טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

עפעס אנדערש האט געשריבן:א דאנק פאר די פידבעק.

אונז האמיר הנאה פון אייער ארבעט.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

טענקיו @עפעס

דיינע קאמענטארן זענען שוין טאקע צוריק, אבער נישט די פאליטישע

למעשה האבעך דעסיידעד ס'בעסער מיט די קאמענטארן...
Bentzion
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 10:00 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bentzion »

א גרויסן דאנק @עפעס איך האב מוראדיק שטארק הנאה פון דיינע פרישע סחורה וואס פליסט קסיידער אן אויפהער
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

די באקאנטע פירמע מייקראסאפט, אין א פארזוך צו פארגרינגערן די ארבעט פון די מנהלים דא, (עה... נישט ממש), האבן זיי געמאכט א נייע פיעטשער אין מייקראסאפט ווארד, אז ווען מען טייפט א ווארט וואס געוויסע האלטן אז עס איז נישט ריכטיג צו נוצן, וועט ארויפקומען א פורפעל ליין אינטער יענע ווארט, מיט אן הצעה וועלכע ווארט וואלט געווען מער פאסיג דערפאר. ווי למשל אויב וועט מען שרייבן פאסטמען, וועט עס פארשלאגן דאס צו טוישן צו מעיל קעריער אדער פאסטעל ווארקער, ווייל עס קען דאך זיין פרויען פאסט טרעגער אויכעט. וכדומה. ברוך המקום שמסר עולמו לשומרים.
די גוטע נייעס איז, אז מען קען אויסוועלן צו מען וויל דעם פיעטשער אנגעצונדען אדער נישט.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

Thanks epes. U come in very clear.
Keep it up.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

עפעס אנדערש האט געשריבן:צוויי דעיקעיר ארבעטער אין ראטשעסטער ניו יארק, זענען געווארן געפייערט, נאך וואס זיי האבן איבערגעלאזט א פיר יעריג קינד אינ'ם ווען פאר ניין שעה, נאכ'ן אפנעמען צופרי און דארט געלאזט דורכאויס דעם טאג, אין א פראסטיגע שנייאיגע וועטער, ווי די טעמפעראטור איז אנגעקומען צו 18 גראד.
איינער פון זיי, דער דרייווער פונ'ם ווען, האט דאס באמערקט נאכמיטאג ווען ער איז געקומען צוגרייטן דעם ווען צו אהיים טראגען די קינדער נאכן ענדיגן. דער דרייווער האט געגעבן $3 פארן קינד אנגעבליך צו מאכן א שווייג, אבער די מאמע האט באמערקט אז ווען די קינד איז אהיים געקומען האט עס גלייך גענומען א בלענקעט זיך אנצוווארעמען זייענדיג גאר קאלט, און אויפן מאמע'ס אנפראגע, האט דאס קינד פארציילט די גאנצע מעשה.

געפייערט? אויפן עלעקטראנישע בענקל אבער שוין.......
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

סקולס אין בריסטאל קאונטי, מעסעטשוסעטס, האבן אנגעהויבן צו נוצן טרענירטע קעיניין הונט פון די ארטיגע פאליציי, אויסצושפירן זייערע פעסיליטיס אויב עס געפינט זיך קאוויד ערגעץ וואו אינ'ם סקול בנין, און ווי זיי געבן איבער, האט דאס צוגעטראפן מיט 97.5% אקוראטע רעזאלטאטן.
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

עפעס אנדערש האט געשריבן:די באקאנטע פירמע מייקראסאפט, אין א פארזוך צו פארגרינגערן די ארבעט פון די מנהלים דא, (עה... נישט ממש), האבן זיי געמאכט א נייע פיעטשער אין מייקראסאפט ווארד, אז ווען מען טייפט א ווארט וואס געוויסע האלטן אז עס איז נישט ריכטיג צו נוצן, וועט ארויפקומען א פורפעל ליין אינטער יענע ווארט, מיט אן הצעה וועלכע ווארט וואלט געווען מער פאסיג דערפאר. ווי למשל אויב וועט מען שרייבן פאסטמען, וועט עס פארשלאגן דאס צו טוישן צו מעיל קעריער אדער פאסטעל ווארקער, ווייל עס קען דאך זיין פרויען פאסט טרעגער אויכעט. וכדומה. ברוך המקום שמסר עולמו לשומרים.
די גוטע נייעס איז, אז מען קען אויסוועלן צו מען וויל דעם פיעטשער אנגעצונדען אדער נישט.

די פיטשער איז דא שוין א לאנגע צייט אויפן וועלטל ווי ווערטער ווערן אליין געטוישט, למשל געוויסע ווערטער קען מען נישט שרייבן נאר עס ווערט גלייך געטוישט צו "נארישע געזעצן"
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
די גוטע נייעס איז, אז מען קען אויסוועלן צו מען וויל דעם פיעטשער אנגעצונדען אדער נישט.

גוטע נייעס??!!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
די גוטע נייעס איז, אז מען קען אויסוועלן צו מען וויל דעם פיעטשער אנגעצונדען אדער נישט.

גוטע נייעס??!!

מ'רעדט דאך פאר אונז ווייסע קאניבאלן :wink: דו וועסט עס קיינמאל נישט פארשטיין :roll: :lol:
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

קנאפער ידען האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
די גוטע נייעס איז, אז מען קען אויסוועלן צו מען וויל דעם פיעטשער אנגעצונדען אדער נישט.

גוטע נייעס??!!

מ'רעדט דאך פאר אונז ווייסע קאניבאלן :wink: דו וועסט עס קיינמאל נישט פארשטיין :roll: :lol:

און מייקראסאפט העט שיקן א נאטעפיקאציע פאר ארפא מיט די אלע אויסגעלאשענע׳ס טשיפ סיריעל #
מנשה מאיר
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 11:08 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה מאיר »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
די גוטע נייעס איז, אז מען קען אויסוועלן צו מען וויל דעם פיעטשער אנגעצונדען אדער נישט.

גוטע נייעס??!!

מאך עס נישט אזוי אוועק עס קען לכאורה ארויסהעלפן ווען מען דארף שרייבן פארפעשינעל
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א פארפאלק אין מיאמי איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן אויף קידנעפינג, אטעמפטעד מורדער און באוואפענטע רויבעריי קלאגעס, נאך וואס זיי האבן אריינגענארט איינעם אין זייער הויז, און דערנאך צוגעבינדען הענט און פיס און געהאלטן האסטעדזש, פארלאנגענדיג $50,000. אזוי אויך האבן זיי אים געהייסן אריינזאגן א רעקארדינג ווי ער איז זיך מודה אויף באגיין געוויסע פארברעכנס.
ער האט זיי געזאגט אז ער האט נישט אזוי סאך געלט, ממילא וועט ער איבערשרייבן זיין קאר פאר זיי אין דריי טעג. דעם דריטן טאג האבן זיי אים געהייסן טרינקען בליעטש און אלקאהאל אז ער זאל ווערן שיכור, אזוי אז אויב פאליציי גייט זיי אפשטעלן אויפן וועג צו איבערשרייבן זיין קאר, זאל דער פארכאפער קענען זאגן אז ער דרייווט יענעם וויבאלד ער איז אנגעטרינקען, אזוי אז זיי זאלן נישט גלייבן גארנישט וואס ער זאגט. למעשה האט ער געשפילט אנגעטרינקען, און נאך צוואנציג מינוט זיין אין די קאר, האט ער געזען אז דער פארכאפער איז נישט אינ'ם קאר, האט ער געבעטן א דורכגייער צו רופן די פאליציי.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

Scary..
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אהייא קאנגרעסמאן וואראן דעווידסאן האט ארויסגעלייגט אן אנטשולדיגונג פארן צוגלייכן די וואקסינאציע קארטלעך צו די נאצי'ס פארלאנגטע איי די קארטלעך, זאגנדיג אז ער פילט זייער שלעכט אז ער האט אפענדעט איינעם. "פאר מיינע אידישע פריינט און אלע אנדערע, מיין אפענהארציגע אנטשולדיגונג".

Davidson.jpg
Davidson.jpg (80.27 KiB) געזען 908 מאל
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אן עף בי איי באריכט צייגט אז למספרם יאר 2021 איז געווען די גרעסטע נומער אין במזיד'יגע אומגעברענגטע פאליציי אפיצירן דורכאויס אמעריקא, פון די לעצטע זעקס און צוואנציג יאר, און מיט 59% מער פון 2020.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון קול מבשר
דאקומענטן דעקן אויף אז זשעראד קושנער האט געוואלט פעדעראלע רעגירונג זאל גרינדן דיזשיטעל קריפּטא וואלוטע‎‎

די דאָקומענטן קומען פון סטיווען מענוטשין, דער געוועזענער טרעזשורי סעקרעטאַר אונטער טראָמפּ, וועלכער האָט אַרויסגעגעבן 250 דאָקומענטן פון זיינע פיר יאָר אין אַמט. צווישן די דאָקומענטן זעהט מען אַז קושנער האָט געלייגט שטאַרקע דרוק אַז די פעדעראַלע רעגירונג זאָל אַרויסגעבן א נייע אַמעריקאַנער דיזשיטעל וואַלוטע.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

גדל האט געשריבן:פון קול מבשר

קענסט אים מעלדן אז ס'איז שוין לאנג דא

ס'רופט זיך אמעריקאנער דאלער

ס'איז אויך דא צו באקומען אין א געדרוקטע ווערסיע, אבער ס'רוב דערפון איז בלויזע ציפערן אויף א קאמפיוטער סקרין, און בענק און אנדערע פעימענט סערוויסעס רוקן די ציפערן פון איינעמס עקאונט צום צווייטן אן בכלל צורירן צו די פאפירענע ווערסיע...
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א צונאמי ווארענונג איז געווארן ארויסגעלייגט פאר די בארטענעס פון קאליפארניע און האוואי, נאך וואס א וואלקעינא האט אויפגעריסן אינ'ם פאסיפיק אוישען, און געשיקט כוואליעס פון פיר פיס הויעך צו די בארטענעס. ביי די טאנגע אינזל האט די כוואליעס אריינגעשטראמט אין געגענטער ארום די ים בארטן, און ווי אויך ביי די סענטע קרוז בארטן אין קאליפארניע. קיין שאדן איז נישט געווארן באריכטעט.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

א מאסיווע 11-אלארם פייער האט אויסגעברעכן פרייטאג צו נאכטס ביי א קעמיקעל פלענט אין פאסעיק ניו דזשערזי, ווי איינווואוינער זענען אנגעזאגט געווארן צו אוועקשטיין פונ'ם געגענט און האלטן די פענסטערס פארמאכט.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

טוויטער האט ענדליך פארקנאקט דעם אקאונט וואס איז געלינקט צו דעם איראנ'ע פירער כאמעני, נאך וואס ער האט דארט ארויף געלייגט א ווידיאו ווי כלומר'שט מען ברענגט אום טראמפ.
Iran.jpg
Iran.jpg (20.87 KiB) געזען 464 מאל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

געוועזענער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט היינט אטאקירט דעם פאפולערער פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס און אים באצייכנט אלץ א טרוקענער, לאנגווייליגער, מאן
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

שטודיע צייגט אז די מעלעטאנען וויטאמין, וואס מאנכע נעמען צו רעגולירן דאס איינשלאפן, העלפט רעדוצירן די ריזיקע פון אומקומען דורך קאוויד.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:געוועזענער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט היינט אטאקירט דעם פאפולערער פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס און אים באצייכנט אלץ א טרוקענער, לאנגווייליגער, מאן

באריכטן געבן היינט אזוי אן אז ער האט געזאלט עס האבן געזאגט פריוואט, אבער נישט "אטאקירט" וכדו'.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

קנאפער ידען האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:געוועזענער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט היינט אטאקירט דעם פאפולערער פלארידע גאווערנער ראן דיסענטיס און אים באצייכנט אלץ א טרוקענער, לאנגווייליגער, מאן

באריכטן געבן היינט אזוי אן אז ער האט געזאלט עס האבן געזאגט פריוואט, אבער נישט "אטאקירט" וכדו'.

נו שוין

א דאנק פארן קלארשטעלן דעם רעקארד
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”