אבימלך׳ס נייעס טישל!

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

די דייטשע עקאנאמיע איז אין א שווערע מצב, אין א טעכנישע ריסעשאן איז זייער מעגליך אין דער ערשטער קווארטל פון די יאר, האט בונדסבאנק געווארנט
IMG_3379.jpeg
IMG_3379.jpeg (71.38 KiB) געזען 8296 מאל
לעצט פארראכטן דורך אבימלך אום מאנטאג פעברואר 19, 2024 11:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

א גוט מארגן מיינע טייערע חברים.

איך האב דאס קיינמאל נאכנישט געטוהן אין עס איז בע״ה נישט אין פלאן אז איך זאל דאס טוהן נאכאמאל. א ניק וואס געבט אסאך צו צום וועלטל איז מיר געקומען אין אישי אז ער דארף הילף, ער איז א יונגערמאן מיט א גוטע דזשאב, ער ארבעט שווער פאר פרנסה אבער דא האט אים די רבש״ע אונטערגעשיקט א נסיון, א קליינע צייטווייליגע מעדיצינישע פראבלעם וואס האט אים ליידער אריינגעשטיפט אין א חוב! רוב פונעם חוב האט ער אליינס אפגעצאלט אבער ער דארף נאך אפאר דאללער צו ענדיגן אפצאלן דעם חוב.
איך האב געבעטן אונזער געטרייע סייט עדמין @וויכטיג מאכער צו וועריפייען די צוועק, איך ווייס נישט און איך וויל נישט וויסן ווער דער יונגערמאן איז, @וויכטיג מאכער האט גערעדט צום דיין פון דעם יונגערמאן, און די דיין האט קלארגעשטעלט אז דאס איז א איינמאליגע זאך, און מען דארף ארויסהעלפן דער יונגערמאן מיט די קליינע חוב כדי עס זאל נישט ווערן א גרעסערע חוב!

איך ברענג שוין נייעס אין באריכטן דא פאר איבער א יאר צייט ב״ה, און איך האב קיינמאל נישט געבעטן פאר געלט, איך טו עס נאר כדי דער עולם זאל הנאה האבען אויף א אויסגעהאלטענע וועג,
יעצט בעהט איך איין מאל, איין קליינע זאך (איך גיי עס נישט טוהן נאכאמאל!) אויב האסטו הנאה פון מיינע באריכטען, בילדער, אינטערוויאס, ארכיוון, אינטערסאנטע קליפס, געב מיך א רגע פון דיין טייערע צייט און געב אפאר דאללער פאר די צוועק, עס איז נישט קיין גרויסע גאול, מען רעדט נישט פון קיין גרויסע נומבערס,
העלפטס מיר ארויסהעלפן אונזער חבר!
לייג אריין אפאר דאללער

קאמענטארן אויף די צוועק זאל מען פליז שרייבען אין די קאמענטארן אשכול, איך וועל פראבירען צו ריפלייען צו יעדעם.
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יאפ ס'איז אמת! און באמת דארף מען גארנישט מער ווי דאס וואס אבימלך בעט! אלס איינער וואס גיבט צו אזויפיהל צום וועלטל וואלט איך פארשטאנען אז אבימלך גייט דא זוכן א צוועק פון א מיליאון דאללער! למעשה האט דער איד פשוט א הארץ פון גאלד, און ווען א אינגערמאן וואס דרייצעך דא מיט אונז איז געקומען בעטן הילף האטער אריינגעטאנצן אן קיין חשבונות!

די איינציגסטע זאך וואס ער האט יא געזאגט איז, אז איך גיי בעטן געלט פון מענטשן וויל איך מאכן זיכער אז איך אביוז נישט דעם עולם! אונז האמער גערעדט מיט דעם אינגערמאן און זיין דיין - מורה דרך, דער דיין האט מיר געזאגט אז מ'רעדט פון א נארמאלע אינגערמאן, א שווערע ארבייטער וואס קאווערט ב"ה אליין זיינע ביללס, ס'איז אונטערגעקומען א געוויסע מעדעצינישע עקספענס וואס האט געשניטן אביסל די אינקאם טעמפארערי און געברענגט אן איינמאליגע גרעסערע הוצאה...

די גרעסטע חידוש איז אז מ'רעדט דא ממש פון קליינגעלט, אבער דער אחראיותדיגער אינגערמאן ווייסט אז א חוב פון 2,000 דאללער קען זיין דעינדזשרעסס אויב נעמט מען נישט קעיר גלייך! פאר דעם אליין דארף מען אים העלפן!

אצינד טייערע אידן, אז אבימלך בעט קליינגעלט פאר אזא פשוטע צוועק איז נישטא קיין סאך וואס צו צעגערן... אזא זאך קען זיין מסודר אין 3-4 שעה!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שאול המלך
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 5:12 pm

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול המלך »

אבימלך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:37 am
א גוט מארגן מיינע טייערע חברים.

איך האב דאס קיינמאל נאכנישט געטוהן אין עס איז בע״ה נישט אין פלאן אז איך זאל דאס טוהן נאכאמאל. א ניק וואס געבט אסאך צו צום וועלטל איז מיר געקומען אין אישי אז ער דארף הילף, ער איז א יונגערמאן מיט א גוטע דזשאב, ער ארבעט שווער פאר פרנסה אבער דא האט אים די רבש״ע אונטערגעשיקט א נסיון, א קליינע צייטווייליגע מעדיצינישע פראבלעם וואס האט אים ליידער אריינגעשטיפט אין א חוב! רוב פונעם חוב האט ער אליינס אפגעצאלט אבער ער דארף נאך אפאר דאללער צו ענדיגן אפצאלן דעם חוב.
איך האב געבעטן אונזער געטרייע סייט עדמין @וויכטיג מאכער צו וועריפייען די צוועק, איך ווייס נישט און איך וויל נישט וויסן ווער דער יונגערמאן איז, @וויכטיג מאכער האט גערעדט צום דיין פון דעם יונגערמאן, און די דיין האט קלארגעשטעלט אז דאס איז א איינמאליגע זאך, און מען דארף ארויסהעלפן דער יונגערמאן מיט די קליינע חוב כדי עס זאל נישט ווערן א גרעסערע חוב!

איך ברענג שוין נייעס אין באריכטן דא פאר איבער א יאר צייט ב״ה, און איך האב קיינמאל נישט געבעטן פאר געלט, איך טו עס נאר כדי דער עולם זאל הנאה האבען אויף א אויסגעהאלטענע וועג,
יעצט בעהט איך איין מאל, איין קליינע זאך (איך גיי עס נישט טוהן נאכאמאל!) אויב האסטו הנאה פון מיינע באריכטען, בילדער, אינטערוויאס, ארכיוון, אינטערסאנטע קליפס, געב מיך א רגע פון דיין טייערע צייט און געב אפאר דאללער פאר די צוועק, עס איז נישט קיין גרויסע גאול, מען רעדט נישט פון קיין גרויסע נומבערס,
העלפטס מיר ארויסהעלפן אונזער חבר!
לייג אריין אפאר דאללער

קאמענטארן אויף די צוועק זאל מען פליז שרייבען אין די קאמענטארן אשכול, איך וועל פראבירען צו ריפלייען צו יעדעם.
וויכטיג מאכער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 10:10 am
יאפ ס'איז אמת! און באמת דארף מען גארנישט מער ווי דאס וואס אבימלך בעט! אלס איינער וואס גיבט צו אזויפיהל צום וועלטל וואלט איך פארשטאנען אז אבימלך גייט דא זוכן א צוועק פון א מיליאון דאללער! למעשה האט דער איד פשוט א הארץ פון גאלד, און ווען א אינגערמאן וואס דרייצעך דא מיט אונז איז געקומען בעטן הילף האטער אריינגעטאנצן אן קיין חשבונות!
פאר דעם אליין דארף מען אים העלפן!

אצינד טייערע אידן, אז אבימלך בעט קליינגעלט פאר אזא פשוטע צוועק איז נישטא קיין סאך וואס צו צעגערן... אזא זאך קען זיין מסודר אין 3-4 שעה!

גא״מ לדברי הנ״ל,
ב״ה מיר האבן געהאט די זכיה ארויסצוהעלפן @אבימלך מיט די מהלך און ווערעפיקאציע פון דעם וויכטיגן צוועק, אזוי אויכעט ווערט דאס קאמפיין געהאוסטעט ביי אונזער צדקה מוסדות.
געדענקט ונתנו גייט אהין און צוריק, אז דו וועסט יעצט געבן וואס מער, וועט @אבימלך שרייבן מער און מער!!!!

די שטערקסטע לייק 👍היינט פאר @אבימלך און @וויכטיג מאכער איז א לייג
https://abcharity.org/Avimelech
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

גיימער ווייטער שרייבען די נייעס, אבער פארגעס נישט פון די קאמפיין!

4 אומלעגאלע אימעגראנטן זענען ארעסטירט געווארן פאר'ן רויבן און דערשטיקן א מאן אויף דער פינק ליניע באן אין שיקאגא.
IMG_3380.jpeg
IMG_3380.jpeg (102.12 KiB) געזען 7459 מאל
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

מדנ״י באמבעדירט גאר העפטיג אין לבנון דרייוו
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

פרעזידענט ביידען זאגט פאר רעפארטערס אז ער באטראכט די מעגליכקייט פון נאך סאנקציעס אויף רוסלאנד נאכן טויט פון נאוואלני.
IMG_3382.jpeg
IMG_3382.jpeg (60.37 KiB) געזען 7044 מאל
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

וויסקאנסין גאווערנאר עווערס (ד) האט אונטערגעשריבן אין געזעץ נייע לעגיסלאטיווע מאפס וועלכע וועלן, ווען זיי איינגעפירט איינגעפירט ווערן, אוועקנעמען דעם היסטארישן גערימאנדער (ווער ווייסט וואס דער ווארט מיינט?..) וואס רעפובליקאנער אין די סטעיט האבן הנאה געהאט פאר מער ווי 10 יאר.
IMG_3383.jpeg
IMG_3383.jpeg (155.54 KiB) געזען 6995 מאל
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

א מאסיווע פּראטעסט קימט פאר אין מעקסיקא קעגן פרעזידענט Andrés Manuel López Obrador און זיין פּאַרטיי די פראטעסט ווערט אנגעריפען "מארטש פאר דעמאָקראטיע".
b468e7b8-f7c5-476d-80c2-fbddb58a9bb6.jpeg
b468e7b8-f7c5-476d-80c2-fbddb58a9bb6.jpeg (206.59 KiB) געזען 6942 מאל
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 23372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

פרעזידענט עברעהעם לינקאלן האט געשאנקן א פארדאן פאר פרעזידענט ביידען'ס עלטער-זיידע: באריכט

פרעזידענט עברעהעם לינקאלן האט פארדאנירט דעם היינטיגן פרעזידענט דזשאו ביידען'ס עלטער-זיידע נאך א געפעכט וואס איז פארגעקומען איינמאל שפעט ביינאכט בשעת די ציווילע קריג תקופה, לויט נייע אנטדעקטע דאקומענטן.

די מארציאלע געריכט רעקארדס וואס געפינט זיך אין די נאציאנאלע ארכיוון - באריכטעט דורך די וואשינגטאן פאוסט מאנטאג - דעטאלירט דעם פראצעס פון מאוזעס ראבינעט נאך א געשלעג מיט א אינגן יוניאן ארמיי ציווילער איינגעשטעלטער דזשאן דשעי אלעקסאנדער אום מערץ 21, 1864.

ראבינעט איז אנגעקלאגט געווארן אין 'מארד פריוו' נאך דעם געראנגל וואס איז פארגעקומען אין דער 'ארמיי פון דער פאטאמאק' מיליטערישע לאגער.

אין יענעם מערץ אװנט נעבן בעווערלי פארד, האט אלעקסאנדער, א בריגאדע װאגאן־מײסטער, געהערט ראבינעט זאגען עפעס װעגן אים צו דעם קעכער און איז ארײנגעלאפן אין זאל צו פארלאנגען אן ערקלערונג. די שטימונגען האבן זיך צופלאקערט, און די טענער האבן זיך געהעכערט, און ראבינעט האט ארויסגעצויגן זײן טאשן מעסער. א קורצע געשלעג האט איבערגעלאזט אלעקסאנדער צובלוטיגט פון עטליכע שניטן איידער דער עולם האט זיך אריינגעמישט, און די לאגער וועכטער זענען אנגעקומען צו ארעסטירן ראבינעט.

כמעט א חודש איז פאראיבער איידער ראבינעט'ס מיליטערישע פראצעס האט זיך אנגעהויבן. די קלאגעס האבן אנגעצייכנט אז ער איז געווען אביסל בגילופין און האט אנגעצינדן "א געפערליכע קריגעריי", פארלעצענדיג די גוטע סדר און דאס מיליטערישע דיציפלין און היות א וואפן איז געווען פארמישט דא האט מען אריינגערוקט 'טויט פריוו' צווישן די קלאגעס.

עדות האבן אראפגעמאלט ראבינעט אלס איינער וואס איז "פול מיט געשמאקייט, שטענדיק לעבעדיג און אייביג וויצלדיג," און די עדות'ער האבן זיך סותר געווען צו איינע פון די צוויי מענטשן האט טועם געווען פונעם ביטערן טראפן איידער די געפעכט האט זיך אנגעהויבן.

דער 42 יעריגער ראבינעט, וועלכער איז אויפגענומען געווארן דורך דער ארמיי אלס א כירורג, האט געזאגט סוף פונעם פראצעס אז ער האט גארנישט קעגן אלעקסאנדער "אבער ער וואלט מיך מעגליך שווער פארוואונדעט אויב איך וואלט נישט גענוצט די מיטלען און געטוהן וואס איך האט געהאט צו טוהן."

אבער די מיליטערישע ריכטער זענען נישט געווען איבערצייגט און האבן אים פאראורטיילט שולדיג אויף אלע קלאגעס אחוץ די מארד פריוו מיט די שטראף פון צוויי יאר שווערע ארבעט.

נאך זיין באשולדיגונג, האט ראבינעט געברויכט צו ווארטן דריי חדשים פאר זיין קעיס אדורכצוגיין די ארמיי'ס ביוראקראטישע קאנאלן. דער קאמאנדיר פון דער ארמיי פון די פאטאמאק, גענעראל דזשארדזש ג. מיאד, איז געווען פארנומען מיט אקטיווע מיליטערישע אפעראציעס, און האט נישט באשטעטיגט ראבינעטס אורטייל ביז אנהייב יולי, ווען ער איז געשיקט געווארן צו די דריי טארטוגאס אינזלען נעבן קי וועסט, פלארידא.

די אינזלען זענען געווען די היים פון פארט דזשעפערסאן, א ריזן ציגל סטרוקטור אויפגעשטעלט צו באשיצן די דרום ברעג און די גאלף פון מעקסיקא שיפינג ליניעס. די מאסיווע וואוקס פון אמעריקאנער טרופן וואס מען האט געברויכט האבן צו קעמפפן אין דעם ציווילן קריג, האט אויטאמאטיש אויפגעבלאזן די צאל פון מיליטערישע פראצעסן און אורטיילן. ווען די געהעריגע טורמע פלאץ אינדערהיים איז געווארן ענק, איז פארט דזשעפערסאן געווארן א מיליטערישע טורמע, ווי איינער פון לינקאלן'ס קעגנערס האט עס אמאל אנגערופן דער "אמעריקאנער סיביר." ווען ראבינעט איז אוועק פון דארט, האט די שטייגענדע טורמע באפעלקערונג געציילט מער ווי 700.

ארום דער צייט וואס ראבינעט איז אנגעקומען אויף טארטוגאס, האבן דריי ארמיי אפיצירן, וועלכע האבן אים געקענט, געבעטן לינקאלן צו איבערדרייען זיין עונש, טענה'נדיג אז דער אורטייל איז אומגעהויער שווער און אז ראבינעט האט זיך פשוט פארטיידיגט קעגן עמיצן וואס איז געווען "פיל העכער און שטארקער פון איהם."

לינקאלן האט מסכים געווען, און האט אונטערגעשריבן דעם פארדאן דעם ערשטן סעפטעמבער דעם זעלבן יאר, שרייבענדיג: "פארדאן פאר די אומערפילטע טייל פון די שטראף. עברעהם לינקאלן, 1 סעפטעמבער 1864." באלד נאכדעם, האט די קריגס דעפארטמענט ארויסגעגעבן די ספעציעלע ארדער נומער 296, באפרייענדיג ראבינעט פון טורמע.

נאך מער ווי א חודש פון שוויצן מיט שווערע ארבעט אין טארטוגאס, האט ראבינעט זיך אומגעקערט צוריק צו זיין משפחה אין מארילאנד, ווי ער האט זיך גענומען פריש ארבעטן אויפן פארם. ער האט געלעבט אין די 20 יארהונדערט, און געשטארבן אין זיין טאכטער'ס היים אין 1903.

די געשיכטע "האט געווארט 160 יאר צו ווערן דערציילט," לויט די וואשינגטאן פאוסט ארטיקל, געשריבן דורך היסטאריקער דעיוויד דזשערעלמאן.

די "22 גוט אפגעהיטענע בלעטער פון זיין פראצעס העתקה, וואס איז געליגן שיין אריינגעקוועטשט צווישן פילע הונדערטער פון אנדערע רוטינע געריכט פעלער אין די נאציאנאלע ארכיוון, אנטדעקן די פארבארגענע פארבינדונג צווישן די צוויי מענטשן - און צווישן צוויי פרעזידענטן במשך די דורות," האט דזשערלעמאן געשריבן.

"די ביסל בלעטער ברענגן צום אויבערפלאך נישט בלויז אן אומבאוויסטע שטיקל פון די ביידען משפחה געשיכטע, אבער טוט אויך דינען ווי א דערמאנונג אויף וויפיל ציווילע קריג מעשיות וואס ווארטן נאך צו ווערן דערציילט."
אטעטשמענטס
Screenshot_20240219_120047.jpg
Screenshot_20240219_120047.jpg (131.12 KiB) געזען 5999 מאל
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

אגענטן פון די רוסישע פעדעראלע סעקיוריטי סערוויס (FSB) האבען אראפגערוימט אן אוקריינער ספעציעלע סערוויס אגענט, וועלכער האט פרובירט דערמארדען א פראמינענטע פאליטישע פיגור אין זאפאריזשיע ראיאן. לויט די רויסישע אגענטן, איז דער מאָרד פּריוו דורכגעפירט געווארן דורך דער רוסישער בירגער וויטאַלי דיאַטלענקאָ, וועלכער איז רעקרוטירט געווארן דורך דער אוקראַיִנישער זיכערהייט סערוויס. די ווידיאו ווייזט ווי דער אגענט, פארשטעלט אלס א פארקריפלטער מענטש, האט אינטערגעשטעלט אן אויפרייס מיטל אונטערן קאר פון די פאלטישע פיגור וואס ער האט פרובירט צו עלימינירן דרייוו

פארגעס נישט פון אינזער חבר! פאר בלויז אפאר דאללער וועט ער זיין א געהאלפענע!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

דער איראנער-געשטיצטע הוטי רעבעלן אין תימן דערקלערן מלחמה קעגן די פאראייניגטע שטאטן און ענגלאנד, זאגענדיג אז זיי זענען "פײנט פון תימן". וואס איז געווען ביז יעצט אויב נישט א מלחמה?
IMG_3387.jpeg
IMG_3387.jpeg (136.02 KiB) געזען 5716 מאל
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

די באקאנטע פאליטישע אנאליסט נעיט סילווער האט אראפגעריסען ביידען'ס 2024 ווידערוויילונג קאמפיין אין זאגנדיג, "ער פארלירט יעצט און עס איז נישטא קיין שום פלאן ווי אזוי צו טוישן די מצב"
IMG_3389.jpeg
IMG_3389.jpeg (92.29 KiB) געזען 5538 מאל
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

🎉50% האט מען שוין דערגרייכט🎉
יעצט לאמיר מסדר זיין די רעשט ווי שנעלער!
רבתי העלפטס מיר ארויס, העלפן אינזער חבר! ווארף אריין אפאר טאללער
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

דער רוסישער פּילאט מאַקסים קוזמינאָוו, וועלכער האט פארגאנגענעם יאר דעפעקטירט קיין אוקריינע אין זיין M-8 העליקאפּטער, איז געפונען געווארן טויט אין שפאניע.
קוזמינאוו איז דערשאסן געווארן מיט אמווייניגסטנס פינף קוילן.
ער איז געפונען געווארען אין א פארקינג לאט אין דער פּראָווינץ פון Alicante, שפאניע.
IMG_3390.jpeg
IMG_3390.jpeg (70.75 KiB) געזען 5303 מאל
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

אבימלך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 12:56 pm
דער איראנער-געשטיצטע הוטי רעבעלן אין תימן דערקלערן מלחמה קעגן די פאראייניגטע שטאטן און ענגלאנד, זאגענדיג אז זיי זענען "פײנט פון תימן". וואס איז געווען ביז יעצט אויב נישט א מלחמה? IMG_3387.jpeg
די רעבעלן זאגען אז זיי האבען מצליח געווען אראפצושיסען א אמעריקאנע דראון ווי אויך זאגען זיי אז זיי האבען אטאקירט צוויי אמעריקאנע שיפען
IMG_3392.jpeg
IMG_3392.jpeg (47.53 KiB) געזען 4243 מאל
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 23372
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

די לאנדאן סאן שטעלט ארויס דאקומענטאציע פון ​​דער ארקטישער קאלאניע אין רוסלאנד: באישון לילה ווערט נאווואלני'ס קערפער ארויסגעשמוגלט פון טורמע צו אן אומבאקאנטן דעסטינאציע. די קאר ווערט באגלייט מיט 2 פאליציי קארס און נאך א ציווילער קאר.
אטעטשמענטס
IMG_20240219_142429_891.jpg
IMG_20240219_142429_891.jpg (49.64 KiB) געזען 4221 מאל
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

ער העלפט ארויס מיטן פארקען די קאר… ווידיאו
לעצט פארראכטן דורך אבימלך אום מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

דאס געשעהט ווען מען טשעפעט זיך מיט א עלטערע מענטש..דרייוו

רבתי, מען האלט שוין ביי 77%!
העלפסט מיך ארויס העלפן אינזער חבר!
אויב האסטו הנאה פון די נייעס טישל, לייג אריין אפאר דאללער! עס איז א איינמאליגע בקשה!
ב״ה עס זענען שוין דא איבער 60 donations, אבער לויט ווי איך פארשטיי זענען דא מער ווי 60 ליינערס אויף די נייעס טישל…
חברה לעטס גאו!!
מען רעדט נישט פון קיין גרויסע געלטער!
שכח פון פאראויס
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
שכולו טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

אבימלך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 3:01 pm
דאס געשעהט ווען מען טשעפעט זיך מיט א עלטערע מענטש..דרייוו
:lol:
מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה חַיָּיו חַיִּים וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד.

אנה אלך מפניך ואנה מפניך אברח?! אם אסק שמים שם אתה ואציעה שאול הנך!

בא חבקוק והעמידן על אחת וצדיק באמונתו יחיה!
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

אבימלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:50 pm
גאר שווערער נייעס קימט יעצט אריין איבער א קרעקדאון וואס די ניו יארק סטעיט פאליציי גייט אינטערנעמען קעגען די וואס באניצען זיך מיט עימערדזשענסי לייטס אהן קיין פערמיט! עס איז ערווארטעט גרויסע פראטעסטן. IMG_3374.jpeg
יעצט קימען אריין באריכטן אז דער עולם קען אפאטעמען ווייל די צעטל איז א פאלשע צעטל.. עפעס א אנטעסמיט האט געוואלט אנדרייען דעם עולם.
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

אביסל גוטע ביזנעס נייעס פאר געוועזענע פרעזידענט טראמפ ווידיאו
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

דער בריטישער קאמידיען דזשאן אָליווער האט געבעטן דו סופרים קאָורט ריכטער קלארענס טאמעס צו רעזיגנירן, און ער האט אים פארגעשלאגן 1 מיליאן דאלאר פּער יאר אויב ער געבט אויף זיין פאזיציע.
IMG_3398.jpeg
IMG_3398.jpeg (99.51 KiB) געזען 1005 מאל
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע: ביי די נייעס טישל

Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

היסטאריקער האבען געלייגט געוועזענער פרעזידענט אבאמא אלס דער 7טער בעסטער פרעזידענט פון אמעריקע פרעזידענט ביידען דער 14טער בעסטער פרעזידענט אין אמעריקע, און געוועזענער פרעזידענט טראמפ דער לעצטער אויף די ליסטע פון די בעסטע פרעזידענטן.
IMG_3399.jpeg
IMG_3399.jpeg (137.44 KiB) געזען 937 מאל
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
סטאטוס
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”