טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

אריסטאקראט דיינע נייעס זענען אומגלויבליך גוט! כ'האב עס נאך אין מיין לעבן נישט בייגעוואוינט דא אויף אייוועלט. דו פארמאגסט א פערדן קראפט נישט אפצושאצן. יישר כח און האלט ווייטער אן מיט די דערפרישנדע גאר אינטרעסאנטע ציענדע נייעס באריכטן . מיר לייענען און זאפן איין דארשטעריג דיינע זאפטיגע נייעסער.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

חיזבאלא האט באריכטעט אז איזראעלישע לופט כוחות האבן אויפגעריסן זייערס א אונטערהער אפאראט וועלכע זיי האבן געהאט אינסטאלירט אויף טעלעקאמוניקאציע-קעיבלס אין דרום לבנון נאכוואס חיזבאלא האט אנטדעקט די אינסטאלאציעס וואס מדינת ישראל האט איינגעריכטעט, און אזוי ארום שפיאנירט אויף זייערע טעלעקאמוניקאציע סיסטעמען. מיליטערישע באמבאדיר עראפלאנען זענען געזען געווארן אויף די לבנון הימלען, און לויט ווי לבנון באריכטעט האבן די ישראלים אראפגעשאסן א מיסיל און דערמיט צושטערט דעם אפאראט.
חיזבאלא טענה'ט אז זי האט מצליח געווען אויפצוכאפן איזרעל'ס אקטיוויטעטן אונטערצוהערן זייערע טעלעפאונישע פארבינדונגען אד"ג – אין יענעם געגנט און איזרעל האט דאס פונדערווייטן אויפגעריסן אהן מענטשליכע פאטאליטעטן. דאס איז זאגן זיי, א לעצטע פון א רייע אטאקעס מצד איזראעל אויף זייערע טעלעקאמוניקאציע איינריכטונגען, אבער זי וועט ווייטער פארזעצן מיטן איבערקלוגן די פיינט'ס בייזוויליגע פלענער. איזראעל האט ווי געווענליך זיך אפגעזאגט פון קאמענטירן
------------------------------------

א אור אלטער בית הכנסת נאך פון די ימי התלמוד איז אנטדעקט געווארן דורכאויס ארכעלאגישע גראבונגען אין די חורבות-חוקוק דאן א אידישע ישוב אונטן אין גליל, צפון מערב פון כנרת. די חורבות זענען געפינען געווארן אויף א דערנבענדיג בארג וואס שטארצט ארויס פון צווישן די חורבות פון די געוועזענע שטאט חוקוק פון די ימי המשנה והתלמוד, ווען צו יענץ צייט האט געוואוינט דארט א באדייטנדע צאל תנאים ואמוראים, און די שטאט ווערט דערמאנט אין תלמוד ירושלמי אין פארבינדונג צו די קדושים וטהורים וועלכע האבן געלעבט אין געווירקט דארט.
אויפן עקזיסטענץ פונעם אור אלטן בית הכנסת צווישן די דארטיגע חורבות, ווערט שוין געברענגט עדות'שאפטן פון רבי אשתורי הפרחי אין זיין חיבור "כפתור ופרח", און אויף פריערדיגע פראוון פון ארכעלאגן אנגעוואנדן אין די פארגאנגענהייט, איר צו אנטדעקן.

אין פאקט האט מען דורכאויס די פריערדיגע יארן שוין געטראפן פולע דעקארירטע ארכיטעקטועלע שטיינער וואס האבן באלאנגט צום בית הכנסת אבער אויפצוגראבן און אנטבלויזן א טייל פונעם עצם געבוי אריינגערעכנט א פרעכטיגע וואנט געבויעט מיט גרויסע הערליך אויסגעהאקטע שטיינער, און אויסגעפלאסטערטע רוימיש סטיל, מאזאיק דיל (בילדער און אויסצירונגען צוזאמגעשטעלט פון מארבל שטיינער אויף די ערד) – איז דאס ערשטע מאל אין היסטאריע.
די גראבונגען ווערן אנגעפירט און פינאנצירט דורך עטליכע גרויסע איניווירזיטעטן און שולעס פון אמעריקע און קאנאדא, און ווי אויך טוען גרויסע פראפעסארן און סטודענטן פון די ארטיגע אקאדעמיעס אנטיילנעמען אין אין די פריעקטן.

ווי די פירער און די וועלכע שטייען אין שפיץ פון די פארשונגען האבן באריכטעט איז זיכער די קלימאקס פונעם געפינס – דאס אנטדעקן א הערליך מאזעאיק פון צווישן די חורבות אויף וועלכע ס'איז גאר קונצליך אויסגעמאלן און געפארעמט די קאפיטלען פון שמשון הגיבור באזירט אויף די פסוקים פון תנ"ך אין ספר שופטים, און נאך פארשידענע גאר מייסטערליכע בילדער און צייכענונגען. צווישן זיי א שיין אויסגעצירטע ברכה פאר די וואס זענען מקדיש זייער פלאג פאר מצות און מעשים טובים.. כאטש א קענבארע טייל איז שוין אפגעמעקט געווארן, זעט זיך נאך אלץ אן די ווערטער "בכל מצותכן יהא עמלכן... שלום.
אטעטשמענטס
1215.jpg
לעצט פארראכטן דורך פעדער אום דינסטאג יולי 03, 2012 8:14 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

א ריזיגן יישר כח פאר פעדער

א ריזיגן יישר כח פאר אריסטאקראט
Liberalism is a mental disorder
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אריסטאקראט. איך שפיר אז איך מוז זיך ווידעראמאל באדאנקן פאר דיינע טעגליכע, טעגליכע? ממש כמעט יעדע שעה! מעלדט ער דא פרישע נייעס.

כה לחי!!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

די אראבער טוען אין די טעג פארשוועכן דאס הייליגסטע ארט ביי כלל ישראל די אבן שתיה וואס דערויף האט גערוהט דער ארון הברית אינעם קודש הקדשים. די אראבישע באהערדע און וואקף מיטגלידער האבן אויפגעשטעלט אויפן ארט גרויסע סקעפהאלדינגס מיטן ציל צו רענארווירן זייער קלויסטער (דזשאמדזשא) דער 'כיפת הסלע'.
פארשידענע ארגאניזאציעס אפצוהיטן די מקום המקדש רופן פאר א באלדיגע רעזיגנאציע פון די ירושלימ'ער פאליציי קאמאנדיר צוליב זיין פארנאכלעסונג אפצוהאלטן די שענדונג פונעם הייליגן ארט.

לויט זייער טענה איז דאס מפקיר זיין די הר הבית אין מוסלעמענער הענט, א זאך וואס ברענגט נאר צו כסדר צו אפטערע חילול און צעשטערונג צו דאס ביסל וואס איז פארבליבן פונעם בית המקדש, מיט די אנלייגעניש פון מאסיווע ארבעטס מאשינעריי און געצייג, און אהנע נארמאלע אופזיכט, דורך די פארלייקענער פונעם הייליג הויז – די אראבער.
די מקדש-היטער וויאזוי זיי פאררופן זיך זאגן אז די איזראעלישע לאקאלע אינסטאנצן זענען גוט אינפארמירט איבער די שרעקליכע עוולות און פארוויסטונגען וואס די אראבער זייען אן אויפן הר הבית, אבער פרובן עס צו באהאלטן פון די פובליק כדי זיך איינצוקויפן רוהיגקייט מצד די אראבער אין בעפארגרייטונג צו זייער ראמאדאן חאגע. און 'ניסו שחם' דער שעף פון די פאליציי דעפארטמענט איז פאראנטווארטליך אויף אלץ, געבנדיג א פרייע האנט פאר די אראבער צו טוהן וואס זייער הארץ גלוסט אריינגערעכנט שעדיגן און פארשוועכן, פארמעקן אלטע איינקריצונגען און געדענקענישן פון אידן וועלכע האבן איבערגעלעבט אויפ'ן הר הבית און אין די היילן וואס געפינט זיך הונטער די אבן שתיה. ווי אויך הערשט א שטארקע זארג פאר די פרעזערווירונג און פרידן פון אומצאליגע אומשאצבארע היסטארישע טרעפונגען און ארטיקלען וועלכע זענען אין א געפאר פון פארטיליגונג און פארלירונג.

די ארגאנאזאציעס ווענדן זיך מיט א רוף צו חבר הכנסת אורי אריעל דער פארזיצער פון די סטעיט קאנטראל קאמיטע, ארויסצוגעבן די רעזולטאטן פון די רעגירונגס אינספעקטארס פארן המון און עס מפרסם זיין אזוי צו קענען פאררעכטן די שרעקליכע אומרעכטן וואס ווערן באגאנגען, אויפן בארג, מעשים, וועלכע זענען גורם שאדן צו די איבערבלייבענישן פון בית מקדש ראשון, און אויך דאס פאראייביגונג פונעם הר הבית'נס היסטאריע.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

קעניע: געבראכן אן איראנע צעל

צוויי איראנע אגענטן זענען פארהאלטן און ארעסטירט געווארן נאכן געפונען ביי זיי א זאפאס פון אויפרייס מאטעריאל, זיי ווערן געהאלטן אויפן פארדאכט צו האבן פלאנירט ווי צו אטאקירן אמעריקאנע, איזראעלישע, און בריטישע צילן אין א"י לויטעט די אינטעלידזשענס באריכטן פון די איזרעלישע שפיאנאזש אגענטורן.

די צוויי 'אחמעד אבו אל פאתחי מוחמד' און 'סייד מאנסור מוסאווי' מיטגלידער פון א ספעציעל סיקרעט יוניט, אינערהאלב די איראנע שפיאנאזש, זענען ארעסטירט געווארן אינעם פארט שטאט 'ממובסא' ווען צו זייער באזיץ פארמאגן זיי 15 קילאגראם אויפרייס שטאף פון גאר א הויכן קאליבער RDX . ווי אנגעגעבן באלאנגן א טייל פון די האטעלן לענגאויס דעם בארטן צו איזראעלישע אייגענטומער

די צוויי פארדעכטיגטע האבן אפגעלייקנט סיי וועלכע באשילדוגונגען "מיר פארלאנגען באפרייט צו ווערן אויף בעיל וויבאלד מיר זענען אומשולדיג" האט איינער פון זיי דערקלערט פאר א געריכט אין ניירובי. "די פאליציי האט קאנפעסקירט אונזערע געלטער און מיר זענען אויסגעשטאנען פייניגונגען"

איינע פון זיי האט געטענה'ט אז די מוסד אגענטן האבן זיי געפייניגט אינדערצייט וואס זיי האבן זיך געפינען אינעם ארטיגן פאליציי סטאנציע, מוחמד זאגט אז איינע פון די אגענטן האבן אים איינגעשפריצט מיט כעמישע קעמיקאלע פליסיגקייטן אהן זיין ערלויבעניש די פאליצייאישע פראקואר דאניעל מאסאנזשי האט אפגעווארפן מוחמד'ס און זיין קאלעגע'ס פאלשע אנגעגעבענע טענות. פארט אבער האט דער שופט פול ביגוויט באשטימט אן אויספארשונג דערויף זאגנדיג אז די קלאגעס פארמאגן האפט.
אין ליכט פון דעם פאסירונג האט די איזראעלישע אמבאסאדער אין קעניע ארויסגעגעבן א פרישע ווארענונג איבער פאטענציעל פאר א מעגליכע טעראר אטאקע אויף אירע בירגער.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיר האבן שוין געהערט פון דעם ביי חתונות אין וויליאמסבורג, אוועק פאהרן אויף שבת פון ב"ב, אצינדער ביי לוויות.


בשעת די לויה פון יצחק שמיר (יזרניצקי) האבן גנבים בארויבט די דירה פון זיין טאכטער אין רמת אביב.

ציניקער זאגן: דאס הייסט, נוצן נייעס וויסנשאפט צו מאכן געלט.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

גענף ,שווייץ.
די וויסענשאפטלער פאטשען זיך אין בויך אז זיי האבען געטראפען א חלק פון דעם אטאם וואס ענטהאלט די מאססע און זיי טענה'ן אז יעצט גיין זיי אויפדעקען דער סוד פון די אוניווערס
מיר ווארטען נאך פון לעצטען מאהל ווען זיי האבען געפלאנט מאכען א גרויסע זבענג....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

ר' מנחם שלום; אפשר קען מען אביסל מער מרחיב הדיבור זיין איבער די נושא, זינט עס איז אסאך צווישן אונז וואס פארשטייען נישט וואס די זאכן באדייטן, (אפשר אין א באזונדערע אשכול).
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

בחור הזעצער
איר זענט גערעכט
אויף א געלעגענהייט וועלען מיר כאפען א פארום אויף דעם בעז"ה
אדעוואהל דאס
http://en.wikipedia.org/wiki/Higgs_boson
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויב האט מען אמאל געמיינט אז קברים גראבן איז א ציוניסטישע תאוה, שטעלט זיך ארויס אז דאס איז אלוועלטליכע מיטל מזרח פראבלעם. די פאלעסטינע גרייטן זיך ארויסצוגראבן יאסיר אראפאטס ביינער. נאכדעם וואס מ'האט געפונען אז ער איז מעגליך געשטארבן פון סם און נישט נאטורליך ווי ביז יעצט געגלייבט.

--

די דזשעט בלו פילאט וואס האט געהאט א צוזאמברוך אינמיטן פליען און זיך צואווילדעוועט און געשריגן אויפן מיקראפאון (ווי באריכטעט דא אויפן וועלטל) איז נעכטן געפונען געווארן אלס "נישט באלאנצירט צו שטיין אין געריכט" און ער וועט צוריק גיין צו א משוגעים הויז ביז די קומענדע קאורט דעיט. די פאסאנזשירן פון דזשעט בלו זאגן אז פאר אזא פסק וואלט מען נישט געדארפט דורך גיין די קאורט סיסטעם, זיי וואלטן עס באשטעטיגט תיקף.

--


אין ברוקלין זענען 'זעכציג' מענטשן געשאסן געווארן אין די לעצטע וואך! מיר רעדן נישט דא פון סיריע אדער איראק. ניין די רעדע איז ברוקלין.
די אנגעבליכע סיבה איז ווייל מ'האט אויפגעהערט אפצושטעלן און אויסטאפן מענטשען אויפן גאס אזויווי מ'פלעגט טון ביז יעצט. דאס אפשטעלן און אויסטאפן ווערט גערופן אין ענגליש 'סטאפ ענד פריסק'. די אקט האט געהאט ארויסגערופן בייז בלוט ביי די שווארצע פירערס טענה'נדיג אז די מערהייט מענטשן זענען שווארצע און דאס איז ראסיזעם.

ווען שארפטאן האט געהערט וועגן די שיסעריי האט ער געזאגט במתק לשונו "וואס א חילוק? די עיקר איז אז די ראסיזעם האט זיך אפגעשטעלט"
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

טערקיי: מען האט געטראפען די מאנשאפט פונעם אראפגעשאסענעם מיליטערישען פליגער.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איידי דאיירינן בחיטוטי שכבי
אין עסטרייך האט איינער אויפגעגראבעןו די קברים פון די באקאנטע מוזיק קאמפאניסטען
יאהאן שטראוס און יאהאנעס באך און צוגעגנבעט די ציין...
אזא טירחא?
ער האט דאך געקאנט קומען צו מיר????
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

א נייע געזעץ איז אריין אין קראפט אין פראנקרייך וואס פארלאנגט יעדן מאטאריסט צו פארמאגן אין קאר א 'ברעטעלייזער קיט' (אן אינסטרומענט די פאליציי אינטערזוכט דערמיט די שטאפלען אלקאהאל אינעם דרייווער'ס בלוט כדי צו באשטימען אויב ער איז אנגעטרונקען)

ווי אויך ברויך יעדע דרייוער האבן אין אויטא ריפלעקטער פארזיכערונגס וועסטל, און א ווארענונגס טרייענגל (אן אביעקט אין א דרייעקיג פארעם וועלכע מ'שטעלט אויפן שטראז בכדי צו ווארענען אנדערע אויטא'ס, ווען מ'איז געשטאראנדעט)
דרייווער וועלכע פארלעצן דעם געזעץ קענען באשטראפט ווערן מיט א טיקעט פון 11 יוראס. די פארנצויזישע גאווערמענט האפט מיט דעם געזעץ אראפצוברענגען די רעקארד הויכע צאל עקסידענטן וואס קומען אין רעזולטאט פון שיכור'ע דרייוער.

ארום 4,000 מענטשן ווערן געהארגעט אין פראנקרייך יערליך, צוליבן טרונקן-דרייוון, וועלכע איז דאס גרעסטע פאקטאר צו עקסידענטן, העכער אפילו ווי ספידינג.
ניקאלעס סארקאזי'ס רעגירונג זאגט אז זי שאצט אז מיט דעם געזעץ וועט מען מעגליך אפראטעווען 500 לעבנס יערליך.

צענדליגע מיליאנען קיט'ס וועלן פארפלייצן די מארקעט'ס כדי נאכצוקומען דעם מאסשטאבליכן פארלאנג, און צו די איצטיגע צייט הערשט א גרויס מאנגל אינדעם פראדוקט, וואס צוליב דעם האט די רעגירונג געגעבן א פיר מאנאטיגן הפסק זיכער צומאכן אז יעדער האט צייט געהאט זיך עס איינצוהאנדלען. אפילו אויסלענדישע דרייווערס זענן אויך איינגעשלאסן אינעם געזעץ.

דער קיט קומט אין צוויי סארטן. איינע וועלכע איז ביליג פון קעמיקאלן אבער דיספאזעבל און דאס אנדערס א עלעקטעראנישע, און א טייערער סארט.

דער געזעץ איז א גאלדן גרוב פאר מאנופעקטשערער פון דעם פראדוקט, זינט פראנקרייך פארמאגט בלויז צוויי פראדוצירער אין גאנצן לאנד.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואו הייבט מען אן דא? א חברה פראפעסיענאלע ריפארטערס וואס די וועלט האלט נאכנישט געזעהן!

אריסטעקראט, פעדער, געלעגער און MSP, געוואלדיג, יעדער אויף זיין שטייגער, קיפ איט אפ גייס!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

איינער איז אומגעקומען און ניין אנדערע פארוואנדעט פון א אומגליק האט פאסירט אין עין יהב, ווען א רער וואס האט געפירט היידראליק עסיד האט אויפגעפלאצט און ארויסגעשאסן די שעדליכע היידראליק עסיד אין די לופטן, און די ווינטן האבן דעם געפארפולע מאטריאל געטראגן אין די לופטן, צו יענע צייט האבן א גרופע ארבעטער זיך געפינען דערנעבן אין געגנט און זענען אויסגעשטאנען אריינצואטעמען די קעמיקאלן. פירענדיג צו איין טויטפאל, נאך איינער קריטיש פארוואונדעט און אכט אנדערע לייכטער.

פונקטליך וואס עס האט פאסירט דארט איז נישט קלאר וויבאלד די שטארק געשעדיגטע זענען נאך איינגעשלעפט און נישט ביים באוואוסטזיין. אבער ווי מען גלויבט האט די פייפ געקראכט צוליב געוויסע ארבעט פון שטיינער-אויסהאקונגען, אדורכגעפירט ממש נעבן דעם רער. די שאדנס און יסורים זענען זייער גרויס, צווישן זיי בריען און האלדז. וויבאלד די עסיד איז א קעמיקאל וואס אפילו אנרירנדיג קען עס גורם זיין בריען און וואונדן.

עטליכע אמבולאנסן און רעטונגס העליקאפטער האבן אנטייל גענומען צו עוואקואירן די געליטענע, און א דערנעבנדיגע הייוועי איז אויך אפגעשלאסן געווארן אויף עטליכע שעה ביז די אטמאספערע וועט אויסגערייניגט ווערן.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואו הייבט מען אן דא? א חברה פראפעסיענאלע ריפארטערס וואס די וועלט האלט נאכנישט געזעהן!

אריסטעקראט, פעדער, געלעגער און MSP, געוואלדיג, יעדער אויף זיין שטייגער, קיפ איט אפ גייס!
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

מספ זיי אביסל מרחיב בנוגע בערקליס
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויא איבער א נייע רפואה פאר די מחלה ALS -וואס ליידער זענען דא עטליכע היימישע אידן וואס ליידן אויף דעם השם ירפאיהם במהרה- וואס איז געווארן אויספראבירט אויף א ראש ישיבה אין ירושלים און ס'האט געארבער וואונדערליך
דא קענט איר זען פרטי המעשה
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

ALS?
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

יא,

איך האב געזען די נייעס אויף BHOL איך בין געווען זיכער אז עס ליגענט, {איך קען עס נאך אלץ נישט גלייבען}
אזא נייעס דארף אויפרידערען די וועלט, זאל דער בורא רפואות העלפן אלע אידן בכל מקומות שהם,
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

"בורא" רפואות! נורא תהלות!

{איך קען עס נאך נישט גלייבען}
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

מחותן האט געשריבן:יא,

האסט געוואלט ענטפערן מיין קשיא??? יישר כח באאט איך האב געמיינט צו פרעגן וואס דאס מיינט עי. על. עס.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

שאהן הענניטי האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:יא,

האסט געוואלט ענטפערן מיין קשיא??? יישר כח באאט איך האב געמיינט צו פרעגן וואס דאס מיינט עי. על. עס.

זע דא אין קורצן
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

יישר כח ווינקל
די פאקט איז אז ס'שטייט אז ס'ווערט נישט באשאפן א מחלה ל"ע פאר סידא א רפואה דערויף אבער ווען מ'קען דאס זעהן איז דאס א גרויסע חסד זאל דער רבש"ע ווייטער העלפן והסירותי מחלה מקרבך און גאנצן
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”