מאנהעטן - די 200 יעריגע אשכנזי'שע בני ישורון שול אין וועסט סייד מאנהעטן, וועלכע איז שוין דורכאויס די יארן געווען ארטאדאקסיש, דערנאך רעפארמער, שפעטער זיך אנגעשלאסן אין די קאנסערוואטיווע באוועגונג און איז היינט צוטאגס אומאפיליאירט, האט געמאלדן די טעג פאר די מיטגלידער פון די געמיינדע אז מען וועט מער נישט סערווירן קיין לאקס פיש, כדי צו ראטעווען די ענווייראמענט און אפשטעלן די פארמערטע פיש כאפן. די שול וועט צושטעלן גייסטישע און מאראלישע שטיצע צו קענען איבערקומען דעם שווערן טויש...
פאליציי האבן ארעסטירט א באוואפנטע מאן אין א רעסטוראנט אין פענסילוועניע אנגעטוהן אין א רעגנבויגן קאליר שייטל וועלכע האט פרובירט צוריקצושטעלן טראמפ אין אמט
טענה'ט די גרופע אז סעקשאן 45 פון די געזעץ וועלכע באשליסט וואס עס גייט אלץ אריין אונטער די פיש קאטעגאריע דארף ווערן איבערגעמאכט אריינצונעמען די סארט בינען
ווען די געזעץ רעכנט אויס וואס גייט אריין אין גדר פון פיש שרייבט עס צווישן אנדערן איבער באשפענישן וועלכע פארמאגן נישט קיין חוט השדרה און דעריבער פארפירט די גרופע אז די געזעץ דארף כולל זיין אלע סארט חוט השדרה'לאזע באשעפענישן און נישט בלויז דגי הים נאר אויך אינזעקטן אויף די טרוקעניש
די קאמיסיע האט באוויליגט אנצוהויבן די פראצעדור פון שטימען אויף די פראגע אבער איז דאן געווארן אנגעקלאגט דורך 7 אגריקולטור גרופעס וועלכע האבן זיך אפגערעדט אז עס וועט שעדיגן פארם פראדוקציע
אין 2020 למספרם די קאליפארניע סופעריאר געריכט האט זיי געגעבן גערעכט אבער די קעיס האט איז געווארן אפעלירט צום סטעיט דריטע דיסטריקט אפעלאט געריכט
אצינד האט די דריי ריכטער פאנעל צוריקגעדרייט די באשלוס פון די נידריגע געריכט און זיך געשטעלט אין ליניע מיט די גרופע וועלכע האט געזוכט צו דעזיגנירן די בינען
זיי זענען געקומען צום אויספיר אז טראץ וואס אין אלגעמיין וועלן מענטשן נישט אפלערנען בינען אלץ פיש קען מען עס אבער יא אנקוקן אזוי אין א געוויסע קאנטעקסט אריינגערעכנט די שפראך וואס די ספעציפישע געזעץ נוצט צו באצייכענען פיש
דערווייל איז אומקלאר אויב די געריכט וואלט אויך ערלויבט אז מען זאל אנהויבן טונקן די שבת חלה אין בינען זאפט
ראש השנה ווען מען טונקט די חלה אין די האניג קען מען שוין אויך זאגן דעם יהי רצון פון די פיש Two for the price of one
די אורטייל איז געווארן אפעלירט אבער נעכטן מיטוואך האט די אפעלאט פאנעל ווידער באשטעטיגט אז די בינען זענען ווירקליך פיש און דערמיט איז ערמעגליכט געווארן די געלעגנהייט צו באקומען א שטאך פון א פיש
מען פארשטייט אז די געריכט האבן אויסגערעכנט ארויסצוגעבן זייער באשלוס בעתו ובזמנו הארט איידער מען טרעט אריין אינעם נייעם יאר אז געואלד געשריגן זאל זאל זיך קענען אויסבעהטן ביים טונקן די די חלה אין די האניג נישט צו האבן א וויידלדיג יאר

אין עושין מצוות חבילות חבילות מ'וועט טונקען די עפל און בעטן אויף א זיס יאר, און עקסטער לעקן האניג און בעטן שנפרה ונרבה כדגים