טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
גדל האט געשריבן:פון קול מבשר
דאקומענטן דעקן אויף אז זשעראד קושנער האט געוואלט פעדעראלע רעגירונג זאל גרינדן דיזשיטעל קריפּטא וואלוטע‎‎

די דאָקומענטן קומען פון סטיווען מענוטשין, דער געוועזענער טרעזשורי סעקרעטאַר אונטער טראָמפּ, וועלכער האָט אַרויסגעגעבן 250 דאָקומענטן פון זיינע פיר יאָר אין אַמט. צווישן די דאָקומענטן זעהט מען אַז קושנער האָט געלייגט שטאַרקע דרוק אַז די פעדעראַלע רעגירונג זאָל אַרויסגעבן א נייע אַמעריקאַנער דיזשיטעל וואַלוטע.

קענסט אים מעלדן אז ס'איז שוין לאנג דא

ס'רופט זיך אמעריקאנער דאלער

ס'איז אויך דא צו באקומען אין א געדרוקטע ווערסיע, אבער ס'רוב דערפון איז בלויזע ציפערן אויף א קאמפיוטער סקרין, און בענק און אנדערע פעימענט סערוויסעס רוקן די ציפערן פון איינעמס עקאונט צום צווייטן אן בכלל צורירן צו די פאפירענע ווערסיע...

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

עפעס אנדערש האט געשריבן:א פארפאלק אין מיאמי איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן אויף קידנעפינג, אטעמפטעד מורדער און באוואפענטע רויבעריי קלאגעס, נאך וואס זיי האבן אריינגענארט איינעם אין זייער הויז, און דערנאך צוגעבינדען הענט און פיס און געהאלטן האסטעדזש, פארלאנגענדיג $50,000. אזוי אויך האבן זיי אים געהייסן אריינזאגן א רעקארדינג ווי ער איז זיך מודה אויף באגיין געוויסע פארברעכנס.
ער האט זיי געזאגט אז ער האט נישט אזוי סאך געלט, ממילא וועט ער איבערשרייבן זיין קאר פאר זיי אין דריי טעג. דעם דריטן טאג האבן זיי אים געהייסן טרינקען בליעטש און אלקאהאל אז ער זאל ווערן שיכור, אזוי אז אויב פאליציי גייט זיי אפשטעלן אויפן וועג צו איבערשרייבן זיין קאר, זאל דער פארכאפער קענען זאגן אז ער דרייווט יענעם וויבאלד ער איז אנגעטרינקען, אזוי אז זיי זאלן נישט גלייבן גארנישט וואס ער זאגט. למעשה האט ער געשפילט אנגעטרינקען, און נאך צוואנציג מינוט זיין אין די קאר, האט ער געזען אז דער פארכאפער איז נישט אינ'ם קאר, האט ער געבעטן א דורכגייער צו רופן די פאליציי.

שרעקעדיגע סטארי,

סתם נייגעריג, בליטש מאכט שיכור? פארוואס האבן זיי איהם געהייסן טרינקן בליטש?
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30727
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ווענגלייך האט געשריבן:שרעקעדיגע סטארי,

סתם נייגעריג, בליטש מאכט שיכור? פארוואס האבן זיי איהם געהייסן טרינקן בליטש?

נישט שיכור, אסאך ערגער ווי דעם. עס נאקט אויס דער מענטש (דער קעמיקאל וואס דער געמוידזשאכטץ געבט ארויס פלעגט ווערן גענוצט צו איינשלעפן פאר אן אפעראציע.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

דער ראביי פון די טעמפל אין טעקסעס וואס איז געווען פארמשכונ'ט דעם שבת פאר צען שעה זאגט, אז א דאנק דעם וואס ער האט גענומען טרענירונג וויאזוי צו באהאנדלען אן עקטיוו שאאטינג סיטואציע, האט ער געוואוסט וויאזוי צו האנדלען מיט'ן פארכאפער, ביזן ארויסקומען זיכערערהייט.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

פיר ארעסטאנטן אין ארקענסא האבן אריינגעגעבן א קלאגע אנטקעגן די טורמע איינגעשטעלטע, פארן זיי געבן די IVERMECTIN מעדעצין זיי צו אויסהיילן פון קאוויד, אן זייער וויסן און אן זייער קאנסענט, נאר זיי איינגערעדט אז דאס איז ווייטאמינען, אנטיביאטיק אדער סטערוידס, און זיי בעסיקלי גענוצט אלס עקספערימענט טאאלס, בעת די FDA האט געווארענט קעגן נוצן דעם דראג, און דערמיט פארלעצט זייערע רעכטן.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

איינער איז אומגעקומען און ניין זענען פארוואונדעט געווארן, אריינגערעכנט דריי פאליציי אפיצירן, נאך וואס א דריי שטאקיגע בילדונג אין די בראנקס איז ארויף אין פלאמען און איינגעפאלן, אנגעבליך פון א געז עקספלאזשען.
מעיאר עריק עדעמס איז ערווארטעט איבערצוגעבן א פרעסע קאנפרענס איבער דעם אינצידענט, אין די יעצטיגע מינוטן.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

דריי פאליציי אפיצירן פון דעלעווער קאונטי פענסילוועניא Devon Smith ,Sean Dolan און Brian Devaney זענען אנגעקלאגט געווארן מיט מענסלאטער קלאגעס און צען קאונטס פון רעקלעס ענדענדזשערמענט, אויף א שיסעריי וואס זיי האבן דורכגעפירט א צייט צוריק אויף א גרופע פארזאמעלטע ביי א שפיל פלאץ, אומברענגענדיג אן אכט יעריגע טינקעלער מיידל. זיי זענען ארויסגעלאזט געווארן אויף $500,000 בעיל.
זיי זענען ערווארטעט אין געריכט יאנוואר 27 פאר זייער ערשטע פארהער.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

מען מעג שוין זאגן?...
דער סי די סי האט ארויסגעגעבן א שטודיע וואס צייגט אז קינדער וואס זענען אומגעקומען פון קאוויד אין אמעריקא, זינט עס האט זיך אנגעהויבן ביז יעצט, זענען ווייניגער ווי 0.1% פון אלע אומגעקומענע, בעת וואס זיי מאכן אויס 20% פון די פאפולאציע.
איי פארוואס מאכט מען זיי משוגע צו גיין מיט מאסקעס אין סקול?
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

עפעס אנדערש האט געשריבן:מען מעג שוין זאגן?...
דער סי די סי האט ארויסגעגעבן א שטודיע וואס צייגט אז קינדער וואס זענען אומגעקומען פון קאוויד אין אמעריקא, זינט עס האט זיך אנגעהויבן ביז יעצט, זענען ווייניגער ווי 0.1% פון אלע אומגעקומענע, בעת וואס זיי מאכן אויס 20% פון די פאפולאציע.
איי פארוואס מאכט מען זיי משוגע צו גיין מיט מאסקעס אין סקול?

[אין צו נעמען די וואקסין...]
הצלחה
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א טעקסעס בארדער פעטראל אגענט איז אומגעקומען נעבן דעם גרעניץ, נאך וואס די פיקאפ טרעקל אין וואס ער איז געזעצן אין בעק, האט זיך איבערגעדרייעט אריין אין א דיטש אין די זייט פונ'ם ראוד, און אים צוקוועטשט.
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

אוטש! איזער כאטש געווען פארבינדן מיט סיעט בעלטס?
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

צוויי מארינען זענען אומגעקומען און דריי אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, ווען זייער מיליטערישע טרעקל האט זיך איבערגעדרייעט אויף א הייוועי אין נארט קאראליינא. די אורזאך פונ'ם עקסידענט ווערט נאך אויסגעפארשט.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

יקוש פייוויש האט געשריבן:אוטש! איזער כאטש געווען פארבינדן מיט סיעט בעלטס?

איך וואלט געפרעגט צו ער האט כאטש אנגעהאט א מאסק.
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
יקוש פייוויש האט געשריבן:אוטש! איזער כאטש געווען פארבינדן מיט סיעט בעלטס?

איך וואלט געפרעגט צו ער האט כאטש אנגעהאט א מאסק.

אדער צו ער איז געווען וואקסינירט...
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א יונייטעד אורליינס פלייט 90 קיין ארץ ישראל האט זיך צוריק געדרייעט נאך ניינציג מינוט פליען, און זיך צוריק געקערט צו נוארק עירפארט, נאך וואס צוויי פאסאזשירן האבן זיך אפגרעיטעד זייער זיצן און זיך אריינגעריקט אינ'ם ביזנעס קלאס אפטיילונג, און נישט קאמפלייעד מיט די פלי מאנשאפט.
חילול ה'...
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

עפעס אנדערש האט געשריבן:א יונייטעד אורליינס פלייט 90 קיין ארץ ישראל האט זיך צוריק געדרייעט נאך ניינציג מינוט פליען, און זיך צוריק געקערט צו נוארק עירפארט, נאך וואס צוויי פאסאזשירן האבן זיך אפגרעיטעד זייער זיצן און זיך אריינגעריקט אינ'ם ביזנעס קלאס אפטיילונג, און נישט קאמפלייעד מיט די פלי מאנשאפט.
חילול ה'...

זאג מיר נישט אסע געווען אידן!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פערדן זיי, מ'דרייט נישט צוריק א פליגער אנדערטהאלבן שעה אריין אינעם וועג פאר אזא נארישע סיבה.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

די מעשה האט פאסירט דאנערשטאג אויפן וועג קיין ארץ ישראל און א שיינע פאר אידן זענען לכבוד דעם נישט אנגעקומען פאר שבת
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

די FBI האט געשטורעמט די הויפקווארטירן פון די סענטער פאר קאוויד קאנטראל, וואס פירט אן מיט קאוויד טעסטינג אין אסאך שטעט איבער אמעריקא, נאך מערערע באקלאגענישן איבער מיסברויכן וואס זענען פארגעקומען.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר האט מודה געווען אז דאס "דיפאנדען די פאליציי" איז א מעגליכע גורם צו די גאר הויכע מארד ראטעס איבערן לאנד, וואס איז שוין נישט געזען געווארן פאר 25 יאר.
זעהט אויס ווען דארף טרעפן א שולדיגען, ווארפט מען די פראגרעסיווען אונטערן באס.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א דזשורנאליסט אין טערקיי איז ארעסטירט געווארן צוליב וואס זי האט אנגעבליך פארשעמט דעם פרעזידענט ביי א טעלעווייזט אינטערוויא אויף איינע פון די טערקישע מידיע נעצן.
זי האט נאכגעזאגט א פראזע: "אן אקס וואס גייט אריין אין א פאלאץ ווערט נישט קיין קעניג, נאר ענדערש די פאלאץ ווערט א שטאל", און זי זאגט אז זי האט נישט געמיינט דערמיט דעם פרעזידענט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ס'איז שוין אזא דיקטאטוריסטש לאנד? מ'טאר נישט אפ'חוזק'ן?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30727
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ס'איז שוין אזא דיקטאטוריסטש לאנד? מ'טאר נישט אפ'חוזק'ן?

נישט זייער א גוטע דעמאקראטישע געזעץ, אבער עס איז נישט ניי (כאטש דער ערדואן נוצט עס מער ווי סיי ווען אין דער עבר.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

דער FDA האט צוריק געדרייעט איר אוטאריזאציע אויף די באנוץ פון אנטיבאדי טריטמענטס קעגן קאוויד, פון צוויי קאמפאני'ס, מיטן אויסרייד אז עס ארבעט נישט אזוי אפעקטיוו קעגן אמיקראן, און עס קען האבן סייד עפעקטס.
דער פלארידא העלט דעפארטמענט, וועלכע האט צוגעשטעלט מערערע פלעצער צו באקומען די טריעטמענטס, האט היינט געמאלדן אז אלע די פלעצער וועלן צוליב דעם ווערן פארשלאסן ביז א ווייטערדיגע מעלדונג, און אלע אפפוינטמענטס זענען געקענסעלד.
קריטיקירער געבן אן אז דערמיט פרובירט די גאווערמענט צו צווינגען מענטשן צו נעמען די וואקסין.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א פרוי אין טעקסאס איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פארן וועלן קויפן א בעבי.
דער פרוי, 49, איז געשטאנען ביי א טשעקאויט אין וואלמארט און האט געזען א מאמע האלטן א בעבי, און האט איר געפרעגט אויב זי וויל עס איר פארקויפן פאר $250,000. די מאמע האט געלאכט. אבער ווען זי איז ארויסגעקומען פון די סטאר, האט יענער איר אפגעווארט און געפרעגט אויב $250,000 איז נישט גענוג, קען זי איר אפפערן $500,000, ווייל זי וויל האבן דעם בעבי און זי גייט עס נעמען.
די מאמע האט גערופן די פאליציי וואס האט ארעסטירט דעם פרוי, און עס קען איר ערווארטן ביז צען יאר אין תפיסה, און א $10,000 קנס אויב ווערט זי געפונען שולדיג.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”