טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן
shimon7323
שר שלשת אלפים
תגובות: 3421
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג יולי 19, 2021 9:39 am

איפכא מיסתבר האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:
צופלאטשעט האט געשריבן:צוויי דאמבעס זענען ברוך השם איינגעפאלן אין טשיינע



ברוך השם יום יום.

שמחה מה זו עושה ?

אז זיי וועלן האבן זייערע אייגענע דאגות, וועט די וועלט זיין רואיגער....



איך האב פארשטאנען, אבער דא קומט די מעשה ידי טבעו בים ואתם אומרים שירה.

ווייס איך נישט אויב איז דא מענטשליכע פארלוסטן אבער א שמחה איז עס נישט. העכסטענס קען מען שרייבן אז לאמיר האפן אז זיי וועלן יעצט ווערען פארנומען מיט זייערע אייגענע זאכען.


וואס הגם זיי האבן נישט קיין בירוקראטיע ממילא אפילו עס געשעהט אזעלכע זאכען האבן זיי נישט קיין פראבלעם צי זיין פארנומען מיט אנדערע לענדער און די זעלבע צייט.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש

ווען איר קויפט אויף אמעזאן, קויפט דורך דא און שטיצט א איד בדרך כבוד

אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אינטערוועגענס

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך חאצקיל בעל עגלה » מאנטאג יולי 19, 2021 10:54 am

צופלאטשעט האט געשריבן:צוויי דאמבעס זענען ברוך השם איינגעפאלן אין טשיינע

זענען דא מענטשען גשעידיגט? טויטע?
אויב די קענסט עס נישט הענדלען, באלאנגסטו נישט דא!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 27262
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 19, 2021 11:14 am

צופלאטשעט האט געשריבן:צוויי דאמבעס זענען ברוך השם איינגעפאלן אין טשיינע

איר זיינט אין די ביזנעס פון בויען דאמבעס?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
מעכל קנעכל
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 27, 2021 9:31 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך מעכל קנעכל » מאנטאג יולי 19, 2021 11:38 am

קוק נאר אן ווי טשיינע'ס האנט דערגרייכט אפילו אין אייוועלט
די רגע מען האט נאר פארשעמט טשיינע זענען צענדליגע ניקס געקומען צו לויפן אזוי אז יענער וועט שוין טראכטן זעקס מאל פארן טון אזאנס..

אגב, וואס איז טאקע פשט פון אזוי שרייבן? מעשי ידי טובעים בים!
פארשטיי יעדעם איינעם, קיינער האט נישט אליין גענומען קיין שכל, מען האט עס אים געגעבן פון אויבן און דאס איז וואס ער האט באקומען, לך לאומן שבראני

בסד
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך בסד » מאנטאג יולי 19, 2021 12:17 pm

מעכל קנעכל האט געשריבן:קוק נאר אן ווי טשיינע'ס האנט דערגרייכט אפילו אין אייוועלט
די רגע מען האט נאר פארשעמט טשיינע זענען צענדליגע ניקס געקומען צו לויפן אזוי אז יענער וועט שוין טראכטן זעקס מאל פארן טון אזאנס..

אגב, וואס איז טאקע פשט פון אזוי שרייבן? מעשי ידי טובעים בים!

די כינעזער...

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מאנטאג יולי 19, 2021 2:14 pm

איראק - צען זענען אומגעקומען און צוואונציג אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן ווען א ראודסייד באמבע האט אויפגעריסן אין א געפאקטע מארקעטפלאץ אין באגדאד.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מאנטאג יולי 19, 2021 2:17 pm

ענגלאנד - פריים מיניסטער באריס דזשאנסאן האט געמאלדן אז אנגעהויבן ענדע סעפטעמבער גייט ווערן איינגעפירט אז מען מוז ווייזן פרוף אז מען איז אינגאנצען וואקסינירט, אויב מען וויל אריינגיין אין געוויסע גרויסע פארזאמלונג פלעצער, און עס וועט שוין נישט העלפן קיין נעגאטיוו טעסטס.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מאנטאג יולי 19, 2021 2:18 pm

וואשינגטאן - די סי די סי האט ארויסגעלייגט א ווארנונג נישט צו פארן קיין ענגלאנד צוליב די פארשפרייטונג פון די דעלטא סטרעין.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מאנטאג יולי 19, 2021 2:24 pm

פוילן איז די לעצטערע אין א רייע אייראפעישע לענדער געטראפן צו ווערן מיט שווערע פארפלייצונגען.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מאנטאג יולי 19, 2021 2:34 pm

וואל סטריט באאמטע זאגן אז די אינפלאציע ראטע קען זיין סאך העכער ווי פאראויסגעשאצט, און די הויעכע פרייזן וועלן אנהאלטן.

אוועטאר
צופלאטשעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך צופלאטשעט » מאנטאג יולי 19, 2021 2:36 pm

shimon7323 האט געשריבן:
איפכא מיסתבר האט געשריבן:
shimon7323 האט געשריבן:
צופלאטשעט האט געשריבן:צוויי דאמבעס זענען ברוך השם איינגעפאלן אין טשיינע



ברוך השם יום יום.

שמחה מה זו עושה ?

אז זיי וועלן האבן זייערע אייגענע דאגות, וועט די וועלט זיין רואיגער....



איך האב פארשטאנען, אבער דא קומט די מעשה ידי טבעו בים ואתם אומרים שירה.

ווייס איך נישט אויב איז דא מענטשליכע פארלוסטן אבער א שמחה איז עס נישט. העכסטענס קען מען שרייבן אז לאמיר האפן אז זיי וועלן יעצט ווערען פארנומען מיט זייערע אייגענע זאכען.


וואס הגם זיי האבן נישט קיין בירוקראטיע ממילא אפילו עס געשעהט אזעלכע זאכען האבן זיי נישט קיין פראבלעם צי זיין פארנומען מיט אנדערע לענדער און די זעלבע צייט.

שירה האט מען געזונגען ווען סאיז געווען מעשי ידי טבעו בים....
א אינדעפענדענט כאטש סנישט אין סטייל...

ארבעט שווער צו ברענגן נייעס

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מאנטאג יולי 19, 2021 2:43 pm

עקספערטן אין אוסטראליע ווילן מען זאל טוישן די וועג וויאזוי מען מעלדט שארק אטאקעס אויף מענטשן, וואס זיי האלטן אז עס איז נישט "יושר" צו סטיגמעטייזן די שארקס אלס אטאקירער, נאר מען זאל עס רופן אינצידענט, אדער עקסידענט.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מאנטאג יולי 19, 2021 2:47 pm

שטודיע צייגט אז די נאציאנאלע אנקעטעס האבן איבערגעשאצט ביידן'ס אויבערהאנט איבער טראמפ מיט 3.9 פראצענט, אין די פארגאנגענע 2020 עלעקשען סייקעל. און סטעיט לעוועל אנקעטעס האבן איבערגעשאצט מיט 4.3 פראצענט.

אוועטאר
א הייסע קאווע
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
לאקאציע: מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך א הייסע קאווע » מאנטאג יולי 19, 2021 2:49 pm

עפעס אנדערש האט געשריבן:עקספערטן אין אוסטראליע ווילן מען זאל טוישן די וועג וויאזוי מען מעלדט שארק אטאקעס אויף מענטשן, וואס זיי האלטן אז עס איז נישט "יושר" צו סטיגמעטייזן די שארקס אלס אטאקירער, נאר מען זאל עס רופן אינצידענט, אדער עקסידענט.

איך מיין אז עס איז דא גענוג "יושר'דיגע" זאכן וואס מען דארף קעירנעמען חוץ פון פיש....
די בעסטע קאווע איז:
קוה אל ד'
☕☕☕

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מאנטאג יולי 19, 2021 4:09 pm

ניו יארק סיטי - עם טי אי פינאנץ טשער האט געמאלדן אז עס גייט נישט פארקומען קיין פרייז העכערונג אויף די ניו יארקע סובוועי'ס און באסעס אום יאר 2021, צוליב וואס די פאנדעמיע פלאגט נאך די סיטי'ס עקאנאמיע.
זאג אים אז עס איז נישט די פאנדעמיע, עס איז די אנעמפלוימענט באנוס.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » מאנטאג יולי 19, 2021 8:53 pm

א קאנטראווערסי האט זיך געשאפן ווען אן אייס קרים קאמפעני גערופען בען ענד דזשערי האט געמאלדן אז זיי גייען מער נישט פארקויפן זייער אייס קרים אין מדינת ישראל אקופירטע טעריטאריע. אין ריספאנס האט מארטאן וויליאמס סופערמארקעט טשעין מיט 15 לאקאציעס אין ניו יארק סיטי געמאלדן אז זיי גייען רעדוצירן זייער סעילס פון די קאמפעני מיט 70 פראצענט, און זיי גייען זיי מער נישט פראמאטען אויף זייער ליפלעטען, און זיי גייען ריקן די פראדוקטען אינ'ם ווינקעל פונ'ם פריזער.

אוועטאר
יש לו מנה
שר האלפיים
תגובות: 2756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך יש לו מנה » מאנטאג יולי 19, 2021 10:21 pm

עפעס אנדערש האט געשריבן:פוילן איז די לעצטערע אין א רייע אייראפעישע לענדער געטראפן צו ווערן מיט שווערע פארפלייצונגען.

נעה... אונגארן גייט עס הערשט כאפן אין א וואך ארום.
קרית יואל’ע דרייווערס, לערנטס ענק אויס דרייוון.

איש חמודות
שר האלפיים
תגובות: 2604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך איש חמודות » מאנטאג יולי 19, 2021 10:36 pm

יש לו מנה האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:פוילן איז די לעצטערע אין א רייע אייראפעישע לענדער געטראפן צו ווערן מיט שווערע פארפלייצונגען.

נעה... אונגארן גייט עס הערשט כאפן אין א וואך ארום.

וואס רעדסטו? אונגארן איז פולקאם וואקסינירט קעגן די פארפלייצונגען

אוועטאר
צופלאטשעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך צופלאטשעט » מאנטאג יולי 19, 2021 11:55 pm

איך וויין מיט זידיגע טרערן לאזטס דעם אשכול בלויז פאר ברעכנדע נייעס און נישט פאר פאליטישע מיינונגען
א אינדעפענדענט כאטש סנישט אין סטייל...

ארבעט שווער צו ברענגן נייעס

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10097
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך מחותן » דינסטאג יולי 20, 2021 12:07 am

די ברעכעדיגע נייעס פונעם טאג איז די איזרעלי העקינג ביזנעס, עניוואן?

אוועטאר
נארמאליזעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נארמאליזעם » דינסטאג יולי 20, 2021 12:11 am

א קאמפעני מיטן נאמען NSO לאקירט אין ארץ ישראל האט ארויסגעגעבן א נייעם טעלעפאן וואס קען אלעס העקן
אין יאר 2019 פלעגן זיי שוין טוהן דערין
זיי פלעגן קאלן איינעמס וואטסאפ און באקומען אלע אינפארמאציע פון יענעם אפילו יענער האט נישט אויפגעהויבן


אידישע קעפ
אב איז ר"ת אלול בא
אין אלול אפילו די פיש פון וואסער" ציטירן"
אויב האסט עפעס צו זאגן "ציטיר" מיך

מיט שמחה איז מען ממתיק דינים

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10097
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך מחותן » דינסטאג יולי 20, 2021 12:16 am

אביסל אנדערש, מען איז געוואר געווארען אז שוין יארען וואס די קאמפאני קען העקן יעדע איינציגע סעלפאון וואס איז דא, און זיי האבן פארקויפט זייער סערוויס פאר רעגירונגען איבער די וועלט, אויך געוויסע אין די פרעסע זענענן געווען געהעקט.

פארשטייט זיך אז אלע רעגירונגען זענענן דא מיט א ויצעקו דערקעגן, אבער זיכער האט יעדער געקויפט די סערוויס, זיי זאגען זיי סערוויסען נאר קעגן טעראר... ווייז אויף אז נישט.

זיי קענענן העקן מיט א פאון קאל צום פאון אפילו אויב יענער הייבט נישט אויף די פאון, סאמטינג לייק דיס.

אגב די גרינדער זענענן פאליטיש פארבינדען מיט טיעם דעמעקראטן און געשטיצט ביידן.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום דינסטאג יולי 20, 2021 12:19 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 16417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג יולי 20, 2021 12:17 am

נארמאליזעם האט געשריבן:א קאמפעני מיטן נאמען NSO לאקירט אין ארץ ישראל האט ארויסגעגעבן א נייעם טעלעפאן וואס קען אלעס העקן
אין יאר 2019 פלעגן זיי שוין טוהן דערין
זיי פלעגן קאלן איינעמס וואטסאפ און באקומען אלע אינפארמאציע פון יענעם אפילו יענער האט נישט אויפגעהויבן


אידישע קעפ

עס איז נישט א טעלעפאון וואס קען העקן נאר העקינג טאאלס וואס קען העקן אלע סארט טעלעפאנען און כלים.

יעצט איז געווען ברייט באריכעטעט אז אלעדזשעדלי איז זייער העקינג טאאל גענוצט געווארן אנקעגן דער ווייב פון דזשאמאל קאשאודזשי (דער סאודיער רעפארטער וואס איז געמארדעט געווארן אין טערקיי) פאר דער מארד. עס איז אן אייפאון איז איז סעפאוזעדלי געהעקט געווארן מיט א טעקסט מעסעדזש (און דער ריפארט האט אונטערגעשטרייכט אז דער אזויגערופענער פאקט אז אייפאונס זענען זייער סעקיור איז ווייט פון ריכטיג, ווייל דער העקינג האט געזאלט האבן פארגעקומען דורך א מעסעדזש צו איי מעסעדזש וואס האט אפילו נישט געדארפט געעפענט ווערן צו איבערנעמען דער פאון.

דער NSO גרופע לייקענט די באשולדיגונגען און זאגן אז זיי קאנסידערן קלאגן די ריפארטער פאר דעפעמעישאן (דאס וואלט געווען אינטערסאנט אויב עס קומט אן אין געריכט! יעדער וועט דארפן אויספאקן זייערע שמוציגע וועש...)
-------
מחותן האקט ענליך.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
צופלאטשעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך צופלאטשעט » דינסטאג יולי 20, 2021 12:18 am

טוויטער האט אראפ געווארפן קאנגרעס פרוי גרין מיט די טענה אז פאלטשע אינפארמאציע איבער קאוויד 19 איז גערינען פון איר אקאונט
א אינדעפענדענט כאטש סנישט אין סטייל...

ארבעט שווער צו ברענגן נייעס

אוועטאר
צופלאטשעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 01, 2021 11:40 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך צופלאטשעט » דינסטאג יולי 20, 2021 12:23 am

לויט ריפארטס איז די פרעזידענטליכע פאלאץ אין קאבול,אפגאניסטאן געווארן געצילט אין א מיסיל אטאקע
א אינדעפענדענט כאטש סנישט אין סטייל...

ארבעט שווער צו ברענגן נייעס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”