נייעס מיט א שמייכל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 36137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פירמע איז פארמישט אין א פרישע אינציאטיוו צו ערצייגן סינטעטישע אלקאהאל און אנטשפרעכט צוצושטעלן די זעלבע געשמאקע ערפארונג וואס וויין שענקט אבער אן די זייטן ווירקונגען און נעגאטיווע אפעקט וואס עס לאזט איבער אויפן קערפער
אוועטאר
נשמת הניגון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2023 3:15 am
לאקאציע: בהיכל הנגינה וואס איז נעבן די היכל התשובה

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת הניגון »

באראטונג האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:08 pm
הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 4:41 pm
שעטנז האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:07 pm
הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:02 pm
אן עלעמענטערי שולע לערערין פון קאלאראדא האט איז ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט מיט איר געשיכטע ווי אזוי זי איז געווארן געראטעוועט דורך א גרופע פריינד זייענדיג אויפן שוועל פון טויט

די לערערין האט זיך געהאט צושיידט פון א מאן מיטן נאמען יונתן קראסלי און פרובירט צו פארגעסן פון אים ביז יענע שרעקליכע טאג ווען זי האט ביים אהיימקומען אויפגעפאסט אז די טיהר פון איר קעלער איז ברייט אויפגעפראלט

די ערשיינונג איז געווען פארדעכטיגט אבער זי האט פרובירט זיך צו בארואיגן און עס פארשלאסן מאכנדיג איר וועג אריין צו איר וואוינונג און זיך געוואנדן צו אירע שטוב באשעפענישן אומצוקוקן אויף זיי

מיטאמאל האט זי געשפורט א זעץ און דאס איז געקומען פון קראסלי וועלכע האט איר אטאקירט פון הונטערוויילעכטס און מערדערליך צושלאגן און אריינגעהאקט איר קאפט אין די וואנט ביז עס געגאנגען בלוט

אין אנהויב האט זי פרובירט צוריקצוקעמפן אבער קראסלי האט ארויסגעצויגן א קיך מעסער און איז איר לייכט איבערגעקומען נאכן שטעכן עטליכע מאל און זי האט דאן אויפגעגעבן און זיך געמאכט טויט אין א פארזוך אז ער זאל איר אפלאזן

זי האט אין פאקט געשפורט אז אירע מינוטן זענען טאקע געציילטע און די שווערע שטעך וואונדן וועלן איר נישט ערלויבן איבערצולעבן אבער דאן איז געקומען די ערשטע פונק פון האפענונג ווען איר פארשטארבענע באבע האט זיך באוויזן בהקיץ און זיך געשטעלט נעבן איר

ווי די פרוי פארציילט האט איר די באבע נישט געזאגט קיין ווארט און נישט געמאכט סיי וועלכע באוועגונג נאר בלויז ווארים געשמייכלט צו איר

די וואונדערליכע התגלות האט נישט אנגעהאלטן אויף אייביג נאר איר באבע איז מיטאמאל פארשוואונדן פון דארט אבער א סעקונדע שפעטער האט זיך באוויזן איר'ס א נאנטע פריינדין פון שולע וועלכע איז באגאנגען זעלבסטמארד אין 2020 למספרם

ווי די פרוי שילדערט האט די פריינדין בלויז געשמייכלט און טראץ וואס זי האט נישט געטוהן עפעס זאכליך איר צו העלפן האט עס געמיינט גאר אסאך פאר איר צו טרעפן א פריינד וועם זי באוויינט שוין ביטערליך פאר די לעצטע 3 יאר

נאך עטליכע סעקונדן איז יענע אנטרינען פון די סצענע און א דריטע גייסט האט זיך באוויזן און דאסמאל איז עס געווען פון עימיצער וועלכע האט שוין געטיילט אן ענליכע מיטמאכעניש ווי זי אליינס און דאס איז געווען א פרוי וועלכע איז געווארן אומגעברענגט דורך איר געוועזענע מאן און די לערערין האט געשפורט ווי אצינד האט מען איר געשיקט אזא איינע וואס פארשטייט איר לאגע און עס האט איר שטארק בארואיגט

ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט איז זי געווען גערעכט און די דריטע שליח איז ווירקליך געקומען להציל את לוט און אנשטאט שמייכלען ווי די צוויי בעפאר איר האט איר ארויפגעשלעפט די שטיגן און זייענדיג אויבן האט זי באוויזן כאפן די טרייבל און אלארמירן פאר הילף

דער אטאקירער האט זיך גענומען זיין אייגענע לעבן קורצליך דערויף און די פרוי איז אריבער א סעריע פון אפעראציעס און זיך פולשטענדיג ערהוילט און זאגט אז ביזן היינטיגן טאג באווייזן זיך די גייסטער פון צייט צו צייט

זי שילדערט די קריסטאל דורכזיכטיגע שאטן פיגורן וועלכע האבן שוין אפגעשטאטעט צענדליכע בליץ באזוכן ביי איר אבער זאגט אז ווי נאר זי פרובירט צוצוגיין נענטער צו זיי ווערן זיי פארשוואונדן פונעם האריזאנט

זי זאגט אז זי איז באוואוסטזיניג אז פילע מענטשן קויפן נישט אירע חזיונות אבער זאגט אז דאס איז צוליב וואס זיי זענען נישט געווען אנוועזנד און עס נישט געהאט די געלעגנהייט מיטצוהאלטן
נו! וואו זענען די טאבלעטן?............
לויט א פיו ריסוירטש אנקעטע זאגן 53% אמעריקאנער אז זיי האבן שוין ערגעצוואו באגעגנט א באקאנטע וועלכע איז מער נישט ביים לעבן

לויט די אנקעטע איז ראטע פון חזיונות שטארקער ביי רעלגיעזע און פרויען
ס'דא ביי זיי אזעלכע מיטל אלטער אבערגלויביגע אז ס'איז א שמייכל...

ביי אונז אין ישיבה האט געארבעט א גוי פון על סאלוואדאר, און ער פלעגט דערציילן אז ער הערט אסאך מאל זיין גאַד רעדן צו אים... ער זאגט אים ער זאל אויפשטיין און גיין ארבעטן ועוד... ער האט זיך געוואונדערט אז אונז האמיר נאכנישט געהערט...
און ווען מען האט געוואלט גיין אין מקוה שלא בזמן איז מען ארויף אויפן דאך און אראפגעשריגן מיט א שרעקעדיגע שטימע צום גוי אז ער זאל שוין גיבן דעם שליסל פון מקוה פאר די צוויי בחורים וואס גייען עס אט בעטן פון אים...
דער ניגון איז א בריוו פון הארץ געשריבן דורך נאטן
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 36137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אויטאריטעטן אין איראן האבן פארשלאסן א פראמינענטע ריעל עסטעיט פירמע און ארעסטירט איר פירער נאך וואס יענער האט ארויפגעשטעלט אנליין א רעקארדירונג פון אן אפיציעלע פראפערטי טראנספער וועלכע ער האט געהאלפן אויספירן

די טראנזאקציע איז פארגעקומען אין די אנווזענהייט פון די הויז אייגנטומער, א קינדערלאזע פארפאלק וועלכע פארמגט נישט קיין יורשים און זיי האבן באשלאסן צו פארשרייבן זייער האב און גוטס פאר זייער הונטל טשעסטער

די טראנספער איז געווארן דורכגעפירט לויט די פארשריפטן און נאך וואס די פארפאלק האט אונטערגעשריבן די דאקומענט האט די גליקליכע יורש טשעסטער איינגעטונקן איר פאדערשטע פוס אין אינט און דאן ארויפגעטראטן אויפן דאקומענט און אפגעזיגלט איר צושטימונג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 36137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א פרוי וועלכע איז געפלויגן מיט די יוראווינגס לופטליניע האט באמערקט אז די פלי מאנשאפט גרייטן זיך ארומצוגיין און סערווירן איבערבייס פאר די רייזנדע און זי האט זיי געבעטן נישט פארצושלאגן די פעקלעך ניס און אויסרופן א ביטע נישט צו עסן קיין ניס צוליב וואס זי איז אלערגיש דערצו

זיי האבן אפגעווארפן איר ביטע זאגנדיג אז עס גייט אקעגן די פאליסי פון די פירמע אבער יא פארגעשלאגן צו בעטן די וועלכע זיצן ארום איר זיך צוריקצוהאלטן פון עסן ניס

די פרוי האט באשלאסן אז זי האט נישט קיין אנדערע אויסוועג און געבעטן אז זי וויל אפקויפן אלע פעקלעך ניס און נאכן ציילן האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האנדלט זיך פון 48 שטיקלךעך און זי האט באצאהלט א טאטאל פון 184 דאלאר

זי האט נישט גענומען די ניס פאר זיך נאר די מאנשאפט זענען איינגעגאנגען עס צו פארפאקן אין איין גרויסע זעקל

אצינד פארלאנגט די פרוי אז וויבאלד די פארקויף איז צושטאנד געקומען בלויז צוליב וואס זי האט געשפרוט אז אנדערש וועט עס זיין שעדליך פאר איר ויל זי צוריקבאקומען דאס געלט

דערווייל האט מען נישט געהערט פון די לופט ליניע אויב זיי וועלן אקעגנקומען איר פארלאנג
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 36137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א 10 יעריג אינגל אין כינע האט אריינגעשטורעמט אין א פאליציי סטאנציע אין אויסגעפלאצט אין געוויין זאגנדיג אז ער איז אנטלאפן פון שטוב צוליב וואס זיין מוטער סעקירט אים פארן פארנאכלעסיגן די שולע היים ארבעט און ער האט אפעלירט צו די אויטאריטעטן אים אריינצושטעלן אין א יתומים היים
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 36137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א מאן אין אונגארן האט קורצליך געארבעט פאר א פירמע און געדארפט באקומען פאר די צייט פון זיין ארבעט 92,549 פארינטס אבער זיין ארבעטסגעבער האט אים בטעות אריבערגעשיקט 367 מאל די סומע

די גרייז האט פאסירט נאך וואס יענער האט צוגעשטעלט אן עסטרייך באזירטע באנק אקאונט און די געהאלט האט געדארפט ווערן באצאלט אין יורא וואלוטע אבער אנשטאט אויסרעכענען איז 92,549 באטרעפט 238 יורא האבן זיי אים געשיקט 92,549 יורא

די פירמע האט זיך פארבונדן מיט די געוועזענע ארבעטער אבער יענער האט זיי געזאגט אז ער האט שוין מער נישט קיין צוטריט צו די אקאונט אבער א פאליציי אויספארשונג האט פעסטגעשטעלט אז עס איז נישט ריכטיג און אז ער האט שוין אריבערגעפירט דאס געלט צו א צווייטע אקאונט

אויטאריטעטן האבן שוין באוויזן צוריקצוקערן טייל פון דאס געלט צו די פירמע
אוועטאר
איל משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל משולש »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 3:05 pm
א 10 יעריג אינגל אין כינע האט אריינגעשטורעמט אין א פאליציי סטאנציע אין אויסגעפלאצט אין געוויין זאגנדיג אז ער איז אנטלאפן פון שטוב צוליב וואס זיין מוטער סעקירט אים פארן פארנאכלעסיגן די שולע היים ארבעט און ער האט אפעלירט צו די אויטאריטעטן אים אריינצושטעלן אין א יתומים היים
:cry: :cry: :cry: ?
As of my info.

הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17613
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

זע איך אז דאס דינט אלץ אפיציעלער נייעס קוואל פארן שטיבל
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: ביד השי"ת!!

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:07 pm
זע איך אז דאס דינט אלץ אפיציעלער נייעס קוואל פארן שטיבל
זיי האבן געכאפט עפעס א פארשטיפט אשכול און געהאפט אז מ׳וועט נישט כאפן.

אדער קומען ביידע פונעם זעלבן מקור
ואבנר בן-נר שר צבא!!
אוועטאר
הינגער
שר האלפיים
תגובות: 2860
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

אבנר בן-נר האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:23 pm

אדער קומען ביידע פונעם זעלבן מקור
;l;p-
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע: ביד השי"ת!!

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

הינגער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 12:40 am
אבנר בן-נר האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 11:23 pm

אדער קומען ביידע פונעם זעלבן מקור
;l;p-
לכאורה מער מסתבר אז זיי קומען פון @הכל הבל

אבער ס׳איז שוין א אלטע צרה
viewtopic.php?t=18357&start=50
ואבנר בן-נר שר צבא!!
שווערדן מייסטער
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2022 10:43 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערדן מייסטער »

ווי האט די רוסקי געזאגט, דא האט געדארפט צו זיין א בריק...
ווי האט די רוסקי געזאגט, דא האט געדארפט צו זיין א בריק...
Screenshot_20230919-212348~2.png (109.38 KiB) געזען 2821 מאל
א געריכט אין דענמארק האט געאורטיילט אז די דענישע ארטיסט דזשענס האנינג זאל צוריקגעבן בערך 80,000 דאלער וואס די קונסטען מוזעאום אין דענמארק האט אים געגעבן צו איבערמאכן א געוויסע ארט פאר א אויסשטעלונג איבער מענטשן און זייערע ארבעטס וועיזשעס ,און אנשטאט דעם האט ער זיי געשיקט צוויי ליידיגע קענוועס מיטן טיטל ''take the money and run '' (נעם די געלט און לויף).... ער טענה'ט אז אנשטאט איבערמאכן אלטע ארט האט ער געמאכט עפעס וואס שליכטעט גלייך זיין אייגענע ארבעטס סיטואציע...
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

א מענטש אין נאפאל איז געשטאכן געווארן אין בויך אינמיטן א פייט און איז אין איילעניש אריינגעפירט געווארן צו א לאקאלער בוטשער-דאקטער וואס האט פארהיילט דעם וואונד און פארמאכט דעם שניט.

א טאג דערויף האט ער זיך אפגערעדט אויף שטארקע בויך ווייטאג, דאסמאל האט מען אים אריינגעפירט צו א נארמאלער שפיטאל, און נאך אן עקסרעי האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער אייזן פונעם מעסער מיט וואס ער איז געשטאכן געווארן איז געבליבן אין בויך...

דער אייזן אליין איז געווען 5.9 אינטשעס
1.jpg
1.jpg (368.26 KiB) געזען 2687 מאל
2.jpg
2.jpg (371.18 KiB) געזען 2687 מאל
לעצט פארראכטן דורך יש הנאה אום דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 6:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שקר גמור
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

יש הנאה האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:49 am
א מענטש אין נאפאל איז געשטאכן געווארן אין בויך אינמיטן א פייט און איז אין איילעניש אריינגעפירט געווארן צו א לאקאלער בוטשער-דאקטער וואס האט פארהיילט דעם וואונד און פארמאכט שניט.

א טאג דערויף האט ער זיך אפגערעדט אויף שטארקע בויך ווייטאג, דאסמאל האט מען אים אריינגעפירט צו א נארמאלער שפיטאל, און נאך אן עקסרעי האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער אייזן פונעם מעסער מיט וואס ער איז געשטאכן געווארן איז געבליבן אין בויך...

דער אייזן אליין איז געווען 5.9 אינטשעס
1.jpg
2.jpg
דערמאנט מיר פון יאנקל מיללער 'וויפיל האט געקאסט די מעסער? 50 דאללער? נאדיר א הונדערטער און לאמיר צורוה...'
שמחת התורה
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 2:15 pm
לאקאציע: אין ביהמ"ד

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת התורה »

אין שמחה כשמחת התורה! טעמו וראו כי טוב.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 36137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

א 75 יעריגע פרוי אין איטאליע וועלכע לעבט אויף פענסיע האט נאך א לענגערע קאמף אפגעהאלטן א זיג אין געריכט ווען ריכטער סימאנא קאטארבי האט געשריבן אז זי איז בארעכטיגט ארויסצואווארפן איר 40 און 42 יעריגע זוהן וועלכע וואוינען מיט די מוטער

זי באצייכנט אירע זוהן אלס פאראזיטן וועלכע טוען גארנישט איר צו העלפן פינאנציעל אדער מיט די שטוב ווירטשאפט און דער ריכטער האט איינגעשטימט אז טראץ וואס לויט די געזעץ דארפן עלטערן צושטעלן א דאך איבער'ן קאפ פאר זייערע קינדער זענען פארהאן גרעניצן איבערהויפט ווען די קינדער זענען אין אזא עלטער
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 36137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די רייניגער אין די היים פון קאליל סאוסא, א מאן פון מעדפארד מאסאטשוסעטס האט געפונען א לאטערי טיקעט וועלכע איז איז אפגעליגן פאר א לענגערע צייט אין א וואזע

עס שטעלט זיך ארויס אז עס האנדלט זיך פון די גליקליכע טיקעט וועלכע איז ווערד א מיליאן דאלאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 36137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פארלאפענע שבת האט א פרוי פון לאנג איילאנד געפירט איר 6 יעריג אינגל צו א א הויז פון זיינס א פריינד פאר וועם דאס קינד האט געוואלט איבערגעבן א זעקל מיט צוקערלעך בעפאר די האלאווין חגא וועלכע זיי גייען פייערן די וואך דינסטאג

אנקומענדיג איז די מוטער געבליבן ווארטן אין די אויטא און איר 10 יעריג טאכטער האט באגלייט איר קליינע ברודער ביז צום טיהר פונעם באטרעפנדן הויז און זיי האבן געקלונגען די בעל

ווען קיינער האט נישט געענטפערט האבן זיי פארשטאנען אז יענער איז פונקט נישט אין שטוב און האבן דעריבער אראפגעשטעלט די געשאנק אינעם פאדערשטן טעראסע האפנדיג אז קיינער וועט עס נישט רויבן פון דארט בעפאר די איינוואוינער קומען צוריק

די קינדער זענען צוריק צו די אויטא און מען איז אוועקגעפארן פון דארט אבער קורצליך דערויף האט זיך די מוטער געכאפט אז זיי האבן אנגעלאפט און אוועקגעשטעלט די צוקערלעך ביים נישט ריכטיגן אדרעס און די האט זיך צוריקגעדרייט צום ריכטונג פון יענע גאס

דער אינגל איז פלינק ארויפגעלאפן די שטיגן צום טעראסע צוריקצונעמען דאס זעקל אבער דאן האט דער 43 יעריגער היים אייגנטומער מייקל ווען אויפגעפראלט די טיהר און געריכטעט זיין רעוואלווער שפיץ אין ריכטונג פונעם קינד שרייענדיג אז דאס קינד זאל אנטרינען ווערן פון דארט

ווען איז געווארן ארעסטירט און אנגעקלאגט קרימינאל און וועט דארפן זיין צוריק אין געריכט קומענדיגע נאוועמבער למספרם
צוויי גילדען
שר ששת אלפים
תגובות: 6342
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע: מלפנים @שמעון משה

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

מיט א שמייכל...??

כ'גלייב דער יעניגער האט זיך פשוט פארשטעלט לכבוד האלאווין אלץ א פאליסמאן מיט דעם פאלשן גאן..
אוועטאר
unit 13
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

אבימלך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 7:44 pm
פון די ארכיוון
אין 2017 האט די 70-יעריגע לאָראַנס ריפּאַל געמאכט א האלד-אפ אין א קאנסאס סיטי באנק, און נאך די רויבעריי האט ער זיך אראפגעזאצט אין די לאבי פון די באנק און געזאגט אז ער וויל בעסער גיין צו טורמע ווי איידער לעבן מיט זיין פרוי אין איין הויז. די ריכטער האט אים פאראורטיילט צו אפאר חדשים הויז ארעסט.
IMG_8194.jpeg
קרעדיט @אבימלך
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אוועטאר
הינגער
שר האלפיים
תגובות: 2860
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

unit 13 האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 12:07 am
אבימלך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 7:44 pm
פון די ארכיוון
אין 2017 האט די 70-יעריגע לאָראַנס ריפּאַל געמאכט א האלד-אפ אין א קאנסאס סיטי באנק, און נאך די רויבעריי האט ער זיך אראפגעזאצט אין די לאבי פון די באנק און געזאגט אז ער וויל בעסער גיין צו טורמע ווי איידער לעבן מיט זיין פרוי אין איין הויז. די ריכטער האט אים פאראורטיילט צו אפאר חדשים הויז ארעסט.
IMG_8194.jpeg
קרעדיט @אבימלך
:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 19033
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן
פארבינד זיך:

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 11:04 pm
מיט א שמייכל...??

כ'גלייב דער יעניגער האט זיך פשוט פארשטעלט לכבוד האלאווין אלץ א פאליסמאן מיט דעם פאלשן גאן..
אזויווי יוניט 13?
באקומט די פרישסטע נייעס אינעם אידישן וועלט איבער דער יעצטיגע צושטאנד אין ארה"ק אויף 'סטאטוס'

קליקט דא זיך אויפצוסיינען

פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...
אוועטאר
unit 13
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

נארמאליזעם האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 12:21 am
צוויי גילדען האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 11:04 pm
מיט א שמייכל...??

כ'גלייב דער יעניגער האט זיך פשוט פארשטעלט לכבוד האלאווין אלץ א פאליסמאן מיט דעם פאלשן גאן..
אזויווי יוניט 13?
לאל😜
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 36137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פרעזידענט ביידען האט היינט געפייערט זיין 81'סטע געבורטסטאג

געוויסע האבן אויסגעדרוקט זארג אז די רויך פון פארלעשן אזויפיהל ווי 81 ליכט אויף די קאקאונאט קוכן טוט טוט שעדיגן די ענווייראמענט און ביישטייערן צו קלימאטן טויש
אוועטאר
רעגנדיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6894
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:48 pm
פרעזידענט ביידען האט היינט געפייערט זיין 81'סטע געבורטסטאג

געוויסע האבן אויסגעדרוקט זארג אז די רויך פון פארלעשן אזויפיהל ווי 81 ליכט אויף די קאקאונאט קוכן טוט טוט שעדיגן די ענווייראמענט און ביישטייערן צו קלימאטן טויש
;l;p- :lol: :lol:
עטרת חיים האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 4:16 pm
א שאד פאר די אדווערטייזמענטס! שטעל צופרידן דיינע עקזיסטירענדע קליענטן!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”