פינאנץ: באריכטן און אנאליזן איבער די סטאק מארקעט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
קרעמער האט געשריבן:מען שמועסט אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן אין סטאק מארקעט (פרעג מיר נישט קיין פרטים, איך בין זייער אומבאהאוונט דערין), ווייל עס קען שוין נישט צופיל פאלן, און וועט בעל כרחו אנהייבן שטייגן.
רעד איך היינט מיט א איד, א שיינער נגיד, וויסענדיג אז ער שפילט אסאך אין די סטאקס האב איך אום געפרעגט זיין מצב. זאגט ער מיר אז ער האט די לעצטע פאר וואכן געכאפט שרעקליכע פעטש דארט, אריינגערעכענט דעם יום כיפור.
אויף מיין פראגע פארוואס ער האט נישט גלייך ארויסגענומען דאס געלט פאר צוויי וואכן צוריק ווען ער האט געזעהן אז עס גייט אין קרקע אריין, האט ער מיר גענטפערט אז ס'האט אום שוין אויסגעקוקט ווי דאס איז שוין דער סוף, עס קען טיפער נישט גיין האט ער געקלערט, און אזוי קלערט ער היינט אויך און מיט דעם אלעם פאלט עס יעדן טאג מער און מער.
ווי עס קוקט יעצט אויס קען עס נאך פאלן ווייטער מיט אריבער זיבן טויזענט פונקטן, אנע דעם וואס עס זאל זיך הייבן, עס איז ווייט נישט פארטיג. די מארקעט ווארט נישט אויף קיינעם, ער טוט זיך אליין וויזאוי זיין הארץ גליסט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
די מארקעט טוט גארנישט אליינס, אלעס זענען די שפעקולאנטן שולדיג.
צוריקגיין צום אמאליגן האנדל, אנע סטאקס בלויז פערד מיט וואגן. אויב פאלט עס ווייסט מען צו זאגן פון א צובראכענעם ראד אדער אן אויסגעדארט פערדל.. אינמיטן דעם געדיכטן וואלד נעבן פריץ אין הויכע שניי מיט ים רויבערס. מיט א מאשקע צו דער זייט וואס טוט כסדר ראטעווען...

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
נו, אודאי זענען די שפעקולאנטן - און טאקע נאר די שפעקולאנטן - שילדיג.
ווייל וואס איז דען די סטאק מארקעט? עס איז א גרויסע באלאן. די שפעקולאנטאן זאגן די סטאקס גייט זיך הייבן, יעדער גלייבט זיי (ווייל געווענליך זענען זיי גערעכט), מען לויפט אינוועסטירן, און די סטאקס הייבן זיך טאקע.
און פארקערט איז די זעלבע זאך. די שפעקולאנטן "זאגן נבואה" אז די סטאקס וועלן אראפגיין און די גאנצע באלאן קראכט.

איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
ערב יו"ט האט א שטיקל שמחה ארום גענומען אונזערע ביינער ווען די סטאק מארקעט האט זיך געגעבן א כאפ אויף און די דאו איז ארויף געשפרינגן מיט איבער 900 פונקטן.
אבער עס האט נישט אנגעהאלטן צי לאנג און היצטערט גייט ער ווייטער בארג אראפ, היינט האט ער געטראסקט מיט איבער 700 פונקטן און איז אנגעקומען צי א שטוינענד נידריגע ציפער 8,577, מי יודע וואס עס וועט ווייטער זיין.
אין אנדערע נייעס איבער די עקאנאמיע איז ריטעל אראפ מיט 1.2 פראצענט לעצטע חודש, און פורניטשער-דיפארטמענט-עפלייענס סטארס געבן אלע אן שוואכע פארדינסטן.
זענען מיר געבליבן אז נאר אויפן אייבירשטען קענען מיר זיך פארלאזן.

מער און מער אנאליסטן לייגן ארויף די שולד פון די אומסטאבילעטעיט פון די סטאק מארקעט אויף די פאקט אז אבאמא איז אזוי הויך אין די פאולס.
http://www.vosizneias.com/21637/2008/10 ... -policies/
http://www.vosizneias.com/21637/2008/10 ... -policies/
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
- שטיקל גבאי
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
- לאקאציע: אין גבאי שטיבל