נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

אלטרא האט געשריבן: פרייטאג מארטש 03, 2023 1:11 pm
אלטרא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 5:58 pm
moishy56 האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 9:57 am
השר מאיר פרוש, הודיע לראש הממשלה על התפטרותו מתפקיד השר הממונה על הילולת הרשב"י במירון לשנת תשפ"ג.
וזאת לטענתו בעקבות פיצולי הסמכויות על הפקת האירוע, ניסיונות להכשלת הפרויקטור, וחוסר היענות לצרכים הדחופים לקראת יום ההילולה.
נתניהו ארבעט צוצושטעלן פאר פרוש אלעס וואס ער פארלאנגט און האפט אלעס וועט זיין מסודר אזוי פרי ווי היינט נאכט
זונטאג וועט נתניהו ארויפברענגן אין די ממשלה אריבערצופירן אלע סמכיות צו פרוש
די ממשלה האט היינט געגעבן די סמכיות פאר פרוש ווואס ער האט פארלאנגט
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

די פאמיליע פון מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו, זיין פרוי און זיינע קינדער וועלן אנהייבן צו ווערן באשיצט דורך שין בית קרעפטן, זינט די ווייב פון נתניהו איז אויסגעשטאנען א געפאר דורך לינקע עלעמענטן וועלכע האבן זיך פארזאמלט ארום א געשעפט וואו זי איז געווען.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

• די מדינת ישראל ש"ב האט ארעסטירט 5 פון א דרוזישע שטעטל אין צפון, אויס פארדאכט אז זיי האבן געשפילט א ראלע אין די קידנעפינג עטליכע חדשים צוריק :
לויט ווי די ש"ב זאגט האבן די 5 געקידנעפד דריי פאלעסטינער ארבייטער פון דזשענין און זיי שווער צושלאגן איידער זיי האבן זיי צוריק ארויס געלאזט. זיי האבן עס באשלאסן צו טון נאכ'ן הערן די נייעס איבער די 17-יעריגער דרוז, און האבן זיך ארויס געלאזט אויף די וועגן צו זען וואו זיי קענען טרעפן מענטשען פאר זייער אקציע.

• באריכט: די סיבה פארוואס די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן האט וואכן צוריק אפגערופן א געפלאנטע באזיך פונ'ם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער :
נתניהו'ס מענטשען האבן דעמאלטס געזאגט אז די סיבה פארוואס עס ווערט אפגערופן איז צוליב לאגיסטישע שוועריגקייטן, אבער ווי די באריכט דערציילט זענע באאמטע אין די עמיראטן געווען באזארגט אז נתניהו וועט אויסנוצן זיין באזיך ארויס צו טרעטן אין די עפענטליכקייט אקעגן איראן.

• הונדערטער טויזנטער באטייליגטע ביי פרישע מאסן פראטעסטן אין מדינת ישראל קעגן געריכט רעפארם פלענער‎‎:
אין תל אביב האבן זיך באטייליגט הונדערט זעכציג טויזנט, און אין פילע אנדערע שטעט נאך צענדליגער טויזנטער, און אויסער דעם האבן די ארגאניזירער גיזאגט אז אלעס אינאיינעם זענען געווען א האלב מיליאן פראטעסטירער. די וועלכע אראנדזשירן די פראטעסטן האבן אויך געזאגט, אז זיי וועלן אראנדזשירן א גרויסע טאג פון סטרייקס און בלאקאדעס אויף וויכטיגע שאסייען איבער׳ן לאנד וואס וועט פארקומען קומענדיגן דאנערשטאג נאך פורים.

• ביידען אדמיניסטראציע וועט מעגלעך נישט אריינלאזן מדינת ישראל מיניסטער סמוטריטש קיין אמעריקע‎‎:
סמוטריטש איז געסקעדזשולט צו געבן א רעדע פארנט פון די איזראעל באנדס ארגאניזאציע אין אמעריקע און איז נישט געסקעדזשולט זיך צו טרעפן מיט ביידען אדמיניסטראציע באאמטע. די ווייסע הויז טראכט צו בלאקירן סמוטריטש פון אריינקומען אין לאנד, נאכדעם וואס ער האט ארויסגערופן אויפברויז איבער די וועלט, פאר׳ן זאגן אז מען דארף פלאך מאכן די אראבישע שטאט חאווארא אין די מערב ברעג.

• סירישער פארשוין אנגעקלאגט אין מדינת ישראל פאר שפיאנירן פאר כיזבאללא טעראר גרופע‎‎:
דער 26 יעריגער גאאיט אבדולא איז ארעסטירט געווארן דורך די מיליטער מיט אפאר וואכן צוריק, נאכדעם וואס ער איז אריינגעקומען קיין מדינת ישראל פאר אומקלארע סיבות. די פראסעקיוטערס זאגן אז אבדולא האט דורכגעפירט פארשידענע פיינטליכע שפיאנאזש אקטיוויטעטן קעגן מדינת ישראל, אריינגערעכנט דאס וואס ער האט געזאמלט אינפארמאציע איבער טרופן ביי די לבנון גרענעץ.
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

אליעזר ווייס האט געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2023 12:56 pm


הונדערטער טויזנטער באטייליגטע ביי פרישע מאסן פראטעסטן אין מדינת ישראל קעגן געריכט רעפארם פלענער‎‎:
אין תל אביב האבן זיך באטייליגט הונדערט זעכציג טויזנט, און אין פילע אנדערע שטעט נאך צענדליגער טויזנטער, און אויסער דעם האבן די ארגאניזירער גיזאגט אז אלעס אינאיינעם זענען געווען א האלב מיליאן פראטעסטירער. די וועלכע אראנדזשירן די פראטעסטן האבן אויך געזאגט, אז זיי וועלן אראנדזשירן א גרויסע טאג פון סטרייקס און בלאקאדעס אויף וויכטיגע שאסייען איבער׳ן לאנד וואס וועט פארקומען קומענדיגן דאנערשטאג נאך פורים.



איינס פון די גרעסטע ליגענטס פון די לינקע מידיע
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס איז באמת דא ימ'ען מענטשן ביי די פראטעסטן. (א האלב מיליאן שטייצעך נישט, אבער די ציפערן זענען באמת מאסיווע פאר אזא סייז מדינה צו פארגלייכן קעגן פראטעסטן אין אמעריקע.)

און זיי פארטרעטן מיליאנען, ווי געשריבן ווייטער.

------

עס זעהט אויס אז דער שלטון הכופר באקלד אונטער די וואג פון דעם געריכט רעפארם קאמף, נאך פיל מער ווי די אלע פינעף נאכאנאנדע וואלן, די אומוויליגקייט פון די רעזערוו פילאטן צו ערשיינען צו די טרענירונגען טייטשט אין אנדערע ווערטער אז זיי אנערקענען נישט דעם שלטון הכנסת העכערן בגץ, און אזוי שטארק אז זיי זענען גרייט צו ריזיקירן זייער קאריערע פארדעם, און דאס זעהט אויס צו זיין נאר דער אנהייב.


וואס צווינגט אין א דעמאקראטיע אז די מיליטערישע און פאליצייאישע קרעפטן זאלן זיך אונטערווארפן די ערוועלטע ציווילע?

דאס געזעץ, אבער אז דאס געזעץ ווערט א וויץ, מען מאכט קלאר אז וואס מאכט אויס איז נאר 61 חברי כנסת, (וואס די 64 זיצן האבן ניטאמאל באקומען 50% פון די פאפולערע שטימען, און גאר ווייט פון דעם פון דעם פרייען ציבור וואס שטעלט צו דעם רוקנביין פון די סעקיוריטי קרעפטן און די עקענאמיע.), און מיט דעם קען דער בג"ץ ווארפן שרים, און מען שטעלט צוריק, מבטל זיין געזעצן און מען מאכט עס צוריק, קעגן וואס צום ביישפיל אים אמעריקע מוז מען האבן א ריזן רוב צו טוישן די קאנסטיטוציע. אוין אזא מצב, וואס צווינגט די באוואפנטע כוחות צו הארכן די ערוויילטע? גארנישט, און מען זעהט טאקע ווי דער מפכ"ל אנערקענט ניטאמאל למחצה אז ער איז בכלל איינגעשטעלט ביי בן גביר.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

• פירער פון מדינת ישראל מיליטער ווארנט איבער אויסגעשפרייטע מיליטערישע סטרייק וועגן יוסטיץ רעפארם קעגנערשאפט‎‎:
די וואָרענונג פונעם מיליטערישע פירער הערצי הלוי קומט נאָכדעם וואָס כמעט אַלע רעזערוויסטן זעלנער פון די עירפאָרס קאַמפס דזשעטס האָבן געזאָגט אַז זיי וועלן נישט קומען פאַר זייער נעקסטע טרענירונג, צוליב קעגנערשאַפט צו די ביבי נתניהו רעגירונג'ס פּלענער איבערצומאַכן דעם יוסטיץ און געריכט סיסטעם. דער מיליטערישער פירער הלוי וואָרנט, אַז די סטרייק פון די רעזערוויסטן קען זיך אויך פאַרשפּרייטן צו אַנדערע אָפּטיילונגען פון די מיליטער, און דאָס קען פירן צו אַן אָפּגעשוואַכטע מיליטערישע גרייטקייט אין לאַנד.

• די אפיס פונ'ם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער גייט געעפענט א ביד אויך פאר אנדערע מדינת ישראל עירליינס צו קענען פליען דעם פרעמיער מיניסטער:
אל על האט ארויס געשטעלט א מעלדונג פאר פילאטן ווער עס וועלן פליען נתניהו'ס פלייט שפעטער אין וואך קיין איטאליע, אזויווי די עירליין טוט שטענדיג אזא צייט, אבער די רעגיסטראציע צייט האט זיך געשלאסן אן דעם וואס פילאטן זאלן זיך מעלדן. ווי עס הייסט פילאטן האבן עס נישט געוואלט אננעמען צוליב זייער קעגנערשאפט אקעגן די געפלאנטע געריכט רעפארמן, אבער אל על לייקענט עס, און זאגט אז עס האט פאסירט צוליב א מאנגל אין פילאטן וועלכע קענען פליען באואינג 777 פליגער.

• אינטערוויו: מהנעשה והנשמע אין אר"י:
סך הכל הכנות לכבוד די ימי הפורים הבעל"ט:
הרב יושע העשיל היימאן
https://www.yiddish24.com/interviews/12/79887
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

• מדינת ישראל פינאנץ מיניסטער בצלאל סמוטריץ האט געזאגט אז זיין סטעיטמענט אנהויב וואך איבער אפווישן חווארה געגנט פון די מאפע, איז געווען עפעס וואס האט זיך ארויסגעגליטשט פון זיין צינג, אין רעזולטאט פון א שטורעם פון עמאציעס.

די פאראייניגטע שטאטן האט דערקלערט סמוטריץ אלס א "פערסאנא נאן גראטע," וואס באדייט א פערזאן וואס איז נישט געלאדנט און אמעריקאנער פירער וועלן זיך נישט טרעפן מיט אים.

‌• מדינת ישראל פריים מיניסטער ביבי נתניהו איז ערווארטעט זיך צו טרעפן היינט נאכט מיט דער מיליטערישער טשיף אוו סטעף יואב גאלאנט, צו באהאנדלען די סיטואציע ווי מערערע מיליטערישע רעזערוויסטן אנטזאגן זיך צו אנטיילנעמען אין מיליטערישע פליכטן אין פראטעסט קעגן די יוסטיץ רעפארמירונגען דורך די נתניהו רעגירונג.

• פאלעסטינער בירגער פון עזה וועלן ווערן פארבאטן פון אריינפארן אין ארץ ישראל דורכאויס דעם יום-טוב פורים.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

•אן אויספארשונג פון עטליכע חדשים צייט אויף א כוואליע שווינדלעריען אין מדינת ישראל האט געפירט צום ארעסט פון דריי מענטשען:
די דריי ארעסטירטע פון יבנה און פון חולון האבן זיך פאָרגעשטעלט ווי באנק באאמטע ארויס צו שווינדלן מילאנאן שקלים פון הונדערטער מענטשען. זיי האבן ארויס געשיקט מעסעדזשעס דורך טעקסט און אנדערע וועגן, געעפענט פאלטשע וועב זייטלעך אויסצוזען ענליך צו לעגיטימע וועב זייטלך, און האבן זיך צומאל באנוצט מיט געהעקטע באנק דאטא ארויס צו נעמען קעש געלט פון 'עי-טי-עם' מאשינען. אין סך הכל האבן זיי גע'גנב'ט מער ווי 2 מיליאן דאלאר.

•דער אמעריקאנער דיפענס סעקרעטערי לאויד אוסטין פירט דורך א מיטל-מזרח רייזע וואס נעמט אים קיין ירדן, מדינת ישראל און עגיפטן: אוסטין וועט אויסנוצן די רייזע צו געבן פארזיכערונגן פאר אליאירטע אין די ראיאן אז אמעריקא טרעט נישט צוריק כאטש וואס אמעריקא איז זייער פארנומען מיט רוסלאנד און טשיינע. אזוי אויך איז ער ערווארטעט צו לייגן דרוק אויף מדינת ישראל פירער אראפ צו ברענגן דעם אנגעצויגנקייט אין די מערב ברעג און ער וועט ארבייטן צו פארשטארקערן באציאונגן מיט קאירא

• דער מדינת ישראל פרעזידענט הערצאג זאגט אז מען שטייט נענטער ווי סיי ווען אימער צו אן אפמאך ארום די געריכט רעפארם פלענער פון די רעגירונג:
הערצאג, וועלכע ארבייט די לעצטע פאר וואכן מיט אנדערע אויף א פשרה, זאגט אז עס קומען פאר דיסקוסיעס אינטער די פירהענג און מען רוקט זיך נענטער אין ריכטונג פון אן אפמאך. ער זאגט אז די פלאן אויף וואס ער ארבייט נעמט אריין די אינטערעסן און צילן פון ביידע זייטן און ער האפט עס זאל קענען ווערן אויסגעפירט.

• די מדינת ישראל מיליטער האט אנגעפאנגן מאכן צוגרייטונגן איינצואווארפן די הויז פון א פאלעסטינער וועלכע האט דורכגעפירט פאריגע וואך א שיסעריי אטאקע נעבן יריחו אין וואס א מדינת ישראל-אמעריקאנער איז געהארגעט געווארן

• צוויי קינדער אין ארץ ישראל האבן געטעסט פאזיטיוו פאר פאליא נאכ'ן קומען אין בארירונג מיט אן 8-יעריגער פון צפת וועלכע האט עס באקומען פאריגע וואך

• א באריכט געט אן אז אינערהאלב וואשינגטאן הערשט זארג אז מדינת ישראל וועט אטאקירן איראן אן עס געהעריג איינמעלדן פון פאראויס פאר אמעריקא:
לויט די באריכט האט דאס געטריבן די ביידען אדמיניסטראציע ארויס צו שיקן גענעראל מייק מיליי און דיפענס סעקרעטערי לאויד אוסטין קיין מדינת ישראל, כדי צו באקומען קלארשטעלוגן איבער מדינת ישראל'ס פלענער. מילי האט באזיכט מדינת ישראל ענדע פאריגע וואך און אוסטין איז ערווארטעט אנצקומען דעם דאנערשטיג.

• 4 פאלעסטינער זענען ארעסטירט געווארן דורך די ש"ב אגענטור אויס פארדאכטן אז זיי זענען רעקרוטירט געווארן דורך כאמאס אגענטן פון טערקיי:
די דריי פאלעסטינער פון די מערב ברעג, וועלכע האבן שטודירט אין טערקיי, האבן דארט געפונען כאמאס אגענטן ביי וועם זיי האבן זיך טרענירט און באקומען די מעגליכקייטן דורכצופירן אטאקעס. איינער פון זיי איז געווען אין פארבינדונג מיט א הויעך ראנגיקע כאמאס באאמטער, וועלכע האט אים געבעטן זיך איינצוהאנדלן וואפן און געלטער און רעקרוטירן אנדערע פאר טעראר צוועקן.

• חיזבאלא פירער חאסאן נאסראלא ווארענט אז מדינת ישראל שיסט זיך אליינס אין פיס מיט א נייע געזעץ פארשלאג צו געבן טויט שטראף פאר טעראריסטן:
נאסראלא זאגט אז אזא געזעץ וועט בלויז געבן מער מוט פאר פאלעסטינער דורכצופירן אטאקעס און נישט דאס פארקערטע. די מדינת ישראל כנסת פארליאמענט באהאנדעלט יעצט אזא געזעץ, אבער האט עס דערווייל נישט באשטעטיגט.

• געוועזענע מדינת ישראל עיר פארס הויפטן בעטן נתניהו אז זיי זאלן אפשטעלן די געפלאנטע געריכט רעפארמן וועלכע האבן שארף צוטיילט דאס לאנד:
די בריוו איז געקומען נאכדעם וואס 37 פון צווישן 40 פילאטן ביי א הויפט עיר פארס איינהייט האבן געמאלדן אז זיי גייען סטרייקן דעם מיטוואך אלץ פראטעסט אקעגן די רעפארמן. די ווארענונג איז געקומען פון פילאטן ביי די 69'סטע איינהייט, דאס איז אן אייהנייט וועלכע האט אין יאר 2007 דורכגעפירט א באמבארדירונג אויף סיריע'ס נוקלעארע רעאקטאר, און שפילט היינט א הויפט ראלע אין באמבארדירונגן אויף איראנער צילן אין סיריע.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

פרישע מדינת ישראל באמבארדירונג אין סיריע ברענגט אפשפארונג פון אלעפא סיטי לופטפעלד‎‎:
די ארטיגע מידיא באריכטעט אז די באמבארדירונג איז דורכגעפירט געווארן היינט דינסטאג פארטאגס, און אז די באמבעס האבן געצילט די אלעפא לופטפעלד, שאפנדיג שאדנס פאר אינפראסטרוקטור טיילן דערפון. עס זענען נישט געווען קיין באריכטן פון געשעדיגטע אין די באמבארדירונג, אבער עס קומט א מאנאט נאכדעם וואס מדינת ישראל האט דורכגעפירט אן אטאקע אויף א לופטפעלד אין די סירישע הויפטשטאט דמשק, וואו 5 זענען אומגיקומען און צענדליגער זענען פארוואונדעט געווארן.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

• מדינת ישראל זיכערהייט באאמטע וועלן אין די קומענדיגע וואכן מעגליך ארויס ווארפן 6 פאלעסטינער משפחות פון זייערע הייזער אין מזרח ירושלים:

• דער עקסטרעם-רעכטער מדינת ישראל געזעצגעבער איתמר בן גביר זאגט אז צווישן די אנטי-רעגירונג פראטעסטירער אין לאנד זענען פארהאן אזעלכע וואס וועבן אטענטאט פלענער אקעגן אים אדער אקעגן פרעמיער מיניסטער נתניהו

• 'איי-עי-אי-עי' דירעקטער ראפאעל גראסי האט ווידערהאלט זיין קעגנערשאפט אקעגן מדינת ישראל אטאקעס אויף איראן'ס נוקלעארע פראגראם, נאכדעם וואס מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נתניהו האט אים קריטיקירט און געזאגט אז מדינת ישראל וועט נעמען שריט אקעגן איראן אויב עס וועט זיך אויספעלן
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

די פאליציי אין בני ברק און אין אנדערע שטעט איבער ארץ ישראל ארבייטן ווייטער העפטיג אפצושטעלן מענטשען וועלכע פארקויפן אומלעגאלע פייערקרעקערס אדער אנדערע שעדליכע מאטריאל אין די טעג פון פורים
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

די מדינת ישראל מיליטער האט אדורכגעפירט אן אבלאווע אין די זשענין פליטים לאגער אין די מערב ברעג, ווי 6 טעראריסטן זענען אומגעקומען:
צווישן אנדערע איז אומגעברענגט געווארן דער טעראריסט וועלכע האט געשאסן די צוויי יניב ברודער אין א שיסעריי טעראר אטאקע צוויי וואכן צוריק. מוכאמעד וואעל גאזאווי, 26 יאר, איז געשאסן געווארן דורכאויס א שיסעריי אויסטויש צווישן מדינת ישראל סאלדאטן און א גרופע פאלעסטינער טעראריסטן וואס זענען געווען ביי יענע געביידע. אלעס צוזאמען זענען 6 אומגעקומען און 11 זעענן פארוואונדעט געווארן.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

'איי-עי-אי-עי' דירעקטער ראפאעל גראסי האט ווידערהאלט זיין קעגנערשאפט אקעגן מדינת ישראל אטאקעס אויף איראן'ס נוקלעארע פראגראם:
גראסי זאגט אז ער גייט נישט קאמאנטירן אויף נתניהו'ס ווערטער, אבער ער וויל קלארשטעלן די אינטערנאציאנאלא געזעץ וואס טוט עס פארבאטן און ער שטייט אלץ גרייט צו ארבייטן פאר דיפלאמאטישע לעזונגן ווי איידער מיליטערישע לעזונגן. ער האט אויך אוועק געמאכט קאמענטארן פון איראנער באאמטע אז מען גייט אים נישט לאזן רעדן מיט הויפט איראנער נוקלעארע וויסנשאפטלער, זאגענדיג, אז אינטערן טיש שיקן זיי אים אנדערע סארט מעסעדזשעס.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

די ווארענונג פייפער האט זיך צעקלינגן אין דרום אר"י נאכוואס א ראקעט איז אריינגעשאסן געווארן פון עזה, געציילטע שעה נאכן אבלאווע אין זשענין:
די ראקעט איז למעשה געפאלן נאך אין עזה אן פאראורזאכן קיין שאדענס אדער געשעדיגטע. אין די זעלבע צייט האבן די טעראר גרופעס פון עזה געבטראשעט מיט נקמה נאך די היינטיגע אינצידענט אין זשענין ווי עטליכע טעראריסטן זענען אומגעברענגט געווארן.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

מדינת ישראל איז פארמישט אין פארהאנדלונגן מיט אינדאניזיע, סאמאליע, ניידזשער און מאוריטעיניע איבער אויסהאמערן דיפלאמאטישע אפמאכן:
לויט ווי איין באריכט געט אן זעט נישט מדינת ישראל אז די געשפרעכן מיט סאודי אראביע זאלן זיך פאראויס רוקן, דעריבער ארבייט יעצט מדינת ישראל אויף אפמאכן מיט אנדערע לענדער ענליך צו די אפמאכן אויסגעהאמערט עטליכע יאר צוריק מיט די עמיראטן און עטליכע אנדערע אראבישע און מוסלומענער לענדער.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

פאלעסטינער פון עזה האבן געווארפן אן אויפרייס אפאראט אין ריכטונג פון מדינת ישראל זעלנער פארמישט אין רוטינע אפאראציעס נעבן די גרעניץ צוים:
מדינת ישראל טאנקן האבן רעאגירט מיט שיסערייען אויף א כאמאס אבזערוואציע פונקט. די אינצידענט איז געקומען עטליכע שעה נאך די ראקעט אטאקע וואס איז געווארן דורכגעפירט נאך די טויטליכע אבלאווא אויף טעראריסטן אין די מערב ברעג.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

מדינת ישראל'ס לופטפעלד אויטאריטעט ווארענט רייזענדע וועלכע דארפן מארגן ארויס פליען פונ'ם לוד לופטפעלד אז מען זאל קומען פרי צוליב פראטעסטירער:
די 'איי-עי-עי' זאגט אז ווער עס קען זאל קומען צו פארן מיט א באן, און פאסאנדשירן זאלן זיך רישן אויף שפעטיגונגן און קענסעלעישאנס, דעריבער זאלן זיי זיין אין פארבינדונג מיט זייער עירליין.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

ארום 20 אנטי-רעגירונג פראטעסטירער אין מדינת ישראל האבן זיך צוגעקלעבט מיט גלו צום ערד ביים אריינגאנג צו א תל אביב געביידע :
די טאקטיק פון נוצן גלו איז נישט ניי, און ווערט אפטמאל גענוצט דורך קלימאטן טויש אקטיוויסטן איבער די וועלט. מארגן דאנערשטיג גרייטן זיך די אנטי-רעגירונג פראטעסטיער אויף א גרעסערע קאמפיין, צווישן דעם בלאקירן שאסייען ארום די לוד לופטפעלד, אין א פרואוו צו שטערן פרעמיער מיניסטער נתניהו פון ארויס פליען קיין איטאליע, אבער ווי עס הייסט וועט נתניהו נעמען א העליקאפטער צום לופטפעלד.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

די אויסשטעל פונ'ם באזיך אין מדינת ישראל דורכ'ן אמעריקאנער דיפענס סעקרעטערי לאויד אוסטין איז געווארן ארום געטוישט, צוליב מאסן פראטעסטן :
אריגינעל האט אוסטין געדארפט אנקומען היינט מיטוואך, אבער ווי עס הייסט יעצט וועט ער אנקומען מארגן צופרי און זיך טרעפן מיט'ן מדינת ישראל דיפענס מיניסטער ביי די מדינת ישראל 'עראו-ספעיס אינדוסטריס' הויפטקווארטיר, וועלכע האט א דירעקטע וועג צום לופטפעלד, ווי איידער אריין צו גיין טיפער אין תל אביב צו די אפיס פון די דיפענס מיניסטעריום אד"ג.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

פילאטן פון מדינת ישראל'ס מיליטערישע ארמיי רעזערוו סטראשען סטרייק איבער סקאנדאליעזע געריכט רעפארם געזעצן‎‎:
די אַרמיי רעזערוו האָט פּראָטעסטירט קעגן די נייע יוסטיץ רעפאָרם און געריכט איבערמאַכן געזעצן וואָס די ביבי נתניהו רעגירונג וויל דורכפירן, זאָגנדיג אַז זיי שפּירן ווי דאָס וועט פאַרוואַנדלען דאָס לאַנד אין א דיקטאַטורישע רעזשים. יעצט זאָגן די פּילאָטן פון די אַרמיי רעזערוו, אַז אויב דאָס וועט פאָרזעצן, וועלן רוב פון די פּילאָטן אינגאַנצן אויפהערן פליען מיסיעס פאַר די מדינת ישראל מיליטער.
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל ~ גענומען פון אידיש 24

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

ביידען אדמיניסטראציע זאגט אז עס איז נישטא אין אפעקט א פולקאמע באיקאט קעגן מדינת ישראל מיניסטער סמוטריטש‎‎:
די ביידען אַדמיניסטראַציע האָט זיך אַנטזאָגט צו שיקן באַאַמטע צו אַדרעסירן די "איזראַעל בּאַנדס" אָרגאַניזאַציע אין וואַשינגטאָן, צוליב וואָס סמוטריטש וועט דאָרטן ערשיינען, אָבער עס איז נישטאָ קיין פולע באָיקאָט קעגן אים. דאָס ווייסע הויז זאָגט אַז זיי זענען פּשוט אַנטוישט איבער קאָמענטאַרן וואָס סמוטריטש האָט געלאָזט פאַלן, אַז מדינת ישראל דאַרף אינגאַנצן אָפּווישן פון די מאַפּע די אַראַבישע ווילעדזש חאווארא.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

א בריעף וואס א שטאטראט הויפט פון טעלזסטון האט צוריקגעשיקט צו א גרופע כאלעראס וועלכע האבען געהאט טענות אז דער שטאטראט מאכט ערשיינונגען אפגעטיילט מענער און פרויען.

[attachment=0]Fqdh3TjXgAASY2c.jpg[/attachment]
אטעטשמענטס
Fqdh3TjXgAASY2c.jpg
Fqdh3TjXgAASY2c.jpg (44.27 KiB) געזען 1539 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

היינט איז גרויסע חלקים פון די מדינה, געוועהן אינטער א כעאוס, א אנארכיע
טויזנטע לינקע גרופעס האבן זיך צאווילדיוועט אין צענדליגע הויפט הייוועייס, אין תל אביב און אין צפון און דרום, און בפרט נעבן די לופטפעלד, שעות נאכאנאנד
אזאנס איז נאכנישט געוועהן
ס'קוקט אויס די מדינה גייט אינגאנצן אין א אנארכיזם טאטאל
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

נאך שווערע וואכן פון אנארכיע און כאאס האט דער נשיא המדינה הרצאג אפגעהאלטן א צענטראלע רעדע געריכטעט צום פאלק איבער זיינע פלענער אויסצוארבעטן א פשרה אינערהאלב דעם קאנפליקט איבער די געריכטריכע רעפארמען.

הרצוג פרובירט שוין לענגערע וואכן צוזאמענצוברענגען ביידע זייטן צו א שליכטונג אבער טאפט א וואנט, אין אנהויב האט ער פארלאנגט אינאיינעם מיט די אפאזיציע פירער אפצושטעלן די סעסיעס אין וועלכע שמחה ראטמאן פון עוצמה יהודית פירט אדורך די רעפארמען פארגעשלאגן דורכן מיניסטער לעווין, ראטמאן און לעווין האבן קאטעגאריש אפגעזאגט דעם פארלאנג זאגנדיג אז זיי האבן באקומען דעם מאנדאט פונעם פאלק אדורכצופירן די רעפארמען און די אפאזיציע פירער דארפן זיך פרייען אז זיי זענען בכלל גרייט צו קומען צום פארהאנדלונגס טיש און אויפהערן שטעלן אבסורדע תנאים ווי אפשטעלן סעסיעס זינט דאס אפשטעלן די לעגיסלאציע וועט אפשטופן די רעפארמע צו טיף אינעם זומער.

הערצאג האט אין זיין רעדע געשאסן פיילן אנטקעגן ראטמאן און לעווין זאגנדיג אז די פארגעשלאגענע רעפארמע איז א צוטרעטנדע און דארף אויסגעראטן ווערן פון די וועלט, עפעס וואס האט געברענגט אויפברויז פון די רעכטע פאראנטווארטליכע וואס האבן געזאגט אז דער נשיא זאל נישט נעמען קיין זייט אין פאליטיק.

צו די זעלבע צייט האט ער געזאגט אז ער וועט פארשטעלן זיין פלאן פאר די רעפארמען אין די קומענדיגע טעג און האט גערופן צו די פירער פון די מדינה נישט צו שפילן קינדערישע חשבונות און אננעמען זיין פארשלאג ווי איידער ברענגען א טיפערער סאציאלער בראך וואס וועט אין זיינע ווערטער "אראפשטופן דאס לאנד פון דעם שפיץ בארג"

פרעימיער נתניהו האט באגריסט הערצאג פארן פרובירן שליכטן דעם קריזיס אין דער צייט וואס די לינקע פייערן מיט הערצאג'ס ווערטער אז דער ארגינעלער רעפארם דארף אויסגעראטן ווערן, צו די זעלבע צייט ווידערהאלן זיי זייער פארלאנג אפצושטעלן די לעגיסלאציע אלס דירעקטער תנאי צו סיי וועלכע שליכטונג-געשפרעכן, עפעס וואס ווי עס קוקט אויס פון הערצאג'ס היינטיגע ווערטער איז שוין נישט זיין פארלאנג, און זיין פלאן איז בלויז אז מען זאל אריינרוקן זיין רעפארם אין די יעצטיגע לעגיסלאציע און נישט דווקא אפשטעלן די סעסיעס.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
אינטערוועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 10:36 am

Re: נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל - **נאר נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערוועלטניק »

א חרדישע פילאט האט וואלענטירט צי פליען דעם אל-על פליגער וואס האט געפירט נתניהו פון מדנ"י קיין איטאליע, נאכדעם וואס קיין איין פילאט פון די לופטליניע האט נישט געוואלט פירן דעם ראה"מ אלס פראטעסט.
קרעדיט קול העולם
אטעטשמענטס
1633880689203347500.jpg
1633880689203347500.jpg (93.65 KiB) געזען 1042 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”