזידענט לוקעשענקא אז וואגנער וועט אויפגעבן אויף זייער "יוסטיץ מארש' און איבערלאזן זייער פאזיציעס און זיך אנשליסן אין די אלגעמיינע רוסישע מיליטער און זייער הויפט וועט גיין אין גלות קיין בעלארוס ווי ער וועט באַקומען שיץ און אין אויסטויש וועלן שאויגא און גריסמאוו אפגעזאגט ווערן פון זייער פאזיציעס ביים פירערשאפט פון די מיליטער און רוסלאנד וועט זיך אפלאזן פון די קרימינאלע קעיס קעגן פריגאזשין.
אטעטשמענטס
IMG_20230624_232011_639.jpg
IMG_20230624_232011_639.jpg (79.91 KiB) געזען 3000 מאל
IMG_20230624_232039_980.jpg
IMG_20230624_232039_980.jpg (88.6 KiB) געזען 3000 מאל
IMG_20230624_232027_219.jpg
IMG_20230624_232027_219.jpg (126.92 KiB) געזען 3000 מאל
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

א בריק אריבער די Yellowstone טייך אין מאנטענע איז איינגעפאלן שבת אינדערפריה און א באן מיט שעדליכע כעמיקאלן איז אריינגעפאלן.

די טייך ווערט גענוצט פאר טרינק וואסער פאר די ארומיגע געגענטער און איינוואוינער זענען אנגעזאגט געווארן נישט צו טרינקען נאר גע'באטלטע וואסער.

אטארעטעטן זאגן אבער אז די זארג איז נישט אזוי גרויס וויבאלד מיינסטנס פון די מאטטריאלן אין די זיבן וועגאנער ווערן סאליד גלייך ווען זיי טרעפן זיך אן מיט קעלטערע טעמפרוטאר און דעפאר איז די אויסגיס מינימאל.
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

.
אטעטשמענטס
IMG_20230625_142122_030.jpg
IMG_20230625_142122_030.jpg (231.86 KiB) געזען 2685 מאל
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

ניא נאציס פארנט פון א חבד צענטער אין קאבב דשארדשיא אויף שבת.

די פירער פון די גרופע איז שוין לעצטנס איינמאל ארעסטירט געווארן פאר זיינע אומרוען בײ א אנדערע אידישע צענטער אין די געגנט.
אטעטשמענטס
IMG_20230625_144738_665.jpg
IMG_20230625_144738_665.jpg (27.31 KiB) געזען 2587 מאל
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

ענדליך צאלן די קאנאדישע אביסל אריין פאר זייער אנגעמאכטע וואלד פייערן...
אטעטשמענטס
IMG_20230625_130801_901.jpg
IMG_20230625_130801_901.jpg (37.5 KiB) געזען 2524 מאל
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אין בעזשינג זענען די כינעזער עליטע אויפגעקומען מיט א נייע געדאנק.

א טראפיק דשעם רעסקיו טיעם.

אז איינער איז סטאק לענגער ווי ערווארטעט אין טראפיק רופט ער אריין און צוויי כינעזע חביבים מעמבער'ס קומען צו רייטן אויף א מאטער-ביציקל איינער נעמט אהיים דיין קאר און די אנדערע פירט דיר צו דיין דעסטינאציע הרצים יצאו דחיפים סטייל...
אטעטשמענטס
IMG_20230625_155929_706.jpg
IMG_20230625_155929_706.jpg (126.38 KiB) געזען 2467 מאל
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

צו די צייט וואס מקארטי האט אויסגעדריקט שטיצע אפיציעל צוריקצודרייען די צווייטע אימיעטשמעט קעגן טראמפ איבער די יאנואר 6 אומרוען אין די קאפיטאל האט מקארטי מרמז געווען אז אויב שטעלט זיך ארויס צו זיין אמת א עידות'שאפט פון א IRS וויסלבלאוער אז די יו עס אטורני דעיויד ווייס פון דעלעווער האט געהאלטן ביים ברענגען קרימינאלע קלאגעס קעגן האנטער ביידן איבער זיינע טעקס שווינדלערייען און מ'האט דאס אפגעהאלטן פון די העכסטע פענסטער אין די יוסטיץ דעפארטמענט.

איז קאנגרעס מעגליך גרייט פאראויסצוגיין מיט אימפיטשמענט פראצעדורן אנטקעגן אטורני דשענערל מעריק גארלאנד פארן פאליטיזירן די יוסטיץ סיסטעם.

אין אנדערע אויפרייסדע נייעס אויף די האנטער פראנט.

לויט אומבאשטעטיגטע באריכטן האט פרעזידענט ביידן אויפגענומען א קרימינאלע לאויער די וויקענד דערנאך וואס קאנגרעס האט ארויסגעלייגט באווייזן אז ער איז געווען פארמישט אין אויסהאמערן א געהאלט אפמאך מיט די כינעזער פירמע וועלכע האט געגעבן מיליאנען פאר האנטער.
אטעטשמענטס
merrick-garland-kevin-mccarthy-congress-04.jpg
merrick-garland-kevin-mccarthy-congress-04.jpg (43.92 KiB) געזען 2401 מאל
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

א ביל ארויפגעברענגט אין די ניו יארק סיטי קאָונסיל זוכט צו נידערן די מאקסימום סיירינעס דעציבאלן פון 120 צו 90 ענליכער ווי עס איז איינגעפירט אין אייראפע.

אויך וועט דאס אריינברענגען די סיירינעס וואס גייען אויף א נידעריגערע פריקווענסי וואס שטערט ווייניגער די אויערן.

שטיצער פון די ביל זאגן אז די שטאט וואס שלאפט נישט מעג אבער כאטש כאפן א לייכטן דרימל.

כלל ישראל ווערט געבעטן צו מתפלל זיין און משתדל זיין פאר אונזער געטרייע עסקנים וועלכע שטייען יעצט אין א קלעם...
אטעטשמענטס
Ambulance-370x247.jpg
Ambulance-370x247.jpg (31.19 KiB) געזען 2330 מאל
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2624
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

לויט באריכטן זענען די צוויי זייטן פון די פריגאזשין רוסלאנד געשלעג זיך שנעל צוזאמגעקומען וויבאלד וואגנער האט איינגענומען א נוקלעארע סטאנציע און די רוסן האבן געסטראשעט צו שעדיגן פאמיליע מיטגלידער פון די וואגנער גרופע.

די פאקט אז וואגנער האט געהאט צוטריט צו נוקלעארע וואפן לויט די באריכט האט גאר שטארק באזארגט אמעריקע און זיי האבן גענומען פארארבעטן מעשים אז די צוויי צדדים זאלן זיך אויסקומען טראץ וואס די עצם געדאנק פון א ציווילע קריג אין רוסלאנד האט זיי גאנץ פיין געשמעקט.

אין אנדערע נייעס זענען צוויי גוטזאגער ארויפגעקומען אויף די 'פאליטישע ארענע' די CIA דירעקטער וואס זאגט אז "פריגאזשין זאל שטיין ווייט פון בעלארוסישע פענסטער און טרעפ' און דער צווייטער לץ איז דער מלחמה ליבהאָבער קאנגרעסמאן עדעם קינזיגער וועלכע האט ביישטייערט א בארד צום באקאנטן ווערטל אז 'די רוסישע מיליטער פלעגט זיין די צווייטע שטערקסטע מיליטער אויף די וועלט דערנאך זענען זיי געווארן די צווייטע שטערקסטע מיליטער אין אוקריינא .. לייגט ראביי קינזינגער צו אז יעצט זענען זיי די צווייטע שטערקסטע אין מאמע רוסלאנד'..
אבזערווירער ✍

Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול

טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע נייעס +

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

געשמאקע הומאריסטישע לשון
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”