וויכטיג מאכער האט געשריבן:
ענדליך איז דא ברעכענדע נייעס, א ריזיגע קהילה, די גרעסטע אדער פון די גרעסטע קהילות האט באשלאסן צו מאכן עוועירנעסס פאר לייף אינשורענס, דער עולם ווארט אויף דעטאלן, און באאם, נאכאמאל, ערבים ווס לייף אינשורענס! לאז געמאכט!
איך זעה אז רוב עולם דא אויף איי-וועלט איז היפש פראָ לייף אינשורענס והמסתעף (שטייטצעך הכל בתר רישה גרור...) מיר פערזענדליך באדערד עס שוין אבער פאר עידזשעס! וואס סאאמהאו קען מיין מח-דזשעלי עס נישט מסיג זיין,
און היות איך זעה אז עס גיי שוין נעקסט-לעוועל און אט אט נעמען זיך גאנצעטע קהילת צוזאם
'אונצישרעקן דעם ציבור' אין זיכער מאכן אז יעדער האט לייף אינשורענס, האלט איך אז דער אמת'ער אמת דארף געזאגט ווערן בפומבי מיט באַק-ציינער.
די מעשה גייט אזוי:
פאמפעניקעל א זיידענע יונגערמאן האט חתונה,
פיגערט אויס דאס שלום בית,
עסט פאר-לאָנטש די ווייבס היימיש-געמאכטע טאָנאַ אין א דורכזיכטיגע קאנטעינער אין שווארצע שאפינג בעג נעבן די שירם'עס אין כולל,
לערנט פלייסיג,
א האלבע טאג מאכט ער שוין פאון-קאָלס פאר שומרי -החומות,
ווערט ב''ה געהאלפן,
טאטע/שווער טשיפן-אריין פארן קידוש,
טרעפט זיך פליצלינג טייֵט אין קעשענע,
וואנדערט פון ריקראטער צו ריקראטער צו טרעפן א ביגינער-דזשאב (אויסער בינדן און מאכן קאפיעס פון שליסלעך קען ער גארנישט..)
איינער איז זיך מרחם נעמט אים פאר אן אפיס ארבעטער,
פילטצעך ווי מיליאן-דאלער-פלאָס,
שטעקט אריין די ציצית אינטערן העמעד,
הייבט אן אויפצושטיין פרי,
עפענט אויף אן אֳ-דזשעֶי-סִי אקאנט,
זוכט א קאֳ-סיינער מיט לעכט,
נעמט ארויס אן עֶס-יאָ-ווִי (מיט טינט),
זאגט צו ער גייט געבן היטשעס פאר א יעדעם,
קויפט א טעבלעט פאר ביזנעס,
אריבער א יאר אהאלב:
ווידער געהאלפן געווארן ב''ה,
ס'געווען א וואכטנאכט ווי חתונה,
די רעבעצן קומט ב''ה צו די כוחות,
ער העלפט שוין יעדע נאכט אינדערהיים,
פעסט פאוועד צוויי יאר שפעטער:
אינמיטן די ארבעט קלינגט זיין פאון ער הייבט אויף פאר זיין חבר זעליג-זיינוול: העי וואטס אפ זעליג'וול וואס קען איך טוהן פאר דיר היינט?
ז.ז: שארט טא די פוינט, איך וויל זיך מיטן מיט דיר וועגן לייף-אינשורענס,
פאמפעניקעל: שאאר עניטיים! איך האב טאקע געהערט אז מען קען מאכן געלט דורך אן אינשורענס פאלעסי...
סקעדזשולד, דעיט. טיים. לאקעשן!
ביים מיטונג האט זעליג-זיינוול אונגעהויבן א לענגס און ברייטס ווי וויכטיג עס איז צו האבן קאווערעדזש,,, עד כאן היה המעשה משנים קדמוניות.
לאמיך ענק פרעגן קלוגע יודן:
עס איז דא צוויי חלקים אין א פאלעסי,
1) אויב ח''ו איינער האט געמאכט א יָו-טעֶרן אויף א ראָנג לעין און ס'קומט דאן אריין-ציפליסן א ווייער פון געלט פאר די יורשים.
2) די אלע טויזענטער מענטשן וואס לעבן ב''ה פיין און האקן-א-לעבן, און צאלן פרימיומס פאר זייער רואוקייט צו האבן א פאלעסי אין פלעיס.
איז קודם כל אויף נאמבער 1 פארוואס דארף איך בכלל טראכטן אז איך גיי מארגן שטארבן?
וויפיל 27 יעריגע ינגעלייט לעבן נאך, און וויפיל זענען שוין געשטארבן?
אויב העסטע מיר ענפערן אז קיינער האט אבער נישט קיין שום
גארענטי, איז אויב אזוי אפשר זאל איך אויך נישט דרייוון קיין קאר?!
(איך מיין עס איז דא א גרעסערע פראצענט מענטשן וואס שטארבן בשעתן דרייוון וויפיל קרן יתומים'ס עס איז שוין געווען אין די היסטאריע...)
נאכמער אין די מינוט וואס איך הייב אן טראכן פון זאכן וואס קענען אלס געשעהן, איז אויס וועלט!!!
איך דארף מיר יעדן איינציגן טאג טשעקן צו איך זעה נישט ח''ו א באָמפ ערגעץ ווי,
איך קען נישט מאכן קיין שום לעֶפ''ט טעֶר''ן'ס אויפן ראד ווייל א קאר קען קומען אין מיין בליינדספאט,
איך מוז גיין קוקן מיט א פעדער צו מיינע קינדער אטימען טאקע ביינאכט,
גיין אין מקוה מיט קראקס (נישט צו כאפן קיין דזשערמס ח''ו)
אויפהערן גיין מיטן עליוועטער (ווייל מ'הערט לעצטנס שרעקליכע מעשיות ל''ע)
טראכטן אגאנצן טאג אז די FBI גייט מיר אפשר אויפיקן היינט (וואס דאס האט מיינעך מער טשענסעס... אל תפתח שה לפטין)
אינשורען יעדע ווערטפולע זאך וואס איך קויף נאר, ווייל אפשר/אויב עפעס קען געשען, און זעהסט'אך נעבעך משה-לאזער, נישט געהאט קיין אינשורענס וויאזוי ער קוקט אויס.... (כשמו כן הוא לאזער-הגדול)
אפשר זאל איך אויך נישט מאכן קיין קאָפי צופרי ווייל עס קען זיך אויסגיסן אויף מיין ציצית ממש פאר א ביזנעס מיטונג.... (משום מעשה שהיה)
אלא מאי א מענטש מוז אנגיין און קען נישט זיצן און טראכטן נעגעטיוו ווייל אם כן
אין לדבר סוף!!!
און אויף די צווייטע חלק פלעין זיך צו שפירן סעיף ארום'וואקענדיג,
זאלן טאקע אלע אנגעצויגענע מענטשן (זעקסער''ס) וואס קויפן יעדע סארט ווארענטי אויפן כדיר אפי' למשל אויף א נעגל-וואסער-שיסל זיי זאלן אויך קויפן וויפיל אונשורענס די קאמפעניס זענען נאר גרייט צו געבן,
אבער לאזט ביטע צירוה די מענטשהייט?!
ווען עס וואלט ווען געווען א מקור אין די תורה אז א מענטש איז מחיוב זיך זארגן צי איבערלאזן פאר די קינדער ווייל 'אפשר'ס' און 'אויב'ס', דעמולטס הער איך, אז איך מוז נישט פארשטיין, און איך לויף שוין היינט קויפן א פאלעסי פון צען-מיליאן-טאלער!
ס'דאך אבער נישטא קיין מקור פאר א סיבה...
איז סתם אין א גרינעם דיענסטיג אנשרעקן דעם עולם צום טויט (אווערנעס בלע''ז) הייסט געריטן אויפן ציבור! געריטן אויף די מענטשהייט! נישט נארמאל! נישט אידישלעך! (און נישט לעגאל)
און אלס א סייד נאוט,
אויב וואלטן אלע מיינע חברים טאקע דא אויף איי-וועלט געטראכט אפי' איין מינוט אז זיי קענען ווערן 'ריפאנדעד' מארגן (נפטר), וואלט קיינער נישט געזיצן דא (געליינט מיינע שטיתים) און א דיבעיטעט וואס קהלייף גייט טוהן, נאר ענק וואלטן געזיצן אין בהמ''ד מיט א תהילם און א טאש-טיכל און אין צווישן איין קאפיטל און די אנדערע געשריבן א צואה....
איך האב שוין אמתן אריין געוואלט שרייבן דעי ארטיקעל ווען אַמני איז ארויסגעקומען מיט זייער נויז-קאמפיין א שטיק צייט צוריק, אבער יעצט אז קהילת נעמען זיך שוין צוזאם אונגעהויבן מיט סאטמער, סאטמער, סאטמער, און נאכדעם גייט עס גיין ווייטער צו פאפא-צעלים אאז''וו
שפיר איך מיר זייער
געטשויקט און
באצווינגען צו טוהן אזאך וואס וויפיל איך האב שוין געטרייט צו פארשטיין גייט עס מיר אבער נישט און קאפ אריין,
און איך בין זיכער אז קהל מיינט גוט און אזוי אויך אלע אינשורענס עידזשנטס, און ס'גייט אויך ארויסקומען גוטס פון דעם, און עס קומט לכאורה ארויס גוטס
אבער מיר פערזענדלעך מאכט דאס נישט קיין טראפ סענס! גענוג די אלע רעטאריק קאמפיינס וואס איך זעה יעדע שבת אין אלע שילן (ודי למבין)
איז ווען איך האב געזעהן דעם אשקול קהלייף איז מיר די בלוט ארויף אין קאפ והנה
פאלאצט''י וגם נעווארט''י,
''לידועת הציבור איך האב גארנישט געשריבן אויף למעשה, נאר געשערט מיינע אינערליכע טאדס, און אויב טראכטו צו קענסלען דיין פאלעסי וועגן מיין ארטיקעל, נעם איך נישט קיין שום אחריות אויף דיין זיסע משפחה וואס קען זיך טרעפן פליצלינג אויפן וואסער (דו האסט'אך יא מורא) און נעם אין אכט אז אין פאל פון א קרן-יתומים ח''ו רעכן דיר נישט אויף מיר פאר גרויסע זאכן, כעעל מערטסטנס ביישטייערן $18 OJC''