פיטסבורג טעמפל שיסעריי פראצעס - טויט שטראף!

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4245
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

איך זע נישט אז ס'זאל זיין דא א קלענערע אודיענץ ווי אין געווענליכע אזעלעכע אשכולות.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

ערעב הבל,
איך באלעק מיך די פינגער מיט יעדע באשרייבונג עקסטער פליז קים איט אפ.
עטליעסט לאז אונז נישט אינמיטן אזא דראמאטישע מעשה.

א הארציגע יישר כח פאר דיין טייערע צייט און שווערע ארבעט וואס די לייגסט אריין!!!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

נעכטן מיטוואך איז געווען די זיבעטע טאג אין משפט באוערס און די פראקורארן האבן ארויפגעברענגט פרישע אכט עדות אויפן באנק וואס באדייט אז די דזשורי האט שוין אויסגעהערט 37 עדות אלעס אינאיינעם

נעכטן האט מען געהערט פון סוואט איינהייט אפיציר דזשסטין לאפדזשליא וועלכע האט פארציילט ווי אזוי ביים מאכן זיין וועג אריין אין די געביידע האט ער ערווארטעט צו הערן געשרייען און געוויינען אבער אנשטאט האט ער בלויז געהערט נאכאנאנדע שיסערייען אויפציטערן די ווענט

ער זאגט אז ווען ער מיט זיין גרופע האבן זיך גערוקט נענטער אין ריכטונג פונעם שיסער האט געהערשט א מאוים'דיגע שטילקייט וועלכע איז בלויז איבערגעריסן געווארן פון די פארטייבנדע שיסערייען

מיט א געבראכענע שטימע האט ער געשילדערט ווי אזוי ער האט אריבערגעשפרייזט די קערפער פון אומגעקומענע זאגנדיג : דריי מענער און איין פרוי

ער האט פרובירט נאכצופאלגן די אויסלייג פון ליידיגע קוילן מאגאזינען און קוילן לעכער אין די ווענט און אויפן דאך גלויבנדיג אז דאס וועט אים פיהרן נענטער צום שיסער

ביי איין פונקט האט ער אריבערגעשפרייזט א טונקעלע בוילער צימער פון וואו ער האט ארויסגעהערט די שטימע פון א פרוי זאגנדיג "מיר זענען אינווייניג"

ער האט פארארדנט פאר די באהאלטענע ארויסצוקומען מיט די הענט אין די הייך נישט וואוסנדיג ווער זיי זענען און א בלייכע קעראל בלעק און בערי ווערבער זענען ארויסגעקומען פון דארט דערשראקן צום טויט און ווי דיר אפיציר זאגט זענען זיי געווען אזוי שאקירט און נישט געקענט ארויסרעדן א ווארט אז ער איז געווען איבערראשט אז זיי זענען געווען גענוג ביים זינען אויסצופאלגן זיינע באפעלן ווי אזוי ארויסצוקומען פונעם קאמער

דאן האט מען געהערט פון עטליכע עדות איבער די אויפפירונג פון באוערס אונטער ארעסט און אפיציר בלאוט וועלכע איז געווען פון די וועלכע געהאלפן קייטלען באוערס און אים געהערט רעדן איבער אומברענגן אידן ר"ל

דער אפיציר האט פארציילט אז נאכן אלארמירן די פאראמעדיקס צו קומען באהאנדלען באוערס וועלכע איז געטראפן געווארן פון א קויל אין זיין עלנבויגן האט דער לעצטער זיך באקלאגט אז די קייטלען זענען צו שטייף

ער האט אים בארואיגט אז ער וועט ווערן באהאנדלט מענטשליך און אז ערשטע הילף זענען אונטערוועגנס זיך אפצוגעבן מיט אים

באוערס האט רעאגירט: גוט, די מענטשן באגייען פעלקער מארד אויף מיינע מענטשן און איך האב בלויז געזוכט אומצוברענגן אידן

ער זאגט אז באוערס איז געווען רואיג און קלאר און גענוצט א געהעריגע שטימע

די דזשורי האט אויך געהערט פון פאראמעדיק שאון עיגנבראוד וועלכע האט רעאגירט צו די הילפס רוף צו באהאנדלען באוערס און איז ערשינען צו די קלאס צימער וואו באוערס איז געווארן פלאצירט און געפונען באוערס ליגן אויף דער ערד אינמיטן פון א טעפיך אנטבלויזט צו קענען בעסער אפשאצן די וואונדן וואס ער האט געליטן

ער פארציילט ווי אזוי באוערס איז געווען וואך און באטראכט די אפיצירן און ערשטע הילף לייט און געענטפערט אויף זייערע פראגן און קאאפערירט מיט אלע זייערע פארלאנגען

ער האט ארומגעדרייט זיינע פארבונדענע הענט פון הונטן אויף פארנט און אנגעהויבן געבן באהאנדלונג

דורכאויס איינע פון די פראצעדורן האט באוערס קאמענטירט אז עס טוט אים וויי אבער די שמערצן זענען פיל ווייניגער ווי די ווייטאג ביים ווערן געשאסן

עיגנבראוד פארציילט אז די אפעראציע צו טראנספערירן באוערס ארויס פון די געביידע אים צו קענען אפפירן אין שפיטאל איז געווען היבש קאמפליצירט ווען ער אינאיינעם מיט דריי אנדערע האבן אים אונטערגעהויבן אויף א בעטל פון לייווענט און געמאכט זייער וועג מיטן שיסער/פאציענט אויף די שמאלע שטעגן פון א פייער שטיגן ארויסגאנג

די פאראמעדיקס האבן זיך יעדע עטליכע מינוט געדארפט אפשטעלן און זיך אנלאנען אויף די דרויסנדיגע וואנט פון די געביידע זיך צו האלטן סטאביל און נישט פארלירן זייער באלאנס

באוערס זעלבסט האט אויך נישט געלעקט קיין האניג אויפן וועג אראפ נאר אויב עפעס האט די וואנט פונעם צענטער פרובירט אפצולעקן און איינצוזאפן עטוואס בלוט פונעם בלוט דארשטיגן פארשוין און זיין פארוואונדעטע ענלבויגן האט זיך אריינגעקראצט לענגאויס די גאנצע וועג אראפ אין די שטיינערנע וואנט

א בילד איז געצייגט געווארן אין געריכט ווי אזוי א שנירל פון בלוט לויפט אראפ פון אויבן אויפן וואנט אלס לעצטע אנדענק פונעם מערדער צו די געביידע איבערלאזנדיג דארט זיין בלוטיגע אונטערשריפט

עיגנבראוד זאגט אז ער האט זיך אנטשולדיגט פאר באוערס איבער די צושאקלטע וועג אראפא און ערקלערט אז ער מוז זיכער מאכן אז די גרופע טראסקעט נישט אראפ אלע טרעפ

אויפן וועג אראפ אויף די שטומפיגע פייער עסקעיפ האבן די פאליציי געצימבלט באוערס און אים אויסגעפרעגט איבער די גרינע פלאסטישע זייגער וועלכע זיי האבן געפונען אין די קארידאר נעבן וואו מען האט אים געקייטלט

מען האט אויפגעשפילט א ווידעא רעקארדירונג ווי באוערס ענטפערט אז דאס איז א טראקער'ס וועקער זייגער או האט געדארפט צו מאכן א הויכע גערודער

מען האט אויך געהערט פון אפיציר מייקל א'קיעף וועלכע אנגעקומען צום קלאס צימער פונקט ווען באוערס האט געהאלטן אינמיטן ארויסקריכן

ער זאגט אז ווען מען האט געפרעגט פון באוערס פארואוס ער האט אויפגעגעבן די קאמף האט ער געענטפערט אז ער איז געווארן געשאסן און אויך ווייל ער איז אויסגעלאפן פון אמוניציע פאר זיין סעמי מיליטערישע רייפל

ער האט אויך פארציילט אז באוערס האט געזאגט איבער די גרינע וועקער זייגער אז ער האט עס האט געדארפט דינען צו צומישן די פאליציי

עף בי איי ספעציעלע אגענט אנדרעא דאמאן וועלכע איז געשטאנען אין שפיץ פון די אפעראציע צו זאמלען באווייזן אין די קעיס האט פארברענגט אויפן עדות שטוהל פאר מער פון דריי שטונדן און אראפגעגעבן ווי אזוי איר גרופע פון מער פון 60 עקספערטן האבן געארבעט פאר 9 טעג אין א ציה צו דאקומענטירן די ריזיגע און קאמפליצירטע פארברעכן סצענע וואס איז געלאפן לענגאויס א גרויסע געביידע קאמפלעקס פון פילע שטאקן און צימערן

די אויספארשער האבן געדארפט אהערשטעלן א האנד געשריבענע און באזונדער א קאמפיוטעריזירטע דיאגראם פונעם צענטער און פילמירן און פארצייכענען יעדע איינציגע קויל און איר פאזיציע

מען האט אויך געהערט פון מענדי טינקי וועלכע האט געהאט איבערזיכט איבער די קאונטי מעדיקאל עקזעמינאר אפיס מאביל פארברעכן יוניט און זי האט געזאגט פאר די דזשורי אז זייער פריאריטעט איז געווען צו אידענטיפיצרן די אומגעקומענע וואס שנעלער און איינמעלדן פאר זייערע פאמיליעס

זי האט אויך געזאגט אז מען האט באהאנדלט די קערפער אין איינקלאנג מיט די אידישע געבאט און ערלויבט עימיצן צו זיין אנוועזנד און דאווענען די גאנצע צייט
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

יישר כח @הכל הבל איך באלעק זיך מיט דיינע באריכטן און איך קוק ארויס אויף דעם עס ליינט זיך (ליידער) ווי א נאוועל געשיכטע דו לייגסט אראפ די געפילן עפעס אזוי לעבעדיגע עס שפירט זיך אפט ווי אונז זענען א טייל פון די באטראפענע צומאל זעמיר באהאלטן אין די טונקעלע רום איינהאלטענדיג דאס אטעם נישט ארויסצוגעבן אונזער פאזיציע צומאל טרעפן אונז זיך שפאנען מיט קאלעגע פאליציי צו באגעגענען די פארברעכער אז דאס אטעמט שטעלט זיך אפ עס אזי פחד'דיג וואס דארט האט זיך אפגעטון
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

א הארציגן יישר כוח @הכל הבל, און אוודאי זאל מען אנגיין ווייטער מיט די באריכטן, עס איז טאקע א טראגישע און גראפישע פאסירונג, אבער די וועג ווי אזוי איהר לייגט עס אראפ איז עפעס אויסערגעווענליך!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

א הארציגן יישר כוח @הכל הבל
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

א גרויסן יישר כח
מיר באלעקען זיך מיט די הערליכע באריכטן
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

א ריזן דאנק @הכל הבל מיר ליינען מיט דורשט!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

יישר!
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4245
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

שכוח @הכל הבל!

מורא'דיג דראמאטיש און ציענד באשריבן.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

א הערצליכן דאנק @הכל הבל!
די ווארשיינליכע סיבה פ"וו דער אשכול האט נישט אזא ברייטע ליינער קרייז,איז צוליב זיין קעפל וואס פארציילט נישט פון וועמען מען רעדט און איבער וועלכע פרשה מ'רעדט.

איך בין הערשט יעצט דא פערצופאל אנגעקומען, און שוין אפגעליינט ס'גאנצע אין איין אטעם!
!Vox Populi, Vox Dei
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קלמן יאסעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 5:32 pm

עימיצער האט עס שוין אנגעמערקט

סיי וועלכע גוטע פארשלאג פון א טויש וועט ווערן באטראכט
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך פארשטיי נישט די ציהל פון לאזן ארויפברענגען אזויפיל עדות אויב די גאנצע טענה איז נאר איבער זיין מענטעל סטעיט

עס איז נאר מעורר זיין הרגשים ביי די דזשורי, פארוואס לאזט/ דאר מען עס?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 5:36 pm
קלמן יאסעלע האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 5:32 pm
א הערצליכן דאנק @הכל הבל!
די ווארשיינליכע סיבה פ"וו דער אשכול האט נישט אזא ברייטע ליינער קרייז,איז צוליב זיין קעפל וואס פארציילט נישט פון וועמען מען רעדט און איבער וועלכע פרשה מ'רעדט.

איך בין הערשט יעצט דא פערצופאל אנגעקומען, און שוין אפגעליינט ס'גאנצע אין איין אטעם!
עימיצער האט עס שוין אנגעמערקט

סיי וועלכע גוטע פארשלאג פון א טויש וועט ווערן באטראכט
איך וואלט פארגעשלאגן א מער ברייטערע קעפל, סיי דא און סיי אין אנדערע פראצעס אשכולות, אזוי אז עס זאל זיין גרינגער פאר די ליינער צו וויסן פון וואס מ'רעדט. (ביניש מוותר אויף די טראדיציאנאלע ערשטע 'ברוכים הבאים' תגובה...)

צום היזיגן קעפל,
משפט באוערס (טויט שטראף פראצעס איבער פיטסבורג טעמפל שיסעריי אקטאבער 27 2018 למספרם)
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4245
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

כזה: משפט באוערס - איבער פיטסבורג טעמפל שיסעריי
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: משפט באוערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

גראז האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:03 pm
כזה: משפט באוערס - איבער פיטסבורג טעמפל שיסעריי
יאפ. עגרי
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי טויט שטראף פראצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א דאנק פאר די הנהלה פארן טוישן קעפל!
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי טויט שטראף פראצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

יעצט אריינגעקומען ליינען. גאר אינטערעסאנט און ציענד! יישר כח @הכל הבל
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
מתעלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 8:49 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי טויט שטראף פראצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתעלם »

אריינגעקומען צוליב דעם קעפל טויש. אפגעליינט די גאנצע מיט גרויס שפאנונג.

יישר כח @הכל הבל! מעכטיגע ארבעט!
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי טויט שטראף פראצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

מתעלם האט געשריבן: פרייטאג יוני 09, 2023 1:34 pm
אריינגעקומען צוליב דעם קעפל טויש. אפגעליינט די גאנצע מיט גרויס שפאנונג.

יישר כח @הכל הבל! מעכטיגע ארבעט!
גענוי!

יישר כח הכל!
עילאה גבר
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 20, 2022 8:48 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי טויט שטראף פראצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עילאה גבר »

יעצט באמערקט די נייע קעפל
דורך געליינט די גאנצע אויף איין מאהל
א ריזן שכח @הכל הבל
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי טויט שטראף פראצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

די נייע קעפל האט מיר אויך אריינגעשלעפט. געליינט די גאנצע אין איין שאס.
גאר פיין געשריבן, מען שפירט ממש ווי אין געריכט זאל (מען קען עס ערגעץ זעהן לייוו? אדער איבערקוקן?).

עשר כח - גאו אָן
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע: וואו דו ווילסט נאר...

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי טויט שטראף פראצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

און איך לויף ארום ווי א נער זוכנדיג 'משפט באוערס'...

@הכל הבל יעצט מיט די געטוישטע קעפל און די גרעסערע ליינער באזע זאלסטו אפילו נישט טראכטן פון אויפהערן שרייבן די טעגליכע באריכט!
פופצן פראצענט פון דער באפעלקערונג נעמען פילן, דאס מיינט אז 85 פראצענט דרייען זיך ארום אומבאהאנדלט…

תולה ארץ האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 9:17 pm
הרואה אשכול בקלקולו מברך ברוך משנה הבריות. (אייוועלט יג.)
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי טויט שטראף פראצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

@הכל הבל ווי רוב פון דיינע אשכולות ליינען מיר אלע אפדעיטס מיט אן אפענע מויל, דיין שפראך איז מעכטיג!
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: פיטסבורג טעמפל שיסעריי טויט שטראף פראצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

יישר כח @הכל הבל הערליך באשריבן ווי אלעמאל!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”