שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

מאסן איראנע היינט ארויסגעקומען אפצייכענען די 40'טע טאג זינט די אומקום פון פרוי אמיני.

צווישן אנדערע איז פארגעקומען א צערמאניע ביי די באגרעבעניש פלאץ, מיט די באטייליגונג פון אזויפיל ווי (לויט טייל אומבאשטעטיגטע באריכטן) צען טויזענט.

אין אנדערע נייעס, איז היינט פארגקומען א שיסעריי ביי א שמייליגע ארט אין די דרום שטאט 'שיראז', וואו 13 זענען אומגעקומען.
לבנת הספיר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:39 am

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לבנת הספיר »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
מאסן איראנע היינט ארויסגעקומען אפצייכענען די 40'טע טאג זינט די אומקום פון פרוי אמיני.

צווישן אנדערע איז פארגעקומען א צערמאניע ביי די באגרעבעניש פלאץ, מיט די באטייליגונג פון אזויפיל ווי (לויט טייל אומבאשטעטיגטע באריכטן) צען טויזענט.
פין קול מבשר איז משמע אז ס'איז פארגעקומען אימריען "בשעת" די בייגרעבעניש

שווערע אומריען אין צפון איראן, אין צייט וואס מענטשען האבן זיך פארזאמעלט פאר די באגרעבעניש פונ'ם אנטי-רעגירונג פראטעסטירער מאַלאָודי
ה' נח פ״ג
נאך די באגרעבעניש האבן פראטעסטירער מארשירט צום גאווערנער'ס אפיס און האבן עס ארום גערינגעלט, ווען צו די זעלבע צייט האבן אויסגעבראכן אומריען אין אנדערע געגענטער פון די שטאט. לויט באריכטן האבן זיכערהייט קרעפטן זיך באנוצט מיט הייס געווער און פאטאל דערשאסן ווייניגסטענס 3 פראטעסטירער.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/71997
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די הויפט פון די רעוועלוצינערע געווארדיע מיסטער כוסעין סאלאמי האט געווארענט די שבת צי די בירגער אין איראן
"איך ווארען ענק, היינט איז די "לעצטע טאג" וואס עטס קומטס ארויס פראטעסטירען אין די גאסען פאר פרייהייט!
די נקמה אין ענק וועט זיין א ביטערע"

די ווערטער איז געקומען נאך א גאר בלוטיגע קרעקדאון די פארגאנגענע פרייטיג און שבת, וואס חוץ שיסען קידנעפען און אנמאקלען מאסען מענטשען זענען געדינגענע קרימענאלען און כוליגאנעס געגאנגען צי צענדליגע הייזער אויסשיסען פענסטער שטעכען רעדער און אסאך זענען אריין און לאביס פון טייערע קאנדאס אין טעהעראן און ציבראכען אלעס דארטען צי שיקען א מעסעזש פאר די בירגער אז די כוליגאנעס גייען נישט און ערגעץ דע אר העיר טו סטעי,

מיסטער סאלאמי האט געזאגט די ווארענונג און פארענט פון א פארזאמעלטע גרופע מענער וואס איז באשטאנען פון א געמיש פון געווארדיע באסיזש און קרימענאלען מערדער וואס די רעזשים האט פאריגע וואך ארויסגעלאזט פון תפיסה
סאלאמי איז געשטאנען און פארנט פון זיי און געזאגט די ווארענונג פאכענדיג זיין פינגער און די לופט און א דראענדע פאזיציע , די באטייליגטע האבען בלוט דארשטיג מיטגעשריגען,

און אנדערע נייעס איז די ווידערשטאנד קעגען די טרויעריג באקאנטע באסיזש שלעגער ארויף א לעוועל ווען מענטשען לאזען זיך נישט קידנעפען וויסענדיג אז זיי האבען מער נישט וואס צי פארלירען
אוועטאר
שדכן גדול
שר האלפיים
תגובות: 2573
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע: אומאן

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

ד"ר חומיון שמח, דער פארשטייער פון די אידן אין דעם איראנער פארלאמענט, האט געהאלטן א שטארקע קנאי'שע דרשה, זאגנדיג אז די ציונים פארטרעטן נישט די יודן!
ער טענהט אז זיי שטייען הינטער די דעמאנסטראציעס אין איראן קעגן דעם רעזשים...
אטעטשמענטס
63e05fbbe3cbd98e5361.jpg
63e05fbbe3cbd98e5361.jpg (41.68 KiB) געזען 5893 מאל
חיריק שר הפארברענגען!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

ברעקינג, זשאסטין טרודא:
סאיז צייט פאר די איראנע רעזשים צי גיין!

זשאסטין טרודא איז די ערשטע פירער פון די פרייע וועלט זיך צי באטייליגען און די מאסען פראטעסטען וועלכע פארשפרייטען זיך איבער די גארער וועלט צי פארדאמען די מולאס רציחות. זשאסטין האט דערקלערט מיט פאטאס, קאנאדא גייט מער נישט שטיין ביי די זייט און זיך ציקוקען ווי משעכט אויס אנשים נשים וטף אויף א טעגליכע פארנעם, די עקסטרעמיסטען ווילען מיר זאלען ווארטען אז דאס אומאנגענעמע געשעעניש זאל דורך גיין און מיר זאלען צוריק גיין ביזנעס עז יוזשעל אזוי ווי ביי די פאריגע פראטעסטען וועלכע זיי האבען אויסגעמארדעט און פארשוויגען אומשילדיגע מענטשען, זיי ווילען אז סזאל אויסקוקען קאמפליצירט אפצישטעלען מערדער פון זייער רציחה, מיר זאגען ניין. די וועלט האט אן אחריות און קאנאדא גייט נישט שטיין ביי די זייט
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

דייטשלאנד האט גערופן פאר אייראפעישע לענדער צו דעזיגנירען די רעוואלוציאנער גארד אלטס א טעראריסטישע ארגאניזאציע.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3282
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די קעניגרייך פון אראביע האט געווארענט די פאראייניגטע שטאטען, אז די קליקע וואס פירט איראן, גרייטען זיך צי אטאקירען אראביע און איראק כדי צי דייווערטען די פראבלעמען וואס פלאגען איר פון אינעווייניג.
די אטאקעס וועלען מעגליך זיין מיט דראונס
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן »

זיי שניידן אויל, און נאכדעם קומען זיי וויינען צו אמעריקע, זאלן זיי אטאקירט ווערן און אמעריקע זאל שטיין און די זייט.

איך בין בכלל נישט קיין ביידען שטיצער, נאר איך פיל עס יעדע מאל איך נעם געז פאר מיין קאר....
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

קארן האט געשריבן:
זיי שניידן אויל, און נאכדעם קומען זיי וויינען צו אמעריקע, זאלן זיי אטאקירט ווערן און אמעריקע זאל שטיין און די זייט.

איך בין בכלל נישט קיין ביידען שטיצער, נאר איך פיל עס יעדע מאל איך נעם געז פאר מיין קאר....
כ’גיי נישט שרייבן פון א’. הער אויס פינחס גלויבער. און דערנאך לייען עס איבער
פינחס גלויבער - אנאליז https://www.yiddish24.com/analysis/41/71477
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגער נעט פרייס זאגט אז אמעריקע שטייט און קאנטאקט מיט אראביע בנוגע די לעצטע סכנה צו זיי מצד די איראנע רעזשים,

טראץ די אנגעשטרענגטע באציאונג פון ביידען מיט אראביע האט פרייס געלאזט אנדייטען אז אמעריקע גייט נעמען שטרענגע שריט קעגען איראן אויב זיי אטאקירען אראביע

"מיר שטייען און קאנטאקט מיט די סאודיע קעניגרייך אויף אלע לעוועלס, מיליטעריש, דיפלאמאטיש, אינטעלזשענס, און מיר גייען נישט צעגערען קיין מינוט צי נעמען שריט קעגען די רעזשים אויב וועלען זיי טשעפענען דארט אונזערע אליארטע" (סאודיע און אירביל) האט פרייס געזאגט
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

סאודיע אראביע האט איבער געגעבען קראנטע אינטעל פאר אמעריקאנע אז איראן גרייט זיך צו אטאקירען סאודיע אראביע אדער אמעריקאנע אינטערעסען אדער די קורדען און די נעקסטע 48 שעה

סאודיע אראביע האט געזאגט אז זיי זענען אויף היי אלערט
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

אין ליכט פון די שווערע אומרוען אין איראן און די ברוטאלע קרעקדאון דורך די רעזשים קרעפטן, האט דייטשלאנד געבעטן אירע בירגער אין איראן צו פארלאזן דאס לאנד תיכף ומיד. אז נישט שטייען זיי אויס אין א סכנה ארעסטירט צו ווערן אויף לאנגע טערמינען.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

פראטעסטירער און אראק סיטי האבן אונטערגעצינדען צענדליגע פאליציי קארס וועלכע זענען זיי געקומען ארעסטירען
די רעזשים האט אריינגעברענגט העליקאפטערס
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

און אראק סיטי האבען זיך פארשארפערט די אומריען די בירגער האבען פארברענט א פאליציי סטאנציע וועלכע האט געזאלט האלטען פראטעסטירער
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

שווערע געשלעגען אין קאראזש צווישען פאליציי און די פראטעסטירער
די רעזשים האט גענצליך פארשלאסען דארט די אינטערנעט סערוויס
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

צ/ק
די רעזשים לאזט נישט טוישן די חדשים אין ליכט פון די קרעקדאון אויף די פרידליכע פראטעסטיריר...
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

פראטעסטירער אין טעהראן האבען -און א אקציע- אויסגעשאסען צענדליגע היימישע געמאכטע נעגעל אויף א אנקומענדע גרופע פון די באסיזש מערדער וועלכע זענען געקומען אויף מאטאר ביציקלען גרייט צי האקען קעפ,
די נעגעל האט פאראורזאכט אז די ערשטע מאטאר ביציקלען זאלען זיך איבערדרייען און געמאכט א טשעין עקסידענט מיט צענדליגע באסיזש פארוואונדעטע, באסיזש האט געשוואוירען נקמה
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

אן אפאזיציע אקטיוויסט מאסי אליניזשאד האט געבעטען אמעריקע און די פרייע וועלט זאל העלפען אריינשטעלען א יושרדיגע גאווערמענט אין איראן איינמאל די עקסטרעמיסטישע רעזשים פאלט צוזאם אין איראן,
די אפאזיציע האט געבעטען אז אמעריקע זאל רעדען צי די שאך קרוינפרינץ מר פאלאווי זאל בלייבען און אמעריקע ביז די מצב וועט זיך סעטלען דארט נאך (אויב) די רעזשים פאלט צאם

מער פון 2000 אקאדעמיקער האבען געבעטען פון ביידען אז ער זאל שוין ענדליך נעמען שריט קעגען די ברוטאלע קרעקדאון וואס די איראנע רעגירונג פירט אן פאר איבער 40 טעג בעיקר האבען זיי געבעטען אז ביידען זאל ווארענען אז זיי טארען נישט פייניגען און הארגענען קליינע קינדער,
צווישען אנדערע האבען זיי געשריבען אז ביידען טאר בשום אופן נישט געבען ביליאנען פאר די רעזשים יעצט נאר עס אוועק לייגען פאר די איראנע בירגער

פאקס נוז
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

פאלעסיידס האט געשריבן:
אן אפאזיציע אקטיוויסט מאסי אליניזשאד האט געבעטען אמעריקע און די פרייע וועלט זאל העלפען אריינשטעלען א יושרדיגע גאווערמענט אין איראן איינמאל די עקסטרעמיסטישע רעזשים פאלט צוזאם אין איראן,
די אפאזיציע האט געבעטען אז אמעריקע זאל רעדען צי די שאך קרוינפרינץ מר פאלאווי זאל בלייבען און אמעריקע ביז די מצב וועט זיך סעטלען דארט נאך (אויב) די רעזשים פאלט צאם
איז דא דארט א שאנס דען פון א געהעריגע גאווערמענט?
בד״וו אויב דער קרוינפרינץ וועט ווארטן ביז זאכן סעטלען זיך וועט ער לכאו׳ קענען דארט בלייבן…
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

א טראק דרייווער איז איבער געפארען צום טויט א באסיזש קאמענדיר

לויט באריכטען האט די באסיזש גרופע געהאלטען אינמיטען קידנעפען איינעם פון גאס
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

יוגענטליכע האבען אראפגעכאפט א טורבאן פון א פראמעניטע מולא (גלח) קאפ ווען יענער האט געהאלטען אינמיטען וואקען אויפן גאס..
זיי האבען דערנאך אפגעטראגען דערמיט
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: שווערע אומרוען אין איראן, תשרי תשפ"ג - 'נייעס'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

די איראנע דיאספרע קאלעקטיוו, א נאנפראפיט אומפארטייאישע מולטי גלויבען גרופע האט ארויס געלייגט גרויסע עדס אין טיימסקווער און שטיצע פון די פראטעסטירער אין איראן.
אויך האבען זיי געעפענט א גא פאנד מי צי שטיצען די באטראפענע משפחות וועלכע די רעזשים פייניגט דארט
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”