טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » פרייטאג יולי 23, 2021 12:24 pm

באאמטע אין אלבאני קוקן אריין צו בען ענד דזשערי/יוניליווער פאלן אינטער די אנטי בי די עס געזעץ וואס ניו יארק האט איינגעפירט אין 2016, און וועלן נעמען נויטיגע שריט דאס צו ענפארסען.

אוועטאר
נארמאליזעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4211
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נארמאליזעם » פרייטאג יולי 23, 2021 1:09 pm

א פייער האט היינט פארניכטעט א באנק אין קעמפ נעלה (באבוב 45 מיידל קעמפ) ברוך השם קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן


Screenshot_20210723-130847_WhatsApp.jpg
Screenshot_20210723-130847_WhatsApp.jpg (575.11 KiB) געזעהן 833 מאל
אב איז ר"ת אלול בא
אין אלול אפילו די פיש פון וואסער" ציטירן"
אויב האסט עפעס צו זאגן "ציטיר" מיך

מיט שמחה איז מען ממתיק דינים

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » פרייטאג יולי 23, 2021 1:15 pm

ווי געהאט פארשפראכן, האט טעקסעס אנגעהויבן צו ארעסטירן אומלעגאלע אימיגראנטען אריינדרינגער, און האלט זיי פארשפארט אין טורמע אויף טרעספעססינג קלאגעס. דערווייל זענען צען אימיגראנטן אונטער גראטעס.
(אונז ווייסן מיר דאך שוין היינט, אז פאר טרעספעססינג קען מען האלטן פארשפארט אן בעיל פון יאנוואר 6 ביז ביז.)

אוועטאר
נארמאליזעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4211
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: ווילסט נישט וויסן

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך נארמאליזעם » פרייטאג יולי 23, 2021 1:17 pm

א מינוט פון שטילקייט איז געווארן אפגעהאלטן פאר די איזרעלישע אלימפיק שפילער וואס זענען געהארגט געווארן אין מינכן דייטשלאנד
אב איז ר"ת אלול בא
אין אלול אפילו די פיש פון וואסער" ציטירן"
אויב האסט עפעס צו זאגן "ציטיר" מיך

מיט שמחה איז מען ממתיק דינים

אוועטאר
באסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך באסעלע » פרייטאג יולי 23, 2021 1:45 pm

א טראק פלאקערט אויפן פאלעסייט
Out of control
לעצט פאראכטן דורך באסעלע אום פרייטאג יולי 23, 2021 1:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
תהא שנת פיינע באסעס

א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך א נייע מעשה » פרייטאג יולי 23, 2021 1:47 pm

באסעלע האט געשריבן:א טראק פלאקערט אויפן פאלעסייט
Out of control

וואס זוכט א טראק אויפן פאלעסייד?

אוועטאר
באסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 641
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך באסעלע » פרייטאג יולי 23, 2021 1:48 pm

א נייע מעשה האט געשריבן:
באסעלע האט געשריבן:א טראק פלאקערט אויפן פאלעסייט
Out of control

וואס זוכט א טראק אויפן פאלעסייד?

סדא וואס באקומען א פערמיט פאר געוויסע עקזיטס
תהא שנת פיינע באסעס

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1787
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג יולי 23, 2021 2:07 pm

נארמאליזעם האט געשריבן:א מינוט פון שטילקייט איז געווארן אפגעהאלטן פאר די איזרעלישע אלימפיק שפילער וואס זענען געהארגט געווארן אין מינכן דייטשלאנד


געהארגעט געווארן צוריק אין די 1980'ס.

די משפחות בעטן זיך שוין לאנג צו מאכן א געדענקמאל ביים עפענונג פון די שפילן, קוקט אויס יעצט ווען ס'איז נישטא קיין צוקוקער האבן זיי מסכים געווען נאכצוגעבן..
אויב דער פרעזידענט דארף ווערן קאנטראלירט, דארף עס זיין דורך געזעץ. אויב איז עס דורך פריוואטע קאמפאניס איז עס א סכנה פארן לאנד.

- - -

Boeing is the last to admit they made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » פרייטאג יולי 23, 2021 4:07 pm

פלארידא - נאך 29 טעג, האב די באאמטע ביי די סורפסייד בילדונג צוזאמפעל פלאץ אפיציעל געענדיגט זיכן פאר מענטשליכע איבערבלייבענישן.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » פרייטאג יולי 23, 2021 4:12 pm

איבער זעכציג מענטשן זענען געשטארבן אין ניגעריע'ס הויפשטאט אבודזשא נאכן ווערן אנגעשטעקט מיט חולירע, אין אן אויסברוך וואס בוזשעוועט דארט אין שטאט מיט 700 אפעקטירטע.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » פרייטאג יולי 23, 2021 4:22 pm

אין א בריוו צו יוניליווער, די טאטע קאמפעני פון בען ענד דזשערי, שרייבט ניו יארק סטעיט קאמפטראלער טאם דענאפעלי, אז ער וויל הערן פון זיי ביז 90 טעג אויב זיי זענען טאקע אינוואלווד אין א בי די עס אקטיוויטעט. און אויב יא, וועט ניו יארק מעגליך דארפן אפשטעלן אלע אינוועסטמענטס אין זייער קאמפעני.
Tom.jpg
Tom.jpg (92.8 KiB) געזעהן 662 מאל

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » פרייטאג יולי 23, 2021 4:30 pm

אין א שמועס מיט אידישע פירער, האט די ווייסע הויז איבערגעגעבן, אז זיי פלאנען צו מעלדן אין די גאר נאנטע צוקונפט (אין טראמפ'ס צייטן האט דאס געמיינט א טוויט אפאר מינוט שפעטער) איבער די אפוינטמענט פון א אידישע ליעזאן צום ווייסן הויז. און אזוי אויך איבער די נאמינאציע פון אן אנטיסעמיטיזם ענוואוי פון די סטעיט דעפארטמענט.

אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך די הארץ רייסט » זונטאג יולי 25, 2021 7:58 am

מאנהעטן – טיילן פון דעם "ווארלד טרעיד צענטער" קאמפּלעקס זענען נעכטן נאכט עוואקואירט געווארן, נאכדעם וואס עס איז אנטשטאנען א באמבע שרעק איבער עטליכע פּעקלעך מיט מעגליכע אויפרייס מאטעריאל דערין. א פּארשוין איז געזען געווארן אראפּשטעלן די פּעקלעך נעבן די "אקולוס" טראנזיט צענטער אין לאוער מאנהעטן, און איז ארעסטירט געווארן דורך די פּארט אויטאריטי פּאליציי נאך א קורצן געיעג. יענער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס א גייסטיש אומגעזונטער.
DYD

אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך די הארץ רייסט » זונטאג יולי 25, 2021 8:00 am

מער ווי דרייסיג קינדער אין א קעמפּ אינעם שטעטל קאופּעיק אין אפּסטעיט ניו יארק האבן געטעסט פּאזיטיוו פאר קאראנא ווירוס, ווערנדיג אויסגעפארשט דורך די סטעיט.

אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך די הארץ רייסט » זונטאג יולי 25, 2021 8:00 am

ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט אפּעלירט ביי פּריוואטע ביזנעס אייגענטימער צו פארלאנגען פון זייערע ארבעטער זיך צו וואקסינירן קעגן די קאראנא ווירוס.

DYD

אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך די הארץ רייסט » זונטאג יולי 25, 2021 8:00 am

פּוילן האט זיך גערוקט א טריט נענטער צו באשטעטיגן געזעץ וואס וועט בלאקירן האלאקאוסט רעסטיטוציע, ווען דער ארטיגער סענאט האט געשטימט אויפ’ן געזעץ.

DYD

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » זונטאג יולי 25, 2021 11:14 am

א פארברעכער האט זיך די נאכט אריינגעבראכן אין די אפיס פון ניו יארק אסעמבלי פרוי נילי ראזיק וואס פארטרעט די קווינס געגענט. פאליציי האט אים געטראפן אין א קלאזעט און ארעסטירט. דער פארברעכער האט שוין א היסטאריע פון צען פריערדיגע ארעסטן אויף איינברעכערייען.
זעט אויס די בעיל ריפארם וואס זי האט געשטיצט ארבעט גוט.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » זונטאג יולי 25, 2021 11:18 am

עסקנים באגריסן א שרייבער אינ'ם רעקארד פאר'ן ארויסברענגען די אמת'ע פאקטען איבער די נידריג פראצענטיגע וואקסינאציע ראטע אינ'ם קרית יואל'ע געגענט, וואס איז צו פארדאנקען די פאקט אז די גרעסערע טייל באפעלקערונג אין ק"י זענען קינדער, וואס קענען נישט נעמען די וואקסין.
איך בין זיכער אז ער איז געווארן פארשריגן דורך די עדיטאר פארן טון אזא פארברעכן, און נישט מיטגעגאנגען מיטן טרענד צו באשמוצען דעם איד ווען מען קען.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » זונטאג יולי 25, 2021 11:25 am

א פעדעראלע אפילס קארט האט צוריק געדרייט איר באשלוס, און געגעבן רעכט פאר פלארידע אוועקצונעמען די קאוויד-19 רעסטריקשענס וואס די סי די סי האט ארויפגעלייגט אויף קרוז שיפן.

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג יולי 25, 2021 12:15 pm

עטליכע געגענטער אין לאנדאן האבן געזעהן היינט לייכטע פארפלייצונגען נאך שווערע שטורעמעס און רעגענס.
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלפיים
תגובות: 2982
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » זונטאג יולי 25, 2021 12:19 pm

.
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום זונטאג יולי 25, 2021 12:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עוד בו נשמתו יקו תשובת יציר אדמתו להחיותו להטיב אחריתו.
האט'ס אלע א א גוט געבענטשט יאר און א כתיבה וחתימה טובה.

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג יולי 25, 2021 12:20 pm

9 טוריסטן אין צפון אינדיע זענען אומגעקומען נאך וואס א גרויסע שטיין האט זיך איבערגעקערט אראפ א בארג אויף זייער אויטא

_119567408_capture2.jpg
_119567408_capture2.jpg (66.17 KiB) געזעהן 244 מאל
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עירוב תבשילין » זונטאג יולי 25, 2021 12:20 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:.

.
אז ס'גייט נישט ווי דו ווילסט דאן וויל ווי ס'גייט

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » זונטאג יולי 25, 2021 2:03 pm

א סיניער כיזבאללא מיטגליד מיטן נאמען אימאד על אמיין איז געווארן אומגעברענגט פארגאגענעם דאנערשטאג אין סיריע אין די שטאט כאמס, דורך מדינת ישראל קרעפטן.

אוועטאר
עפעס אנדערש
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

תגובהדורך עפעס אנדערש » זונטאג יולי 25, 2021 2:10 pm

פאלעסטינע פראקציעס און יומען רייטס ארגאניזאציעס רופן צו חמאס אז זיי זאלן אויפהערן צו סטארעדזשען וואפען אין רעזידענשעל געגענטער, (אה יא, ס'דא אזא זאך?), נאך וואס אן אויפרייס אין אזא סטארעדזש האט אומגעברענגט איינעם און פארוואונדעט 14 דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, געוואלטיג, נו שוין, פרעגער, צדיק בן צדיק און 42 געסט