דורהעם אויספארשונג

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דאנשענקא אדוואקאטן אנערקענען צום ערשטן מאהל היינט אין א פיילינג צום געירכט אז זייער קליענט האט ווירקליך געארבעט אלץ אינפארמאנט פאר די עף בי איי און נוצן עס עס אלץ נאך א באווייז אז ער האט גענאסן פון צוטרוי און ער וואלט זיי נישט פארפירט מיט ליגנס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

לויט דורהעם'ס פיילינג לעצטע וואך האט די אגענטור איבערגעריסן זייער קאנטראקט מיט די אגענטור אום אקטאבער 2020 למספרם

די זעלבע למספרם מאנאט וואס דורהעם איז געווארן אויפגענומען

אבער די היינטיגע דאנשענקא פיילינג ווארפט עס אפ און שרייבט אז ער ווייטער געארבעט פאר די אגענטור ביז דעצעמבער 2020 למספרם
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די סניגור שרייבט אז זיי פלאנען צו פרעזענטירן אין זייער פארטיידיגונג ווי אזוי די אגענטור האט זיך פארלאזט אויף זיינע אינפארמאציע אויך ווען עס איז געוקמען צו אנדערע קעיסעס
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

כאפ איך נישט, האסט דאך געשריבן פאריגע וואך אז דאשענקא איז געפונען געווארן אומשולדיג (נישט ברעיקינג...)

עם איי מיסינג סאומטינג אר דשאוסט מעססינג סאומטינג?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

רעגענדיג האט געשריבן:
נישט ברעיקינג: דאנשענקא געפונען אומשולדיג.
אפס, סארי הכל, איך זעה אז רעגענדיג האט עס געשריבן...

רעגי, וואס פשט?
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

יאנאש האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
נישט ברעיקינג: דאנשענקא געפונען אומשולדיג.
אפס, סארי הכל, איך זעה אז רעגענדיג האט עס געשריבן...

רעגי, וואס פשט?
זייער פשוט, צו וואס ווארטן ביז די דעמאקראטן אויפן די.סי. געריכט געפינען אים אומשולדיג ווען מ'ווייסט שוין סיי ווי פון פאראויס אז דאס גייט זיין, והיינו טעמא ד'נישט ברעיקינג'..
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
צייטווייליגער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2022 2:19 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטווייליגער »

רעגענדיג האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:
רעגענדיג האט געשריבן:
נישט ברעיקינג: דאנשענקא געפונען אומשולדיג.
אפס, סארי הכל, איך זעה אז רעגענדיג האט עס געשריבן...

רעגי, וואס פשט?
זייער פשוט, צו וואס ווארטן ביז די דעמאקראטן אויפן די.סי. געריכט געפינען אים אומשולדיג ווען מ'ווייסט שוין סיי ווי פון פאראויס אז דאס גייט זיין, והיינו טעמא ד'נישט ברעיקינג'..
איך מיין אז עס איז נישט עטיש אזוי צו שרייבן אין א נייעס אשכול, איך האב פארשטאנען דעם ’נישט ברעיקינג’ פשוט אז די ’נייעס אז ער איז געפונען אומשולדיג’ איז געווען עקספעקטעד, און נישט אז עס איז אייער’ס א מיינונג.

#פרוסטערירט
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

צייטווייליגער האט געשריבן:

ביסט הונדערט פראצענט גערעכט, איך וויל איבערבעטן אלע אידן וואס כ'האב זיי 'מיסלעד' און כ'האף ס'וועט מער נישט פאסירן, ואתכם הסליחה.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

:lol: רעגנדיג וועט שוין קיין מידיע מאן נישט זיין, זיך אנטשולדיגט און א רגע מיט אזא הכנעה דאס קומט לכאורה פון זיין ״שוואכע״ עדיוקעישאן פון די ישיבה סיסטעם.

:lol: :lol:
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

מטעמים האט געשריבן:
:lol: רעגנדיג וועט שוין קיין מידיע מאן נישט זיין, זיך אנטשולדיגט און א רגע מיט אזא הכנעה דאס קומט לכאורה פון זיין ״שוואכע״ עדיוקעישאן פון די ישיבה סיסטעם.

:lol: :lol:
:evil:
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
World Champion
שר שלשת אלפים
תגובות: 3505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך World Champion »

מטעמים האט געשריבן:
:lol: רעגנדיג וועט שוין קיין מידיע מאן נישט זיין, זיך אנטשולדיגט און א רגע מיט אזא הכנעה דאס קומט לכאורה פון זיין ״שוואכע״ עדיוקעישאן פון די ישיבה סיסטעם.

:lol: :lol:
:lol:
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דורהעם הייבט אריין ערנסטע נידערלאגע ווען דער ריכטער בלאקירט זיינע פארזוכן צו קענען פארשטעלן מערערע שטיקלעך באווייזן ביים בעפארשטייענדן פראצעס
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

הכל הבל האט געשריבן:
דורהעם הייבט אריין ערנסטע נידערלאגע ווען דער ריכטער בלאקירט זיינע פארזוכן צו קענען פארשטעלן מערערע שטיקלעך באווייזן ביים בעפארשטייענדן פראצעס
ריכטער געשטעלט דורך?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
דורהעם הייבט אריין ערנסטע נידערלאגע ווען דער ריכטער בלאקירט זיינע פארזוכן צו קענען פארשטעלן מערערע שטיקלעך באווייזן ביים בעפארשטייענדן פראצעס
ריכטער געשטעלט דורך?
הכל הבל האט געשריבן:
דער ריכטער אין די דאנשענקא קעיס איז ענטאני טרענגא וועלכע איז געווארן נאמינירט דורך פרעזידענט בוש דער צווייטער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דער ריכטער ערלויבט נישט פאר דורהעם צו נוצן דעטאלן פון א פריערדיגע עף בי איי קאנטער שפיאנאזש אויספארשונג אויף דאנשענקא

דער ריכטער האט געזאגט אז ביידע זייטן זענען איינשטימיג אז די פאקט אז די ביורא האט בעפאר אויסגעפארשט דאנשענקא דארף ווערן ערווענט ביים פראצעס נאר וואס דאנשענקא פארלאנגט איז אז די דעטאלן פון יענע אויספארשונג זאל נישט ווערן דערמאנט

אבער דורהעם'ס פראקוראר מייקל קילטי טענה'ט אז דערמאנען די בלויזע פאקט אז אן אויספארשונג איז פארגעקומען איז נישט קיין אפציע צוליב וואס דאנשענקא וויל עס נוצן עס צו גיבן די אנשטעל פאר די דזשורי אז די ביורא האט אים שוין געפארשט און געשלאסן די אויספארשונג אן קיין קלאגעס אלץ א צייכן אז ער איז אומשולדיג

קילטי פארפירט אז אזא הנחה איז פאלש זינט די אורזאך פארוואס די ביורא האט ווירקליך געשלאסן די אויספארשונג איז געווען צוליב וואס זיי האבן גרייזיג געמיינט אז דאנשענקא האט פארלאזט די פאראייניגטע שטאטן אבער נישט צוליב וואס זיי האבן נישט געפונען גארנישט אויף אים

קילטי טענה'ט אז די דעטאלן פון יענע אויספארשונג זענען וויכטיג ארויסצוהאבן צו איבערצייגן אויב די אגענטור וואלט זיך געמעגט פארלאזן אויף די דאסיער און נישט עס פארדעכטיגן אלץ רוסישע מיסאינפארמאציע

ווי געשריבן איז אבער דער ריכטער נישט איינגעגאנגען דערויף

דער ריכטער בלאקירט אויך דאס נוצן באווייזן אז דאנשענקא האט פארפירט סטיעל איבער די קראנטנקייט פון די קוואל וועלכע האט פארציילט איבער די עקזיסטענץ פון אומאיידעלע רעקארדירונגען פון טראמפ זייענדיג אין רוסלאנד און ערלויבט נישט פארצושטעלן דורהעם'ס אינטערוויוס מיט די מענעדזשער פון די האטעל ווי די אינצידענט איז אנגעבליך פארגעקומען און אפילו אראפברענגן יענעם אין געריכט טראץ וואס דאנשענקא האט לויט דורהעם געזאגט פאר די ביורא אז יענער און סערגיע מיליען זענען געווען זיינע קוועלער איבער די געשיכטע טענה'ט אבער דער ריכטער אז דאס קוואליפיצירט נישט אלץ דירעקטע באווייזן צו מאטריאלע און קראנטע קלאגעס און ער ועוט דעריבער נישט לאזן אויפברענגן די באווייזן אז יענער מענעדזשער האט עס נישט געזאגט און אז מיליען האט אים נישט אנגערופן מיטצוטיילן אזעלכע אינפארמאציע

דער ריכטער ערלויבט פארצושטעלן באווייזן אונטערצושטיצן די באשולדיגונג אז דאנשענקא האט ליגן געזאגט פאר די ביורא אז ער האט נישט געארבעט פאר סטיעל

דער ריכטער האט אבער בלאקירט די פארזוך צו פרעזענטירן אן אימיעל אויסטויש אין וועלכע דאנשעקא מוטיגט זיין א געוועזנע מיטארבעטער צו נוצן פארפירערשיע טאקטיקן צו מאכן א באשולדיגונג אויסקוקן עכט דער ריכטער שרייבט אז די רעגירונג זוכט אפצומאהלן די כאראקטער פון דאנשעקא אין א נעגאטיווע ליכט אלץ אן אומאויפריכטיגע מאן וועלכע טוט לייכט פעלשן קוועלער און ער וועט עס דעריבער נישט ערלויבן

דורהעם האט אויך געוואלט פרעזענטירן 3 אימעיל אויסטוישן צווישן מיליען און אן איינגעשטעלטע ביי א רוסיש רעגירונג קאנטראלירטע מידיא אוטלעט צו דעמאנסטרירן אז דאנשענקא האט קיינמאל נישט באקומען די אנגעבליכע טעלעפאן רוף פון מיליען

דאנשעקא האט געשיקט זיין עערשטע אימעיל צו מיליען אום יולי 21 2016 למספרם און שפעטער געזאגט פאר די ביורא אז ער האט באקומען די אנגעבליכע רוף פון עימיצער וועלכע ער האט געגלויבט צו זיין מיליען ענדע יולי למספרם

איין אימעיל וועלכע דורהעם וויל פארשטעלן איז אן אימעיל פון מיליען צו יענעם רוסישע מידיא איינגעשטעלטע אין וועלכע ער שרייבט אום יולי 26 2016 למספרם : אן אימעיל איז געקומען פון איגאר, ווער איז ער און וועלכע סארט פארשוין?

דער ריכטער ערולויבט פארצושטעלן די אימעיל אבער ערלויבט נישט צו ווייזן צוויי אנדערע אימעיל אויסטוישן צווישן מיליען און יענע רוס געשיקט אום 2020 למספרם צוליב וואס די געריכט מוז זיך רעכענען מיט די געטוישטע אומשטענדן אין די צייט וואס די אימעילס זענען געווארן געשיקט
אוועטאר
אלטרא
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

די עף בי איי זאגט זיי האבן צוגעזאגט פאר קריסטאפער סטיעל א מיליאן דאלער אויב ער קען אויפווייזן די אינפארמאציע אין זיין דאסיער איז אמת און ער האט נישט געקענט.

די עף בי איי האט נאכדעם גענוצט דעם דאסיער אין דער פייסא ווארענט צו שפיאנירן אויף קארטער פעידזש
During questioning from Special Counsel John
Durham, Brian Auten, a supervisory counter intelligence analyst with
the FBI, revealed the FBI offered Christopher Steele one million
dollars if he could corroborate allegations in the Dossier, but that
Steele could not do so.

Auten repeatedly admitted under questioning from
Durham that the FBI never got corroboration of the information in the
Steele Dossier but used it in the initial FISA application and in the
three subsequent renewals.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשורי פריער געפונען איגאר דאנשענקא אומשולדיג אויף אלע קלאגעס
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

הכל הבל האט געשריבן:
דזשורי פריער געפונען איגאר דאנשענקא אומשולדיג אויף אלע קלאגעס
ווי ערווארטעט פון די "יושר'דיגע" וואשינגטאן די.סי. דזשורי.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

לויט א באריכט קומט שוין ספעשל קאונסעל דזשאן דורהעם אויספארשונג צו אן ענדע

עס ווערט אויך אויפגעדעקט אז אינמיטן פון די אויספארשונג האט דורהעם אויך געהאט געעפנט אן אויספארשונג אקעגן טראמפ זעלבסט נאכן באקומען א טיפ איבער עפעס וואס איז געווען צו פראבלעמאטיש פאר אים צו איגנארירן
עפרות זהב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 2:42 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפרות זהב »

הכל הבל האט געשריבן:
לויט א באריכט קומט שוין ספעשל קאונסעל דזשאן דורהעם אויספארשונג צו אן ענדע

עס ווערט אויך אויפגעדעקט אז אינמיטן פון די אויספארשונג האט דורהעם אויך געהאט געעפנט אן אויספארשונג אקעגן טראמפ זעלבסט נאכן באקומען א טיפ איבער עפעס וואס איז געווען צו פראבלעמאטיש פאר אים צו איגנארירן
די ני"ט שרייבט אזוי נאך 4 יאר [לענגער ווי די עצם רוסישע אינוועסטיגעשאן איז אנגעגאנגן] אויספארשונגען פון דורהעם איז ער אויפגעקומען מיט "גארנישט"
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

אזוי שרייבט קלאר די ניו יארק טיימס? שווארץ אויף ווייס?

כ'האב ב"ה א אייגענע מח, אויגן, און אויערן וואס זעען און הערן און פארשטייען וואס ס'גייט פאר, כ'דארף נישט די העקס זאלן מיר שווענקען מיין מח.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

הכל הבל האט געשריבן:
לויט א באריכט קומט שוין ספעשל קאונסעל דזשאן דורהעם אויספארשונג צו אן ענדע

עס ווערט אויך אויפגעדעקט אז אינמיטן פון די אויספארשונג האט דורהעם אויך געהאט געעפנט אן אויספארשונג אקעגן טראמפ זעלבסט נאכן באקומען א טיפ איבער עפעס וואס איז געווען צו פראבלעמאטיש פאר אים צו איגנארירן
איך ווינדער זיך פון ווי ער האט באקומען א טיפ! איר באקומט דריי געסעס עס אויס צו פיגורען. אבער דאס זאגט מיר (וואס איך האב שוין לאנג געוויזט) אז דורהעם איז אויך אין זייער הענט און איז זייערס.

viewtopic.php?p=4082956#p4082956
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פארזיצער דורבין זאגט אז אין ליכט פון די באשולדיגונגען איבער מיסברויכן, באנוץ פון איבערגעטריבענע מאכט אקעגן הויפט עדות און איגנארירן אאדוואקאטן אויף זיין טיעם וועלכע האבן געווארנט אז די קלאגעס אקעגן סאסמאן איז נישט גענוג שטארק פאראויסצוגיין דערמיט וועט די סענאט יורידישע קאמיטע עפענען אן אויספארשונג אריינצוקוקן דערין
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ביי א פארהער אין סענאט קאמיטע האט סענאטאר קענעדי געפרעגט פון אטוירני דזשענעראל מעריק גארלענד איבער די צוטריט וואס מייקל סאסמאן האט געהאט צו די עף בי איי הויפטקווארטיר געביידע

גארלענד: די ענטפער וועט דארפן אויסווארטן ביז די דורהעם באריכט וועט ארויסקומען און דאס דארף צו פאסירן רעלאטיוו אין קורצן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40151
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דורהעם באריכט וועט ווערן פובליצירט אום 4 אזייגער

די פירנדע מיטגלידער אויף די קאנגרעס און סענאט יורידישע קאמיטעען האבן עס שוין ערהאלטן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”