אבזערווירער'ס בימה

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

מד'י פארשפרעכט א אויספארשונג איבער די אומקום פון פיר אויסלענדישע הומאניטארישע ארבייטער אין עזה וועלכע זענען אומגעקומען אין זייערע קאר דורך א אויפרייס.

דאס איז א אינטערנאציאנאלע קיך ארגענעזאציע, פון די איינציגסטע וואס האבן קאאפעראציע מיט מד'י.
אטעטשמענטס
IMG_20240401_230435_785.jpg
IMG_20240401_230435_785.jpg (64.33 KiB) געזען 9173 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

די פאלעסטינע אוטאריטעט האט געשטעלט א נייע קאבינעט, אבער איז מעגליך גארנישט בעסער.

די נייע קאבינעט האט צוויי צילן, איין צו צופרידן שטעלן פאלעסטינע וועלכע וועלן ענדערש קלויבן כאמאס וועלכע הארגעט טאַקע מענטשן אבער האבן א רעפאטאציע פון עטוואס ווייניגער קארופציע, ווי למשל די געלט גייט פאר טונעלן און ראקעטן אנשטאט פאר שיינע הייזער, ס'האט כאטש א הייליגע ציל...

צוויי צו צופרידן שטעלן אמעריקע, אזוי זאל די געלט ווייטער פליסן און זיי זאלן קענען עווענטועל איבערנעמען די לייצעס אין עזה.

די פראבלאם איז אז די אטארעטעט האט נאכנישט געטוישט זייער פאלעסי פון אויסהאלטן מארטירער, און די מיניסטער פאר רעליגיעזע האט אמאל גערופן אידן שוויינען און מאלפעס, און די פרויען מיניסטער האט אמאל שוין באעהרט טעראריסטן וועלכע האבן בלוט אויף זייערע הענט.

עניוועי, ענטאני ביליקען די אמעריקאנער אויסערן מיניסטער זאגט אז ער איז זייער צופרידן פון די נייע קאבינעט.
אטעטשמענטס
GettyImages-1136858808.jpg
GettyImages-1136858808.jpg (72.09 KiB) געזען 7250 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

יאפאן שטעלט צוריק פאנדינג פאר אונרא.

יאפאן איז די זעקסטע גרעסטע נדבן און איז געווען ציווישן די 15 לענדער וועלכע האבן אפגעשטעלט געלט פאר די ארגיניזאציע אין ווערט פון א האלב ביליאן דאלאר ביז יעצט.

זי איז די דריטע פון די פופצן צוריק צושטעלן נאך קאנאדע און אויסטראליע, יאפאן האט פאריגע וואך אפגעהאלטן מיטינגן מיט אונרא וועלכע האט פארשפראכן צו ארויפצוארבעטן זייער 'גאווערנענס'.
אטעטשמענטס
IMG_20240402_154707_328.jpg
IMG_20240402_154707_328.jpg (18.95 KiB) געזען 7215 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

לויט א באריכט שטייען זיבן גרויסע בריקן ארום אמעריקע אין די זעלבע געפאר ווי די סקאט קיע בריק, אז מיט איין שטאנג אראפ קען די גאנצע בריק צוזאמפאלן, צוליב די ספעציפישע ענדשינירינג.

ציווישן די זענען די וואשינגטאן, די ווערזאנא נעראוס, און די גאלדן געיט אין קאליפארניע.
אטעטשמענטס
IMG_20240402_175846_712.jpg
IMG_20240402_175846_712.jpg (141.53 KiB) געזען 6654 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

ווען די עסקנים אביוזן די מאכט.

9 סדרנים ביי די JFK טעקסי לינע ווערן אנגעקלאגט אויף נעמען שוחד צו אריינלאזן געלע טעקסיס פאר אנדערע טעקסי דרייווער אין די ליניע צו קענען אויפנעמען פאסאנדשירן.
אטעטשמענטס
IMG_20240402_180602_069.jpg
IMG_20240402_180602_069.jpg (54 KiB) געזען 6621 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

צו די צייט וואס די רוסן ליידן שטענדיג פון איין מיליטערישע דורכפאל נאכן צווייטן, האט זאלענסקי אונטערגעשריבן א געזעץ צו טוישן די קאנסקריפציע עלטער פון 27 צו 25 צו קענען אריינצווינגען נאך צוויי ''עידשעס'' פון די אוקריינער יוגנט אין די זיגרייכע מיליטער.

לויט א
בריטישע אינטעליגענץ באריכט פאריגע מאנאט האט רוסלאנד די מעגליכקייט צו איבערטוישן ביז 30 טויזנט זעלנער מאנאטליך, אבער אוקריינא מיטשעט זיך מיט אנהאלטן די נומערן צוליב די שווערע פארלוסטן.

אריינעמען נאך א האלבע מיליאן פון די יוגנט איז שטארק נישט פאפולער, אבער די געוועזענע הויפט גאנעראל זאלושני האט עס געוואלט איינפירן אלס פראגמאטיסט, אבער זאלענסקי רייטנדיג אויף די פאפאליסטישע רכב האט זיך קעגנגעשטעלט און דאס איז אנגעבליך געווען פון די גרויסע מיינונגס פארשידענהייטן וועלכע האט געברענגט דערצו אז זאלענסקי זאל ווארפן זאלאשני.

אבער יעצט אז משטייט ממחרת און די ריאליטעט זעצט זיך איין, טראץ וואס די נאכאנאנדע אטאקעס אויף די רוסישע אויל ווי לויט באריכטן האבן זיי מצליח געווען צו שעדיגן אויפן מיטלגאטיגע טערמין 14% פון זייערע רעפיינערי מעגליכקייטן, דרייעט מען מיטן היטל.
אטעטשמענטס
IMG_20240402_181739_680.jpg
IMG_20240402_181739_680.jpg (82.97 KiB) געזען 6575 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

רידשלאנד, די גרעסטע אמעריקאנער אייער פראדוצירער האט אפגעשפארט א טעקסאס פלענט מיט 1.6 מיליאן טשיקנס צוליב א אויסבראך פון פייגל פלו.

דאס איז 3.6 % פון די לואיזיאנא פירמעס פראדוקציע.

לעצטענס איז די א שטארקע אויפשטייג אין פייגל פלו און אפילו טייל קוהען זענען אנגעשטעקט געווארן און איז א פראבלעם פאר די מילעך.

אויב א מענטש כאפט עס איז עס נישט מסוכן אבער עס איז א פלו און מ'קען עס נישט לאזן זיין אין עסן.
אטעטשמענטס
IMG_20240402_183407_931.jpg
IMG_20240402_183407_931.jpg (87.32 KiB) געזען 6504 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

קענעדי דשוניער פארשפרעכט צו בויען א סטאטוע פון עדווארד סנאדען.

סנאדען האט יארן צוריק ארויסגעליקט קלאסיפיצירטע אינפארמאציע פון די אמעריקאנער אינטעליגענץ , וועלכע דעטאלירט זייער ראלע אין פילע אויסלענדישע איינגעלעגנהייטן אין וועלכע זיי זענען געווען פארמישט פיל ווייטער ווי אפיציעל און ווי די אמעריקאנער פאבליק האט ערווארטעט, אויך האט עס געהאט אינפארמאציע איבער זייערע אומלעגאלע שפיאנאזש אפעראציע אין אמעריקע.

טייל קוקן אים אן ווי א פארברעכער וויבאלד אויף פאפיר האט ער געבראכן די געזעץ מיטן ליקן די דאקומענטן, און אויך זאגן זיי אז עס האט געשעדיגט אנגייענדע אויסלענדישע אפעראציעס און געקאסט לעבנס.

טייל פון די מער אנטי אסטעבלישמענט פליגל קוקן אים אן ווי א העלד וועלכע האט אויפגעדעקט און טונקעלע זייט פון די NSA.

סנאדען האלט זיך אויף אין מאסקווע צוליב שפיאנאזש קלאגעס פון אנקל סעם, זיין מיטארבייטער דשוליען אסאנדש פון וויקיליקס האט אויפגעהאלטן יארן אין א צימער אין די עקוואדאר אמבעסאדע אין ענגלאנד וויבאלד אויב ער גייט ארויס איז ער אונטער געפאר פון א אמעריקאנער אויסליפערונג פארלאנג יעצט איז ער אין א בריטישע צעל..
אטעטשמענטס
IMG_20240402_185451_806.jpg
IMG_20240402_185451_806.jpg (84.47 KiB) געזען 6449 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

די העכסטע געביידע אין ברוקלין אויף 9 דיקאלב וועט גיין אויף פארקלאזשער.

די בויער און מענידשער מר. מייקל שטערן האט נישט געקענט נאכקומען פעימענט אויף א 240 מיליאן דאלאר לאון אויף די 93 שטאקיגע געביידע.

די געביידע האט זיך געעפנט פאר טענענטס פאריגע יאר און נארוואס פארקויפט איר טייערסטע סטאדיאו אפארטמענטס פון 440 sq. פיס פאר 950k.
אטעטשמענטס
IMG_20240402_193658_593.jpg
IMG_20240402_193658_593.jpg (78.17 KiB) געזען 6344 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

א שיף מיט 240 טאן עסן פאר עזה פון די וועלט'ס קיך ארגענעזאציע האט זיך צוריקגעדרייט קיין סייפרוס צוליב דעם וואס די ארגענעזאציע האט אפגעשטעלט אפעראציעס צוליב די אומקום פון זיבן ארבייטער דורך א מד'י באמבאדירונג.
אטעטשמענטס
IMG_20240402_232849_376.jpg
IMG_20240402_232849_376.jpg (124.78 KiB) געזען 6104 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

טייוואן איז באטראפן געווארן פון א שטארקע 7.5 ערדציטערניש.



https://drive.google.com/file/d/1MLXLYE ... p=drivesdk
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אינדיאנע עי איי.

עמעזאן וועט אויפהערן צו אפערירן זייערע טשעק-אוט'לאזע גראסערי געשעפטן.

זעלבסט טשעק אוט איז שוין גאנץ פאפולער, אבער עמעזאן איז דאך א טעכנעלאגיע ריז און קען נוצן גאר סאפיסטיקירטע עי איי טעכנעלאגיע צו אליינס נאכקוקן די אייטעמס וואס דו נעמסט און צוזאמשטעלן מיט דיין פנים איי די וואס דו האסט אריינגעגעבן ביים ווערן א מעמבער.

אבער חוץ פון די קאנסומער פרייוועסי לאוסוט פראבלעמען וויבאלד זיי האבן פארקויפט דאטא פאר סטארבאקס איז אויך געווען א קאסט פראבלעם, וואס ?

שטעלט זיך ארויס אז ס'האט זיך נישט אויסגעצאלט די איבער 1,000 עי איי מאשינען פון בלוט און פלייש וועלכע זענען געזעצן ביי די אייס..
אטעטשמענטס
IMG_20240403_153431_080.jpg
IMG_20240403_153431_080.jpg (101.34 KiB) געזען 3304 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

די סיטי דארף מאני...

צו די צייט וואס די MTA האט באשטעטיגט דאס איינשטעלן פון די קאנטראווערסיאלע טאל אויף די גאסן אין לאוער מאנהעטן פארלאנגן זיי אויך 750 טויזנט דאלער פון די יערליכע מאריטאן ארגאניזירער אין נאוועמבער.

זיי ווילן טשארדשן פאר די פארלוסטן פון אפשפארן די ווערזאנא בריק.
אטעטשמענטס
IMG_20240403_154530_310.jpg
IMG_20240403_154530_310.jpg (91.05 KiB) געזען 3239 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

בעני גאנז רופט פאר וואלן אין סעפטעמבער.

גאנז א זיכערהייט קאבינעט מיטגלידער און הויפט קעגנער פון ביבי האט זיך פאר א לענגערע צייט צוריקגעהאלטן פון רופן פאר נייע וואלן צוליב דעם וואס ער האט געוואלט האלטן די לאנד פאראייניגט אין אזא שווערע צושטאנד, און צוליב דעם וואס ער האט באקומען די שאנס צו זיין א חלק פון די רעגירונג אין די מלחמה צייט.

אבער גאנז זאגט יעצט אז עס פעלט זיך אויס פאר די לעגיטימעטעט פון די מדינה אין די אויגן פון די דרויסנדע וועלט, און וועט געבן פאר וויילער א שאנס אריינצורעדן צו די צייט וואס מ'וועט שטיין נאנט צו א יאר נאך די טעראר אטאקע און מלחמה.
אטעטשמענטס
IMG_20240403_155309_016.jpg
IMG_20240403_155309_016.jpg (23.02 KiB) געזען 3182 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

נאך דעטאלן איבער די זיידענע קינדער הענטשוך באהאנדלונג פון די מידיא פאר ביידן.


געוועזענע ESPN דשורנאליסט סעידש סטיעל זאגט אז איר 9 מינוטיגע אינטערוויו מיט ביידן האט זי באקומען פונקטליכע פראגן פון די פירמעס עקזעקאטיוון.

די ESPN איז אונטער NBC און דיזני, און זי איז אנגעזאגט געווארן נישט צו פרעגן קיין פאלאו-אפ פראגן, די אינטערוויו איז געווען אנהייב פון ביידנס פרעזידענטשאפט און די פראגן זענען געווען געצילט ארויסצוברענגען וויאזוי ער וועט צוריקשטעלן נארמאליטעט אין די נאך קאוויד צייטן.

אין יענע צייט האט די אינטערוויו געמאכט א שטורעם ווען ביידן האט אנגערופן די נייע דשארדשא איי די געזעץ אלס ראסיסטיש און 'דשים קראו 2.0 אויף סטירוידס' און געשטיצט דאס ארויסציאונג און געוויסע שפילן אין אטלאנטא. ( ESPN איז פאר ספארטס).

סטיעל איז שפעטער געפלויגן פארן קריטיקירן איר פירמע אויף קאוויד און קריטיקירן אבאמא, יעצט קומט זי ארויס מיט דעטאלן וויבאלד זי האט נארוואס פארענדיקט די שליכטונג מיט זיי.
אטעטשמענטס
IMG_20240403_160702_740.jpg
IMG_20240403_160702_740.jpg (36.1 KiB) געזען 3120 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אמאל גליטשט זיך די וועלט צוריק צו ריאליטעט, אבער נישט געזארגט די יוגנט האט א עצה.

געוויסע שולעס ווי דואמאנט, יעיל, דשאדש'טאון, מ.א.ט., און אנדערע האבן אנגעהויבן צוריק צושטעלן די סטאנדארט טעסטן און פונקטן, אבער א נייע אנשיקעניש ביי סטודענטן אין די ניו יארק געגנט אדרעסירט די פראבלעם אין די הויעך שולעס.

מ'גייט צו א דאקטאר מיט די הילף פון די עלעטערן און מבאקומט א ADHD דייעגנאסיס און דאס געבט מער צייט צו פארענדיגן די טעסט און העכערע פונקטן.
אטעטשמענטס
IMG_20240403_161545_446.jpg
IMG_20240403_161545_446.jpg (69.85 KiB) געזען 3097 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

נעמען פאליטיק צו ערנסט איז קיינמאל נישט קיין גוטע געדאנק.

אבער איינער פון די באקאנטע וואס נעמען עס יא גאר ערנסט איז קאנגרעס פרוי לאורן באובערט וואס איז גאר באקאנט פאר ארום בונטעווען.

עכ'פ זי האט געדארפט צוקומען צו א קליינע סורדשערי אויף איר פיס פאר א בלוט פארשטאפונג און איז דייעגנאזירט געווארן מיט בלוט 'קלאוט' פראבלעמען.

רעדנדיג פון די חבריא, האט האט קאנגרעס פרוי מיסעס גרין, גאר שארף אראפגעריסן ספיקער דשאנסאן פארן ווילן ארויפברענגן א אוקריינא ביל, טראץ וואס פאריגעס מאל האט ער עס געוואלט צובינדן צו אימיגראציע און דאס מאל וויל ער געבן געוויסע חלקים בלויז אויף בארג, און וויל עס פארבינדן צו אראפנעמען געוויסע פארבאטן אויף גאז וואס ביידן האט ארויפגעלייגט.

זאגענדיג אז ''ער זוכט אונטערצוברענגען די פארטיי און וויל אז מ'זאל אריינווארפן טראמפ אין טורמע ''.
אטעטשמענטס
IMG_20240403_162759_892.jpg
IMG_20240403_162759_892.jpg (57.53 KiB) געזען 3056 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אין נארמאלע פלעצער דארף מען איי די צו שטימען.
אטעטשמענטס
IMG_20240403_163956_314.jpg
IMG_20240403_163956_314.jpg (71.57 KiB) געזען 3014 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

א פעדעראלע דיסטריקט געריכט האט פאראורטיילט אז איראן און סיריע דארפן צאלן 191 מיליאן דאלאר פאר די פאמיליע פון א אמעריקאנער איזרעלי סאלדאט אהרן פלאוד וועלכע איז אומגעברענגט געווארן זעקס יאר צוריק אין גוש עציון.

פלאוד איז דערשטאכן געווארן דורך א כאמאס טעראריסט און באוויזן צו שיסן די טעראריסט פאר ער אליין איז אומגעקומען פון זיינע וואנדן.

די צוויי לענדער דארפן צאלן שאדנס פאר די אקטן פון ארגענעזאציעס וועלכע זיי פינאנצירן און העלפן ארויס, ס'איז נישט קלאר צו די אורטייל טראגט סיי וועלכע געוויכט און צו מ'קען עס ארויסציען פון סאנקציאנירטע געלטער אדער עס איז בלויז סימבאליש.
אטעטשמענטס
IMG_20240403_165110_560.jpg
IMG_20240403_165110_560.jpg (226.2 KiB) געזען 2940 מאל
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

אבזערווירער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:46 pm
די סיטי דארף מאני...

צו די צייט וואס די MTA האט באשטעטיגט דאס איינשטעלן פון די קאנטראווערסיאלע טאל אויף די גאסן אין לאוער מאנהעטן פארלאנגן זיי אויך 750 טויזנט דאלער פון די יערליכע מאריטאן ארגאניזירער אין נאוועמבער.

זיי ווילן טשארדשן פאר די פארלוסטן פון אפשפארן די ווערזאנא בריק.
אזויפיל מאכט מען אין איין טאג???
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

בקע לגלגולת האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:27 pm
אבזערווירער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:46 pm
די סיטי דארף מאני...

צו די צייט וואס די MTA האט באשטעטיגט דאס איינשטעלן פון די קאנטראווערסיאלע טאל אויף די גאסן אין לאוער מאנהעטן פארלאנגן זיי אויך 750 טויזנט דאלער פון די יערליכע מאריטאן ארגאניזירער אין נאוועמבער.

זיי ווילן טשארדשן פאר די פארלוסטן פון אפשפארן די ווערזאנא בריק.
אזויפיל מאכט מען אין איין טאג???
נעע.. נאר א חלק טאג, מען לויפט נישט אדורך דארטן אגאנצן טאג...
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

יכולתי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:19 pm
בקע לגלגולת האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:27 pm
אבזערווירער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 3:46 pm
די סיטי דארף מאני...

צו די צייט וואס די MTA האט באשטעטיגט דאס איינשטעלן פון די קאנטראווערסיאלע טאל אויף די גאסן אין לאוער מאנהעטן פארלאנגן זיי אויך 750 טויזנט דאלער פון די יערליכע מאריטאן ארגאניזירער אין נאוועמבער.

זיי ווילן טשארדשן פאר די פארלוסטן פון אפשפארן די ווערזאנא בריק.
אזויפיל מאכט מען אין איין טאג???
נעע.. נאר א חלק טאג, מען לויפט נישט אדורך דארטן אגאנצן טאג...
אבער עס נעמט ביז עס ווערט אויפגעקלינט.
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

תושבי ניו יארק שטורמען מיט די קומענדיגע לוקי חמה וועלכע וועט באטרעפן קומענדיגע וואך מאנטאג.
אטעטשמענטס
IMG_20240404_152729_203.jpg
IMG_20240404_152729_203.jpg (15.55 KiB) געזען 454 מאל
לעצט פארראכטן דורך אבזערווירער אום דאנערשטאג אפריל 04, 2024 3:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

פאריגע מאל וואס ניו יארק האט געהאט אזא סעקסעספולע.. לוקי חמה איז נאך געווען אין די ''טאש ע''ז'' יארן, דאמאלטס האט די סיטי געהאט א 72 % באדעקונג.

אבער דאס מאל איז עס פיל מער עקסייטינג ס'גייט זיין 89.6% און ווי העכער אפ סטעיט אלץ מער.

2:10 נאכמיטאג איז ערווארטעט אז די לבנה זאל דערקלערן קריג אויפן זון און איר אנהויבן באדעקן, 3:25 וועט זיין די הויעכפונקט, און 4:36 די ענדגילטיגע נידערלאגע.

אבער פאר די טויזענטער ליינער וואס מיר האבן אין אין מאנטרעאל איז די נייעס גאר גינסטיג זיי וועלן האבן א טאטאלע ליקו חמה פאר בערך א האלבע מינוט, פאר די ליינער אין טאהש איז עס עטוואס נישט אזוי גוט וויבאלד זיי וועלן מוזן כאפן א קורצע רייזע.

צוריק אין ניו יארק וועלן זיין שטעט ווי פלאצובורג ראטשעסטער וואס וועלן זיין ביים הויעכפונקט און האבן גאנצע דריי מינוט פון א טאטאלע באדעקונג און באפעלאו און נייעגרע עטוואס ווייניגער.

ראקלענד קאונטי וועט האָבן 92% און מאראנץ קאונטי 93%.

די יאר האבן די ראשי ישיבות און די עסקנים מיט די הילף פון שמירה ארלעדיגט אז מ'זאל מאכן די ליקו אויף בין הזמנים, אזוי אז די שטרענגע ישיבות זאלן זיך נישט מיטשענען מיט די בחורים די צוויי שעה אזויווי ביים פאריגע ליקו.

אט האט איר א פונקטליכע מאפעhttps://www.google.com/maps/d/u/0/viewe ... 73&z=8מאפע
לעצט פארראכטן דורך אבזערווירער אום דאנערשטאג אפריל 04, 2024 3:46 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אלא אכבאר ווייבס.

די איאטאלא פון איראן שפרעכט אפ די זיבן מיטות פון די מארטירער וואס זענען אומגעקומען על קידוש מוכאמאד אין די מדי סיריע באמבאדירונג.


https://drive.google.com/file/d/1MmUhmi ... p=drivesdk
אבזערווירער ✍ נייעס איז נישט די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן.


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game

שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”