נייעס מיט א שמייכל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

זוכנדיג איינצוצוימען זייער בודזשעט האט א שולע באורד אין וואשינגטאן סטעיט געשטימט צו עלימינירן פאנדינג פאר די מוזיק קלאסן וועלכע ווערן געגעבן פאר סטודענטן פון די פערטע און פיפטע קלאס און די באורד דירעקטאר האט ערקלערט פאר עלטערן אז דאס קומט צוליב וואס מוזיק קלאסן שטופן פאראויס די ווייסע סופרעמיסי קולטור און ערנסטע אינסטיטוציאנאלע געוואלדטאטן

ער האט אנערקענט אז די באורד האט געדארפט איינצוימען די פאסיק צוליב בודזשעט שניטן אבער קלארגעשטעלט אז די באשלוס וועלכע פראגראמען צו שניידן איז נישט בלויז עקאנאמיש

ער האט ערקלערט פאר די עלטערן אז די קלאסן ווערן נישט צוגעשטעלט אויף א גלייכע וועג לענגאויס די דיסטריקט מיט טייל שולעס וועלכע שטעלן עס צו אין די צייט וואס געוויסע סטודענטן דארפן זיין אפוועזנד און פארפאסן פונדאמענטאהלע לעקציעס וואס אנדערע באקומען

דירעקטאר סקאט קליפטהארן האט צו ערשט געזאגט אז סטרינגס און אינסטרומענטאהלע מוזיק פאר זיך איז נישט ווייסע סופרעמעסיזם פון נאטור אויס אבער דאן צוגעלייגט אז די וועג ווי אזוי עס ווערט גענוצט און די וועג ווי אזוי אונזערע שולעס, לאקאלע רעגירונג, סטעיט רעגירונג, קירכעס און געמיינדעס ווערן געפירט ערלויבט פאר די ווייסע סופרעמיסי קולטור פארצוזעצן און מיר דארפן אדרעסירן די וועג ווי אזוי עס ווערט אויסגענוצט צו קאמפליצירן די טעגליכע ערציאונג פון אונזערע קינדער אין די צייט וואס מיר ווילן אנהאלטן די פראגראם
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:15 pm
זוכנדיג איינצוצוימען זייער בודזשעט האט א שולע באורד אין וואשינגטאן סטעיט געשטימט צו עלימינירן פאנדינג פאר די מוזיק קלאסן וועלכע ווערן געגעבן פאר סטודענטן פון די פערטע און פיפטע קלאס און די באורד דירעקטאר האט ערקלערט פאר עלטערן אז דאס קומט צוליב וואס מוזיק קלאסן שטופן פאראויס די ווייסע סופרעמיסי קולטור און ערנסטע אינסטיטוציאנאלע געוואלדטאטן

ער האט אנערקענט אז די באורד האט געדארפט איינצוימען די פאסיק צוליב בודזשעט שניטן אבער קלארגעשטעלט אז די באשלוס וועלכע פראגראמען צו שניידן איז נישט בלויז עקאנאמיש

ער האט ערקלערט פאר די עלטערן אז די קלאסן ווערן נישט צוגעשטעלט אויף א גלייכע וועג לענגאויס די דיסטריקט מיט טייל שולעס וועלכע שטעלן עס צו אין די צייט וואס געוויסע סטודענטן דארפן זיין אפוועזנד און פארפאסן פונדאמענטאהלע לעקציעס וואס אנדערע באקומען

דירעקטאר סקאט קליפטהארן האט צו ערשט געזאגט אז סטרינגס און אינסטרומענטאהלע מוזיק פאר זיך איז נישט ווייסע סופרעמעסיזם פון נאטור אויס אבער דאן צוגעלייגט אז די וועג ווי אזוי עס ווערט גענוצט און די וועג ווי אזוי אונזערע שולעס, לאקאלע רעגירונג, סטעיט רעגירונג, קירכעס און געמיינדעס ווערן געפירט ערלויבט פאר די ווייסע סופרעמיסי קולטור פארצוזעצן און מיר דארפן אדרעסירן די וועג ווי אזוי עס ווערט אויסגענוצט צו קאמפליצירן די טעגליכע ערציאונג פון אונזערע קינדער אין די צייט וואס מיר ווילן אנהאלטן די פראגראם
ווען ער איז געווארן פארשריגן דערויף, האט ער געזאגט דעם פאלגנדע קאממענט:

"My comments related to ‘white supremacy culture’ is that predominantly white communities can sometimes display certain characteristics (a sense of urgency, defensiveness, either/or thinking, etc.) to support and perpetuate systems that benefit themselves and not necessarily all. We need to be aware of that and work against it. In this instance, it is not the curriculum. Rather, I would like to see instrumental music structured and administered in a maximally inclusive way. As you can see in my comments, I don’t believe “white supremacy culture” is unique to music education, the Olympia School District, our state, or this country, for that matter. It is our moral obligation to think critically and make mindful policy decisions that expand access, fight discrimination, and promote equity, especially in the context of deciding budget reductions. My comment was intended to encourage students, staff, administrators, and our community to be mindful of the work we all need to do to ensure our programs serve all students and families."

דו קענסט אפשר מסביר זיין וואס ער זאגט?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די טעלעוויזיע סקרין אויפן עיר פאורס 1 פרעזידענטליכע פליגער וועלכע לופטערט אלץ סי ען ען פראגראמען איז נעכטן אוונט -ווען פרעזידענט ביידען איז געווען אויפן וועג צוריק קיין וואשינגטאן נאך זיין באזוך אין ניו יארק- געווארן אריבערגעטוישט צו עם עס ען בי סי
אוועטאר
יחוס חוקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:56 pm
לאקאציע: אינעם היסטארישן לייבערי אין...

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחוס חוקר »

חידוש נפלא האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 2:09 pm
שארן בארן האט געשריבן: פרייטאג אפריל 21, 2023 2:08 pm
דאס קומט אויס ביליגער ווי טיילס.....
נישט ביליגער ווי טיילס נאר ס'איז די ביליגסטע טיילס, יעדע שטיק א פעני.
גאליציאנע טייעל'ס
אז די קענסט נישט די יחוס פון דיין רבי איז גארנישט געשעהן, אבער אויב קענסטו נישט די יחוס פון די אלופי עשו קענסטו נישט א פסוק חומש...
(מפי ר' חיים יוסף בידערמאן שליט"א בשם הרה"ק ר' שמעון'לע זעליחובער הי"ד - משגיח בישיבת חכמי לובלין)
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 11, 2023 9:59 am
די טעלעוויזיע סקרין אויפן עיר פאורס 1 פרעזידענטליכע פליגער וועלכע לופטערט אלץ סי ען ען פראגראמען איז נעכטן אוונט -ווען פרעזידענט ביידען איז געווען אויפן וועג צוריק קיין וואשינגטאן נאך זיין באזוך אין ניו יארק- געווארן אריבערגעטוישט צו עם עס ען בי סי
ווייל?
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

טראמפ'ס רעדע מסתם?
Clever code does not necessarily create clever Software
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ניו יארק סיטי קאונסיל האט פארלאפענע דאנערשטאג באשטעטיגט א געזעץ וועלכע לייגט צו קערפער הייך און וואג צו די ליסטע פאקטארן אקעגן וועלכע מען טאר נישט דיסקרימינירן

דאס נעמט אריין ארבעט און האוזינג און פארבאט אפצוזאגן אפליקאנטן באזירט אויף זייער הייך אדער איבערוואג

פארטאפינא איז א שטעטל אין צפון איטאליע באקאנט צו ציען אסאך טוריזם און די שטאט האט זיך דערזעהן מיט א פראבלעם אז די פילע טוריסטן פארפלייצן די גאסן און שטעלן זיך אפ אינמיטן די גאס פאר סעלפי פאטאגראפיע וואס פארשווערט די פלוס פון ווירבלנדע פארקער

די טאון האט באשלאסן צו ברענגן אן ענדע צו די אנשיקעניש און באשטעטיגט א געזעץ אז סעלפיס ביי געוויסע ערטער וואס געדויערן צו לאנג וועלן אפקאסטן א 300 דאלער שטראף

די רעדע איז איבער צוויי פראמינענטע לאקאציעס ביים וואסער וואו עס שלענגלען זיך אפט גאר לאנגע ליניעס וועלכע ווארטן זיך צו רעקארדירן מיט די פאנאראמישע הונטערגרונט הונטער זיך און אצינד וועט מען נישט קענען כאפן דארט מער ווי עטליכע בילדער

פארטאפינא איז נישט די איינציגסטע צו פארבאטן/באגרעניצן סעלפיס און עטליכע אנדערע אטראקציע ערטער איבער די וועלט האבן אויך ענליכע געזעצן איבערהויפט אין די זומער מאנאטן ווען עס ווערט מער אנגעלייגט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אין אלד ברידזש ניו דזשערסי איז אנדעקט געווארן עטליכע בערג פון אפגעקאכטע לאקשן פלאצירט הארט נעבן א טייכל וועלכע לויפט אריבער א וואלד אין די געגנט און אויטאריטעטן האבן אין איילעניש אויפגערייניגט די מיסטריעזע לאקשן מאסע איידער עס אפעקטירט די וואסער וועלכע פילסט אריין אין די טאון'ס וואסער סופליי

דערווייל איז נישט קלאר אויב יד ישראל באמצע און צו עס איז אהינגעשטעלט געווארן אין א פאריאגטע ערב פסח הארט איידער די סוף זמן שריפת חמץ אדער אויב עס איז געווען א רעגלמעסיגע פראיעקט פון קינדער אין די געגנט וועלכע האבן נישט געגליכן זייער מוטער'ס נאכמטמאהל און דארט אויסגעליידיגט די אינהאלט

מען שאצט אז עס האנדלט זיך פון ארום 500 פונט מערערע ערליי לאקשען אנגעהויבן פון ספעגעטי און געענדיגט ביי עלנבויגן (שופר) לאקשן
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:43 pm
אין אלד ברידזש ניו דזשערסי איז אנדעקט געווארן עטליכע בערג פון אפגעקאכטע לאקשן פלאצירט הארט נעבן א טייכל וועלכע לויפט אריבער א וואלד אין די געגנט און אויטאריטעטן האבן אין איילעניש אויפגערייניגט די מיסטריעזע לאקשן מאסע איידער עס אפעקטירט די וואסער וועלכע פילסט אריין אין די טאון'ס וואסער סופליי

דערווייל איז נישט קלאר אויב יד ישראל באמצע און צו עס איז אהינגעשטעלט געווארן אין א פאריאגטע ערב פסח הארט איידער די סוף זמן שריפת חמץ אדער אויב עס איז געווען א רעגלמעסיגע פראיעקט פון קינדער אין די געגנט וועלכע האבן נישט געגליכן זייער מוטער'ס נאכמטמאהל און דארט אויסגעליידיגט די אינהאלט

מען שאצט אז עס האנדלט זיך פון ארום 500 פונט מערערע ערליי לאקשען אנגעהויבן פון ספעגעטי און געענדיגט ביי עלנבויגן (שופר) לאקשן

גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:43 pm
די ניו יארק סיטי קאונסיל האט פארלאפענע דאנערשטאג באשטעטיגט א געזעץ וועלכע לייגט צו קערפער הייך און וואג צו די ליסטע פאקטארן אקעגן וועלכע מען טאר נישט דיסקרימינירן

דאס נעמט אריין ארבעט און האוזינג און פארבאט אפצוזאגן אפליקאנטן באזירט אויף זייער הייך אדער איבערוואג
:wink: :wink:

גייט מען דאס דארפן אראפנעמען? :wink:

Elevator 05.jpg
Elevator 05.jpg (356.72 KiB) געזען 4835 מאל
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

כאפצעם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 12:18 pm
אין א שאקינג דעוועלאפמענט האט די פענטעגאן אנדעקט אז זיי האבן איבערגעשאצט די ביז יעצטיגע וואפן געשיקט קיין אוקריינע מיט גאנצע 3 *ביליאן* דאלער.

דאס איז גוטע נייעס פאר אוקריינע וואס קריגן יעצט א פרישן שיסל אומגעראכטענע געלטער.
וויאזוי האט א קאנגרעסמאן אמאל געזאגט..
א ביליאן דא א ביליאן דארט, ביז וואס-ווען-ווי און מען הייבט אן רעדן פון ערנסטע געלטער.....
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ביי די רעפובליקאנע קאקוס זיצונג איצט פארמיטאג האט ספיקער מעקארטי אפגעהאלטן א פאנדרעיזינג אוקשען אין וועלכע מעמבערס האבן געקענט בידן אויף זיין גענוצטע ליפן וואזעלין

ווען מעקארטי האט אנערקענט אז די אפרוף איז שוואך האט ער אנאנסירט אז דער עוונטועלע געווינער גייט באקומען א באנוס פון זיין באטייליגונג ביי א אוונט מיט ביישטייערער פונעם באטרעפנדער קאנגרעס מיטגליד

דאס האט שוין באוויזן אויפצוטרייבן מער אינטערעסע און אין די ענדע האט קאנגרעספרוי גרין אפגעקויפט די אפגענוצטע ליפן באלזאם פאר די פרייז פון 100 טויזנט דאלער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פארלאפענע אפריל למספרם האבן קאנגרעסלייט דזשעראד מאשקאוויטש (ד) און לארי טשאוועז דערעמער (ר) געשאפן די אומפארטייאישע קאנגרעסיאנאלע סניקער קאקוס

מאשקאוויטש האט ערקלערט די וויכטיגקייט פון קאנגרעס מיטגלידער צו טראגן סניקערס ביים ארבעטן אויף קעפיטאל היל זאגנדיג אז דאס רעפרעזענטירט די נאסטאלגיע צו זיינע יוגנט יארן און שאפט א פארבינדונג מיט די קומענדיגע דורות און דאס ווערט שאפן א פארבינדונג צווישן קאנגרעס מיטלידער, זייער שטאב און באזוכער

ביי די לעצטע ווייסע הויז סאמיט איבער די חובות דאך זענען קאנגרעס ספיקער קעווין מעקארטי און מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס ביידע ערשינען אין ווייסן הויז טראגנדיג סניקערס און געוויסע האבן פארדאמט די מאנגל פון רעספעקט וואס דאס איז צום אוועל אפיס

די נייע קאקוס האט אבער אצינד ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט עס צו באגריסן און טוט שטארק פארטיידיגן די רעכט פון קאנגרעס פירער צו באזוכן די ווייסע הויז מיט סניקערס
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3291
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:43 pm
פארטאפינא איז א שטעטל אין צפון איטאליע באקאנט צו ציען אסאך טוריזם און די שטאט האט זיך דערזעהן מיט א פראבלעם אז די פילע טוריסטן פארפלייצן די גאסן און שטעלן זיך אפ אינמיטן די גאס פאר סעלפי פאטאגראפיע וואס פארשווערט די פלוס פון ווירבלנדע פארקער

די טאון האט באשלאסן צו ברענגן אן ענדע צו די אנשיקעניש און באשטעטיגט א געזעץ אז סעלפיס ביי געוויסע ערטער וואס געדויערן צו לאנג וועלן אפקאסטן א 300 דאלער שטראף
ברויך מען בעטן די לאקאלע סיטי קאנסיל דאס צו אדאפטירן פאר לי עוועניו...
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:43 pm
די ניו יארק סיטי קאונסיל האט פארלאפענע דאנערשטאג באשטעטיגט א געזעץ וועלכע לייגט צו קערפער הייך און וואג צו די ליסטע פאקטארן אקעגן וועלכע מען טאר נישט דיסקרימינירן

דאס נעמט אריין ארבעט און האוזינג און פארבאט אפצוזאגן אפליקאנטן באזירט אויף זייער הייך אדער איבערוואג
די ביל אנטהאלט אויסנאמען אפצוזאגן מענטשן וואס זייער קערפער געבוי איז אן ערנסטע שטער אויסצופירן די ספעציפישע ארבעט

מעיאר עדעמס האט עס פרייטאג אונטערגעשריבן

עס גייט נישט אריין אין אפעקט בעפאר נאוועמבער 22 למספרם צו גיבן צייט פאר מענטשן צוצונעמען וואג און קוואליפיצירן פאר די נייע דיסקרימינאציע באשיצונג
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע: אויפן ברוקלין ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 3:48 pm
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג מאי 15, 2023 2:43 pm
די ניו יארק סיטי קאונסיל האט פארלאפענע דאנערשטאג באשטעטיגט א געזעץ וועלכע לייגט צו קערפער הייך און וואג צו די ליסטע פאקטארן אקעגן וועלכע מען טאר נישט דיסקרימינירן

דאס נעמט אריין ארבעט און האוזינג און פארבאט אפצוזאגן אפליקאנטן באזירט אויף זייער הייך אדער איבערוואג
די ביל אנטהאלט אויסנאמען אפצוזאגן מענטשן וואס זייער קערפער געבוי איז אן ערנסטע שטער אויסצופירן די ספעציפישע ארבעט

מעיאר עדעמס האט עס פרייטאג אונטערגעשריבן

עס גייט נישט אריין אין אפעקט בעפאר נאוועמבער 22 למספרם צו גיבן צייט פאר מענטשן צוצונעמען וואג און קוואליפיצירן פאר די נייע דיסקרימינאציע באשיצונג
סא איך זאל נישט גיין אויף דייעט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א הויך שולע אין טעקסאס האט אפגעשטופט איר גראדואציע פייערונג נאך וואס מערסטנס סטודענטן קלאס זענען דורכגעפאלן צו באקומען זייערע דיפלאמעס

בלויז 5 פון די 33 מארלין הויך שולע האבן עס פארדינט אעון די שולע האט אפגעשטופט די צערעמאניע אויף שפעטער אין יוני למספרם צו גיבן נאך א שאנס פאר מער סטודענטן צו קוואליפיצירן
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

תגובה דורך ניין דו »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:15 am

זיי האבן זיכער געהאט א ישיבה עדיוקעישן....
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4837
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

ניין דו האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:05 pm
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:15 am
א הויך שולע אין טעקסאס האט אפגעשטופט איר גראדואציע פייערונג נאך וואס מערסטנס סטודענטן קלאס זענען דורכגעפאלן צו באקומען זייערע דיפלאמעס

בלויז 5 פון די 33 מארלין הויך שולע האבן עס פארדינט אעון די שולע האט אפגעשטופט די צערעמאניע אויף שפעטער אין יוני למספרם צו גיבן נאך א שאנס פאר מער סטודענטן צו קוואליפיצירן
זיי האבן זיכער נישט געהאט א ישיבה עדיוקעישן....
כצ"ל...
איך קויף נישט ביי קיין רויבער-קאלער!
this massage is paid for by DontSupportRoboCallers super pac.
_______
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
אוועטאר
ניין דו
שר האלף
תגובות: 1447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 3:51 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין דו »

איל משולש האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 3:31 pm
ניין דו האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 12:05 pm
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 10:15 am
א הויך שולע אין טעקסאס האט אפגעשטופט איר גראדואציע פייערונג נאך וואס מערסטנס סטודענטן קלאס זענען דורכגעפאלן צו באקומען זייערע דיפלאמעס

בלויז 5 פון די 33 מארלין הויך שולע האבן עס פארדינט אעון די שולע האט אפגעשטופט די צערעמאניע אויף שפעטער אין יוני למספרם צו גיבן נאך א שאנס פאר מער סטודענטן צו קוואליפיצירן
זיי האבן זיכער נישט געהאט א ישיבה עדיוקעישן....
כצ"ל...
יא יא, איך האב עס פארשטייט זיך געשריבן בדרך צחות, סארקאסטיש בלע"ז...
ערשינען!!! די סוכות שרייבער אויסגאבע איז שוין ארויס לאור עולם.
זייטס אייך מהנה, און זייטס מהנה אייערע חברים וידידים.

שרייבער אלול-סליחות שרייבער ראש השנה - יום כיפור שרייבער סוכות + ביילאגע
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 1:18 pm
פארלאפענע אפריל למספרם האבן קאנגרעסלייט דזשעראד מאשקאוויטש (ד) און לארי טשאוועז דערעמער (ר) געשאפן די אומפארטייאישע קאנגרעסיאנאלע סניקער קאקוס

מאשקאוויטש האט ערקלערט די וויכטיגקייט פון קאנגרעס מיטגלידער צו טראגן סניקערס ביים ארבעטן אויף קעפיטאל היל זאגנדיג אז דאס רעפרעזענטירט די נאסטאלגיע צו זיינע יוגנט יארן און שאפט א פארבינדונג מיט די קומענדיגע דורות און דאס ווערט שאפן א פארבינדונג צווישן קאנגרעס מיטלידער, זייער שטאב און באזוכער

ביי די לעצטע ווייסע הויז סאמיט איבער די חובות דאך זענען קאנגרעס ספיקער קעווין מעקארטי און מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס ביידע ערשינען אין ווייסן הויז טראגנדיג סניקערס און געוויסע האבן פארדאמט די מאנגל פון רעספעקט וואס דאס איז צום אוועל אפיס

די נייע קאקוס האט אבער אצינד ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט עס צו באגריסן און טוט שטארק פארטיידיגן די רעכט פון קאנגרעס פירער צו באזוכן די ווייסע הויז מיט סניקערס
די סניקער קאקוס פאררופט א מאסיווע קאנגרעסיאנאלע סניקער טאג אויף מארגן מיטוואך און מוטיגט מיטגלידער און שטאב און אזוי אויך דזשורנאליסטן צו טראגן סניקערס ארויסצוצייגן סאלידאריטעט מיט די אינספיראציאנאלע באוועגונג
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יוני 20, 2023 10:26 am
הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2023 1:18 pm
פארלאפענע אפריל למספרם האבן קאנגרעסלייט דזשעראד מאשקאוויטש (ד) און לארי טשאוועז דערעמער (ר) געשאפן די אומפארטייאישע קאנגרעסיאנאלע סניקער קאקוס

מאשקאוויטש האט ערקלערט די וויכטיגקייט פון קאנגרעס מיטגלידער צו טראגן סניקערס ביים ארבעטן אויף קעפיטאל היל זאגנדיג אז דאס רעפרעזענטירט די נאסטאלגיע צו זיינע יוגנט יארן און שאפט א פארבינדונג מיט די קומענדיגע דורות און דאס ווערט שאפן א פארבינדונג צווישן קאנגרעס מיטלידער, זייער שטאב און באזוכער

ביי די לעצטע ווייסע הויז סאמיט איבער די חובות דאך זענען קאנגרעס ספיקער קעווין מעקארטי און מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס ביידע ערשינען אין ווייסן הויז טראגנדיג סניקערס און געוויסע האבן פארדאמט די מאנגל פון רעספעקט וואס דאס איז צום אוועל אפיס

די נייע קאקוס האט אבער אצינד ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט עס צו באגריסן און טוט שטארק פארטיידיגן די רעכט פון קאנגרעס פירער צו באזוכן די ווייסע הויז מיט סניקערס
די סניקער קאקוס פאררופט א מאסיווע קאנגרעסיאנאלע סניקער טאג אויף מארגן מיטוואך און מוטיגט מיטגלידער און שטאב און אזוי אויך דזשורנאליסטן צו טראגן סניקערס ארויסצוצייגן סאלידאריטעט מיט די אינספיראציאנאלע באוועגונג
נו אפשר געבט מען א באריכט פון די היינטיגע סניקער טאג?..
מיט א רואיגקייט
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א שטודיע וועלכע האט אינסטאלירט רעקארדירונג אפאראטן אויף 19 דאלפין פישן וועלכע שווימען אין פלארידא'ס סאראסאטא בעי האבן פובליצירט זייערע געפינסן

ווי זיי זאגן האט מען אויפגעכאפט די סיגנאלן ווי אזוי די מאמע פישן קאמיוניקירן מיט זייער פיצלעך נוצנדיג א מער קוויטשעדיגע שטימע ווי ווען זיי רעדן מיט ערוואקסענע פישן

די ערשיינונג איז ענליך צו דאס וואס מען זעהט ביי מענטשן ווען עלטערן רעדן מיט אן אנדערע טאן צו זייערע קליינווארג

ווי זיי זאגן זענען עס בלויז די מאמע פישן וועלכע זענען פארמישט און האדעווען די קליינע פישלעך אונטער זייער שויס פאר די ערשטע דריי יאר איידער זיי מאכן זייער וועג ארויס זעלבסטשטענדיג צו די גארער וואסער און די טאטע פישן זענען נישט פארמישט אין די חינוך פון זייערע קינדער
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע: ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 4:09 pm
א שטודיע וועלכע האט אינסטאלירט רעקארדירונג אפאראטן אויף 19 דאלפין פישן וועלכע שווימען אין פלארידא'ס סאראסאטא בעי האבן פובליצירט זייערע געפינסן

ווי זיי זאגן האט מען אויפגעכאפט די סיגנאלן ווי אזוי די מאמע פישן קאמיוניקירן מיט זייער פיצלעך נוצנדיג א מער קוויטשעדיגע שטימע ווי ווען זיי רעדן מיט ערוואקסענע פישן

די ערשיינונג איז ענליך צו דאס וואס מען זעהט ביי מענטשן ווען עלטערן רעדן מיט אן אנדערע טאן צו זייערע קליינווארג

ווי זיי זאגן זענען עס בלויז די מאמע פישן וועלכע זענען פארמישט און האדעווען די קליינע פישלעך אונטער זייער שויס פאר די ערשטע דריי יאר איידער זיי מאכן זייער וועג ארויס זעלבסטשטענדיג צו די גארער וואסער און די טאטע פישן זענען נישט פארמישט אין די חינוך פון זייערע קינדער
אריין אין דעים אשכול
Times New Roman (Headings CS)...
אבימלך האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 11:16 pm
אפשר אויב מען וועט זאגען פאר מענטשן אז די מוח איז א עפפ, וועלען זיי אנהייבן עס צו ניצען!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”