מעדיצין מאנגל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3550
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
מעדיצין מאנגל
די אנגעשטרענגטע סופליי ליניעס און מאנגל פון כמה פראדוקטן לאזט נישט נאך, עס איז געווען א מאנגל אין אויטא'ס, דערנאך בעיבי פארמולא, און שפעטער ווען אייער טוט שטייגן צוליב די אזויגערופענע פויגל וויירוס.
אצינד איז דאס גענומען געווארן צו א שטאפל ווייטער, ווען עס הערשט א מאנגל אין פארשידענע ערליי לעבנסוויכטיגע מעדיצינען, ספעציפיש אנטיביאטיק, און קינדער פעין רעליווער.
דזשאנסאן ענד דזשאנסאן האט וועלנדיג בארואיגן די סיטואציע ארויסגעגעבן א פארפירעריש סטעיטמענט קאפי פעיסט פון די ביידען אדמיניסטראציע אז פון זייער זייט איז בכלל נישטא קיין סופליי מאנגל און קינדער טיילענאל אדער מאטרין, נאר עס ווערט פשוט זייער שנעל אפגערוימט פון די שעלווס אין געוויסע געשעפטן צוליב די דימענד פון קאוויד-פלו-אר-עס-ווי, און עס בלייבט ליידיג ביז די נעקסטע ארדער קומט אריין און די ארבעטער פלאצירן די פראדוקטן אויף די שעלווס. דער אמת איז אבער, אז קיין שום פארמאסיוטיקל האלסעילער האט נישט אין סטאק קיין טיילענאל און מאטרין, און עס ווערט פארקויפט אויף די סעקאנדערי מארקעט פאר שיינע ציפערן.
אינדעסטריע עקספערטן ליעקן ארויס, אז ס'הערשט מאנגלען אין קריטישע באשטאנדטיילן צו פראדוצירן די מעדעצינען צוליב סופליי ליניע שוועריקייטן, און די פירמע'ס זענען היבש שלאבעריש דאס צו אדרעסירן.
לאנג לעבן זאל אמעריקע.

Re: מעדיצין מאנגל
אמן.ר' יום טוב האט געשריבן:די אנגעשטרענגטע סופליי ליניעס און מאנגל פון כמה פראדוקטן לאזט נישט נאך, עס איז געווען א מאנגל אין אויטא'ס, דערנאך בעיבי פארמולא, און שפעטער ווען אייער טוט שטייגן צוליב די אזויגערופענע פויגל וויירוס.
אצינד איז דאס גענומען געווארן צו א שטאפל ווייטער, ווען עס הערשט א מאנגל אין פארשידענע ערליי לעבנסוויכטיגע מעדיצינען, ספעציפיש אנטיביאטיק, און קינדער פעין רעליווער.
דזשאנסאן ענד דזשאנסאן האט וועלנדיג בארואיגן די סיטואציע ארויסגעגעבן א פארפירעריש סטעיטמענט קאפי פעיסט פון די ביידען אדמיניסטראציע אז פון זייער זייט איז בכלל נישטא קיין סופליי מאנגל און קינדער טיילענאל אדער מאטרין, נאר עס ווערט פשוט זייער שנעל אפגערוימט פון די שעלווס אין געוויסע געשעפטן צוליב די דימענד פון קאוויד-פלו-אר-עס-ווי, און עס בלייבט ליידיג ביז די נעקסטע ארדער קומט אריין און די ארבעטער פלאצירן די פראדוקטן אויף די שעלווס. דער אמת איז אבער, אז קיין שום פארמאסיוטיקל האלסעילער האט נישט אין סטאק קיין טיילענאל און מאטרין, און עס ווערט פארקויפט אויף די סעקאנדערי מארקעט פאר שיינע ציפערן.
אינדעסטריע עקספערטן ליעקן ארויס, אז ס'הערשט מאנגלען אין קריטישע באשטאנדטיילן צו פראדוצירן די מעדעצינען צוליב סופליי ליניע שוועריקייטן, און די פירמע'ס זענען היבש שלאבעריש דאס צו אדרעסירן.
לאנג לעבן זאל אמעריקע.
כפי ידיעתי האט דאס נישט דווקא צוטאהן מיט אמעריקע, אנדערע לענדער זענען אינעם זעלבן מצב.
די וועלט איז היינט איין גרויסע גלאבאלע דארף (global village)
Re: מעדיצין מאנגל
מיין לעקאלע פארמעסי האט שוין טאקע נישט קיין טיילענאל אין סטאק
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
- פישל דער פישער
- שר חמש מאות
- תגובות: 528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm
Re: מעדיצין מאנגל
איך מיין נאר מיט די off brands איז א מאנגל.
די געהעריגע טייילענאל ברענד אדער מאטרין ברענד איז נאך יא דא אין אלע געשעפטן

- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8823
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
Re: מעדיצין מאנגל
איצט געטשעקט אויף וואלמארט.קאם, ס'דא ברווח גדול.
סתם אנגעזייעט א שרעק!
סתם אנגעזייעט א שרעק!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- דרייטצעך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6225
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
- לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?
Re: מעדיצין מאנגל
טיילענאל און מאטרין (די ברענד) האלט אינאיין אריינקומען אין די געשעפטן, זעט נישט אויס ווי ס'איז דא א מאנגל מער ווי פשוט ספ"ק (סטרעפט, פלו, קאוויד).
געוויסע סארט אנטיביאטיק און געוויסע מענטעל מעדיצינען (לדוגמא פאר פאניק אטאקעס) איז יא דא א שטארקע מאנגל.

= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 370
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 01, 2013 6:50 pm
Re: מעדיצין מאנגל
היינט געווען אין וואלמארט אין די פאליצעס זענען ליידיג
- קלמן יעגער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 420
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 3:56 am
Re: מעדיצין מאנגל
שוין געהערט דערוועגן לעצטע וואך און פארשטייט זיך געלאפן קויפן.
דאס איז די חורבן. מ'זאגט אז ס'איז דא א מאנגל און פלוצלונג לויפט יעדער קויפן דעמאלס ווערט טאקע א מאנגל.
יעדער מאכט א חשבון ס'איז א זאל וואס האלט זיך פאר 2 3 יאר, מ'גייט עס עניוועיס דארפן סא לאמיר יעצט קויפן און זיין פארזיכערט.
דערווייל איז דא גענוג אין אלע היימישע געשעפטן. אבער אויב גייט יעצט ווערן א פאניק גייט מארגן אלעס אויסלויפן. אלזא אפשר איז כדי אויסצומעקן דעם אשכול

- חילי פאנעט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 430
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 3:42 pm
Re: מעדיצין מאנגל
שיק מיר א לינק, מיר זאגן זיי אנעוועלעיבל,יידישע קהילות האט געשריבן:איצט געטשעקט אויף וואלמארט.קאם, ס'דא ברווח גדול.
סתם אנגעזייעט א שרעק!
Re: מעדיצין מאנגל
וואס איז יעצט די ספליי טשעין תירוץ?? קאוויד איז דאך שוין נישט דא?
- shimon7323
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5641
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
- פארבינד זיך:
Re: מעדיצין מאנגל
Amoxicillin איז דא א שארטעשזש
ווי אויך די פרעסקריפשען מוטרין אדער טיילענאל דהיינו די אףף ברענד וואס מען באקומט דורך די פארמעסי ווען עס ווערט פארשריבן דורכן דוקטור.

- נשמת השכל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4649
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
- לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...
Re: מעדיצין מאנגל
דאן לאנג לעבן זאל די גאנצע וועלט - מיט זייערע פירער'ס אינאיינעם [גיי ווייס ווער זיי זענען..].פראקטיש האט געשריבן:כפי ידיעתי האט דאס נישט דווקא צוטאהן מיט אמעריקע, אנדערע לענדער זענען אינעם זעלבן מצב.ר' יום טוב האט געשריבן:לאנג לעבן זאל אמעריקע.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
Re: מעדיצין מאנגל
דאס איז דער בוכ"ע.נשמת השכל האט געשריבן:דאן לאנג לעבן זאל די גאנצע וועלט - מיט זייערע פירער'ס אינאיינעם [גיי ווייס ווער זיי זענען..].פראקטיש האט געשריבן:כפי ידיעתי האט דאס נישט דווקא צוטאהן מיט אמעריקע, אנדערע לענדער זענען אינעם זעלבן מצב.ר' יום טוב האט געשריבן:לאנג לעבן זאל אמעריקע.
נישט צו מוסר זאגן אבער אין ליכט פון די אומפרעצדענטע געשעענישן זינט קאוויד איז שווערער געווארן די אמונה אין השי"ת צוליב וואס מ'זעהט דאס בחוש.
אלע לענדער גרויסע און קליינע קענען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די סאציא-עקאנאמישע און קולטורעלע טוישונגען וואס דאס האט געברענגט.
די נושא פון מעדיצין מאנגל האט מיך פאראינטערעסירט נאך איידער דעם אשכול, כ'האב הנאה געהאט מ'האט דאס געעפענט.
באשולדינגען אמעריקע אדער גאר א געוויסע פארטיי איז עפעס פונעם עבר, די גאנצע וועלט איז מער ווייניגער אין די זעלבע קייט. טוה דיין השתדלות זיך איינצוקויפן מעדיצין אדער אנדערע וויכטיגע געברויכן אבער הער אויף קוקן אויף די מלכי אומ"ה וועלכע ווערן געפירט ווי א הונט מיט א ליעש דורכן מלך מלכי המלכים.
זייער אומקאמפאטענץ איז געווארן עקספאוזד ווי קיינמאל בעפאר.
Re: מעדיצין מאנגל
סתם צו דערמאנען פאר די וואס האלטן נאך ביי לסדר וישכחהו אז אנגעהויבן האט זיך די קאוויד מאנגעל פשוט מיט טוילעט פאפיר…ר' יום טוב האט געשריבן:די אנגעשטרענגטע סופליי ליניעס און מאנגל פון כמה פראדוקטן לאזט נישט נאך, עס איז געווען א מאנגל אין אויטא'ס, דערנאך בעיבי פארמולא, און שפעטער ווען אייער טוט שטייגן צוליב די אזויגערופענע פויגל וויירוס.
לאנג לעבן זאל אמעריקע.
- פרישוואסער
- שר האלף
- תגובות: 1876
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm
מאנגעל אין וויכטיגע מעדעצינען גייט ווייטער אן
פאר ווער עס ווייסט הערשט א שטארקע מאנגעל אין וויכטיגע מעדעצינען
Re: מעדיצין מאנגל
אט אזוי. אמונה חושית איז ב״ה געווארן פיל גרינגער, ממש א הארה פון אויבן.פראקטיש האט געשריבן:דאס איז דער בוכ"ע.נשמת השכל האט געשריבן:דאן לאנג לעבן זאל די גאנצע וועלט - מיט זייערע פירער'ס אינאיינעם [גיי ווייס ווער זיי זענען..].פראקטיש האט געשריבן:כפי ידיעתי האט דאס נישט דווקא צוטאהן מיט אמעריקע, אנדערע לענדער זענען אינעם זעלבן מצב.ר' יום טוב האט געשריבן:לאנג לעבן זאל אמעריקע.
נישט צו מוסר זאגן אבער אין ליכט פון די אומפרעצדענטע געשעענישן זינט קאוויד איז שווערער געווארן די אמונה אין השי"ת צוליב וואס מ'זעהט דאס בחוש.
אלע לענדער גרויסע און קליינע קענען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די סאציא-עקאנאמישע און קולטורעלע טוישונגען וואס דאס האט געברענגט.
די נושא פון מעדיצין מאנגל האט מיך פאראינטערעסירט נאך איידער דעם אשכול, כ'האב הנאה געהאט מ'האט דאס געעפענט.
באשולדינגען אמעריקע אדער גאר א געוויסע פארטיי איז עפעס פונעם עבר, די גאנצע וועלט איז מער ווייניגער אין די זעלבע קייט. טוה דיין השתדלות זיך איינצוקויפן מעדיצין אדער אנדערע וויכטיגע געברויכן אבער הער אויף קוקן אויף די מלכי אומ"ה וועלכע ווערן געפירט ווי א הונט מיט א ליעש דורכן מלך מלכי המלכים.
זייער אומקאמפאטענץ איז געווארן עקספאוזד ווי קיינמאל בעפאר.
אני הוא הנער, נער המדבר
Re: מעדיצין מאנגל
נישט דא געהעריג צי באקימען קינדער טיילענאל אין מאלטרין, אף ברענד קען מען יא אביסל,
געווען ביי צוויי urgent cares ביידע זענען אויסגעלאפן פין רעפיד סטרעפ טעסטס אין ווייסן נישט ווען עס קימט אריין נאך, די אויווערנייט האבן זיי אויך געזיכט צי שטופן איך זאל עס נישט מאכן,
איז דעס נארמאל?

וואס הייסט נישט עוועילעבל?קליין האט געשריבן:נישט דא געהעריג צי באקימען קינדער טיילענאל אין מאלטרין, אף ברענד קען מען יא אביסל,
איז דעס נארמאל?
https://www.target.com/p/children-39-s- ... lsrc=aw.ds
https://www.riteaid.com/shop/children-s ... ry-4-fl-oz
Re: מעדיצין מאנגל
Comes up by rite aid, quantity 1,KMW האט געשריבן:וואס הייסט נישט עוועילעבל?קליין האט געשריבן:נישט דא געהעריג צי באקימען קינדער טיילענאל אין מאלטרין, אף ברענד קען מען יא אביסל,
איז דעס נארמאל?
https://www.target.com/p/children-39-s- ... lsrc=aw.ds
https://www.riteaid.com/shop/children-s ... ry-4-fl-oz
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2693
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm
Re: מעדיצין מאנגל
איך האב שוין געבעטן אפאר מאל מיין דאקטער ליקוואוד מאטרין די לעצטע פאר וואכן און מאנסי קיין איין פארמעסי האט נישט די פריסקריפשאן ברענדס און סטאק אלע האבן נאר די נייע כשרע און אסאך האבן א לימיט 2 אנלי פער טייפ.
אויך געהאט לעצטע וואך ווען מיין דאקטער האט מיך פריסקרייבט cefadroxil א טאג נאכן סובסקייבן פאר א אנדערע קינד או ן ער האט געוואלט אז ביידע זאלן נעמען די זעלבע עס זאל זיין גרינגער צו געבן די זעלבע זאך די זעלבע צייט און די פארמעסי איז אויסגעלאפן דערפון ביים צווייטן
איך ווייס נישט פאר ווי לאנג זיי האבן עס נישט געהאט ער האט עס געשיקט צו א צווייטע פארמעסי אבער דאס איז זיכער עס איז דא א מאנגל און ליקוואוד פעין ריליווערס און מעגליך געוויסע מעדיקעישאנס אויך און אויך איז דא א שטארקע סטרעפ אויסברוך איבעראל.

- תגובות: 1620
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm
Re: מעדיצין מאנגל
דעס איז די 4oz עס איז די קליינע באטלעך און עס איז זייער זייער טייער, די געהעריגע 8oz איז כמעט נישט דא צו באקומען און ווער עס האט יא בעט דערפאר $15 וואס איז נישט נארמאל עס קאסט מער טייערע פלייש!!KMW האט געשריבן:וואס הייסט נישט עוועילעבל?קליין האט געשריבן:נישט דא געהעריג צי באקימען קינדער טיילענאל אין מאלטרין, אף ברענד קען מען יא אביסל,
איז דעס נארמאל?
https://www.target.com/p/children-39-s- ... lsrc=aw.ds
https://www.riteaid.com/shop/children-s ... ry-4-fl-oz
Re: מעדיצין מאנגל
liquid amoxicillin איז אויך דא א מאנגל. דאקטוירים געבן אנדערע סארט אנטיביאטיקס אנשטאטבוק קיפפער האט געשריבן:איך האב שוין געבעטן אפאר מאל מיין דאקטער ליקוואוד מאטרין די לעצטע פאר וואכן און מאנסי קיין איין פארמעסי האט נישט די פריסקריפשאן ברענדס און סטאק אלע האבן נאר די נייע כשרע און אסאך האבן א לימיט 2 אנלי פער טייפ.
אויך געהאט לעצטע וואך ווען מיין דאקטער האט מיך פריסקרייבט cefadroxil א טאג נאכן סובסקייבן פאר א אנדערע קינד או ן ער האט געוואלט אז ביידע זאלן נעמען די זעלבע עס זאל זיין גרינגער צו געבן די זעלבע זאך די זעלבע צייט און די פארמעסי איז אויסגעלאפן דערפון ביים צווייטן
איך ווייס נישט פאר ווי לאנג זיי האבן עס נישט געהאט ער האט עס געשיקט צו א צווייטע פארמעסי אבער דאס איז זיכער עס איז דא א מאנגל און ליקוואוד פעין ריליווערס און מעגליך געוויסע מעדיקעישאנס אויך און אויך איז דא א שטארקע סטרעפ אויסברוך איבעראל.
אני הוא הנער, נער המדבר
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2693
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 22, 2021 7:58 pm
Re: מעדיצין מאנגל
Reg Amoxicillin געבן שוין רוב דאקטוירים נישט ע״פ רוב (עכ״פ פאר סטרעפ) זיי טענה׳ן אז עס ארבעט שוין נישט אויף זייער אסאך מענטשןבניהו האט געשריבן:liquid amoxicillin איז אויך דא א מאנגל. דאקטוירים געבן אנדערע סארט אנטיביאטיקס אנשטאטבוק קיפפער האט געשריבן:איך האב שוין געבעטן אפאר מאל מיין דאקטער ליקוואוד מאטרין די לעצטע פאר וואכן און מאנסי קיין איין פארמעסי האט נישט די פריסקריפשאן ברענדס און סטאק אלע האבן נאר די נייע כשרע און אסאך האבן א לימיט 2 אנלי פער טייפ.
אויך געהאט לעצטע וואך ווען מיין דאקטער האט מיך פריסקרייבט cefadroxil א טאג נאכן סובסקייבן פאר א אנדערע קינד או ן ער האט געוואלט אז ביידע זאלן נעמען די זעלבע עס זאל זיין גרינגער צו געבן די זעלבע זאך די זעלבע צייט און די פארמעסי איז אויסגעלאפן דערפון ביים צווייטן
איך ווייס נישט פאר ווי לאנג זיי האבן עס נישט געהאט ער האט עס געשיקט צו א צווייטע פארמעסי אבער דאס איז זיכער עס איז דא א מאנגל און ליקוואוד פעין ריליווערס און מעגליך געוויסע מעדיקעישאנס אויך און אויך איז דא א שטארקע סטרעפ אויסברוך איבעראל.
- מאניש בנבנשתי
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5405
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
- לאקאציע: אין מיין גוף
Re: מעדיצין מאנגל
זיך געווינדערט פון ווי די ויגש האט ארויסגעשפראצט, און די שנייד דיין נעגל האט זיך געווידמעט אין אונזער סמעדרעש.. אהא, הייסטעס ס'דא א מעדיצין מאנגל.. אקעי, כ'הער.. ומייי ני אח ביק די שא.. אוי לע עם מעדיש ניי עוינעג.. ס'איז א חלק פון די מאנגל אין מעדעצין..
כלפי די אמאקסיסילין, ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, האט נישט צו טוהן מיט א מאנגל, דאקטוירעם געבן עס נישט קיין סאך היינט ווייל די אימיון סיסטעם פונעם היינטיגן דור האט אויפגעשטעלט א רעסיסטענס דערצו.. דהיינו ס'איז מער נישט אפעקטיוו, זינט אונז זענען אויפגעוואקסן געווארן דערמיט אזויפיל יאר, האט זיך אונזערע קערפער איינגעוואוינט דערצו, און ס'איז געווארן ווי א חלק פון אונזער די ען עי, און ס'העלפט מער נישט.. אדער העלפט עס גאר שוואך..

אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו
געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)
מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..
קרעפלאך והגלילות
דער שיעור שטיבל