מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - געדעכטע רויעך און שווערע גערוך געשפירט אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

זיי טרייבן היפש איבער...
אפשר וועט זיין א טראפעלע העיזי ווי מ'רופט עס, אבער איך גלייב נישט אז ס'גייט זיין מארגן ממש אן אראנדזשע דאנערשטאג.
Flying air
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2023 3:19 pm

תגובה דורך Flying air »

*June wild swings continues* what is the status of the 🔥🔥 in Canada, be informed with the latest forecast in the Tropics for summer. Join now T.S weathershot status.
https://api.whatsapp.com/send/?phone=19 ... port.%20☀️
https://wa.link/uwuhg1
And via text messages. (929) 265-7606
Flying air
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2023 3:19 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Flying air »

For full daily forecast send message to (929) 265-7606
https://wa.link/uwuhg1
And via text messages. (929) 265-7606
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע: אויפן ברוקלין ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

חידוש נפלא האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 1:41 pm
זיי טרייבן היפש איבער...
אפשר וועט זיין א טראפעלע העיזי ווי מ'רופט עס, אבער איך גלייב נישט אז ס'גייט זיין מארגן ממש אן אראנדזשע דאנערשטאג.
פאריגע מאל איז געוועהן א אראנדזשע וואס?
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:59 pm

א אראנדזשע מיטוואך

חידוש נפלא האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 5:06 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:59 pm
חידוש נפלא האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 1:41 pm
זיי טרייבן היפש איבער...
אפשר וועט זיין א טראפעלע העיזי ווי מ'רופט עס, אבער איך גלייב נישט אז ס'גייט זיין מארגן ממש אן אראנדזשע דאנערשטאג.
פאריגע מאל איז געוועהן א אראנדזשע וואס?
א אראנדזשע מיטוואך
הייסט מ'גייט אין א סדר...
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

פון דא קען מען זעהן די רשעות און שלעכטיגקייט פון די אלע ליביראלן און די ענוויירעמענטעליסטן למינהם, ווי ווייט זיי מיינען גארנישט קיין געזונטהייט און קיין לופט רייניגונג אפילו לפי שיטתם המטורפת, נאר סתם צו פיינייגן און חרוב מאכן די מענטשהייט.

איך ווייס נישט צו עטס ווייסטס, אבער די אלע וואלד פייערן וואלטן געקענט פארמיטן ווערן ווען מ'נעמט ווען געהעריג קער פון די וועלדער וואס אין דעם איז אריינגערעכענט אוועקרוימען די צווייגליך און העלצלעך וואס זאמלען זיך אהן אין די וועלדער, וואס דאס איז אזוי ווי בענזין פאר די וואלד פייערן, און איז די הויפט גורם דערצו. און איז א דירעקטע רעזאלטאט פון די דאזיגע ליביראלע חברה וואס זייערע ענוויירעמענטאלע רולס פון מענעדשען וועלדער לאזן נישט קער נעמען פון די וועלדער ווי ס'דארף צו זיין, ווייל מ'דארף כלומר'שט שיצן אויף די נאטור, די קליינע באשעפענישן וואס האדעווען זיך דארט זאלן חלילה נישט אוועקקומען. און דאס איז א דירעקטע גורם פאר די אלע שווערע אבנארמאלע וואלד פייערן.
סיי דארט און סיי די אלע מאסיווע וואלד פייערן וואס מ'הערט כסדר אין קאליפארניע, וואלטן געקענט פארמיטן ווערן ווען נישט זייערע שעדלעכע ענוויירעמענטאלע פאלעסיס.

און פון די אנדערע זייט הערן זיי נישט אויף צו פייניגן ביזנעסער און זיי שאדן מאכן צעדליגער ביליאנען דאללער יעדעס יאהר, און הערן נישט אויף צו רעגולערן און פייניגן די מענטשהייט מיט כל מיני באגרענצונגען און שטייערן, ווי נישט לאזן גראבן פאר אויל און געז, און נישט לאזן דריטע וועלט לענדער צוצוקומען צו ביליגע ענערדשי קוועלער, וואס אין רעזאלטאט שטארבן צענליגער טויזענטער מענטשן דארטן אין די לענדער, און בכלל קענען זיי זיך נישט געהעריג אנטוויקלען אדאנק דעם. און דאס אלעס טוען זיי מכלומר'שט צו פארזארגן די וועלט מיט ריינע לופט, און אונז באהיטן פון שעדליכע גאזן וואס קענען חלילה חרוב מאכן דעם גאנצן יקום.

יעצט געטס א קוק, אזעלכע וואלד פייערן וואס ברענען נאר אפילו פאר איין וואך, ווישן אפ דרייסיג יאהר פון - אפילו לפי שיטתם - זייערע, 0. עפעס פראצענט פארשריט אין גאז רעדעצירונג וואס זיי האבן געמאכט במשך די אלע יאהרן וואס זיי פייניגן שוין די וועלט מיט זייערע רעגולאציעס, און ווער רעדט נאך פון אלע וואלד פייערן צוזאמען וואס געשעהן איבער די וועלט דורך זיי.

איז וויאזוי גייען די צוויי מהלכים צוזאמען? נאר וואס דען, זיי מיינען נישט קיין ענוויירעמענט, זיי מיינען נישט קיין געזונט, זיי מיינען נישט קיין נאטור באשיצונג, ווייל אלעס וואס זיי טוען טוט פונקט דאס פארקעטע ווירקונג. נאר וואס יא? זייענדיג אזוי דבוק אין אדוק אין שמוץ און אפיקורסות זענען זיי פשוט געווארן א שטיק ס''מ און א שטיק קליפה, וואס זייער גאנצער עקזיסטענץ איז חורבן ושממון און רציחה און שפיכות דמים כידוע. און מיט דעם זענען זיי העפטיג פארנומען די לעצטע יאהרן צו פייניגען די מענטשהייט און חרוב מאכן די בריאה אונטערן שלייער פון די אלע געזונט און ענווירעמענט פאלעסיס.

נישט מער ווי נעכטן מעלדט קול מבשר אזוי!
די ניו יארק סיטי ענווייראמענטאל פראטעקשאן דיפארטמענט וויל זיך נעמען צו האלץ און קוילן אויבענעס פון רעסטוראנטן און פיצא געשעפטן.
די דיפארטמענט באטראכט רעגולאציעס וועלכע גייען פארלאנגן פון געשעפטן צו שניירן שעדליכע לופט מיט 75 פראצענט, א פארלאנג וואס קען זיי צווינגן צו אינסטולירן גאר טייערע פילטערס און מאשינען. ענווייראמענט באאמטע זאגן אז ניו יארקער האבן די רעכט צו אטעמען געזונטע לופט, און נישט זיין אויסגעשטעלט צו שעדליכע לופטן פון קוילן און האלץ געטריבענע אויבענעס.

עטס הערטס? ''ניו יארקער האבן די רעכט צו אטעמען געזונטע לופט, און נישט זיין אויסגעשטעלט צו שעדליכע לופט'' און וועגן דעם גייט מען זיך ארויפזעצען און עווענטואל חרוב מאכן הונטערטער ביזנעסער. אבער צו קער נעמען פון די וועלדער און אזוי ארום פארמיידן די אבנאמאלע וואלד פייערן וואס ברענגט אהן יערליך ביליאנען דאללער אין שאדן, און קאסט אומשילדיגע לעבענ'ס, און טוט ''באמת'' פארפעסטיגן די לופט, דאס חלילה נישט! ווייל מ'דארף דאך שיצן אויף די נאטור..

מ'שיצט אויף די נאטור כדי צו קענען חרוב מאכן די נאטור.

השם ישמרנו ממחריבי עולם כאלה.

און דא האט איר נאך שרעקליכע תוצאות פון די שעדליכע רעגירונג פאלעסיס פון די זעלבע מחריבי עולם חברה.
נעכטען פון קול מבשר!
די סופערמאַרקעט טשעין 'דזשייענט פוד' אין וואַשינגטאָן די.סי. פלאַנט צוצושפארן עטליכע געשעפטן צוליב אן אויסערגעווענליכע פארמערונג אין גניבות.
דער פרעזידענט פון די פירמע 'איירע קרעס' זאָגט אַז גנבים גנב'נען אַלעס, פון עסן ביז דעאדרענט און גאל-מעסערס. ער דערציילט אויך אז אָרגאַניזירטע רויבער גרופעס דינגען גנבים וועלכע זאָלן גנב'נען פאַר זיי. 'דזשייענט פוד' פארמאגט 165 סופערמאַרקעטס אין די ראַיאָן, און 20,000 אַרבעטער. די פירמע האָט לעצטענס אונטערגענומען שטרענגע סעקיוריטי שריט צו אַדרעסירן די פראָבלעם, אָבער די שריט האָבן נאָר פאַרשווערט פאָר קאָסטומערס און נישט אפגעשטעלט די גנבים.

און אזעלכע באריכטען האלט מען אין איין הערן, סיי דא אין נוי יארק, און סיי אין די אלע סיטיס איבערן לאנד ווי די דאזיגע טמאים ומושחתים זיצן ביים רודער.

די איינציגצטע עצה אנטקעגען די שלעכטע חברה איז, זה לעומת זה צוצוברעכען זייער כח פון ווי זיי שעפען זייער יניקה, זיך ווי מער מדבק זיין אין קדושה און אמונה און תורה, וועט מען קענען ראטעווען די וועלט פון זייער קליפה, בעזר השם יתברך!
לעצט פארראכטן דורך קושטא אום מאנטאג יולי 03, 2023 11:15 am, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
עשתונותיו
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2022 8:54 am

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עשתונותיו »

זייער פיין געשריבן און דאס איז נאך בעסער פון אלעם, נאך אלעם בלייבן פאזאטיוו, מיט א נקודה אויף למעשה:
קושטא האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 6:14 pm
די איינציגצטע עצה אנטקעגען די פארשאלטענע חברה איז, זה לעומת זה צוצוברעכען זייער כח פון ווי זיי שעפען זייער יניקה, זיך ווי מער מדבק זיין אין קדושה און אמונה וועט מען קענען ראטעווען די וועלט פון זייער קליפה, בעזר השם יתברך!
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

זייער שיין @קושטא
וואס דארפסטו מער פון דעם ? זיי זענען אלס פארנומען 'Save a tree' שטעל דיך פאר מ'סעיווט נישט אזוי פיל ביימער וואלט שוין די פייער געווען פארלאשן יעצט, האבנדיג וויינגער ברען שטאף..
אוועטאר
מאטל שניידער
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

געוואלדיג דיבורים קילורין לעינים יוצאים מפה מפיק צרורות @קושטא
איבער אלעם שטייט נאך די היפאקראטיע פון שרייען קבל עולם ומלואו אן קיין בושה אז די פייערן דארף אונז ברענגען צו "אפּפּען אונזער געים אנטקעגן קלימאַט טויש" און אז "יעצט זעט מען אז מיר מוזן נעמען נאך מער דראסטישע און עקסטרעמע שריט אפצושטעלן די שעדליכע גאזן וואס מיר פראדוצירן" עפ"ל היל"ת.

ווי איראניש איז נאך צו ליינען די אלע נייעס קעפלעך וויאזוי די ווילד-פייער רויעך טוט ספעציעלע באקריוודען די בני חם, פייער איז שוין אױך ראסיסטיש, וואס נעקסט?
לעצט פארראכטן דורך מאטל שניידער אום מיטוואך יוני 28, 2023 8:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קאנאדא: אלעס איבער RESP, RRSP, TFSA, FHSA והמסתעף
דיסקלעימער: נעמט אלעס וואס איך זאג מיט א לעפל זאלץ! רעדט דאס דורך מיט א קוואליפיצירטע אדווייזער בעפאר איר נעמט שריט. והשומע ינעם
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

מאטל שניידער האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 8:12 pm
יוצאים מפה מפיק צרורות
:P
אוועטאר
דזשי רי בי
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע: גרינד

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

היינט דארף זיין די עיר קוואלעטי אלערט? וויפיל אזייגער איז די פיק?
עס הערשט אביסל א כמו כמעט גארנישט לייכטע נעפל, מען קען זען די הימל און וואלקענעס בלוי און ווייס קעגן פאריגע מאל וואס מען האט גארנישט געקענט זען,
כ'בין געווען היינט אין אלסטער סאלעווען אראנדזש קאונטי און אין ניו דזשערזי, ריפארטינג לייוו...
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

זיי מאכן סתם א מצב עס גייט פלעין זיין העיזי און מ׳גייט עס אביסל שפירן אבער נישט גיין פראצענט אקעגן וואס אונז האבן געהאט אפאר וואכן צוריק נאר אזוי ווי אסאך מאל מ׳שמעקט א לייכטע גרויך און עס שפירט זיך כמעט נישט

נעכטן אווענט האב איך עס גאר שואף געשפירט און מאנסי.
וואו אזוי שפירסטו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 4:43 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואו אזוי שפירסטו »

בוק קיפפער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 12:16 pm
זיי מאכן סתם א מצב עס גייט פלעין זיין העיזי און מ׳גייט עס אביסל שפירן אבער נישט גיין פראצענט אקעגן וואס אונז האבן געהאט אפאר וואכן צוריק נאר אזוי ווי אסאך מאל מ׳שמעקט א לייכטע גרויך און עס שפירט זיך כמעט נישט

נעכטן אווענט האב איך עס גאר שואף געשפירט און מאנסי.
יעצט פילט מען עס, & מ'קען עס אויך זען, אין ק"י.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

דזשי רי בי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 11:34 am
מען קען זען די הימל און וואלקענעס בלוי און ווייס
בלוי און ווייס?
רח"ל!

זיכער זענען די ציונים שולדיג אינעם גאנצן רויעך
בוק קיפפער
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוק קיפפער »

וואו אזוי שפירסטו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 3:04 pm
בוק קיפפער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 12:16 pm
זיי מאכן סתם א מצב עס גייט פלעין זיין העיזי און מ׳גייט עס אביסל שפירן אבער נישט גיין פראצענט אקעגן וואס אונז האבן געהאט אפאר וואכן צוריק נאר אזוי ווי אסאך מאל מ׳שמעקט א לייכטע גרויך און עס שפירט זיך כמעט נישט

נעכטן אווענט האב איך עס גאר שואף געשפירט און מאנסי.
יעצט פילט מען עס, & מ'קען עס אויך זען, אין ק"י.
און מאנסי אויך אבער נאך אלטס נישט קיין נאנט פארגלייך וואס עס איז געווען אפאר וואכן צוריק
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

די אומגעווענטליכע וואלד פייער סעזאן אין קאנאדא האט געבראכן א פרישע רעקארד
ה' חק"ב פ״ג
די שטח וואס די וואלד פייערן האבן איינגעשלינגן ביז יעצט איז איבערגעשטיגן די גרויס וואס מען האט געזען ביז היינט אין א יאר צייט. די פייערן האבן שוין איינגעשלינגן מער ווי 8.1 מיליאן העקטער אדער 20 מיליאן אקער, 21 מאל אזויפיל ווי די יערליכע דורכשניט די לעצטע 10 יאר. די פריערדיגע רעקארד איז געשאפן געווארן אין יאר 1989 למס', ווען עס האבן געפלאקערט מער ווי 11 טויזנט פייערן, אין צייט וואס היי יאר זענען באריכטעט געווארן נאנט צו 3 טויזנט, אבער צווישן זיי זענען פארהאן פייערן וועלכע זענען פיל גרעסער.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/86560
אוועטאר
דזשי רי בי
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2023 11:21 am
לאקאציע: גרינד

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשי רי בי »

זאכן ווערן דיקער... עניוואן מיט א באריכט בפרט פאר די אידן אין די מאונטענס וואס לעבן מער אינדרויסן און רוב באנגעלאו איז אפען צו די גאס ליפט?
ווען דארף עס ווערן בעסער אין די היימישע געגענטער?
אייוועלט קרעדיט סקור
viewtopic.php?p=4788262#p4788262
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

דזשי רי בי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 5:09 pm
זאכן ווערן דיקער... עניוואן מיט א באריכט בפרט פאר די אידן אין די מאונטענס וואס לעבן מער אינדרויסן און רוב באנגעלאו איז אפען צו די גאס ליפט?
ווען דארף עס ווערן בעסער אין די היימישע געגענטער?
יאפס! ס'הייבט אן ווערן אראנדזש...

מ'קען שוין ארויסנעמען די פריש געבאקענע דזשויקס
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

זאגט דא איינער אז די יעצטיגע רויעך קומט נישט פון קאנאדא
ס'איז פון לי עוו פאטא
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4013
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

חידוש נפלא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 5:45 pm
זאגט דא איינער אז די יעצטיגע רויעך קומט נישט פון קאנאדא
ס'איז פון לי עוו פאטא
אדער האט די רויעך פון קאנאדא אנגעצינדן די פייער פון לי עוו פאטא
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע: אויפן ברוקלין ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

מפי השמועה האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 5:47 pm
חידוש נפלא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 5:45 pm
זאגט דא איינער אז די יעצטיגע רויעך קומט נישט פון קאנאדא
ס'איז פון לי עוו פאטא
אדער האט די רויעך פון קאנאדא אנגעצינדן די פייער פון לי עוו פאטא
ס'איז ארויף אין פלאמען?
OFFLINE
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 26, 2023 12:43 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך OFFLINE »

קושטא האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 6:14 pm
פון דא קען מען זעהן די רשעות און שלעכטיגקייט פון די אלע ליביראלן און די ענוויירעמענטעליסטן למינהם, ווי ווייט זיי מיינען גארנישט קיין געזונטהייט און קיין לופט רייניגונג אפילו לפי שיטתם המטורפת, נאר סתם צו פיינייגן און חרוב מאכן די מענטשהייט.

איך ווייס נישט צו עטס ווייסטס, אבער די אלע וואלד פייערן וואלטן געקענט פארמיטן ווערן ווען מ'נעמט ווען געהעריג קער פון די וועלדער וואס אין דעם איז אריינגערעכענט אוועקרוימען די צווייגליך און העלצלעך וואס זאמלען זיך אהן אין די וועלדער, וואס דאס איז אזוי ווי בענזין פאר די וואלד פייערן, און איז די הויפט גורם דערצו. און איז א דירעקטע רעזאלטאט פון די דאזיגע ליביראלע חברה וואס זייערע ענוויירעמענטאלע רולס פון מענעדשען וועלדער לאזן נישט קער נעמען פון די וועלדער ווי ס'דארף צו זיין, ווייל מ'דארף כלומר'שט שיצן אויף די נאטור, די קליינע באשעפענישן וואס האדעווען זיך דארט זאלן חלילה נישט אוועקקומען. און דאס איז א דירעקטע גורם פאר די אלע שווערע אבנארמאלע וואלד פייערן.
סיי דארט און סיי די אלע מאסיווע וואלד פייערן וואס מ'הערט כסדר אין קאליפארניע, וואלטן געקענט פארמיטן ווערן ווען נישט זייערע שעדלעכע ענוויירעמענטאלע פאלעסיס.

און פון די אנדערע זייט הערן זיי נישט אויף צו פייניגן ביזנעסער און זיי שאדן מאכן צעדליגער ביליאנען דאללער יעדעס יאהר, און הערן נישט אויף צו רעגולערן און פייניגן די מענטשהייט מיט כל מיני באגרענצונגען און שטייערן, ווי נישט לאזן גראבן פאר אויל און געז, און נישט לאזן דריטע וועלט לענדער צוצוקומען צו ביליגע ענערדשי קוועלער, וואס אין רעזאלטאט שטארבן צענליגער טויזענטער מענטשן דארטן אין די לענדער, און בכלל קענען זיי זיך נישט געהעריג אנטוויקלען אדאנק דעם. און דאס אלעס טוען זיי מכלומר'שט צו פארזארגן די וועלט מיט ריינע לופט, און אונז באהיטן פון שעדליכע גאזן וואס קענען חלילה חרוב מאכן דעם גאנצן יקום.

יעצט געטס א קוק, אזעלכע וואלד פייערן וואס ברענען נאר אפילו פאר איין וואך, ווישן אפ דרייסיג יאהר פון - אפילו לפי שיטתם - זייערע, 0. עפעס פראצענט פארשריט אין גאז רעדעצירונג וואס זיי האבן געמאכט במשך די אלע יאהרן וואס זיי פייניגן שוין די וועלט מיט זייערע רעגולאציעס, און ווער רעדט נאך פון אלע וואלד פייערן צוזאמען וואס געשעהן איבער די וועלט דורך זיי.

איז וויאזוי גייען די צוויי מהלכים צוזאמען? נאר וואס דען, זיי מיינען נישט קיין ענוויירעמענט, זיי מיינען נישט קיין געזונט, זיי מיינען נישט קיין נאטור באשיצונג, ווייל אלעס וואס זיי טוען טוט פונקט דאס פארקעטע ווירקונג. נאר וואס יא? זייענדיג אזוי דבוק אין אדוק אין שמוץ און אפיקורסות זענען זיי פשוט געווארן א שטיק ס''מ און א שטיק קליפה, וואס זייער גאנצער עקזיסטענץ איז חורבן ושממון און רציחה און שפיכות דמים כידוע. און מיט דעם זענען זיי העפטיג פארנומען די לעצטע יאהרן צו פייניגען די מענטשהייט און חרוב מאכן די בריאה אונטערן שלייער פון די אלע געזונט און ענווירעמענט פאלעסיס.

נישט מער ווי נעכטן מעלדט קול מבשר אזוי!
די ניו יארק סיטי ענווייראמענטאל פראטעקשאן דיפארטמענט וויל זיך נעמען צו האלץ און קוילן אויבענעס פון רעסטוראנטן און פיצא געשעפטן.
די דיפארטמענט באטראכט רעגולאציעס וועלכע גייען פארלאנגן פון געשעפטן צו שניירן שעדליכע לופט מיט 75 פראצענט, א פארלאנג וואס קען זיי צווינגן צו אינסטולירן גאר טייערע פילטערס און מאשינען. ענווייראמענט באאמטע זאגן אז ניו יארקער האבן די רעכט צו אטעמען געזונטע לופט, און נישט זיין אויסגעשטעלט צו שעדליכע לופטן פון קוילן און האלץ געטריבענע אויבענעס.

עטס הערטס? ''ניו יארקער האבן די רעכט צו אטעמען געזונטע לופט, און נישט זיין אויסגעשטעלט צו שעדליכע לופט'' און וועגן דעם גייט מען זיך ארויפזעצען און עווענטואל חרוב מאכן הונטערטער ביזנעסער. אבער צו קער נעמען פון די וועלדער און אזוי ארום פארמיידן די אבנאמאלע וואלד פייערן וואס ברענגט אהן יערליך ביליאנען דאללער אין שאדן, און קאסט אומשילדיגע לעבענ'ס, און טוט ''באמת'' פארפעסטיגן די לופט, דאס חלילה נישט! ווייל מ'דארף דאך שיצן אויף די נאטור..

מ'שיצט אויף די נאטור כדי צו קענען חרוב מאכן די נאטור.

השם ישמרנו ממחריבי עולם כאלה.

און אויב ווילט איר באקומען מער א ברייטערע און מער א גרונטלעכער אריינבליק און די דאזיגע טעמע ווי ווייט די שעדליכע ענווירמענטאלע פאלעסיס זענען א דירעקטע גורם צו די וואלד פייערען, און אלעס ארום דעם. וואלט איך אייך שטארק רעקאמענדעט אויסצוהערן צוויי אנאליזן פון ר' יצחק קלאר אויף קול מבשר אויף די טעמע. רופט אריין ק.מ. 3-8 פון די מעין מעניו און דאן דרוקטס 901# פאר חלק א' און 904# פאר חלק ב' .
איר וועט דארט געוואר ווערן זאכן וואס איר האט מן הסתם נאך נישט געוויסט.

און דא האט איר נאך שרעקליכע תוצאות פון די שעדליכע רעגירונג פאלעסיס פון די זעלבע מחריבי עולם חברה.
נעכטען פון קול מבשר!
די סופערמאַרקעט טשעין 'דזשייענט פוד' אין וואַשינגטאָן די.סי. פלאַנט צוצושפארן עטליכע געשעפטן צוליב אן אויסערגעווענליכע פארמערונג אין גניבות.
דער פרעזידענט פון די פירמע 'איירע קרעס' זאָגט אַז גנבים גנב'נען אַלעס, פון עסן ביז דעאדרענט און גאל-מעסערס. ער דערציילט אויך אז אָרגאַניזירטע רויבער גרופעס דינגען גנבים וועלכע זאָלן גנב'נען פאַר זיי. 'דזשייענט פוד' פארמאגט 165 סופערמאַרקעטס אין די ראַיאָן, און 20,000 אַרבעטער. די פירמע האָט לעצטענס אונטערגענומען שטרענגע סעקיוריטי שריט צו אַדרעסירן די פראָבלעם, אָבער די שריט האָבן נאָר פאַרשווערט פאָר קאָסטומערס און נישט אפגעשטעלט די גנבים.

און אזעלכע באריכטען האלט מען אין איין הערן, סיי דא אין נוי יארק, און סיי אין די אלע סיטיס איבערן לאנד ווי די דאזיגע טמאים ומושחתים זיצן ביים רודער.

די איינציגצטע עצה אנטקעגען די שלעכטע חברה איז, זה לעומת זה צוצוברעכען זייער כח פון ווי זיי שעפען זייער יניקה, זיך ווי מער מדבק זיין אין קדושה און אמונה און תורה, וועט מען קענען ראטעווען די וועלט פון זייער קליפה, בעזר השם יתברך!

אייזיק רעגנוואסער הייבט אויף זיינע אויגן מיט א שמייכל, ענדליך באווייזט זיך שוין איינער ביים טיר. ווער ס'וואלט גוט געקוקט וואלט געקענט באמערקן אז זיין פנים ווערט אביסל פארקרומט באמערקנ'דיג אז ס'איז א פרומער איד'ל, אבער וואס זאל ער טוהן אז ער דארף לייזן אפאר טאללער היינט.

נאכן זעהן אויפן טיר א טאוועל אז די געבעקסן דא פארמאגן א גוטן הכשר, ערלויבט זיך ר' מיכל אריינצוקומען עפעס איבערבייסן און שטילן זיין הונגער. ער גייט צו צום געשעפטסמאן; וויפיל בעט איר פאר דעם זעמל? צוויי א האלב טאללער!

אויפהייבנדיג די זעמל שפירט זיך עס אביסל הארטליך ביי ר' מיכל'ן אין האנט, פרעגט ער נאכאמאל דעם געשעפטסמאן; איז די זעמל פריש היינט געבאקן, אדער שוין אלט א טאג צוויי אדער מער. "צוויי שעה צוריק ארויס פון אויבן" קומט די באלדיגע ענטפער וואס איז אויך פריש געבאקענע ליגנט ארויס פון אויבן...

ר' מיכל נעמט ארויס זיין בערזל, הונגעריג איז ער, דערלאנגט ער דריי טאללער צום טישל, ער באקומט דעם הארטן זעמל מיט רעשטע, און לאזט זיך ארויס פון געשעפט, פארזיכרנדיג דעם מאגן זיינעם, אז עטליכע מינוט ארום וועט ער אים שטילן מיט א פרישן געשמאקן זעמל...

דערווייטערנדיג זיך פון געשעפט, פלאצט אייזיק אויס אין א געלעכטער, הא הא, גוט צוגעפיקסט דעם אידל, און געלייזט אומזיסטע צוויי א האלב טאללער...

גייט נישט דורך קיין פיר מינוט, און אייזיק הערט א קראך! א דזשאר איינגעזייערטע פיקל האט אראפגעטראסקעט איף דער ערד, און זיך צופיצלט אויף קליינע שטיקלעך.

אינמיטן אויפוואשן דעם נאסן גלאזיגן פאדלאגע, שפרייט זיך אויס אויף זיין פנים נאך א גרעסערע שמייכל ווי פריער, און ער הייבט אן טראכטן הויעך; "נאך א מזל איך האב פריער ארויסדערווישט פון יענעם פרומען צוויי א האלב טאללער, אזוי האב איך נישט יעצט דערלייגט די צוויי א האלב טאללער וואס איז ווערד געווען דעם דזשאר פיקל...

עט'ס לאכט'ס??? איך לאך אויך.
-

אט אזוי קוקן אויס די פארזארגער פארן אויבערשטנ'ס בריאה. שוין דרייסיג יאר וואס זיי לייגן אריין כוחות עצומות אבאכט צו געבן אויף די נאטור, און יעצט קומט איין רויעך און פארווישט אלע זייערע פעולות נשגבות, און אלעס איז געגאנגען קראכן!

וואס הייבן זיי אן צו טראכטן הויעך? "נאך א מזל איך האב די לעצטע דרייסיג יאר פארזארגט די נאטור, אזוי האב איך נישט יעצט דערלייגט די דרייסיג יאר ווערד וואס די וואלד פייערן האבן צונישט געלייגט....

טיפש איינער, פאלט דיר ניטאמאל ביי אז דער אויבערשטער פירט דער וועלט. אנשטאט פארשטיין דעם דערמאנונג פונעם רבוש"ע "איך קען אין איין סקונדע צוריקדרייען ענקער דרייסיג יעריגע ארבעט, זייט'ס נישט קיין שוטים, זייט'ס ביזי מיט וויכטיגערע זאכן... מאכטס נישט די וועלט קיין דור המבול און זאגטס נאך א מזל...

עט'ס לאכט'ס???? איך לאך אויך.
-

איך פלאן נישט איבערצומאכן די וועלט, און אויך נישט די וואס ווילן איבערמאכן די וועלט, קוים וואס איך קען מיך אליינס איבערמאכן...
איך האף אז די קומענדיגע דערמאנונג פונעם רבוש"ע פאר מיר אליינס, וועל איך יא פארשטיין, און נישט ווארטן אז פון הימל זאל מען לאכן פון מיר, ווי איך לאך פון די וועלט'ס פארזארגער...

עט'ס לאכט'ס???? איך האף אז מ'וועט מער נישט דארפן לאכן פון מיר.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 12:11 am
ס'איז ארויף אין פלאמען?
יא ס'איז געווען א שריפה דארט נעכטן
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: מאסיווע וואלד פייערן אין קאנאדא - שטארקע שמעק און געדעכטע רויעך אין אמעריקע- סיון תשפ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

א אראנדזשע פרייטאג אין קרית יואל
ארט מיטן יידישן חן האט געשריבן: פרייטאג יוני 30, 2023 9:03 am
רויעך זאל ברענען א פייער זאל נישט גיין…
היינט אינדערפרי אין קרית יואל.
בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”